אנטונינוס מלך רומי

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

[qu[url][/url]ote="מירונער"]אין דעם אשכול וועט באהאנדלט ווערן ווער עס איז געווען 'אנטונינוס מלך רומי', פרטים איבער זיין ביאגראפיע, אין וועלכע תקופה ער איז געווען קייזער, און פארוואס ער האט זוכה געווען צו אזא זכי' פאראייביגט צו ווערן אין די אידישע היסטאריע פאר א מלך רחמים וחסיד בכל מעשיו, און ווי די מפרשי התורה לייגן אים אויף איין שטאפל מיט רבינו הקדוש, ווי רש"י זאגט אויפן פסוק שני גויים ממעיך יפרדו אלו אנטונינוס ורבי.
אלזא טייערע חברים ווער עס האט דאס מינדעסטע ידיעה אין דעם נושא ווערט געלאדענט צו לאזן הערן זיינע באקאנטשאפטן.[/quote]

אדורך ליינעדיק דעם אשכול, זע איך אז עס ליגט אויף מיר א פליכט דאס צו פאריכטען, מען איז צו מישט, וזה החלי:

אסאך איז שוין פארשריבען אין דערמאנט בספרי ובאגדות חז"ל איבער די צוויי פרעזענדליכקייטן, וואס מ'זאגט אין איין אטעם, ס'כמעט נישט דא נאך א תנא וואס מ'זאל אזוי גוט קענען ווי רבינו הקדוש, פין ווער איז געבוירען ביז צו זיין פטירה, ווען ער האט געלעבט און מה פעלו, אבער פונקט אזוי קענען מיר גארנישט פון דעם אנטונינוס.

פשטות רעט מען דא פון רבי יהודה הנשיא עורך המשנה מיט אנטונינוס קיסר רומי. די פרעזענדליכקייט פין רבי יהודה הנשיא איז ברור אין ידוע, נישט אזוי לגבי אנטונינוס וואס איז לוטה בערפל.

זיבען קיסרים מיטן נאמען אנטונינוס האט געוועלטיגט אין רוים אין די יאהרען 138 - 235 למספרם. ציווישען עלעף קיסר רומי וואס האבען געוועלטיקט במשך 74 יאר אין יענעם תקופה, זעקס פון זיין האבען אויך געטראגען אין געהייסען אנטונינוס.

נישט קיין נפק"מ פון וועלעכע אנטונניס דא רעט זיך, קומט ארויף אסאך שאלות קשות ללא פתרון. בימי כהונתו פין רבי אלס נשיא הסנהדרין בישראל, איז געוועהן 10 רומישע קיסרים. זיי זענען שנעל געקומען אין געגאנגען מחמת מ'האט זיי גע'הרג'ט געפאנגען אדער מיתה טבעיות, אבער נישט דער רומישע פאליטיק איז יעצט דער מדובר.

בהקדם א שטיקעל גמרא ע"ז י' ע"ב, די ארום גערינגלטע איז כדי צו פארשטיין.

[size=85]א"ל אנטונינוס לרבי בעינא דימלוך אסוירוס ברי תחותי ותתעביד טבריא קלניא ואי אימא להו חדא עבדי תרי לא עבדי אייתי גברא ארכביה אחבריה ויהב ליה יונה לעילאי [בידיה] וא"ל לתתאה אימר לעילא דלמפרח מן ידיה יונה אמר שמע מינה הכי קאמר לי את בעי מינייהו דאסוירוס ברי ימלוך תחותי, ואימא ליה לאסוירוס דתעביד טבריא קלניא א"ל מצערין לי חשובי [רומאי]
מעייל ליה לגינא כל יומא עקר ליה פוגלא ממשרא קמיה אמר ש"מ הכי קאמר לי את קטול חד חד מינייהו ולא תתגרה בהו בכולהו, ולימא ליה מימר [בהדיא] אמר שמעי <בי> חשובי רומי ומצערו ליה ולימא ליה בלחש משום דכתיב (קוהלת י) כי עוף השמים יוליך את הקול
הוה ליה ההוא ברתא דשמה גירא קעבדה איסורא שדר ליה גרגירא שדר ליה כוסברתא שדר ליה כרתי שלח ליה חסא
כל יומא הוה שדר ליה דהבא פריכא במטראתא וחיטי אפומייהו אמר להו אמטיו חיטי לרבי אמר [ליה רבי] לא צריכנא אית לי טובא אמר ליהוו למאן דבתרך דיהבי לבתראי דאתו בתרך.
[/size]

איך געלייב דער עולם קען לערנען די גמרא, אויב נישט איז דא ארטס. וכו' - כ'בין נאר מפסיק מיט א הערה אז אין מדרש (בר"ר ס"ז,ו) שטייט פונקט פארקערט אז נישט אנטונינוס האט געגעבען געלט פאר רבי, נאר רבי האט גאהר געגעבען פאר אנטונינוס, אנטונינוס האט געבעטן רבי צו העלפען די אקאנאמיע וואס ווערט אלס שוואכער אין שוואכער.

ה"ל ההיא נקרתא דהוה עיילא מביתיה לבית רבי כל יומא הוה מייתי תרי עבדי חד קטליה אבבא דבי רבי וחד קטליה אבבא דביתיה א"ל בעידנא דאתינא לא נשכח גבר קמך
יומא חד אשכחיה לר' חנינא בר חמא דהוה יתיב אמר לא אמינא לך בעידנא דאתינא לא נשכח גבר קמך א"ל לית דין בר איניש א"ל <אימא> [לימא] ליה לההוא עבדא דגני אבבא דקאים וליתי אזל ר' חנינא בר חמא אשכחיה דהוה קטיל אמר היכי אעביד אי איזיל ואימא ליה דקטיל אין משיבין על הקלקלה אשבקיה ואיזיל קא מזלזלינן במלכותא בעא רחמי עליה ואחייה ושדריה אמר ידענא זוטי דאית בכו מחיה מתים מיהו בעידנא דאתינא לא נשכח איניש קמך

כל יומא הוה משמש לרבי מאכיל ליה משקי ליה כי הוה בעי רבי למיסק לפוריא הוה גחין קמי פוריא א"ל סק עילואי לפורייך אמר לאו אורח ארעא לזלזולי במלכותא כולי האי אמר מי ישימני מצע תחתיך לעולם הבא א"ל אתינא לעלמא דאתי א"ל אין א"ל והכתיב (עובדיה א) לא יהיה שריד לבית עשו בעושה מעשה עשו תניא נמי הכי לא יהיה שריד לבית עשו יכול לכל ת"ל לבית עשו בעושה מעשה עשו א"ל והכתיב (יחזקאל לב) שמה אדום מלכיה וכל נשיאיה א"ל מלכיה ולא כל מלכיה כל נשיאיה ולא כל שריה תניא נמי הכי מלכיה ולא כל מלכיה כל נשיאיה ולא כל שריה מלכיה ולא כל מלכיה פרט לאנטונינוס בן אסוירוס כל נשיאיה ולא כל שריה פרט לקטיעה בר שלום קטיעה בר שלום מאי <הוי> [היא] דההוא קיסרא דהוה סני ליהודאי אמר להו לחשיבי דמלכותא מי שעלה לו נימא ברגלו יקטענה ויחיה או יניחנה ויצטער אמרו לו יקטענה ויחיה אמר להו קטיעה בר שלום וגו'
כד הוה נקטין ליה ואזלין אמרה ליה ההיא מטרוניתא ווי ליה לאילפא דאזלא בלא מכסא נפל על רישא דעורלתיה קטעה אמר יהבית מכסי חלפית ועברית כי קא שדו ליה אמר כל נכסאי לר"ע וחביריו יצא ר"ע ודרש (שמות כט) והיה לאהרן ולבניו מחצה לאהרן ומחצה לבניו יצתה בת קול ואמרה קטיעה בר שלום מזומן לחיי העוה"ב בכה רבי ואמר יש קונה עולמו בשעה אחת ויש קונה עולמו בכמה שנים אנטונינוס שמשיה לרבי אדרכן שמשיה לרב כי שכיב אנטונינוס א"ר נתפרדה חבילה,
ע"כ הנוגע לענינינו.

