תולדות הכוללים לצדקת רמבעה"נ והמסתעף

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

ראש הקהל האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:כפי הנשמע פארמאגט דער אונגארישער כולל שומרי החומות אויך אן אומשאבארער אוצר פון אידן בתפוצות אריינגערעכנט פון אידן אין אמעריקא נאך פאר הונדערט יאר צוריק ווען זיי האבן געהאט דאהי א פולשטענדיגער געלט זאמלען אפעראט און גענומען קרן קיימת'ן וכדו'.
מיר פרעגן ווען וועלן די אלע קומען צום שכל און געהעריג לייברערירן זייערע אוצרות און דאקומענטן למען יעמדו לזכרון לימים רבים?

אפשר וואלט מען געדארפט לייגן א דרוק אויף די גבאי הכולל דאהי אין אמעריקא אז די היסטארישע אוצרות זאלן ווערן געהעריג מסודר לטובת הציבור.


ווען כ'האב זיי אמאל געבעטן פאר א דאקומענט, האבען זיי מיר גע'ענטפערט, אז ס'איז געוועהן א גרויסע שריפה דארט און זייער אוצר, און ס'איז פארברענט געווארן אסאך זאכן... אבידות שאין להם תמורות, ווארשיינליך ווארטן זיי אויף נאך שריפות...

אדער איר זענט נישט פון זייערע חשוב'ע תומכים...
ווען א תומך פון אמעריקא גייט דארט אהין, ווערן אלע טויערן געעפענט און מען טרעפט אלעס וואס ער זוכט...
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

דאן זענען דאך יא גערעכט מיטן צוריקהאלטן די אוצרות פונעם פאבליקום...
לחיים ולברכה!
אוועטאר
געדיך אוואש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2015 1:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדיך אוואש »

מאטקע האט געשריבן:ווייסט איינער ווי כ'קען טרעפען פרטים אין סדר השתלשלות, איבער דעם פרשה וואס האט גורם געווען דעם טיילונג פון דעם געגענט, פון כולל גאליציע און בוקאווינא, און צו עפענען אן אייגענען כולל בראשות הגאונים בעל "דרכי תשובה", "ערוגת הבושם" ועוד זצ"ל.

אין אגרות שפירין איז דא פארשידענע בריווען, ווי נאך.

א דאנק

אין ספר חיבתן של אבות וואס איז ארויסגעקומען דורך כולל חבת ירושלים פאר צוויי יאר צוריק אין לאנדאן ווערט עס אראפגעלייגט מיט אלע פרטים, אויך אין די נייע תולדות ערוגת הבשם
וללמוד אני צריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

צדקת רבי מאיר בעל הנס - אלקא דמאיר ענני

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וללמוד אני צריך »

שאלה: ווען האט זיך אנגעהויבען דאס ענין פון געבן געלט פארן אלטן יישב, לצדקת רבי מאיר בעל הנס? ווער איז דער ערשטער גדול וואס האט דאס איינגעפירט? וואו איז דער מקור אין חז"ל?
אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר האלף
תגובות: 1057
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיווי סטראבערי »

וויפיל מ'ווייסט איז דער אלשיך הק' געווען דער ערשטער וואס האט זיך אפגעגעבן דערמיט
ס'דא א קול קורא פון איהם אין איינע פון זיינע ספרים לטובת די עניי ארץ ישראל
וללמוד אני צריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וללמוד אני צריך »

קיווי סטראבערי האט געשריבן:וויפיל מ'ווייסט איז דער אלשיך הק' געווען דער ערשטער וואס האט זיך אפגעגעבן דערמיט
ס'דא א קול קורא פון איהם אין איינע פון זיינע ספרים לטובת די עניי ארץ ישראל

אפשר קענט איר אזוי גוט זיין און צוצייכענען א מראה מקום.

2) וואס פאר א שייכת האט דער תנא הקדוש רבי מאיר מיט עניי ארץ ישראל מער וואו אלע אנדערע הייליגע תנאים און צדיקים?
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

נחמן נתן האט געשריבן:אזוי אויך איז געווען אקעגן יח"ל וועלכע האבן געגרינדעט פושקעס לטובת די ישיבה, און א פסק פון גדולי ישראל לאיסור איז דאן פובליצירט געווארן, צוליב די גרעון אין צדקת רמבעה"נ.


