די "איבערלעבער ש"ס", די "אמעריקאנע ארמיי ש"ס"

דאקומענטאציע פונעם צווייטן וועלט קריג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

די "איבערלעבער ש"ס", די "אמעריקאנע ארמיי ש"ס"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

ויהי אחר המגפה, נאך די צווייטע וועלט מלחמה, זענען בערך 250,000 ביז 300,000 אידן געבליבן אין די. פי. קעמפס, נישט קענענדיג, אדער נישט ווילענדיג צוריק גיין צו זייערע אלטע היימען, און אימעגראציע צו פרייע לענדער איז אויך נאך נישט געווען מעגליך געהעריג, זענען זיי געבליבן אין אזעלעכע קעמפס אויפגעשטעלט אין געוועזענע לאגערען אדער אין געוועזענע מיליטערישע קעמפס (די. פי. קעמפס (דיספלעיסט פערסענס קעמפס) איז א לאנגע סגיא פאר זיך, און עס איז שוין מן הסתם באהאנדעלט געווארן דא אין קרעטשמע, און אז נישט דארף עס אן עקסטערע באהאנדלונג, דא וויל איך זיך באציען צו איין ענין אין די די. פי. קעמפס, דאס איז דעם דריקן די באוויסטע ש"ס)

אין די די. פי. קעמפס, האבן די רבנים און עסקנים, שווער געארבייט צוריק צו שטעלען די אידישקייט, ביי די פארבליבענע אידן.

פארשטייט זיך אז איינע פון די וויכטיגסטע זאכן פאר אידישקייט איז ספרים. ספרים איז נישט געווען צו באקומען וויל ס'רוב זענען סיסטעמאטיש פארברענט געוואררן דורך די פארשאלטענע דייטשען ימ"ש וזכרם לדורות ולעולמי עד, איז טאקע געווען א גרויסע עסקנות, צו דריקן פארשידענע ספרים.
דאס דרוקען איז געווען זייער שווער ווייל פאפיר און אנדערע סחורה פאר דרוקען איז נישט געווען צו באקומען, און גרויסע לייט אנגעפיערט דורך די וועד הצלה (אויך א סגיא פאר זיך, רחבה מני ים) האבן שווער געארבייט איבער צו קומען די שוועריקייטן, און טאקע למעשה מצליח געווען צו דריקען טוזענטער ספרים פון אלע סארטען.

(דאס ענין פון דרוקען ספרים אין די קעמפס בכלל איז א ברייטע ענין, און די זעלבע ווי די שמועס פון די "די. פי. קעמפס" זעלבסט, דארף עס א עקסטערע באשרייבונג, אבער ווי פריער געשריבן, באצו איך זיך נאר איבער דאס דריקען די באוויסטע ש"ס.)

אין די אלעאירטע אקאפירטע דייטשלאנד, אין די אמעריקאנע זאנע,(ווי באוואסט האט מען איינגעטיילט דייטשלאנד צווישען די זיגער פונעם קריג, א חלק פאר די קומוניסטען, און א חלק פאר די פרייע, ואכמ"ל) האט די רבנישע פירערשאפט, באשלאסען אז כדי צו קענען אנצוגיין מיט צוריק שטעלען דאס אידישער פאלק מען מוז דרינגענד דריקען א "פול סייז" ש"ס (א "פאקעט סייז" האט שוין די פריער דערמאנטע וועד הצלה געדריקט).

די רבנישע פירערשאפט איז באשטאנען פון הרב שמואל אבא סנעיג, און זיין געהילף הרב שמואל יעקב רויז.

דער רב, ר' שמואל אבא סנעיג איז געווען געבוירן און ראקישוק ליטא, געלערענט און סלאבאדקע, ער איז געווען די "הויפט ראבינער פון די ליטווישע ארמיי" דורך די קריג, אין איז אנגעקומען ביזן קארנעל ראנג, דערנאך איז ער געכאפט געווארן און געווארן פארשיקט אין קאוונע געטא, ווי ער האט געדיענט אין די קאוונע געטא יודנראט.