דער הייל פין רוים האט זיך דען געצויגען אינטערן ים התיכון ביז ציפורי בגליל?
איז דען אנטונינוס געלאפען געגאנגען אזא מרחק פון הונדרעטע מייל יעדן טאג?
אויך מיט היינטיגע טעכנעלאגיע איז דאס א אימעגליכע צו גראבען, ווי לאנג האט גענומען די ענגלישע טשאנעל? אין מיט וואס פארא כוחות?

הונדרעטע עבדים ווערען נעלם יעדען וואך אין חודש קיינער פרעגט נישט וואס ווער ווי ווען?
וואס האט מען געטוהן מיט די מתים?
ווער האט זיי באגראבען אן אויפברענגען א פארדאכט?
האט מען אויך גע'הרג'ט די וואס האבען קובר געוועהן די מתים?

דער מהרש"א אין דן אין די ענין, אין קלערט גאר אריין וועלעכע עבד האט מען ערשט גע'הרג'ט, לדעתו "הרג את זה שעל יד פתח בית רבי לאחר שעזב את רבי" בשינויים קלים. ר' ישעיה פיק פרעגט ווי אזוןי האט רבי געשיקט ר' חנינא מחיה מתים זיין לויט דער מהרש"א האט דאך דער עבד געלעבט כל זמן וואס אנטונינוס איז געזעצן ביי רבי, המסקנה ער האט געשיקט מחיה מתים דער עבד וואס ער האט גע'הרג'ט נעכטן.

דער אלשיך הקדוש ברענגט זייער אינארעסאנט הערה, דער וואס איז באקאנט אין ספר תורת משה אין די דרשות בכלל נישט למען הפשט ועל אחת כמה וכמה למציאות הדברים, אבער דוקא דא בנוגע דעם אגדתא איז ער נותן ונושא מבחינה מציאות, וזה תוכן דבריו:
"קשה, היעלה על לב, מי מכרך גדול של רומי היתה מערה מפולשת עד רבי, והיא מהלך כמה חדשים והים הגדול בינתיים, שהיה הולך ושב בכל לילה. אך הנה בעניננו ראינו היום קרוב לציפורי עיר ששמה רומי ושם היה מושב אנטונינוס, ויסב את שמה רומי כשם עיר ממלכתו והיא בקרב ארץ ישראל הקדושה, ומשם היה לו מערה לציפורי שהיה דר בה רבי".

דאס איז זיכער אז ציפורי איז מיר אויך עפעס א שטאט, עטליכע הייזער כמצינו בחז"ל (משנה סנהדרין פ"א מ"א, ירושלמי עירובין פ"ה ה"ה). און דאס איז זיכער אז אנטונינוס נישט קיין נפק"מ וועלעכע האט געוואוינט אין רוים שבאיטאליע אין נישט עפעס א כפר נידח לעבען ציפורי. כמעט קיין רוימישע קעניג איז נישט אוועק פון רום פאר צו לאנג מורא האבענדיק אז מ'גייט איהם איבער ווארפען.

אבער אין די ווערטער פונם אלשיך ליגט באהאלטען דאס קערענדל פון אמת פון דעם גמרא, אין מיט זיינע ווערטער ווערט פארענפערט צוויי שווערע פראבלעמען.
א) פארוואס עפעס האט רבי אויס דערוועילט צו וואוינען אין ציפורי אז נישט ירושלים כאטש עפעס מער א געהעריגע שטאט?
ב) ווי אזוי האט רבי מצליח געוועהן צו האלטען אזא נאהנטע פארבינדונג מיט רוים כלפי די אידען? מיר ווייסען אז פאר רבי אין גלייך נאך די פטירה פון רבי איז "תכפו הצרות" מצד רומי (סוטה מ"ט, א)

ס'איז נישט קיין ספק אז דא איז נישט די רעדע מקיסר רומי אליין נאר פון א נציג, אולי אפשר א קרוב, וואס האט מחליט געוועהן צו מאכען זיין הויפט אומבאסעדער רעזעדענץ אין גליל לעבען ציפורי. רבינו הקדוש האט געטראפען מיט איהם א שפה משותפת, איז אריבער צו זיין גלילות, דער פריינדשאפט איז געוועהן קריטיש וויכטיג הן מצד פאר נציג אין אוודאי געוויס פאר רבי. במילא איטז פארשטענדליך אז דאס האט מען געדארפט האלטען בצנעה ובסוד.

אין יעצט פארשטייט מען זייער גוט, ווייל זמן כהונתו פון רבינו הקדוש האט זיך געצויגען איבער 60 יאר, די רומישע מלכים זענען געקומען און געגאנגען, נו, ווי האלט מען אזא גוט באצוענג, נאר דאס האט נישט געהאט צו טוהן מיט ווער עס איז מושל בכיפה און רום, נאר ווער איז דער מומנה מטעם המלכות אין ארץ ישראל, אין איהם מיט רבי האבען זיך אנגעקניפט א שטארקע קשר, וואס מען האט געקענט העלפען איינער דער צווייטע. ואולי האט רבי געגעבען שוחד געלט, אין דער יעניגע האט געגעבען פאר וועם ער האט געדארפט אפ'חנף'נען בעלי דעה והשפעה און דעם רומישע מלוכה.

דער רומישע נציג און ממונה האט געפאדערט סוד סודות אויף דעם קשר.

עד כאן הקפה א'
הקפה ב' לידתו של רבי

וואס איז אויך וויכטיג לגבי נידון דידן
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

מירונער האט געשריבן:על ראשון על ראשון:

תיקון טעות, זיין טאטע איז נישט געווען פונעם שטאב הויפט אבער ער איז געווען פון די גרויסע קנעפ אין די רומישע מלוכה, און אגב אין די גויאישע היסטאריע זעט אויס אז זיין טאטע איז געשטארבן יונגערהייט, און מרקוס איז ערצויגן געווארן ביי זיין זיידן וואס איז געווען א preator אזוי ווי א הויפט ריכטער, צו נאך העכער, וואס שרייבט געזעצן, וכדומה.