אויפפאדערונג פון ממוני ומנהלי הכוללים
אטעטשמענטס
a_ignore_q_80_w_1000_c_limit_1 (3).jpg
a_ignore_q_80_w_1000_c_limit_1 (3).jpg (194.72 KiB) געזען 3811 מאל
לחיים ולברכה!
אפטא
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 9:21 pm

כולל רומניה - ראמעניען - רומענישע כולל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפטא »

וועגן דעם כולל איז נאך כמעט נישט ארום גערעדט געווארן אין דעם אשכול, כ'בין זייער אינטרעסירט אויב ס'איז דא ווער ס'ווייסט עפעס דערוועגן דאקומענטן וכדו' בעיקר פון תר"ס און ווייטער
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יהיה כן האט געשריבן:כ'האב באקומען פון א ארגאניזעישאן אין אימעיל
כולל חיבת ירושלים גאליציאנע כולל, האט ארויף געלייגט זייערע ארכיוון אנליין
ס'וואלט לכאורה געווען אינטרעסאנט פארן עולם חוקרים ויודעים פה באייוועלט
דא האט איר דעם אדרעססע

ארכיוון כולל חיבת ירושלים לצדקת ר' מאיר בעל הנס

כ'האב נאך נישט געהאט קיין צייט צי זיך אומקוקן וואס דארט טיצעך, אבער כ'פארלאזיך אויפן עולם דא, ישמע חכם ויוסף לקח
עס ווערט דארט אויסגערעכנט האלברשטאם'ס פון צאנז ועוד

דרוקסארט און זיגל פונעם גאליציאנער כולל משנת תרפ"ז
חבת ירושלים.png
חבת ירושלים.png (543.43 KiB) געזען 3467 מאל

דער צווייטער על החתימה זעהט אויס 'אברהם בראנדוויין' מי זה? ומי הראשו החותם?
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

איך ליין עס שלמה דוב/דוד שטיינבערג
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

וללמוד אני צריך האט געשריבן:וואס פאר א שייכת האט דער תנא הקדוש רבי מאיר מיט עניי ארץ ישראל מער וואו אלע אנדערע הייליגע תנאים און צדיקים?

איך האב געפרעגט די קשיא איינעם אין ביהמ"ד היינט, פארשרייט ער מיר: נו, מסורה!
אוועטאר
אביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 369
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 02, 2018 12:26 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביש »

קיווי סטראבערי האט געשריבן:וויפיל מ'ווייסט איז דער אלשיך הק' געווען דער ערשטער וואס האט זיך אפגעגעבן דערמיט
ס'דא א קול קורא פון איהם אין איינע פון זיינע ספרים לטובת די עניי ארץ ישראל

מנכע וולען זאגען אז די רמב"ן איז גאר געווען דער וואס האט אנגעהויבען דאס געלט שאפן בחו"ל
און די ארגענעלע נאנען איז געווען על שמו קופת רמב"ן
געזען אמאל און איינע פון די קובצים
עושר אדיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 5:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עושר אדיר »

אדער יא האט געשריבן:
וללמוד אני צריך האט געשריבן:וואס פאר א שייכת האט דער תנא הקדוש רבי מאיר מיט עניי ארץ ישראל מער וואו אלע אנדערע הייליגע תנאים און צדיקים?

איך האב געפרעגט די קשיא איינעם אין ביהמ"ד היינט, פארשרייט ער מיר: נו, מסורה!


מורא'דיגע ווערטער:
מתוך שו"ת אמרי א"ש להמהר"ם א"ש זצ"ל, ביו"ד סי' ק"ב (אלעס איז כתי"ק אפילו די איינגערינגלטע)
...כי הצדיק [רבי מאיר בעל הנס] ראה בדורו גם הוא העוני והלחץ אשר בני אה"ק נלחצים ונדחקים (כי כן הי' מימות עולם עיין מ"ש מהרי"ל ב"ח בקונטרס הסמיכות מן הלחץ והדוחק הגדול הגדול שהי' בימיו) וצוה רבי מאיר בעל הנס לפני פטירתו כי מי שיתנדב בעד נשמתו לצדקה הוא יליץ בעדו לפני בי"ד של מעלה להטיבו ולהצליחו, וכבר ידענו שתפילת הצדיקים תעלה לפני ה' ית"ש גם לאחר פטירתם, כמבואר בכמה מקומות בספרן של צדיקים, והי' הצדיק ההוא מפורסם בדורו לאיש מופת באמת, ויאמינו בדבריו כי לא ישובו ריקם, זה נראה בעיני אמת....
דברי ידידו דש"ת הק' מאיר א"ש חופק״ק אונגוואר יע״א.
אוועטאר
אביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 369
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 02, 2018 12:26 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביש »

אדער יא האט געשריבן:
וללמוד אני צריך האט געשריבן:וואס פאר א שייכת האט דער תנא הקדוש רבי מאיר מיט עניי ארץ ישראל מער וואו אלע אנדערע הייליגע תנאים און צדיקים?