נאכן קריג איז ער געווארן די "טשערמאן און הויפט ראבינער פון די אמעריקאנער זאנע אין די אקופיערטע דייטשלאנד" און א מעמבער און די פיערערשאפט פון די "צענטראלע קאמיטע פאר באפרייטע אידן, אין די אקאפירטע דייטשלאנד, אין די אמעריקאנע זאנע ", (וועד אגודת הרבנים, זיי האבן זיך אפגעגעבן מיט ארויס העלפען די שארית הפליטה, ווידער א פרשה פאר זיך).

זיין געהילף הרב שמואל יעקב רויז, איז געווען אלט אינגאנצען 34 יאר נאכן קריג, ער איז אויך געווען א תלמוד פון סלאבאדקע, און האט נאך עספיעט צו באקומען סמיכה הארט פאר די רשעים זענען אריינגעקומען, ער האט ביי די מלחמה פארלוירן זיין גאנצע משפחה, זיין טאטע מאמע, דריי ברודער און איין שוועסטער, ער איז פאר די באפרייונג געווען זייער קראנק, און די אליערטע טרופען האבן אים גענומען אין א שפיטאל ווי עס האט געדויערט פיר מאנאטען אז ער זאל זיך ערהוילן.
אטעטשמענטס
ר' שמואל אבא סנעיג מיטן בארד
ר' שמואל אבא סנעיג מיטן בארד
שמואל יעקב רויזs.jpg
ר' שמואל יעקב רויז
ר' שמואל יעקב רויז
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

ר' שמואל אבא האט געוואלט אריינדרייען די אמעריקאנער רעגירונג כדי זיי זאלן ארויס העלפען מיט פאנדינג, און אויך צו באקומען די נויטיגע מאטריאל, און אזוי ווי ער האט נישט געקענט קיין ענגליש, האט ער זיך פארבינדען מיט ראביי פיליפ סידני בערענשטיין, א ריפארם ראביי פון טעמפל ברית קודש אין ראטטשעסטער, (א ארטעדאקסישער קהלה וואס איז געווארן רעפארם ליידער, אגב בערענשטיין האט צוריק געברענגט אסאך טרעדיציעס נענטער צו ארטעדאקס) ער איז ביים קריג געווען א טשעפלאן אין די אמעריקאנער ארמיי, און אין 1946 איז ער געווארן "עדווייזער אוו דזואיש עפפערס" צו גענעראל מעקנארני די מיליטערישער פירער פון די אקיופיערטער דייטשלאנד, ער איז געווען די פארהאנדלער צווישען די ארמיי (וואס איז געווען די דע פעקטא בעל הבית אין דייטשלאנד, ווי ביי יעדע אקופאציע) און די די. פי. אידן ,(ער האט דורך די יארן א געוואלד געהאלפן די אידן דארט, ווידער א עקסטערע געשיכטע).
ר' שמואל אבא האט געבעטן פון בערענשטיין אז ער זאל בעטן גענעראל מעקנארני, צו העלפען דריקען דעם ש"ס.

בערענשטיין האט זיך זייער ווארעם צוגעכאפט דערצו, בערענשטיין האט אפגעשריבן פארן גענעראל די וויכטיקייט פון דעם "תלמוד" פאר אידן און אז די גאנצער אידישער צוקומפט איז געוואנדען אין דעם אז אידן זאלן ווייטער קענען לערנען תורה, און וועגען דעם האט היטלער ימ"ש געהייסן פארברענען די ספרים, ווייל ער האט געוויסט אז מיט דעם וועט ער אינטערברענגען כלל ישראל, און יעצט אז די אמערעקאנער ארמיי האט פיזיש געראטעוועט די אידן, איז נישט מער ווי פאסיג אז זיי זאלן ענדיגען די ארבייט און ראטעווען די אידן גייסטיש.