אין יענע צייט, ווען עס איז געווען זייער אנגעצויגן צווישן די רומישע הערשאפט מיט די אידן איז מען לכאורה צו אפט נישט געפארן קיין רוים.
און דאס וואס דו שרייבסט אז 'א נשיא האט געמיינט ער פארטרעט כלל ישראל ביים קייזער', ביסטו דיך טועה מיט א ריש גלותא. דער נשיא האט געמיינט דער וואס איז דער מנהיג הדור און פוסק האחרון ביי יעדן ענין פון כלל ישראל, ער איז געווען ווי דער ראש הסנהדרין. אוודאי האט ער לכבוד דעם אויך פארטרעטן כלל ישראל פאר די מלכים ושרים, אבער זיין אויפגאבע איז געווען אסאך אסאך מער ווי דעם.


בימי התנאים (נאכען חורבן ביהמ"ק) איז געווען צוויי וועלט אימפעריעס: רוים און פרס. ארץ ישראל איז פאר 500 יאר געווען אונטער די רוימער און נאכדעם ביי די ביזענטינער (די יורשים פון דער מזרח טייל פונענם רוימישע אימפעריע), אבער בבל האט אייביג באלאנגט צו פרס (וואס טראגט פארשידענע נעמען בזה אחר זה, ווי
Persia, Parthia, Sassania

און פרס (בבל) איז געזעצען דער ריש גלותא (וואס איז נישט אלע מאל געווען דער גרעסטע אוטאריטעט און תורה), און זיין עיקר אויפגאבע איז געווען צו הערשן איבער די אידען און פארטרעטען כלל ישראל ביים סאסאניען קיסר ווי (שבור מלכא, איזגדר, קלינגט די נעמען?). דער ריש גלותא איז געווען א שטרענגער מנהיג, ווי רש"י ברענגט אויף דער פסוק "לא יסור שבט מיהודה". ו

און ארץ ישראל (און גליל) איז געזעצען דער נשיא , וואס אויף אים ברענגט רש"י דער צווייטער חלק פונעם פסוק "ומחוקק מבין רגליו", און זיין תפקיד איז געווען ווי איר האט געשריבען, ער איז געווען דער ראש פון די סנהדרין און דער העכסטע תורה אוטאריטעט ביי כלל ישראל (העכער ווי דער ריש גלותא און בבל). ו

רוים איז אבער ווייניג אנגעגאנגען זיין גדלות בתורה. פאר זיי איז ער געווען נשיא פון כלל ישראל און וועגען דעם איז בלתי ספק אז רבי יהודה הנשיא האט זיך געמוזט טרעפען מיטען קיסר פון צייט צו צייט (אנגעצויגן צו נישט). איין שטיקעל הוכחה אז רבי איז געווען און רוים האב איך, אבער וועל עס ברענגען ווען מען
וועט האלטען דארט (איך וויל נישט מישען קיין הוידים מיט בוידים). ו

איין נקודה וויל איך אבער ארויפברענגען יעצט (כאטש עס איז א נושא פאר זיך), אז דער ריש גלותא איז געווען פון שבט יהודה, א בן אחר בן פון דוד המלך, אבער די נשיאים זעהט אויס איז דא א מחלוקת און דעם, צו זיי זענען געווען פון שבט יהודה אדער בנימין
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

הלל הזקן למשל, וועמען די בני בתירה האבן איבער געגעבן דאס נשיאות, און איז אנגעגאנגען פאר צעהן דורות בן אחר בן, (ווי אויך רשב״ג רבינו הקדוש רבי יהודה הנשיא), איז געווען אן אייניקל פון דוד המלך אבער נישט פון שלמה וזרעו אחריו, נאר פון שפטיה בן אביטל אשת דוד
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

הרב ישלהוסיף, במחילת כבודך וועלען מיר אזוי און ערגעץ נישט אנקומען אויב מיר וועלען פאקען אלע מאמרי חז"ל אויף איין מאל. ווייל אויב אזוי קען מען שטעלען לינקס צו פופציג פלעצער וואס רעדען פון דעם, און הייסען די ספרים רעדען איינער צום אנדערען און אונז וועלען שטיין און דער זייט, אבער דער תוצאה דערפון וועט זיין אז מיר וועלען בלייבען אומוויסענד. לא זו הדרך אנצוקומען ערגעץ. איך פרוביר דא צו זיין א בעל מחדש און הערען חדושים פון אנדערע, און נישט זיין א מלקט, וואס טייל פון זיי זענען צללו במים אדורים והעלו חרס בידם. בקיצור, בעסער מערערע קורצע הקפות וואס מען קען דאס שטייטליך דן זיין

חוץ פון דעם, זענען דא א סאך תלמידי חכמים וואס זייער צייט איז באגרעניצט, און ווען זיי זעהן אזא ריזיגע באשרייבונג, איז אדער זיי גייען ווייטער, אדער טראכטען אז זיי וועלען שוין צוריק קומען צו דעם שפעטער (וואס דאס פאסירט שוין רוב מאל נישט), ווייל דענמאלץ וועט שוין דער אשכול האלטען ביי 10 בלעטער און צו מעיין זיין און אזוי פיל בלעטער פארגייט דער אפעטיט פון א סאך, און מיר פארלירען מיט דעם אונזער מטרה, פון פלפול חבירים, אז וואס מער חבירים זאלען אריין רעדען. רוב מאמרי חז"ל וואס איר האט געברענגט וועלען מיר דן זיין ווען מיר וועלען האלטען דארטען, אבער אויף אייער נקודות וועל איך יעצט ענטפערען

קודם כל איז דוקא ביי דער מקצוע פון אנטונינוס ורבי דא אזוי פיל חומר און מען מוז נישט זיין צומישט, מען קען קלאר מאכען סדר

פון אנטונינוס ווייסען מיר זייער א סאך, ער איז בכלל נישט לוטה בערפל, און ווייל עס זענען דא אזוי פיל מאמרי חז"ל וועגען רבינו הקדוש, מאכט עס אונז גרינגער ארויס צו קריכען מיט א קלארקייט אויף אונזער נושא דא

עס דארף קיינעם נישט דערשרעקען אז 7 רוימישע קיסרים האבען אויך געהייסען אנטונינוס, מען קען זיך גרינג אן עצה געבען מיט דעם

איך פארשטיי נישט ווי איר קענט זאגען בלי ספק אז דא רעדט מען נישט פון דער קיסר פון רוים אליין נאר פון א נציג, ווען עס זענען דא בפירושע גמרות און מאמרי חז"ל אז מען רעדט יא פון דער קיסר רומי, איינס למשל "רבי אמר לרבי אפס, כתוב חד אגרא מן שמי למרן מלכא אנטונינוס... וכתב: מן עבדך יהודה למרן מלכא אנטונינוס". ו

פון ווי נעמט איר אז זמן כהונתו פון רבינו הקדוש האט זיך געצויגען מער ווי 60 יאר? ו
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

הקפה ב'

לידתו של רבי

בהקדם די אלע זיבען קיסרי רומא שבאיטאליע, וואס האבען געהייסען אנטונינוס, האבען געוועלטיגט בימי רבי יהודה הנשיא, רבינו הקדוש האט מחבר געוועהן די משניות בשנת תק"ל לשטרות, אין דאס איז שנת ק"ן לחורבן בית שני.
מנין השטרות האט זיך אנגעהויבען בשנת ג'תמ"ט לבריאה, דהיינו 313 קודם ספירתם. תק"ל לשטרות איז אייניג גלייך צו 217 לפירתם (נעם אראפ, מיינעס, 313 פון 530 וועט אויס קומען 217). דער מחורבן איז געוועהן בשנת 68 לספירתם. 68 אין לייג צו נאך 150 פון לאחר החורבן קומט אויס 217 לספירה. כ'האף מ'פארשטייט.