איך האב געפרעגט די קשיא איינעם אין ביהמ"ד היינט, פארשרייט ער מיר: נו, מסורה!

די סיבה איז פשוט ווייל רמבה"נ ליגט אנגעבליך און טבריה און דארט האט זיך אנגעעהיובען דאס געלט געשאפאכץ על שמו. און וויבאלד די אנשי טבריה האבן פארגעסען צי לייגען א טרעד מארק איז געשען וואס איז געשען
וללמוד אני צריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וללמוד אני צריך »

א קלארן בירור דורך היעדן הנפלא הרב ר' ישעי' אשר זעליג מיללער, בענין צדקת רבי מאיר בעל הנס.

--------

זעט אויס אז אפילו עס שטייט אז די פייל איז עטעטשט, קען מען עס משום איזה סיבה נישט זען.
צד תמות
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד תמות »

וללמוד אני צריך האט געשריבן:א קלארן בירור דורך היעדן הנפלא הרב ר' ישעי' אשר זעליג מיללער, בענין צדקת רבי מאיר בעל הנס.

--------

זעט אויס אז אפילו עס שטייט אז די פייל איז עטעטשט, קען מען עס משום איזה סיבה נישט זען.

אפשר איז עס צו גרויס
פראביר אפשר צו לייגן א לינק
וללמוד אני צריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וללמוד אני צריך »

צד תמות האט געשריבן:
וללמוד אני צריך האט געשריבן:א קלארן בירור דורך היעדן הנפלא הרב ר' ישעי' אשר זעליג מיללער, בענין צדקת רבי מאיר בעל הנס.

--------

זעט אויס אז אפילו עס שטייט אז די פייל איז עטעטשט, קען מען עס משום איזה סיבה נישט זען.

אפשר איז עס צו גרויס
פראביר אפשר צו לייגן א לינק

דאס איז שוין נאכן קאמפרעסן.
צד תמות
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד תמות »

פראביר צו לייגן א דראפבאקס לינק וכדומה
אדער דא
וללמוד אני צריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וללמוד אני צריך »

שטיקלאך פון שו"ת 'אמרי אש' ווי ער רעדט פון צדקת רבי מאיר בעל הנס. עס כדי נאכצוקוקן דעם גאנצן תשובה, יורה דעה סי' ק"ג.
אטעטשמענטס
ב
ב
ב-min.png (69.93 KiB) געזען 2798 מאל
א
א
א.PNG (101.71 KiB) געזען 2798 מאל
וללמוד אני צריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וללמוד אני צריך »

צד תמות האט געשריבן:פראביר צו לייגן א דראפבאקס לינק וכדומה
אדער דא

ס'קומט ארויף אן 'עראר מעסעדזש'.
צד תמות
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד תמות »

מאמר מהריא"ז מיללער שי'

באדיבות הרב וללמוד אני צריך, תשוחח"ל.
וללמוד אני צריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וללמוד אני צריך »

צד תמות האט געשריבן:מאמר מהריא"ז מיללער שי'

באדיבות הרב וללמוד אני צריך, תשוחח"ל.

א דאנק!
עם לבבנו
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 21, 2018 11:21 pm

רמבע"ה - שומרי החומות - חבת ירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עם לבבנו »

כ'האב נישט געוואלט פרעגן בשעת די קאמפיין איז אנגעגאנגען, ווייל איך האב נישט געוואלט שאדן מאכן פאר קיינעם. אבער יעצט איז עס נישט נוגע אויף די מינוט, און האפנטליך ביז עס וועט שוין זיין נוגע נאכאמאל וועט עס שוין זיין פארענטפערט.

צווישן די פארשידענע כוללים רבי מאיר בעל הנס איז פארגעקומען אינדערהיים אסאך אסאך אומאנגענעמע ענינים. עס איז געווען א ביטערע מחלוקה רח"ל. אין די ענדע, איז געווען איינגעטיילט אז יעדע געגנט האט געהאט זיין פושקע און זיין כולל. און עס איז געווען א היפשע קפידה - קען זיין פון די שטערקסטע קפידות - אז מען מישט נישט די כוללים. יעדע געגנט זיין כולל, און קיינער קומט נישט אריין ביי יענעם.