ווען ער האט עס פארגעשלאגען פאר מעקנארני, האט מעקנארני עס אויך זייער ווארעם אויפגענומען און באשטעטיגט אז די ארמיי וועט גערענטירען אז א חלק געלט וועט ווערן געצאלט דורך דייטשלאנד, די אנדערע חלק וועט באצאלען די דזוינט (די דזוינט, מ'קען שרייבן און שרייבן), די ארבייט וועט געטין ווערן דורך די דזוינט און די ארמיי, די אפמאך איז אינטערגעשריבן געווארן סעפטעמבער 11 1946.
אטעטשמענטס
ר' שמואל אבא סנעיג זיצט פיליפ סידני בערענשטיין שטייט, אינדערמיט זיצט דער טרוריג בארימטער סטיווען ווייס
ר' שמואל אבא סנעיג זיצט פיליפ סידני בערענשטיין שטייט, אינדערמיט זיצט דער טרוריג בארימטער סטיווען ווייס
שמואל אבא סנעיג .png (212.75 KiB) געזען 5470 מאל
פיליפ סידני בערענשטיין
פיליפ סידני בערענשטיין
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

די ארגינעלע פלאן איז געווען צו דריקען 3000 סעטס פון 16 בענדער יעדע איינע, אין משך פון איין יאר.

מען האט זיך ארויסגעלאזט זיכען א גאנצען ש"ס צו קענען קאפירן, ווייל די מעטאד פון דרוק וואס מען האט גענוצט איז געווען פאטא-אפסעט, דאס איז ווי א קאפי, און נישט צום גלויבן, מען האט אין גאנץ יוראפ נישט געקענט טרעפען א גאנצער ש"ס און א מצב צו נוצן צום דרוקען פון דעם א נייעם!! אזא שוידערליכער פערפעקטער ארבייט האבן די דייטשען ימ"ש ליידער געטון, מען האט נאר געטראפען עטליכע בענדער דא אין דארט ציווארפען, למשל באהאלטען אין א בית עולם, עפעס איז געווען אין שווייץ, עפעס אין פראנקרייך, אבער נישט קיין איין גאנצע.

נישט האבענדיג קיין ברירה האט די דזוינט אריבער געשיקט פון ניו יארק צוויי סעטס, פון א 19 בענדערדיגער ש"ס,(דאס איז אויך נישט געווען איבריג גרינג, צו שאפן צוויי ש"ס'ן, וואס איז געווען גרייט צו שיקען, געווענדליך זענען אלע ש"סן געווען פון ישיבות אדער ענדליכס, און זיי האבן נישט געקענט עפארדען צו פארלירן א ש"ס, אבער אנדערשט ווי אין יוראפ איז עס כאשט געווען מעגליך) דאס פיזיש אריבערפירען האט געטאן די ארמיי, הרב שמואל יעקב רויז איז געווארן געשטעלט איבער די פראיעקט, און מען האט זיך גענומען צו דער ארבייט.

דאס דרוקען איז געטאן געווארן און א דייטשע דרוק די "קארל ווינטער פרינטינג" און היידלבערג, דייטשלאנד, די דרוק איז ביי די מלחמה גענוצט געווארן דורך די דייטשען ימ"ש פאר נאצי פראפעגאנדע נאך מער, א פאר הונדערט יארד פון די זעלבע פלאץ ווי מען האט געדרוקט די ש"ס איז פארגעקומען א צענטראלע שריפה פון אידישע ביכער קריסטאל נאכט אין יאר 1938.

למעשה וועגן די גרויסע געלטער וואס עס האט געקאסט, בעיקר ווייל עס איז נישט געווען צו באקומען קיין פאפיר און אנדערע דרוק מטריאל ווי אויבן דערמאנט, האט מען א יאר שפעטער דרמאטיש אראפ גערוקט די פלאן פון 3000 סעטס צו פיפציג סעטס. (שפעטער האט די דזוינט צוגעדרוקט נאך א פאר הונדערט)

אזוי אויך האט מען למעשה געדרוקט די ש"ס אין 19 בענדער וואס איז געווען מער פראקטיש ווי 16.