ווען רבינו הקדוש איז געבוירען איז דער איסור מילה נאך געוועהן בתוקפו, דער איסור מילה האט ארויס געגעבען אדריינוס וואס האט געקעניגט אין די יארען 117-138, דער גזירה איז בטל געווארען דורך אנטונינוס פיוס וואס האט געקעניגט נאך אדריינוס. אין דעם טאג וואס רבינו הקדוש איז געבוירען געווארען איז רבי עקיבא גע'הרג'ט געווארען (קידושין עב,ב), איז נישט יתכן צו מאכען א קשר פין רבי מיט אנטונינוס פיוס. אין רבי איז געוועהן בלויז 16 יאר ווען דער אנטונינוס איז געשטארבען.

אלענפאלס
יעצט לאמיר אביסעל צונעמען דעם מעשה המילה ווען רבי איז געבוירען אין מ'האט אויפגעטויש די קינדער מובא בתוספות ע"ז י,ב ד"ה אמר.

דאס איז זיכער אז דער תינוק וואס איז נארוואס יעצט געבוירען געווארען איז רבינו הקדוש, ס'איז נישט קיין ספק אז רבי שמעון בן גמליאל נשיא הסנהדרין האט ישט גע'קענט מל זיין זיין זוהן אנדעם וואס קיינער זאל נישט וויסען דערפון. אין סיפור הדברים שטייט אז זי איז געוועהן די מאמע פון אנטונינוס, עכ"פ פון ארץ ישראל, נישט מיט א אנטונינוס פון רומא, נאר א שר העיר דארט ערגעצץ ווי, נאהנט צו ווי רשב"ג האט געוואוינט.

עס איז שטארק יתכן אז דער מדובר איז מיט די ווייב פין אנטונינוס פיוס. אבער זיכער נישט זיין מאמע פין אנטונינוס פיוס.

די רשימת מלכי רומא פין נירון קיסר ביז סוירוס אנטונינוס, אין שנת שליטתם במספר ספירתם:
1) נירון 54-68*
2) גלבה 68-69*
3) אותו מרכוס 69-69*
4) וטיליוס אולוס 69-69
5) אספיינוס טיטוס 69-79
6) טיטוס אספיינוס 79-81
7) דומיט. טיטוס 81-96 *
8) נרוה מרכוס 96-98
9) טוריינוס 98-117
10) אדריינוס 117-138
11) אנטונינוס פיוס 138-161
12) מרקוס אנטונינוס 161-180
13) קומודוס אנטונינוס 180-192*
14) פרטינכס 192-193 *
15) דידוס יוליאנוס 193-193*
16) ספטימיוס סורוס 193-211*
17) קרקלה אנטונינוס 211-217*
18) מקרינוס 217-217*
19) דיו דימ. אנטונינוס 217-218*
20) וריוס 218-218
21) אליגבלי אנטונינוס 218-221*
22) אלכ. סוירוס אנטונינוס 222-235 *

* = די אלע זענען גע'הרג'ט געווארען, זיך גענומען דאס לעבען וכו'
דער לעצטע פין די רשימה אלכ. סוירוס אנטונינוס איז געווארען קעניג ביי די 14 יאר אין איז גע'הרג'ט געווארען זייענדיק 27, ער ווערט דערמאנט אין די גמרא אלס "אנטונינוס זעירא", צוליב זיין יונגע יארען. פינעף פין די זיבען אנטונינוס קיסרי רוים האט מען גע'הרג'ט.

עד כאן הקפה ב'
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

נאכען אפשיקען מיין הוספה, הב איך געזעהן וואס כבוד הרב בקי טובא ספאסמאן שליט"א שרייבט באגרת הקודש, וויל איך דא זאגען:
כשם שקבלתי שכר על הדרישה כך על הפרישה,
ואידך זיל גמור
מירונער
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2011 1:10 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מירונער »

ישלהוסיף האט געשריבן:אין דעם טאג וואס רבינו הקדוש איז געבוירען געווארען איז רבי עקיבא גע'הרג'ט געווארען (קידושין עב,ב),

כ'ווייס נישט וואו אנצוהייבן און אוודאי נישט וואו ענדיגן, אבער איז זיכער אז דער בעל יש להוסיף - במחילת כבודו - איז זיך היפש טועה.
איצט וועל איך נאר מגיב זיין אויף דעם וואס ער זאגט מיט א זיכערקייט אז אין דעם טאג וואס רבי עקיבא איז נפטר געווארן איז רבי געבוירן געווארן, און אזוי שטייט אין די גמרא אין קידושין, אז דאס איז בכלל נישט אזוי פשוט און רוב חוקרי הדורות האלטן אז דאס מיינט "עד שלא מת רבי עקיבא נולד רבי", ד.מ. נאך איידער רבי עקיבא איז נסתלק געווארן איז שוין רבינו הקדוש געווען געבוירן. און אזוי שרייבט קלאר דער בעל הלכות גדולות, וזל"ק: עד שלא מת משה רבינו זרחה שמשו של יהושע תלמידו, עד שלא כבתה שמשו של עלי זרחה שמשו של שמואל הרמתי, עד שלא נגנז אליהו זרחה שמשו של אלישע, עד שלא מת רבי נולד רבי עקיבא". און ביי די אלע דערמאנטע, יהושע, שמואל, אליהו איז דאך קלאר אז זיי זענען געווען תלמידים מובהקים פון זייערע רבי'ס, אויך דער רמב"ם אין די הקדמה צו משנה תורה שרייבט קלאר אז רבי אשי האט מקבל געווען תורה פון רבא און אין די גמרא שטייט "כשמת רבא נולד רב אשי", אלא מאי איז מש א דבר ברור אז דער פשט אין די גמרא "כשמת רבי עקיבא נולד רבי" מיינט אז דער אייבירשטער האט שוין מקדים געווען די רפואה פאר די מכה, און נאך איידער רבי עקיבא איז אומגעקומען אויף קידוש השם איז שוין געווען געבוירן רבינו הקודש וועלכער האט געראטעוועט דעם דור.
דאס איז נישט קיין אייגענע סברה, רוב חוקרים האלטן אזוי און אזוי איז משמע לויט די יארן וואס רבי האט געקעניגט אלס נשיא בישראל, און ווען מ'גייט צו מיט די הקדמה דעמאלטס קען מען פיל בעסער מסדר זיין די יארן פון רבי, פון זיין רבי גמליאל ברבי, און זיין אייניקל רבי יהודה נשיאה.
איך שרייב דאס בלויז אלץ הקדמה...
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

איך פארשטיי נישט וואס איז די ציל מיטן אוועקנעמען דעם אפעטיט פון א פיינער שרייבער וואס ברענגט אונז ידיעות וואס ווייניג ווייסן. אז איינער האט אן הערה אדער הוספה, קען מען אים קוואוטן און מגיב זיין, וואס איז די פשט פון סתם ארונטעררייסן.

