וואס איז די גרויסע גדולה מיטן בלעקבערי?

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

יאהאן וואלפגאנג

וואס איז די גרויסע גדולה מיטן בלעקבערי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאהאן וואלפגאנג »

גייענדיג אין בית מדרש זעהט מען זיך היינט אן פון אלע סארטן מאשינדלעך וואס שפראצען פון די טאשן און ווערן געצערטלט אין די הענט פון זייערע אייגנטימער. לעצטנס בין איך שטארק פארוואונדערט געווארן ווי פארקויפט די בלעקבערי אייגנטימער זענען צו זייערע דומם'לעך. קען מיר איינער דא ביטע ערקלערן וואס איז די גרויסע "ביג דיל" מיט דעם מאשין? ווי איך פארשטיי איז די הויפט מעלה דערפון אז די בליץ פאסט קומט אן באלד צום מאשין, און מ'ברויך עס נישט אליין אפנעמען.

איז דאס אבער דאס גאנצע? צווייטנס, אויב בין איך נישט אזוי אפהענגיק אין מיין אימעיל, און עס ברענט מיר נישט צו זעהן דעם אימעיל אין די ערשטע דרייסיג סעקונדעס פון ווען עס איז ארויסגעשיקט געווארן, איז דאס נאך אלץ אינטערעסאנט פאר מיר?

ווי איך פארשטיי קען די טריאו/פאלם טון פיל מער פונקציעס, וויבאלד מען קען צולייגן פארשידענע אפליקאציעס און אזוי ווייטער. אויב אזוי פארוואס קויפן דעם בלעקבערי?

אין איינוועגס, איז לעצטנס ארויסגעקומען די איי-פאון. עס זעהט אויס זייער שיין פון אינדרויסן, אבער איך האב נאך נישט געהאט די געלעגנהייט דאס צו נעמען אין די האנט. האט איינער דמתא שוין פרובירט דעם מאשינדל? איז עס אזוי אינטערעסאנט ווי תפוח וויל פארקויפן? קען מען דערצו צולייגן פארשידענע אפליקאציעס, אדער קען מען נוצן נאר די זאכן וואס קומען אריינגעבויעט?
איש חסיד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חסיד »

איך ווייס נישט די מעלה פון בלעקבערי,
אבער א פאלם נישט! עס פרירט געפערליך
וואס וויסטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס וויסטע »

יאהן: הגם איך קען דיר נישט אלעס פארענטעפרן וועל איך דיר אבער יא זאגן וויפיל איך וויל און ווייס.

אמת איינע פון די גרויסע מעלות פון א בלעקבערי איז די אימעיל אבער דאס איז נישט אלעס קודם כל מען קען אויף די טריא האבן די זעלבע שנעלקייט ווי אויף די בלעקבערי אזוי ווי איך האב טאקע.

נאר וואס דען די טריא איז מער א שפילצייג ווי א ארבעטס געצייג עס קען טאקע פארנעמען פיל ערליי שפילן וכדו' אבער עס קען קראכן עני טיים, ווערן אפגעפרוירן ווי גארינישט, נישט איינמאל האב איך געהאט גאר וויכטיגע טעלעפאן קאלס וואס זענען אריין געקומען איך האב אבער נישט געקענט אויפהייבן ווייל עס איז געווען פארפרויערן ווי א שטיק אייז, ווער רעדט נאך ווען ער לאזט מיך יא אויף הייבן דערנאך שפרינג ארויף די שיינע סימבאל פון פאלם ווער עס האט דער איינגענעמע שפילצייג ווייסט וואס איך מיין.

סא איינער וואס דארף א טעלאפאן וואס זאל אויך קענען ווייזן זיינע אימעיל'ס, האלטן זיינע טעלעפאן נאמבער'ס, טייפן אידיש געהעריג, נוצן גאגעל טאלק ווי א מענטש (אויף די טריא קען מען אויך אבער נישט געהעריג) און מיט דעם אלעם וויל ער אז עס זאל זיין רילייעבל זאל ער נישט קוקן אויף קיין טריא! ער וועט דארפן צאלן אביסל מער פער חודש פאר די בלעקבערי סירוועס אבער אז מען ברויך דאס האבן לוינט זיך עס אן קיין ספק.