עס איז געווען נאך אפהאלטונגען ווען א געוויסע קעמיקאל "קאלאדיאן" וואס מען האט געמוזט האבן צום דרוקען און האט געדארפט קומען פון די סאוועטישער חלק פון דייטשלאנד האט נישט געקענט קומען, ווייל די לאגע צווישען אמעריקע און רוסלאנד איז שוין געווען אנגעצויגען (די אנהייב פון די קאלטע קריג) האט מען עס געדארפט ברענגען פון די ווייטע אמעריקע, וואס האט פארשטייט זיך געדויערט לענגער. אזוי אויך איז דייטשלאנד אריינגעפאלען און עקענאמישע שוועריקייטן, און נישט געקענט געבן קיין געלט, למעשה איז די ערשטע ש"ס פערטיג געווארן און מיי 1949, און די לעצטע פון די שסן, און נווועמבער 1950.
הרב שמואל יעקב רויז האט געהאט די ארבייט פון מגיה זיין און איבערקוקען אלע בלעטער, זעהן צו עס שטימט, דאס איז געטאן געווארן דורך אים אלט זייענדיג 34 יאר און נאכן פארלירען זיין גאנצער משפחה, ווי אויבן דערמאנט.

און די צייט איז שוין גענעראל מעקנארני איבערגענומען געווארן דורך גענעראל קלעי, וואס האט ווי זיין פארגייער געטאן אלס צו העלפען מיטן ש"ס, און טאקע אין יאר 1949 איז די ערשטע פערטיגע ש"ס איבערגעגעבן געווארן פאר גענעראל קלעי אין א צערעמאניע, אלס א דאנק פארן ארמיי.

ביי די צייט וואס ס'רוב ש"סן זענען פערטיג געווארן האבן שוין רוב איבערלעבער אימעגריערט פונעם ארץ הדמים, צו ארץ ישראל, אמעריקע וכדו', און זיי זענען געשיקט געווארן צו לייבעריס, און אידישע פירער איבער די וועלט.

אלס צוזאמען האט מען געדרוקט בערך 500 סעטס.

די ש"ס איז די איינציקסטע ש"ס וואס איז געווארן געדריקט דורך א רעגירונג, און איו יעדע באנד איז אריינגעדרוקט די דאנק פאר די ארמיי פאר די הילף:

"דעם אויסגאבע פון די גמרא איז געווידמעט צו די ארמיי פון די פאראייניגטע שטאטן. דער ארמיי האט געשפילט א הויפט ראלע אין דאס ראטעווען פון די אידן פון טאטאלען פארניכטונגונג, און נאך דעם באזיגן פון היטלער האט זי געטראגען די עול פון ערהאלטונג פון די אידישע די. פי.'ס. דער ספעציעלער אויסגאבע פון די גמרא געדרוקט אין די זעלבע לאנד, ווי נאר א קורצע צייט צוריק, איז אלעס מיט א שייכות צו אידישקייט אדער אינספעראציע צו אידישקייט איז געווען אויסגעשלאסען, וועט בלייבן א סימבאל פון דער אומצושטעריקייט פון די תורה. די אידישע די. פי.'ס וועלן קיינמאל נישט פארגעסן די ברייטהארציגע אימפולס און די אומדערהערטע הומוניטעט פון די אמעריקאנער כוחות, צו וועמען זיי זענען אזוי פיל שולדיג.

אין דעם נאמען פון דער ראבינער ארגאניזאציע
רבי שמואל עי. סניעג
טשערמאן און טשיף ראביי פון די יו עס זאנע."

און די ערשטע באנד שטייט אויך די ווערטער:

"אין יאר 1946 האמיר זיך געוואנדען צו די אמעריקאנער ארמיי קאמאנדיער אונז ארויסצוהעלפען צו דריקען דעם תלמוד, און אלע יארן פון גלות איז אפט געשען אז פארשידענע רעגירונגען, און כוחות האבן פארברענט אידישע ספרים, אבער קיינמאל האבן זיי נישט געדרוקט ספרים פאר אונז, דאס איז די ערשטע מאל אין די אידישע היסטאריע אז א רעגירונג האט געהאלפען דרוקען דעם תלמוד, וואס זי איז אינזער לעבן, און דער פארלענגערונג פון אונזערע טעג (כי הם חיינו ואורך ימינו), די ארמיי פון די פאראייניגטע שטאטען האט אינז געראטעוועט פון טויט, זי היט אינז און דעם לאנד, און דורך איר הילף טוט דער תלמוד ערשיינען נאכאמאל און דייטשלאנד.

