מאטקע האט געשריבן:ווייסט איינער ווי כ'קען טרעפען פרטים אין סדר השתלשלות, איבער דעם פרשה וואס האט גורם געווען דעם טיילונג פון דעם געגענט, פון כולל גאליציע און בוקאווינא, און צו עפענען אן אייגענען כולל בראשות הגאונים בעל "דרכי תשובה", "ערוגת הבושם" ועוד זצ"ל.
אין אגרות שפירין איז דא פארשידענע בריווען, ווי נאך.
א דאנק
אין ספר חיבתן של אבות וואס איז ארויסגעקומען דורך כולל חבת ירושלים פאר צוויי יאר צוריק אין לאנדאן ווערט עס אראפגעלייגט מיט אלע פרטים, אויך אין די נייע תולדות ערוגת הבשם
שאלה: ווען האט זיך אנגעהויבען דאס ענין פון געבן געלט פארן אלטן יישב, לצדקת רבי מאיר בעל הנס? ווער איז דער ערשטער גדול וואס האט דאס איינגעפירט? וואו איז דער מקור אין חז"ל?
וויפיל מ'ווייסט איז דער אלשיך הק' געווען דער ערשטער וואס האט זיך אפגעגעבן דערמיט ס'דא א קול קורא פון איהם אין איינע פון זיינע ספרים לטובת די עניי ארץ ישראל
קיווי סטראבערי האט געשריבן:וויפיל מ'ווייסט איז דער אלשיך הק' געווען דער ערשטער וואס האט זיך אפגעגעבן דערמיט ס'דא א קול קורא פון איהם אין איינע פון זיינע ספרים לטובת די עניי ארץ ישראל
אפשר קענט איר אזוי גוט זיין און צוצייכענען א מראה מקום.
2) וואס פאר א שייכת האט דער תנא הקדוש רבי מאיר מיט עניי ארץ ישראל מער וואו אלע אנדערע הייליגע תנאים און צדיקים?
נחמן נתן האט געשריבן:אזוי אויך איז געווען אקעגן יח"ל וועלכע האבן געגרינדעט פושקעס לטובת די ישיבה, און א פסק פון גדולי ישראל לאיסור איז דאן פובליצירט געווארן, צוליב די גרעון אין צדקת רמבעה"נ.
יהיה כן האט געשריבן:כ'האב באקומען פון א ארגאניזעישאן אין אימעיל כולל חיבת ירושלים גאליציאנע כולל, האט ארויף געלייגט זייערע ארכיוון אנליין ס'וואלט לכאורה געווען אינטרעסאנט פארן עולם חוקרים ויודעים פה באייוועלט דא האט איר דעם אדרעססע
קיווי סטראבערי האט געשריבן:וויפיל מ'ווייסט איז דער אלשיך הק' געווען דער ערשטער וואס האט זיך אפגעגעבן דערמיט ס'דא א קול קורא פון איהם אין איינע פון זיינע ספרים לטובת די עניי ארץ ישראל
מנכע וולען זאגען אז די רמב"ן איז גאר געווען דער וואס האט אנגעהויבען דאס געלט שאפן בחו"ל און די ארגענעלע נאנען איז געווען על שמו קופת רמב"ן געזען אמאל און איינע פון די קובצים
וללמוד אני צריך האט געשריבן:וואס פאר א שייכת האט דער תנא הקדוש רבי מאיר מיט עניי ארץ ישראל מער וואו אלע אנדערע הייליגע תנאים און צדיקים?
איך האב געפרעגט די קשיא איינעם אין ביהמ"ד היינט, פארשרייט ער מיר: נו, מסורה!
מורא'דיגע ווערטער: מתוך שו"ת אמרי א"ש להמהר"ם א"ש זצ"ל, ביו"ד סי' ק"ב (אלעס איז כתי"ק אפילו די איינגערינגלטע) ...כי הצדיק [רבי מאיר בעל הנס] ראה בדורו גם הוא העוני והלחץ אשר בני אה"ק נלחצים ונדחקים (כי כן הי' מימות עולם עיין מ"ש מהרי"ל ב"ח בקונטרס הסמיכות מן הלחץ והדוחק הגדול הגדול שהי' בימיו) וצוה רבי מאיר בעל הנס לפני פטירתו כי מי שיתנדב בעד נשמתו לצדקה הוא יליץ בעדו לפני בי"ד של מעלה להטיבו ולהצליחו, וכבר ידענו שתפילת הצדיקים תעלה לפני ה' ית"ש גם לאחר פטירתם, כמבואר בכמה מקומות בספרן של צדיקים, והי' הצדיק ההוא מפורסם בדורו לאיש מופת באמת, ויאמינו בדבריו כי לא ישובו ריקם, זה נראה בעיני אמת.... דברי ידידו דש"ת הק' מאיר א"ש חופק״ק אונגוואר יע״א.