און צו דיר ישלהוסיף. איר זענט פון די איינציגע שרייבערס דא וואס האבן אנגעהויבן מיט אזעלכע רייכע תגובות, מיר ווארטן מיט שפאנונג אויף נאך.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

הרב ישלהוסיף, איך האב גארנישט געמיינט, נאר גערעט ווי צוויי גוטע פריינט, יעדער וואס קען מיר דא ווייסט אז איך טשעפע נישט קיין פליג, אבער מען מוז אמאל נוצען שארפערע לשונות אויב מען וויל דערגרייכען דער מטרה פון אשכול און צו קומען צום אמת, אבער איך מיין פערזענליך גארנישט, נישט אייך און נישט קיינעם. אייער אינפוט איז שטארק באוויליגט און איך ערווארט אויך נאך פון אייערע רייכע ידיעות. יעצט צום נושא

איר פרעגט:
א) פארוואס עפעס האט רבי אויס דערוועילט צו וואוינען אין ציפורי? אז נישט ירושלים, כאטש עפעס מער א געהעריגע שטאט


דער תירוץ איז אז רבי האט פריער געוואוינט און טבריה ווי די גמרא פרעגט בפשיטות און אנהייב מגילה: "והא רבי בטבריא הוה"? נאכדעם, די לעצטע 17 יאר פון זיין לעבען האט ער געוואוינט און צפורי ווי עס שטייט און מדרש (ב"ר צו ט) אז רבי הוה יתיב בצפורי י"ז שנין, און דאס זענען געווען זיינע לעצטע 17 יאר, ווי די גמרא זאגט און כתובות (קג:) רבי מוטל בצפורי (פאר זיין הסתלקות) ומקום מוכן לו בבית שערים (נקבר צו ווערען). אויך ווערט געברענט און די גמרא אז "רבי חשש בשיניו י"ג שנה", און עס זעהט אויס אז ער האט זיך באזעצט און צפורי לרפואתו, ווי די גמרא זאגט אז עס הייסט צפורי "שיושב בראש ההר כציפור" עס האט פרישע לופט. דעס פארענטפערט די קשיא פארוואס האט זיך רבי פונקט באזעצעט און צפורי, נאכדעם וואס זייט די חורבן בית המקדש האבען די רוימער פארבאטען די אידען פון וואוינען און ירושלים. און הדרינוס הרשע איז נאך געגאנגען ווייטער און האט אינגאנצען געוואלט אפווישען ירושלים (דלמטה און ירושלים דלמעלה) און האט א נייע נאמען געגעבען פאר ירושלים עיר הקודש נאך זיין אפגאט
Aelia Capitalina
און גאנץ ארץ ישראל האט ער אנגעהויבען רופען
Philistina
נאך די פלשתים וואס האבען דארט (ביים לענג פון ים הגדול) אמאל געוואוינט. פארוואס ער האט עס אזוי א נאמען געגעבען און נישט הכנעני, החתי האמורי, הפרוזי וכו' ווייס איך נישט קלאר. איך בין נייגעריג פאר ענטפערס אויף דעם אויב איינער האט
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

הרב ישלהוסיף, וואס איר שרייבט:
און דאס איז זיכער אז אנטונינוס, נישט קיין נפק"מ וועלעכע, האט געוואוינט אין רוים שבאיטאליע אין נישט עפעס און א כפר נידח לעבען ציפורי. כמעט קיין איין רוימישע קעניג איז נישט אוועק פון רוים פאר צו לאנג מורא האבענדיק אז מ'גייט איהם איבער ווארפען


איך האב זיך גענומען
"writers liberty"
אויב איר האט באמערקט, און ברענגען אייער קוואוט. דאס וואס איר שרייבט וועגען אנטונינוס פארלאזען רוים, איז איינע פון די שליסלען דא צו מפענח זיין די גאנצע זאך, ווי איך וועל באלד אי"ה שרייבען. רוימישע היסטאריע איז גאנץ גוט דאקומענטירט, ספעציעל די מלחמות זייערע
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

די נאמען Aelia Capitalina ענדלט אין קעפיטעל, ווי מען רופט דעם הויפטשטאט פון א לאנד. איז דאס דער מקור?
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

הרב ישלהוסיף, וואס איר שרייבט
ב) ווי אזוי האט רבי מצליח געוועהן צו האלטען אזא נאהנטע פארבינדונג מיט רוים כלפי די אידען? מיר ווייסען אז פאר רבי אין גלייך נאך די פטירה פון רבי איז "תכפו הצרות" מצד רומי (סוטה מ"ט, א


דער תירוץ ליגט און דער גמרא "כשמת אנטונינוס אמר רבי נתפרדה החבילה, כשמת אדרכון אמר (רב) (רב אשי) נתפרדה החבילה" דאס הייסט אז פונקט ווי אנטונינוס וואס איז געווען א פריינט פון רבי האט אויפגעמאכט אלע טירען פאר רבינו הקדוש, ער זאל קענען צוזאם נעמען אלע חכמי ישראל און מסיים זיין די משנה, אזוי אויך האט דער פרסישע מלך אדרכון וואס איז געווען א חבר פון רב אשי, געגעבען די מעגליכקייט פאר רבינא און רב אשי צו מסיים זיין די גמרא תלמיד בבלי

אוודאי איז געווען צרות פאר עס האט זיך מגייר געווען אונזער אנטונינוס, און נאך אים, אבער די יארען פון ווען ער האט זיך מגייר געווען ביז ער איז נפטר געווארען (לויט מיין חשבון א קיימא לן פון בערך 15 יאר) איז געווען געבענטשטע יארען פאר כלל ישראל, און רבינו הקדוש האט אלעס געקענט פוילען ביי אנטונינוס און געקענט מסיים זיין די משנה וואס זיינע רבי'ס רבי, דער הייליגע תנא רבי עקיבא האט אנגעהויבען
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

אויפריכטיג האט געשריבן:די נאמען Aelia Capitalina ענדלט אין קעפיטעל, ווי מען רופט דעם הויפטשטאט פון א לאנד. איז דאס דער מקור?