רבי שמואל עי. סניעג
טשיף ראביי פון די יו עס זאנע."

אזוי אויך איז אין יעדע באנד דא די לשון הקודש'דיגע הקדמה, וואס זאגט די מעשה בקיצור.
אטעטשמענטס
aasa.png
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

שער בלעטער
אטעטשמענטס
חולין.png
גיטין.png
גיטין.png (186.28 KiB) געזען 5467 מאל
ברכות.png
ברכות.png (123.47 KiB) געזען 5467 מאל
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

שער בלעטער
אטעטשמענטס
פסחים.png
נדרים.png
נדרים.png (235.99 KiB) געזען 5467 מאל
אוועטאר
לכל זמן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 12:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכל זמן »

שיינער באשרייבונג פון א היסטארישער קאפיטל!
איך האב שוין געזען בילדער פון די שס'ן, און נישט געוואוסט די פארוויקלטע היסטאריע אונטער זיי.
יישר כח!
עת לקרות | ועת לתגוב
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

זייער שיין, א שיינעם דאנק הרב אריבער.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

א הערליכע ארבעט, ר' לכתחילה. יישר כח.

כה לחי! אזא אשכול דערהייבט די "אידישע וועלט"!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אויפריכטיג האט געשריבן:א הערליכע ארבעט, ר' לכתחילה. יישר כח.

כה לחי! אזא אשכול דערהייבט די "אידישע וועלט"!

נישט געפונען קיין פאסיגערע ווערטער
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

קרעמער האט געשריבן:
אויפריכטיג האט געשריבן:א הערליכע ארבעט, ר' לכתחילה. יישר כח.

כה לחי! אזא אשכול דערהייבט די "אידישע וועלט"!

נישט געפונען קיין פאסיגערע ווערטער
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

א דאנק אייך, מיט אזעלעכע ארטיקלען וועט אייוועלט נישט גיין ארונטער נאר "לכתחלה אריבער"...
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
isolated
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 03, 2011 10:52 am
לאקאציע: אין גלות צווישען אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך isolated »

ס'איז פארהאנען א ש"ס וואס רמ"ד ווייסמאנדעל האט אראפגעווארפען אויפן ערד, מיט'ן טענה, אז ס'איז געדרוק מיט אידיש בלוט.
הזהו?
אין הדבר תלוי אלא בי. / ס'איז מיין אייגען שולד.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

ניין
isolated
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 03, 2011 10:52 am
לאקאציע: אין גלות צווישען אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך isolated »

ייש"כ
אין הדבר תלוי אלא בי. / ס'איז מיין אייגען שולד.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

isolated האט געשריבן:ס'איז פארהאנען א ש"ס וואס רמ"ד ווייסמאנדעל האט אראפגעווארפען אויפן ערד, מיט'ן טענה, אז ס'איז געדרוק מיט אידיש בלוט.
הזהו?

ווינקל האט געשריבן:ניין

יא, א ש"ס וואס מען האט געדריקט 1942-1941 ווען די וועלט האט געפלאקערט
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

א גרויסען ישר כח הרב לכתחילה, אזוי איר שרייבט פארלאנגט זיך א לענגערע אפהאנדלונג איבער דעם נס ופלא פון דרוקען ספרים בשעת און תיכף נאך די קריג.

רק להאיר אז כפי המונח בזכרוני האט מען געדריקט לכל הפחות 1500 סעטס פון די ש"ס,עס איז אויך געווען א מהדורה קמא ווי מען האט נאר געדריקט איינצעלנע מסכתות.

לדעתי,דער גרעסטע נס ופלא איז דאס דריקען די ספרים בשאנכיי שבטשיינע בשנות המלחמה און דערנאך,וויאזוי א גרופע ארימע בחורים האבען געקענט דריקען אזויפיל טויזענטער ספרים איז א נס גלוי,און 3 באזונדערע גרופעס האבען געדריקט,די מירער ישיבה לייט,א קבוצה חסידישע בחורים יוצאי ישיבת יח"ל,און א חבורה פון חב"ד.