איינער וואס וויל האבן אלע מעלות פון א בלעקבערי פלאס פאר אביסל ביליגער אימעיל, שפילן אלע מינע געימ'ס (בלעקבערי קען מען אויך האבן פארשידענע שטותים אבער נישט אזויפיל ווי די טריא), דער זאל קויפן א טריא. אבער וויסן זאל ער אז ער וועט זיך אסאך אנליידן דערפון (איך רעד פון אייגענע עקספירינס) כאמור די אלע קראכונגען און פארפרירינגען מאכן שרעקליך נערוועז אזש מען קען ארויס גיין פון די כלים.

כנלע"ד

וואס וויסטע?
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

גם אני מצטרף להודעת הקראכונגען והפארפרוירונגען של הכלי משחית הנקרא טריאו.
יאהאן וואלפגאנג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאהאן וואלפגאנג »

איך בין העכסט נישט אינטערעסירט אין שפילערייען (אויף מיין קאמפיוטער האב איך אפילו אויסגעמעקט די פאר שפילערייען וואס קומען מיט XP), נאר אין נוצליכע אפליקאציעס וואס ווי איך פארשטיי קען מען נישט האבן אויפן בלעקבערי אלעס נאר עטליכע אפליקאציעס. גרייז איך ערגעץ?
וואס וויסטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס וויסטע »

דארפסט יעדע סארט פונקציע נאך פארשן צו מען קען עס האבן אויף בלעקבערי אויך אדער נישט עס איז דא פיל זאכן וואס ארבעטן יא אויף בלעקבערי.

אבער אויף די טריא אפילו עס גייט אריין און עס ארבעט אפילו אויך אז עס מאכט די מאשין קראכן אפאר מאל א טאג וואס האסטו דערפון??

א געים פארשטיי איך אז ס'האט געקראכט ווארט מען ביז עס ענדיגט די ריסטארט אין מען שפילט ווייטער אבער אז די ברויכסט דאס פאר ערנסטע פונקציעס האסטו כמעט גארינטש פון זייער אסאך פון די עפליקאציעס אויף די טריא.

כנלע"ד
איש חסיד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חסיד »

פאר ערענסטע אפליקעציעס איז ווינדאוס מאביל די בעסטע אבער נישט מאטראלא Q ווייל סקריכט ווי א טורטל
KCSP
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2008 2:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KCSP »

א בלעקבערי פריזט נישט??
יאהאן וואלפגאנג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאהאן וואלפגאנג »

אין אנדערע ווערטער, מיר זענען אזוי צוגעוואוינט צו די פארפרוינע פראבלעמען פונעם פאלם אז א מאשין וואס פרירט נישט איז שוין א גאנצע גליק כאטש ער קען טון בלויז עטליכע נארישע זאכן.

טעכנאלאגיע 2008.
וואס וויסטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס וויסטע »

ניין נישט גוט פארשטאנען א בלעקבערי קען נישט נאר טון נארישע זאכן עס איז גאר א פארגעשריטענע כלי און איינע פון זיינע מעלות איז אז עס איז סטאביל מען דארף דאס נישט ריסטארטן יעדע צוויי מינוט.

איך האב נאר שטארק אויפגעשפילט דעם פרט ווייל איך לייד מיך אן פונעם פאלם האב איך דאס ארויסגעברענגט אבער ניין מען קויפט נישט קיין בלעקבערי ווייל עס פרירט נישט נאר ווייל עס איז א גוטע כלי פאר ביזנעס וכדו'
איש חסיד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חסיד »

איך ווארט אויף די גוגל אנדריד פאון מזאגט אז סוועט שוין ענדליך זיין עפעס א מענטשליכע פ.ד.א
יאהאן וואלפגאנג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאהאן וואלפגאנג »