וללמוד אני צריך האט געשריבן:וואס פאר א שייכת האט דער תנא הקדוש רבי מאיר מיט עניי ארץ ישראל מער וואו אלע אנדערע הייליגע תנאים און צדיקים?
איך האב געפרעגט די קשיא איינעם אין ביהמ"ד היינט, פארשרייט ער מיר: נו, מסורה!
די סיבה איז פשוט ווייל רמבה"נ ליגט אנגעבליך און טבריה און דארט האט זיך אנגעעהיובען דאס געלט געשאפאכץ על שמו. און וויבאלד די אנשי טבריה האבן פארגעסען צי לייגען א טרעד מארק איז געשען וואס איז געשען
כ'האב נישט געוואלט פרעגן בשעת די קאמפיין איז אנגעגאנגען, ווייל איך האב נישט געוואלט שאדן מאכן פאר קיינעם. אבער יעצט איז עס נישט נוגע אויף די מינוט, און האפנטליך ביז עס וועט שוין זיין נוגע נאכאמאל וועט עס שוין זיין פארענטפערט.
צווישן די פארשידענע כוללים רבי מאיר בעל הנס איז פארגעקומען אינדערהיים אסאך אסאך אומאנגענעמע ענינים. עס איז געווען א ביטערע מחלוקה רח"ל. אין די ענדע, איז געווען איינגעטיילט אז יעדע געגנט האט געהאט זיין פושקע און זיין כולל. און עס איז געווען א היפשע קפידה - קען זיין פון די שטערקסטע קפידות - אז מען מישט נישט די כוללים. יעדע געגנט זיין כולל, און קיינער קומט נישט אריין ביי יענעם.
אויך איז געווען זיבנבערגן פון יענע געגנט. אבער די עיקר איז געווען וזר לא יתערב. יעדער גייט פאר זיך. און יעדער טיילט פאר זיך. יעדער קלייבט און טיילט פאר די אייגענע מענטשן.
--
דא אין אמעריקע איז דאך א שמעלץ טאפ. איז דא פון אלע סארטן אידן, אפשטאמיג פון אלע מדינות. פון פוילן, פון אונגארן, אשכנזי'ש, ספרדי'ש וכו'. דאך האט זיך עס אזוי אויסגעשטעלט, אז א ביישפיל אין וויליאמסבורג האט מען כמעט נישט געזען קיין פושקע פון חבת ירושלים. אין בארא פארק מער.
אלענפאלס, די פארלאפענע עטליכע יאר, האט זיך דאס געטוישט. חבת ירושלים האט אנגעהויבן א שטארקע קאמפיין אין וויליאמסבורג. אסיפות הרבנים'ס, עדס שטארקע דינער'ס אא"וו.
--
אויבן אויף איז דאס שווער. אויב האט מען אינדערהיים - נאך דמים תרתי משמע ליידער - אפגעמאכט אז די געגנטער זענען געטיילט, איז פארוואס האט זיך דאס געטוישט? פארוואס דא אין אמעריקע, קען מען יא גיין ביי יוצאי הונגעריגע מיט די חבת ירושלים פושקע? לכאורה "אין בי"ד יכול לבטל דברי בי"ד חברו אלא אם כן גדול ממנו בחכמה ובמניין".
איז די אויבן אויף ענטפער, "אמעריקע איז געמישט". דא זענען דא אפשטאמיגע פון אלע. און דעריבער מעגן אלע גיין. און די אנדערע טענה איז, "פונקט ווי שומרי החומות גייט צו יעדעם, מעג חבת ירושלים אויך גיין צו יעדעם".
--
איז לאמיר דאס אביסל צונעמען, לאמיר אויסשמועסן וואס איז מיר שווער, און לאמיר זעהן צו עס האט א געהעריגע ענטפער. (פול דיסקלאוזשור, איך בין א שומרי החומות אפשטאמיגער פון אלע זייטן. ניטאמאל זיבנבערגן, כ"ש נישט חבת ירושלים.)
לאמיר ערשט גיין מיט'ן צווייטן טענה. "פונקט ווי שומרי החומות גייט צו יעדעם, מעג חבת ירושלים אויך גיין צו יעדעם." לענ"ד איז די טענה נישט ריכטיג פאר עטליכע סיבות.