הרב איזאלירט דו מיינסט דעם שאנכיי ש"ס הנ"ל,אין חב"ד האט מען דאס געריפען 'די בלוטיגע ש"ס', אבער איך גלייב נישט מען קען מרחיב זיין דעם דיבור בנוגע די סיבות דערפאר בלי לפגוע בחוקי הפורום.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

לכתחילה אריבער, A+!!!! הערליך שייך.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

דארפסמאן האט געשריבן:
isolated האט געשריבן:ס'איז פארהאנען א ש"ס וואס רמ"ד ווייסמאנדעל האט אראפגעווארפען אויפן ערד, מיט'ן טענה, אז ס'איז געדרוק מיט אידיש בלוט.
הזהו?

ווינקל האט געשריבן:ניין

יא, א ש"ס וואס מען האט געדריקט 1942-1941 ווען די וועלט האט געפלאקערט

איזאלירטער האט געפרעגט אויב דאס איז דער ש"ס, וע"ז עניתי ניין.

די ש"ס וואס רבי מיכאל בער האט געווייטאגט איז געדרוקט געווארן אין אמעריקא כפי זכרוני איז דאס שוין נאטירט דא אויף אייועלט ערגעצוואו.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

די נעמען "די איבערלעבער ש"ס" און "די אמעריקאנער ארמיי ש"ס" זענען פיקטיוו?
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

אויפריכטיג האט געשריבן:די נעמען "די איבערלעבער ש"ס" און "די אמעריקאנער ארמיי ש"ס" זענען פיקטיוו?


ניין, דאס איז וויאזוי מען רופט עס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

ווינקל האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:
אויפריכטיג האט געשריבן:א הערליכע ארבעט, ר' לכתחילה. יישר כח.

כה לחי! אזא אשכול דערהייבט די "אידישע וועלט"!

נישט געפונען קיין פאסיגערע ווערטער
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
מבקש
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 08, 2010 11:10 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מבקש »

יוסף שרייבער האט געשריבן: הרב איזאלירט דו מיינסט דעם שאנכיי ש"ס הנ"ל,אין חב"ד האט מען דאס געריפען 'די בלוטיגע ש"ס', אבער איך גלייב נישט מען קען מרחיב זיין דעם דיבור בנוגע די סיבות דערפאר בלי לפגוע בחוקי הפורום.

פארוואס נאר חב"ד? אנדערע האבן דאס אויך אזוי גערופן, און דער וואס האט אראפגעווארפן דעם ש"ס איז געווען נישט רבי מיכאל בער זצ"ל נאר רבי ראובן זצ"ל, ווען ער האט אמאל געבעטן א גמרא ביים שיעור, און מען האט אים געברענגט אזא גמרא וואס מען האט געדרוקט אין שאנכיי אינמיטן די מלחמה (ואכמ"ל מיט וועמענ'ס געלט...) האט רבי ראובן דאס אוועקגעשטופט מיט זיין עלנבויגן און געזאגט "ניט דאס, דאס איז געדרוקט מיט אידיש בלוט...)
רבי מיכאל בער רעדט דערפון אין איינע פון זיינע דרשות ווען ער וויינט גאר ביטערליך איבער דעם...
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

קען זיין אז אנדערע אויך איך זאג נישט אז נישט,נאר חב"ד (ואמשינאוו) וועגען זייערע סיבות און רבי מיכאל בער פאר זיינע סיבות.
מבקש
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 08, 2010 11:10 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מבקש »

יוסף שרייבער האט געשריבן:קען זיין אז אנדערע אויך איך זאג נישט אז נישט,נאר חב"ד (ואמשינאוו) וועגען זייערע סיבות און רבי מיכאל בער פאר זיינע סיבות.

אה דער חכמה איז ארויסגעקומען, וואס זענען די סיבות, כאילו יעדער האט זיך זיינע סיבות, וואס ווייסט מעלת כבודו?
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

בעט'ס אזוי שיין און דו ווילט נאך א ענטפער אויך? בכל אופן אי אפשר לפרט הרבה.
שרייב תגובה

צוריק צו “שנות הזעם”