וואס וויסטע,

אט דאס בין איך נייגעריג צו הערן. וואס קען דען טון מיט דעם בלעקבערי אויסער לייענען אימעילס, האלטן א טעלעפאן ביכל, פירן שמועסן, און אנשטעלן דערמאנונגען? עס דערמאנט מיר שוין באלד פונעם ארגענייזער וואס איך האב געהאט אין כיתה ח', נאר דער הויפט דיפערענץ איז אז יענע מאשין האט נישט געקענט קריגן אימעילס...
וואס וויסטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס וויסטע »

דא קענסטו טרעפן אסאך אפליקאציעס פאר בלעקבערי און עס איז דא אסאך מער אויך..

עס איז טאקע נישט דא אזוי סאך ווי ס'דא פאר פאלם אבער ס'מיינט נישט אז ס'איז נישט דא גארנישט... ס'דא און ס'דא און ס'דא
יאהאן וואלפגאנג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאהאן וואלפגאנג »

יא, איך האב געזעהן דעם סייט און דאס מאכט מיר נאר טראכטן אז די גאנצע ענין פונעם בלעקבערי איז גארנישט אזוי גלאנציג ווי עס זעהט אויס. מיט א קומץ אפליקאציעס, ווייסעך נאך נישט מיט וועלכע רעכט דאס קען ווערן אנגערופן "סמארט פאון". נעוואדע קראכט עס נישט און ס'פרירט נישט, אויב מען נוצט נאר צוויי דריי אויסגעדראשענע אפליקאציעס וואס איז געבויעט געווארן דורך די פירמע אליין. גרויסע קונץ..
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

די אייפאון איז זייער א גוטע פאון, אבער עס האט אויך חסרונות.

עס האט א ווירטואלן קיבאורד. דאס הייסט אז די קנעפלעך זענען אויפן סקרין און נישט קיין געהעריגע קנעפלעך.
עס איז זייער געשמאקט אבער דויערט היפש ביז מ'ווערט דערצו זקן ורגיל.


אויב קויפן אן אייפאון דארף מען ווארטן אויף די נייע 3G פאון וואס גייט ארויסקומען ביז 2 וואכן.
די נייע וועט זיין גאר ביליג, בלויז 199. ממש אומזיסט, און ס'קומט מי 8 גיג מוזיק סטארעדזש.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

אין כמו בלעקבערי. מיט א טריאו וואלט איך קיינמאל נישט געקענט זיין אזוי אקטיוו אין קרעטשמע ווי איך בין מיט'ן בלעקבערי.

אבער דער עיקר מעלה דערפון איז טאקע וועגן די אימעיל. נישט נאר ווייל דו באקומסט עס אויפ'ן פלאץ, נאר ווייל "דו ווייסט" אז דו האסט עס באקומען. מיט א טריאו אדער סענטראו ווייסטו נישט ווילאנג דו גייסט קוקן.

אויך האט דער בלעקבערי א פיל בעסערע בראוזער (הגם ס'קומט נישט צו צו אפערע, וואס ארבעט סיי מיט פאלם און סיי מיט בלעקבערי, אבער אויף פאלם קראכט עס שנעל - ווייל דער פאלם איז דאך א קראכער).

אויסערדעם, ווען דו באקומסט אן אימעיל אויפ'ן בלעקבערי און ס'אנטהאלט א לינק, קענסטו גלייך דרוקן אויפ'ן לינק און ס'וועט דיך אריינפירן אהין. אויב אנטהאלט עס א טעלעפאן נומער, קענסטו גלייך פון דארט ארויסקאלן.

בלעקבערי קען ארבעטן אויף א ביזנעס נעטווארק וואס דער אדמין קען קאנטראלירן וואס יא און וואס נישט.

מ'קען פון בלעקבערי קעלענדער שיקן אן "איווענט" צו זיי וועמען מיט א בלעקבערי, און ס'וועט אויטאמאטיש אריינגיין צו יענעם אין קעלענדער.