ריכטיג, אבער דער ערשטער ווארט איז א נאמען פון א רוימישען געטשקע
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

הרב ישלהוסיף, איך האב געהאט געפלאנט נעכטען אויף צו מאכען אן אשכול אויף די מנין השטרות, אויב איך וועל האבען צייט און געדולד מארגען פאר דעם וועל איך עס בל"נ עפענען און "ידיעות התורה". ו

אויך וועגען אנטונינוס זעירא וויל איך נאך נישט רעדען (איך האלט נאך א סאך פריער), אבער מיר קומט אויס אז ער איז קומודוס אנטונינוס, אונזער מרקוס אוריליוס אנטונינוס זוהן פון וועם די גמרא זאגט "אמר ליה אנטונינוס לרבי, בעינא דימלוך אסוירוס ברי תחותי", דער אסוירוס מוז זיין קומודוס (דער פרא אדם!). אונזער גאנצער אנטונינוס דינאסטיע, וואס נעמט אריין די דריי קסרים: אנטונינוס פיוס, אונזער מרקוס אוריליוס אנטונינוס, און קומודוס אנטונינוס האבען געהייסען די
Sevurus dynasty
אדער
Severan dynasty
פונקט אזוי ווי אספסינוס הרשע און זיינע צוויי זוהן, טיטוס הרשע און דומיצינוס האבען געהייסען די
Flavian dynasty
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

הרב ספוסמאן ווען גייט קומען אייער פולע אויפדעקונג פון וואס איר רעדט שוין א לענגערע צייט?
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

ערשטע הוכחה אז מרקוס אוריליוס אנטונינוס איז אונזער אנטונינוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

מיין טאג ביים קאמפיוטער איז שוין באלד פערטיג פאר היינט, אבער איך האב פארט צו געזאגט צו געבען א תירוץ אויף מיין נעכטיגע פראגע, און איך ווייס כאטש פון איינעם (וואס האט מיר אריינגעשיקט און אישי) וואס ווארט אויף אן ענטפער, איז כדי נישט צו מאכען לצנות פונעם עולם, וועל איך עס פרובירען מאכען בקיצור

די ראיות וועל איך בדרך כלל איבער לאזען אויף אן אנדערע טאג, אבער די הנחות, ווי איך פארשטיי פון די מאמרי חז"ל, וועל איך יעצט שרייבען

הרב מירונער, אז עס פעלט נישט אויס, וועלען מיר נישט קוועטשען נאר זאגען כפשיטו אז "כשמת רבי עקיבא נולד רבי" מיינט פשוט און גראד אז ווען רבי עקיבא איז געהארגעט געווארען דורך הדרינוס הרשע אלץ דער צעהנטער פון די עשרה הרוגי מלכות איז דענמאלץ געבוירען געווארען רבי

ווען איז דאס געווען? שטייט און די גמרא אז רבי עקיבא איז געווען פון די נושאי כליו של בר כוכבא, וואס די מרודה איז געווען 52 יאר נאכען חורבן דאס הייסט שנת ג"א תת"פ, און דענמאלץ און שנת ג"א תת"פ איז רבי עקיבא געהארגעט געווארען זייענדיג 120 יאר אלט, און דענמאלץ און יענעם יאר איז רבינו הקדוש געבוירען געווארען

יעצט, די גמרא זאגט אונז אז מען האט דענמאלץ אויפגעטוישט רבי מיט אנטונינוס, און אנטונינוס פיוס קען עס נישט זיין, ווייל ער איז שוין דאן (און שנת תת"פ) אלט געווען 34 יאר, און קאמאדוס אנטונינוס קען עס אויך נישט זיין ווייל ער איז ערשט געבוירען געווארען 41 יאר שפעטער און שנת ג"א תתקכ"א, איז ממילא א הוכחה אז עס מוז זיין מרקוס אוריליוס אנטונינוס וואס אלע היסטאריקער גיבען אן אז ער איז געבוירען געווארען למספרם
121 CE
וואס דאס קומט אויס פונקטליך ג"א תת"פ (דער איין יאר זאל ענק נישט באדערען ווייל ראשית אז די היסטאריקער האבען געמאכט א טעות מיט איין יאר איז נישט קיין חידוש, און צווייטענס, ווייל שנת ג"א תת"פ ליצירה (ליצירת אדם הראשון) איז ג"א תתפ"א לבריאה -לבריאת העולם (פון שנת תוהו, דאס יאר וואס הייבט זיך אן כ"ה אלול), (דאס איז אונזער היינטיגע רעכענונג), און דאס איז למספרם
161 CE
אויף די יצירה/בריאה וועלען מיר אי"ה רעדען און די מנין לשטרות אשכול וואס מיר ווילען עפענען

דאס איז איין ראי' אז מרקוס אוריליוס אנטונינוס איז אונזער אנטונינוס. איך האב נאך א שיינע פאר ראיות און הוכחות אז ער איז אונזער אנטונינוס, אבער די צייט ערלויבט מיר נישט איצט. וועלען מיר גיין אי"ה ווייטער מיט די נעקסטע נקודה און די נעקסטע תגובה
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

איז דא עפעס רוימישע דאקומענטערי איבער אנטונינס'נס גיירות?, (די זעלבע פראגע האב איך אויף נירון קיסר, אבער עמיר נישט פארדרייען דעם נושא פון אנטנינוס).

נאך א הערה, ווען און ווער איז געווען טורנוסרופוס הרשע, ער האט זיך גע'טענה'ט מיט רבי עקיבא ווי עס ווערט דערציילט אין בבא בתרא און סנהדרין, רבי עקיבא האט גענומען זיין ווייב, כדאיתא בעבודה זרה כ ע"א, (דאס איז לכאורה שוין געווען בסוף ימיו, כי ארבעים שנה היה ע"ה ואחר כ"ד שנה חזר מישיבה ואז עוד היתה רחל בת כלבא שבוע זוגתו הראשונה עודנה בחיים), איז דאס דער זעלבער ווי טיריינוס דער פארגייער פון אנדריינוס, אדער דער איז גארנישט געווען קיין קיסר אפילו?
לעצט פארראכטן דורך יהיה כן אום דינסטאג נאוועמבער 29, 2011 6:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

צווייטע/דריטע הוכחות אז מרקוס אוריליוס איז אונזער אנטונינוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

כ'האלט און מיטען שרייבען א לענגערע תגובה וואס איך האב צוגעזאגט, און זיך אנגעשלאגען און די צווייטע און דריטע הוכחה, איז וועל איך עס יעצט ארויף לייגען בפני עצמם, און נאכדעם ווייטער שרייבען וואס איך האלט און דער מיט

כאטש די פאלגענדע זענען נישט קיין הוכחות גמירות, אבער צוזאם מיט אלע אנדערע הוכחות וואס איך וועל אי"ה ברענגען, וועלען זיי יא ווערען פון די הוכחות

עס לייגט זיך אויפען שכל אז אונזער אנטונינוס איז נישט נאר געווען א פיזישען גבור, נאר אויך א מח'דיגע גבור. פון די אלע קאנדידאטען אויף אונזער אנטונינוס, איז מרקוס אוריליוס אנטונינוס געווען דער איינציגסטער וואס איז געווען א ריזען פילעזאף. ער איז געווען א
Stoic philosopher
איז לייגט זיך אויפען שכל אז דער קלוגער און מח'דיגע מרקוס אוריליוס אנטונינוס איז אונזער אנטונינוס

דער דריטער הוכחה איז אן ענליכע, אז
עס לייגט זיך אויפען שכל אז אונזער אנטונינוס איז נישט נאר געווען א פיזישען גבור, א מח'דיגע גבור, נאר אויך אן עטישע מענטש (אן ערליכער גוי). פון אלע רוימישע מלכים איז מרקוס אוריליוס אנטונינוס געווען דער איינציגסטער צו שרייבען א ביך אויף מוסר, עס הייסט
Mediatations of Marcus Aurelius
איז לייגט זיך אויפען שכל אז דער קלוגער און מח'דיגע' און מוסר'דיגע מרקוס אוריליוס אנטונינוס איז אונזער אנטונינוס

ער איז געווען זייער א שטרענגע קיסר
no monkey buisiness
איינע פון זיינע מערסטע נאכגעזאגטע מימרות איז: "שטיי גראד אדער איך וועל דיר מאכען שטיין גראד". ו
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

יהיה כן האט געשריבן:איז דא עפעס רוימישע דאקומענטערי איבער אנטונינס'נס גיירות?, (די זעלבע פראגע האב איך אויף נירון קיסר, אבער עמיר נישט פארדרייען דעם נושא פון אנטנינוס).