אויך איז געווען זיבנבערגן פון יענע געגנט. אבער די עיקר איז געווען וזר לא יתערב. יעדער גייט פאר זיך. און יעדער טיילט פאר זיך. יעדער קלייבט און טיילט פאר די אייגענע מענטשן.

--

דא אין אמעריקע איז דאך א שמעלץ טאפ. איז דא פון אלע סארטן אידן, אפשטאמיג פון אלע מדינות. פון פוילן, פון אונגארן, אשכנזי'ש, ספרדי'ש וכו'. דאך האט זיך עס אזוי אויסגעשטעלט, אז א ביישפיל אין וויליאמסבורג האט מען כמעט נישט געזען קיין פושקע פון חבת ירושלים. אין בארא פארק מער.

אלענפאלס, די פארלאפענע עטליכע יאר, האט זיך דאס געטוישט. חבת ירושלים האט אנגעהויבן א שטארקע קאמפיין אין וויליאמסבורג. אסיפות הרבנים'ס, עדס שטארקע דינער'ס אא"וו.

--

אויבן אויף איז דאס שווער. אויב האט מען אינדערהיים - נאך דמים תרתי משמע ליידער - אפגעמאכט אז די געגנטער זענען געטיילט, איז פארוואס האט זיך דאס געטוישט? פארוואס דא אין אמעריקע, קען מען יא גיין ביי יוצאי הונגעריגע מיט די חבת ירושלים פושקע? לכאורה "אין בי"ד יכול לבטל דברי בי"ד חברו אלא אם כן גדול ממנו בחכמה ובמניין".

איז די אויבן אויף ענטפער, "אמעריקע איז געמישט". דא זענען דא אפשטאמיגע פון אלע. און דעריבער מעגן אלע גיין. און די אנדערע טענה איז, "פונקט ווי שומרי החומות גייט צו יעדעם, מעג חבת ירושלים אויך גיין צו יעדעם".

--

איז לאמיר דאס אביסל צונעמען, לאמיר אויסשמועסן וואס איז מיר שווער, און לאמיר זעהן צו עס האט א געהעריגע ענטפער. (פול דיסקלאוזשור, איך בין א שומרי החומות אפשטאמיגער פון אלע זייטן. ניטאמאל זיבנבערגן, כ"ש נישט חבת ירושלים.)

לאמיר ערשט גיין מיט'ן צווייטן טענה. "פונקט ווי שומרי החומות גייט צו יעדעם, מעג חבת ירושלים אויך גיין צו יעדעם." לענ"ד איז די טענה נישט ריכטיג פאר עטליכע סיבות.

ערשטנס, די באקאנטע ווארט "טו ראנגס דאזענט מעיק איט רייט". עס קען זיין אז שומרי החומות איז נישט גערעכט, אבער צו דאס מיינט עס וועגן דעם אז חבת ירושלים מעג אצינד אויך באגיין א אומרעכט? אויב איז עס אומריכטיג צו זאמלען ביי אנדערע, מעגסטו נישט זאמלען. אויב יענער זאמלט יא, איז דאס יענעמ'ס פראבלעם, קענסט יענעם אפילו רופן צו דין תורה.. אבער דאס גיט דיר נישט קיין היתר צו אויך באגיין א פעלער.

צווייטנס, למעשה אויב איז טאקע געמישט, און עס איז נישטא קיין געהעריגע גרעניצן, למעשה האט אבער שומרי החומות די חזקה. זיי זאמלען אין וויליאמסבורג די אלע יארן כמעט עקסקלוסיוו - און בכלל איבעראל פיל שטערקער ווי חבת ירושלים אדער זיבנבערגן - און זיי האבן די חזקה אויף זאמלען. און אויב האלט חבת ירושלים אז זיי האבן נישט קיין רעכט, און זיי האלטן אז היינט איז געמישט, איז המוצא מחבירו עליו הראיה. קום דו און ווייז אויף אז דו מעגסט נעמען פון וואס זיי נעמען, זיי האבן למעשה די חזקה. (די טענה איז מער א געפיל טענה, ווייל כ'בין נישט זיכער צו אין די הלכה קען מען דא זאגן חזקה. קען זיין יא, אבער כ'בין נישט זיכער.)