ערשטנס, די באקאנטע ווארט "טו ראנגס דאזענט מעיק איט רייט". עס קען זיין אז שומרי החומות איז נישט גערעכט, אבער צו דאס מיינט עס וועגן דעם אז חבת ירושלים מעג אצינד אויך באגיין א אומרעכט? אויב איז עס אומריכטיג צו זאמלען ביי אנדערע, מעגסטו נישט זאמלען. אויב יענער זאמלט יא, איז דאס יענעמ'ס פראבלעם, קענסט יענעם אפילו רופן צו דין תורה.. אבער דאס גיט דיר נישט קיין היתר צו אויך באגיין א פעלער.
צווייטנס, למעשה אויב איז טאקע געמישט, און עס איז נישטא קיין געהעריגע גרעניצן, למעשה האט אבער שומרי החומות די חזקה. זיי זאמלען אין וויליאמסבורג די אלע יארן כמעט עקסקלוסיוו - און בכלל איבעראל פיל שטערקער ווי חבת ירושלים אדער זיבנבערגן - און זיי האבן די חזקה אויף זאמלען. און אויב האלט חבת ירושלים אז זיי האבן נישט קיין רעכט, און זיי האלטן אז היינט איז געמישט, איז המוצא מחבירו עליו הראיה. קום דו און ווייז אויף אז דו מעגסט נעמען פון וואס זיי נעמען, זיי האבן למעשה די חזקה. (די טענה איז מער א געפיל טענה, ווייל כ'בין נישט זיכער צו אין די הלכה קען מען דא זאגן חזקה. קען זיין יא, אבער כ'בין נישט זיכער.)
דריטנס - און לענ"ד די עיקר - ווי איך קוק עס אן אזוי. לאמיר זאגן עס איז א ספק. למעשה איז אמעריקע געמישט. און ווען איך קלאפ מיט א פושקע, איז עס א ספק צו יענער איז א אונגארישער, אדער א פוילישער.
און אויב אזוי - לכאורה - מעגן ביידע נישט גיין. יעדער דארף זיין מסופק צו איך נעם נישט פון איינעם אן רעכט. און אויבן אויף איז דאס די טענה פון חבת ירושלים, ווייל אויב איז געמישט, און דו מעגסט גיין צו יעדעם, מעג איך אויך.
אבער איך האלט אז דאס איז זייער נישט ריכטיג. ווייל אין די הלכה גייט מען נאך רוב. און מען זאגט כל דפריש מרובא פריש. און די הלכה נוצט מען זייער אסאך מאל אויף למעשה, צו אז מען מעג קויפן פרוכט אין א געשעפט און מען דארף נישט חושש זיין אז עס קומט פון אר"י און איז נישט אפגעשיידט להלכה מעשר אדער שמיטה וכדו'. דאס נוצט מען אויך - עכ"פ ביז עטליכע יאר צוריק ביז ווען די מציאות האט זיך געטוישט - אז מען האט געטרינקען חמץ בראנפן, כאטש וואס פון די קאמפאניס זענען געווען פון אידן פרייע ליידער.
עכ"פ דאס איז נאר צוויי משלים, אבער עס איז א זייער ברייט באנוצטע הלכה למעשה. טא אויב אזוי, זינט די פאקט איז, אז אזא גרויסע רוב פון אידן אין די שטעט ווי וויליאמסבורג - און בכלל אמעריקע - זענען אונגארישע, כ"ש ווען מען רעדט פון היימישע אידן וואס זענען געבליבן פרום נאכן חורבן, איז דאך זייער מסתבר אז די שומרי החומות קען טענה'ן אז זיי מעגן נעמען אן פרעגן פראגעס, עפעס וואס די חבת ירושלים קען זיך לכאורה נישט ערלויבן.
--
אצינד צו די ערשטע טענה בכלל אז היינט איז אלס געמישט. דאס איז לכאורה אינגאנצן נישט קיין טענה לויט די מציאות פון די חלוקות.
ר' ישראל שטערן פון לאנדאן זאגט אלץ ביים שומרי החומות דינער: ס'איז אן אונגארישע קאסע ווייל מ'געט נאר פאר אונגארישע, אבער נעמען נעמט מען פון יעדעם אן קיין דיסקרימינאציע...
איך בין טאקע נייגעריג אין די היסטאריע פון די מחלוקת, אבער דאס איז זיכער אז די מחלוקה האט שוין לאנג עקספייערט, יעדער נעמט פון יעדעם און געט פאר וועמען מ'וויל.
מיר האבן זיך געלערנט פון רבי'ן זי"ע אז מ'טיילט אן קיין חשבונות ווילאנג ס'קומט אן אויף גוטע ערטער. און מ'דאנק דעם אויבערשטן אז מ'קען געבן און מ'דארף נישט נעמען.