פרעגסט גוט. אויף נירון קיסר טוהט זיך. עס איז דא פארשידענע היסטארישע שריפטען אויך דעם (קוק און סדר הדורות אויף דעם). אויך איז דא צוויי וועגען ווי צו לערנען "שלח עלויה נירון קיסר, צו פונקט ווי ביי אספסינוס קיסר אדער נישט, ואכהמ"ל, עס דארף אן אשכול פאר זיך

וועגען אנטונינוס גיירות איז דאך דא צוויי גרסאות און די גמרא. און בבלי שטייט "כשבאין גירי צדק, אנטונינוס בא בראשם", און און ירושלמי שטייט "כשבאין צדיקי אומות בעולם, אנטונינוס בא בראשם". קען זיין אז ווייל תלמיד ירושלמי איז געשריבען געווארען אונטער די רוימער האבען חז"ל מורא געהאט צו שרייבען אז ער האט זיך מגייר געווען, מה שאין כן תלמיד בבלי וואס איז געשריבען געווארען און בבל האט מען נישט מורא געהאט

בקיצור, אנטונינוס אליין האט דאך געציטערט צו דערציילען אז ער האט זיך מגייר געווען, און ער האט נאך געוואלט אז זיין זוהן קאמודוס (אסוירוס) זאל ווערען קיסר נאך אים, איז פון ווי זאלען דאס די רוימישער היסטאריקער וויסען? ווער איז זיי דען געגאנגען דערציילען? ו

רבותי, זייטס נישט ברוגז אויף מיר, מארגען איז נאך א טאג, איך האב א ווייב און קינדער און איך מוז אהיים גיין. איר ווילט דאך נישט איך זאל מאכען כאפ לאפ
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום דינסטאג דעצעמבער 06, 2011 2:23 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

אויפריכטיג האט געשריבן:הרב ספוסמאן ווען גייט קומען אייער פולע אויפדעקונג פון וואס איר רעדט שוין א לענגערע צייט?


מחר יהי' האות הזה, מיט דער אייבערשטערס הילף
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
מירונער
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 13, 2011 1:10 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מירונער »

SPUSMN האט געשריבן:הרב מירונער, אז עס פעלט נישט אויס, וועלען מיר נישט קוועטשען נאר זאגען כפשיטו אז "כשמת רבי עקיבא נולד רבי" מיינט פשוט און גראד אז ווען רבי עקיבא איז געהארגעט געווארען דורך הדרינוס הרשע אלץ דער צעהנטער פון די עשרה הרוגי מלכות איז דענמאלץ געבוירען געווארען רבי

ווען איז דאס געווען? שטייט און די גמרא אז רבי עקיבא איז געווען פון די נושאי כליו של בר כוכבא, וואס די מרודה איז געווען 52 יאר נאכען חורבן דאס הייסט שנת ג"א תת"פ, און דענמאלץ און שנת ג"א תת"פ איז רבי עקיבא געהארגעט געווארען זייענדיג 120 יאר אלט, און דענמאלץ און יענעם יאר איז רבינו הקדוש געבוירען געווארען


הרב ספוסמאן דיינע ראיות איבער אנטונינוס זענען הונדערט פראצענטיגע און עס זעט אויס ווי דו ביסט מכוון אל האמת.

אבער איך וויל מיך אביסל דינגן איבער א זייטיגע זאך, אויף די פאר שורות וואס דו שרייבסט איבער רבי עקיבא, וואו עס עס פעלט נאך אויס אסאך ביאור:

דו זאגסט אז רבי עקיבא איז גע'הרג'ט געווארן דורך אנדריינוס ביי מרידת ביתר, אלס דער צענטער פון די הרוגי מלכות. דאס אליין דארף א לענגערן ערקלערונג, ווייל רוב ראשונים נעמען אן אז די עשרה הרוגי מלכות זענען נישט גע'הרג'ט געווארן אין איין צייט (עי' ברבינו בחיי פרשת מקץ ועוד).

דאס וואס דו שרייבסט אז רבי עקיבא איז געווען מנושאי כליו פון בר כוכבא, (דוכט זיך מיר איז א רמב"ם סוף פרק י"א מהלכות מלכים און נישט קיין גמרא), איז זיכער נישט טייטש כפשוטו, נאר דאס מיינט אז ער האט אויך געזען א האפענונג אין בר כוכבא און ער האט מתחילה געשטיצט אזוי ווי דער מדרש איכה פ"ב זאגט בפירוש, און דאך זעט מען אבער אין סנהדרין פרק חלק אז די אנדערע תנאים הק' האבן אנדערש געהאלטן.

היוצא לנו מזה אז רבי עקיבא איז זיכער נישט געשטאנען בראש המרידה. און טאמער יא וואלט מען נישט געדארפט זוכן קיין סיבה אים צו הרגענען, ווי די גמרא פארציילט אז ווייל ער האט עוסק געווען בתורה ברבים האט מעם אים איינגעשפארט, נאר מ'וואלט אים גע'הרג'ט פשוטו כמשמעו כדין מורד במלכות, אוזי ווי די גמרא דערמאנט וואספארא שרעקליכע רציחות דער אנדריינוס קייזער האט אפגעראכטן נאכן דערשטיקן דעם מרידת ביתר.
און אויב מ'האט טאקע יא גע'הרג'ט רבי עקיבא גלייך ביי מרידת ביתר, דעמאלטס דארף מען פארשטיין פשט אין די גמרא ברכות דף ס"ג אז רבי עקיבא איז אראפגעגאנגען קיין נהרדעא מעבר שנים זיין, וואס דאס איז זיכער געוען נאך מרידת ביתר, ווייל ביז דעם איז נאך געווען א געהעריגער סנהדרין אין ארץ ישראל, נאר אדריינוס קיזער האט דאס מבטל געווען זעענדיג דערין א האפענונג פאר'ן כלל ישראל.