פיקטשערס, פד"פ'ס און ווארד פיילס עפענען זיך א מחי'. ווארד פיילס עפענען זיך אן קיין גראפישן אויסשטעל, אבער די נייע בלעקבערי סאפטוועיר וואס קומט ארויס ביז געציילטע וואכן (כ'האב שוין דעם בעטע ווערשאן), וועט אויך האבן אריינגעבויט "דאקומענטס טו גאו"! וואס דארפסטו מער פון דעם?

און די נייע ווערסיע וועט אויך האבן HTML אימעיל. א געוואלדיגע פארשריט אין סמארט-פאונס.

און כ'רעד שוין נישט פון דעם אז כ'בין תמיד מחובר צו יאהו מעסענדזשער און גוגעל טאלק, און אז עמיצער שיקט מיר א מעסעדזש באקום איך עס על אתר! איך קען אפילו זעהן בשעת יענער טייפט א מעסעדזש! דאס הייסט לייוו!

אין איין ווארט דער חילוק צווישן פאלם/טריאו/סענטראו און בלעקבערי: מיט די אנדערע מאשינען "קענסטו" זיין קאנעקטעד; מיט'ן בלעקבערי "ביזטו" קאנעקטעד.

(געשריבן דורך א בלעקבערי)
An article a day keeps the babies away
האמת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האמת »

דער אמת אינטער אלעמען איז, אז מיט א בלעקבערי מיינט מען אז יעדער קוקט דיר אן ווי א מעכטיג, און דאס איז לכאו' די עיקר רייץ דערצו, חוץ די אנדערע תירוצים.
איש חסיד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חסיד »

מאשקע האט געשריבן:אין איין ווארט דער חילוק צווישן פאלם/טריאו/סענטראו און בלעקבערי: מיט די אנדערע מאשינען "קענסטו" זיין קאנעקטעד; מיט'ן בלעקבערי "ביזטו" קאנעקטעד.

(געשריבן דורך א בלעקבערי)

איך וויל נאר צילייגן איין ווארט צי די מאשקע

דאכט זיך מיר אז מיט אנדערע פאונס ווען מאיז קאננעקטעד צום אינטערנעט באקומט מען נישט קיין פאון קאלס
וואס וויסטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס וויסטע »

אמת: איך דיסאגרי מיט דיין אפשאצונג אוואדי איז דא ווער עס וויל רעש'ן מיט זיין טעלעפאן אבער דאס איז נישט דער פאל ביי ס'רוב עולם.
דרך אגב - עס איז גראדע דא בלעקבערי'ס וואס קוקן אויס ווייניגער רוישיג ווי קאטאנא פאנס! איך רעד פון די סארט וואס האט צוויי אויתיות אויף א קנעפל עס איז א געהעריגע בלעקבערי נאר קוקט אויס ווי א פשוטע פאן.
איש חסיד: אפיציעל באקומעט מען יא טעלעפאן קאלס אויך מיט די טריא'ס אבער זייער אסאך מאל כאפט עס נישט אדער קראכט עס אדער דיסקאנקט זיך עס.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

האמת, דו האסט מיך באליידיגט. אבער הו קעירס? דער עיקר איז אז אין ביהמ"ד קוקט מען מיך ארויף...
An article a day keeps the babies away
יאהאן וואלפגאנג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאהאן וואלפגאנג »

מאשקע,

א דאנק פארן איבערלאזן אייערע צייכנס דא, און ערקלערן פארוואס דער בלעקבערי איז אזוי גוט און פיין. איך מיין אבער נאך ווייטער אז עס איז זייער באגרעניצט, צוליב איר קליינע צאל פון פראגראמען. אויב איינער וויל טאקע נישט מער ווי לייענען אימעילס און שיקן קאלענדער עווענטס איז עס מעגליך גוט. וואס איז אבער אויב מארגן קומט דיר אונטער אז דו ווילסט נוצן א געוויסע פראגראם פון וואס לאזט דיר הערן ריעל-פלעיער-לייוו-סטריעמס (ס'נאר א משל) קענסטו זיך דעם קאפ אין וואנט - אדער אין בלעקבערי - האקן. משא"כ ביי פאלם קענסטו האפן צו טרעפן אזא פראגראם.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