דריטנס - און לענ"ד די עיקר - ווי איך קוק עס אן אזוי. לאמיר זאגן עס איז א ספק. למעשה איז אמעריקע געמישט. און ווען איך קלאפ מיט א פושקע, איז עס א ספק צו יענער איז א אונגארישער, אדער א פוילישער.

און אויב אזוי - לכאורה - מעגן ביידע נישט גיין. יעדער דארף זיין מסופק צו איך נעם נישט פון איינעם אן רעכט. און אויבן אויף איז דאס די טענה פון חבת ירושלים, ווייל אויב איז געמישט, און דו מעגסט גיין צו יעדעם, מעג איך אויך.

אבער איך האלט אז דאס איז זייער נישט ריכטיג. ווייל אין די הלכה גייט מען נאך רוב. און מען זאגט כל דפריש מרובא פריש. און די הלכה נוצט מען זייער אסאך מאל אויף למעשה, צו אז מען מעג קויפן פרוכט אין א געשעפט און מען דארף נישט חושש זיין אז עס קומט פון אר"י און איז נישט אפגעשיידט להלכה מעשר אדער שמיטה וכדו'. דאס נוצט מען אויך - עכ"פ ביז עטליכע יאר צוריק ביז ווען די מציאות האט זיך געטוישט - אז מען האט געטרינקען חמץ בראנפן, כאטש וואס פון די קאמפאניס זענען געווען פון אידן פרייע ליידער.

עכ"פ דאס איז נאר צוויי משלים, אבער עס איז א זייער ברייט באנוצטע הלכה למעשה. טא אויב אזוי, זינט די פאקט איז, אז אזא גרויסע רוב פון אידן אין די שטעט ווי וויליאמסבורג - און בכלל אמעריקע - זענען אונגארישע, כ"ש ווען מען רעדט פון היימישע אידן וואס זענען געבליבן פרום נאכן חורבן, איז דאך זייער מסתבר אז די שומרי החומות קען טענה'ן אז זיי מעגן נעמען אן פרעגן פראגעס, עפעס וואס די חבת ירושלים קען זיך לכאורה נישט ערלויבן.

--

אצינד צו די ערשטע טענה בכלל אז היינט איז אלס געמישט. דאס איז לכאורה אינגאנצן נישט קיין טענה לויט די מציאות פון די חלוקות.

אויב זאגסטו, אז וויבאלד עס איז געמישט, מעגן מען נעמען ביי יעדעם, אויב אזוי, פארוואס טיילסטו נישט פאר יעדעם??!!

די פאקט איז, אז די חלוקות גייט נאך יא אן אזוי ווי אמאל. א אונגארישער קען נישט באקומען ביי חבת ירושלים. אויב אזוי, וויאזוי זאמלסטו ביי אונגארישע? קענסט נישט אנכאפן די שטעקן פון ביידע זייטן. זאמלען יא - ווייל עס איז געמישט - אבער טיילן נישט.

איי, אויב אזוי איז די זעלבע טענה אויף שומרי החומות? איז צוריק צו וואס כ'האב פריער געשריבן, ערשטנס קען טאקע זיין, און צווייטנס, לכאורה איז א גרויסע חילוק צווישן די צוויי.

--

אויב איינער קען מיר אויסקלארן, פארשטייט זיך איידל, נישט אז דא זאל ווערן א קאראטשקע... וואלט איך הנאה געהאט צו הערן.
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

Re: רמבע"ה - שומרי החומות - חבת ירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

די שאלה איז צי די וואס באקומען פונעם כולל זענען איינגעטיילט לויט ווי עס איז געווען אמאל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: רמבע"ה - שומרי החומות - חבת ירושלים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

ר' ישראל שטערן פון לאנדאן זאגט אלץ ביים שומרי החומות דינער: ס'איז אן אונגארישע קאסע ווייל מ'געט נאר פאר אונגארישע, אבער נעמען נעמט מען פון יעדעם אן קיין דיסקרימינאציע...


איך בין טאקע נייגעריג אין די היסטאריע פון די מחלוקת, אבער דאס איז זיכער אז די מחלוקה האט שוין לאנג עקספייערט, יעדער נעמט פון יעדעם און געט פאר וועמען מ'וויל.

מיר האבן זיך געלערנט פון רבי'ן זי"ע אז מ'טיילט אן קיין חשבונות ווילאנג ס'קומט אן אויף גוטע ערטער. און מ'דאנק דעם אויבערשטן אז מ'קען געבן און מ'דארף נישט נעמען.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”