אלא מאי איז יא משמע ווי דער בעל 'ספר תולדות ואמוראים' נעמט אן אז ר' עקיבא איז הערשט אומגעקומען עטליכע יארן נאך חורבן ביתר, צוליב דעם וואס טורנוסרופוס הרשע האט זיך פארלייגט אויף אים און האט געוואלט נקמה נעמען אין אים. ממילא קומט אויס אז רבי האט יא געקענט קענען רבי עקיבא...
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

פערדע הוכחה אז מרקוס אוריליוס איז אנטונינוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

פאר איך ענטפער דער קשיא ווי/וואס/ווען די פגישות צווישען רבי און אנטונינוס זענען פארגעקומען, מיין איך אז עס וואלט געווען כדי קודם צו ברענגען נאך הוכחות אז מארקוס אוריליוס איז אונזער אנטונינוס (איך מיין אז נישט יעדער איז שוין איבערצייגט). ו

אויף דער פסוק און קהלת "כשגגה שיצא מפי השליט" זאגט דער מדרש דארט און קהלת רבה אז: "אנטונינוס זעירא בר בריה דאנטונינוס רבה שאל לרבי, מי מאית קדמאי, אנא או את" ווער וועט שטארבען פריער, איך אדער די? און רבי האט אים גע'ענטפערט "אנא"; און דער מדרש זאגט דארטען אז כך הוה, אז רבי איז פריער געשטארבען, כשגגה שיצא מפי השליט. איז דאך לכאורה שווער, דא זאגט דער מדרש אז רבינו הקדוש איז געשטארבען פאר אנטונינוס, אבער און די גמרא וואס מיר האבען פריער געברענגט שטייט אז ווען אנטונינוס איז געשטארבען האט רבי געזאגט "נתפרדה החבילה", זעהט מען דאך אז אנטונינוס איז פריער געשטארבען? ו

איז דער תירוץ, ווי מיר ווייסען שוין פון פריער, אז עס זענען דא דריי קיסרים וואס הייסען "אנטונינוס", און די ווירוס (אסווירוס) דינאסטיע

א) אנטונינוס פיוס איז אנטונינוס רבה. זיין איידעם איז ב) מרקוס אוריליוס וואס איז אנטונינוס סת"ם (דער אנטונינוס וואס איז געווען א חבר/תלמיד פון רבי), און זיין זוהן איז ג) קאמודוס וואס איז אנטונינוס זעירא. איז יעצט איז שוין זייער גוט; אנטונינוס זעירא (קומודוס) איז געשטארבען נאך רבי און שנת ג"א תתקנ"ב; אנטונינוס סת"ם (מרקוס אוריליוס) איז געשטארבען פאר רבי און שנת ג"א תתק"מ; און רבינו הקדוש איז נסתלק געווארען ערגעץ און צווישען, איך וואלט געזאגט און שנת ג"א תתק"נ, און הכל על מקומו יבא בשלום, און מיר פארדינען נאך, אז מיר האבען שוין יעצט אן בערך'דיגען דאטום ווען רבי יהודה הנשיא איז נסתלק געווארען

קומט אויס, אז אויב מיר זאגען אז מרקוס אוריליוס איז אנטונינוס, שטימט אלעס. נישט נאר דאס, נאר עס ווערט פארענטפערט דערמיט א סאך אנדערע קשיות (וואס איך וועל נאר ברענגען וואס איס דא נוגע) אז פארוואס ניצט עפעס דער מדרש אזא אינטערעסאנטע לשון פון "אנטונינוס זעירא בר בריה דאנטונינוס רבה", אז אנטונינוס זעירא איז געווען אן "אייניקל פון אנטונינוס רבה, און לאט אויס אינגאנצען אנטונינוס סת"ם וואס איז געווען די טאטע פון אנטונינוס זעירא? איך מיין אז עס איז א שטארקע קשיא

אבער יעצט איז עס פארענטפערט, ווייל נאך דעם וואס אנטונינוס סת"ם (מרקוס אוריליוס) האט זיך מגייר געווען און איז געווארען א איד, וויל דער מדרש אים נישט אנרופען אלץ דער טאטע פון אנטונינוס זעירא דער גוי, און וועגען דעם איז דער מדרש אים מיחס נאר נאך זיין זיידע אנטונינוס רבה וואס איז אויך געבליבען א גוי
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 1:47 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

א דאנק אייך הרב ספוסמאן, קיפ אפ מיר ווארטן אויף נאך
הערות עמיר לאזן אויף שפעטער, בפרט בענין הריגת רבי עקיבא בזמן חורבן ביתר
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

הרב מירונער, איר גיט מיר מאהט צו גיין ווייטער אז איר זאגט מיר אז מיינע ראיות זענען הונדערט פראצענטיגע. אנדערש וואלט איך נישט געוויסט אויף זיכער, ווייל א מענטש איז נאר א מענטש און קען מאכען א טעות. איך האב שטארק הנאה ארויף צו ברענגען אלעס אויפען טיש און לאזען די תלמידי חכמים דא זיך מפלפל זיין אז עס זאל גיין א פארע. מיין דזאב איז יתן לחכם ויוסיף לקח, איך רעד זיך נישט איין אז איך פארשטיי בעסער ווי יעדען

וועגען וואס איך האב אריינגעווארפען וועגען רבי עקיבא דרך אגב האב איך עובר געווען אויף דער "ולא יחטא", ווייל עס איז טאקע נאך נישט אינגאנצען קלאר ביי מיר די פונקטליכע
chronology
פון די עשרה הרוגי מלכות. איך האב זיך עטליכע מאל גענומען צו דעם, טראכטענדיג ארויס צו געבען א ספר אויף דער נושא, אבער דער נושא איז דאך אזוי גרויס, אז איך קליינע מענטשעלע האב געזעהן אז איך האלט נאך און ערגעץ נישט. נאכדעם האב איך געטראפען אז אנדערע האבען מיר שוין אויסגעכאפט (כ'בין נישט ברוגז, זיי האבען געהאט פול רשות - איך בין נישט בעל הבית), איז האב איך געקויפט צוויי אזעלכע ספרים און דארטען האלט עס, מונח עד שיבא אליהו. אויף דער מקצוע פון אנטונינוס ורבי, האב איך געטראכט אז הלא מצער הוא ותחי נפשי, איז האב איך זיך גענומען צו דעם און איך טייל זיך מיט ענק מיט וואס איך האב באמת געהאט בדעה צו דריקען. איך האב זיך שטארק געקווענקעלט צו שרייבען וועגען דעם דא, און האב דאס מרמז געווען אז איך האב א טעם כמוס נישט צו עפענען אזא אשכול. אבער איינער פון די שרייבערס דא, א גוטע ידיד מיינע, וואס מיט זיין מיינונג רעכען איך זיך זייער שטארק, האט מיר יא גע'עצהט צו שרייבען, און איך האב אים געפאלגט, און דא זענען מיר

וועגען אייערע חשובע הערות וועגען רבי עקיבא, וועל איך פרובירען בל"נ צו קאמענטירען ווען איך בין פערטיג, ווייל כ'זעה אז איך האב נאך א סאך צו שרייבען. און פון דער עולם וויל איך בעטען אז זיי זאלען האבען געדולד, כ'האב געמיינט אז איך וועל קענען שרייבען וואס איך האב אנגעהויבען, אייינס, צוויי, אבער דערווייל זעה איך אז מען דארף נאך קודם אראפ לייגען עטליכע הנחות, און נאך דעם וועט דער גאנצער פוזעל פיטען (און מיין צייט איז באגרעניצט), איז בין איך קודם ממשיך מיט נאך ראיות ווי לאנג עס וועט נעמען ביז איך קום אן, ואתכם הסליחה

הרב יהיה כן, יישר כוחכם, אייער שטיצע איז נוטירט
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”