(ס'נאר א נמשל) מיט די נייע בלעקבערי סאפטוועיר קען מען האבן סיי אוידיא און סיי ווידעאו לייוו סטריעם!
An article a day keeps the babies away
וואס וויסטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס וויסטע »

יאהאן,

לויט ווי איך פארשטיי דיין מיינוג איז אז אפילו עס איז זייער פיין און וויאול די בלעקבערי אבער ווי באלט עס פארנעמט נישט אזויפיל פראגראמען טויג עס נישט,

משל למה הדבר דומה א עליוועטער וואס שטייט אויף געשריבן אז עס קען אריין נעמען טויזענט מענטשן אבער למעשה ווען צען מענטשן גיין אריין רייסט זיך איבער די שטריק א אנדערע עליוועטער שטייט אז עס פארנעמט נאר קארגע צוואנציג מענטשן אבער צוואנציג מענטשן הייבט ער ווי גארינשט קיינמאל קראכט דאס נישט און ער קרעכצט נישט אונטער די לאסט.

זאגט איר וועלעכע עליוועטער וואלט איר געלאזט ארייין בויען אין אייער דירה?

דער נמשל איז מובן מאיליו אוואדי קען דער פאלם פארנעמען טויזענט אפליקאציעס אבער געוואלד ער קראכט אראפ.. דער בלעקבערי קען נישט פארנעמען אלעס אבער וואס ער קען, קען ער טאקע!

(דיסקלעמער: איך פרעזנדליך פארמאג אויך א טריא אבער איך רעג מיך אזוי דעראויף אז איך גיס דא אויס מיין כעס אויף אים אי"ה ווען איך העל באקומען א פרי אפגרעיד העל איך ערנסט באטראכטן צו נעמען א בלעקבערי יא איך האב אויך אפאר אפליקאציעס וואס איך קען באשטיין צו האבן אין איך גלייב נישט אז עס איז דא אויף בלעקבערי אבער כאמור איז דאס נישט קיין גערעדכעץ ווייל עס קראכט מיר אראפ כסדר)
יאהאן וואלפגאנג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאהאן וואלפגאנג »

וויסטע,

איך האב פארשטאנען דיין פונקט. טאקע א שיינע משל, אבער למעשה ביסטו אויך מודה אז דער מעלה פונעם בלעקבערי שטעקט בעיקר אינעם חסרון פונעם טריאו\פאלם. דאס הייסט, דער מעלה דערפון איז מער דאס אפוועזנהייט פון די פראבלעמען און נישט די אנוועזנהייט פון פונקציעס.

איך קען לעבן דערמיט...
אבאמא09
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 11, 2008 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבאמא09 »

דער אמת איז אז דער בלעקבערי איז זייער קראנט אין שטארק. אין דאס וואס די (יאהאן והמתעף) רעדען זיך אפ אז עס האט ווייניג פראגראמען איז ווייל עס איז נישט געמאכט אז יעדע שמויגער וואס פאלט ביי א געוויסע פראגראם קען זיך אריינריקן און חרוב מאכן די גאנצע running system.
ועוד די בלעקבערי איז מורעדיג אויפגעכאפט און אלע גרויסע companies קומען ארויס כסדר מיט נייע גאר גוטע app עס נעמט אפשר אביסל צייט (אבער נישט לענגער ווי עס האט גענומען פאר מיר צו שרייבן די אויפקלערונג) טאקע ווייל עס דארף זיין גוט און professional.


WE R ALL FOR MOSHKA SUPPORTING FULL BLACKBERRY SERVICE. AND WE HOPE HE IMPROVE AND SPEED UP THE IMPROVEMENTS FOR THE WORLDS FIRST CLASS PHONE.
לעצט פארראכטן דורך אבאמא09 אום זונטאג אקטאבער 19, 2008 2:23 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “סעלפאונס און טעבלעטס”