אנטונינוס מלך רומי

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

ווער איז יוסטני בת אסוירוס בן אנטונינוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

א יישר כח אייך הרב גם-יחד

איינער האט מיר אריין געשיקט אן אימעיל, אז דער זיבעטער הוכחה איז נישט אזא שטארקע הוכחה, ווייל פון יוסטינא ביז פוסטינא איז נאך א שטיקעל מהלך

גערעכט, פון דא אליין וואלט מען זיך נישט געקענט א ראי' ברענגען, אבער מיט אנדערע זאכען וואס מיר ווייסען ווערט עס שוין א ביסעל שטערקער, לאמיר דן זיין

קודם, וואלט איך נישט געווען סורפרייזט אויב דער רש"ש אדער איינער פון די מפרשים זענען מציע צו טוישען די גירסא און די גמרא פון 'אסוירוס בן אנטונינוס' צו 'אנטונינוס בן אסוירוס', ווייל צוויי מאל און ש"ס טרעפען מיר דאך דער לשון. איך בין אבער נישט גענוג גרויס צו דאס אליינס מציע זיין, דעריבער דארפען מיר זוכען צו איינער זאגט דאס נישט

אויב מיר זאלען לאזען די גירסא ווי עס איז, וועט מען מוזען זאגען אז דא רופט די גמרא אן אונזער אנטונינוס, מיט זיין טאטע און זיידע'ס נאמען, די נאמען פון זיין דינאסטיע

יעצט ווער איז דער יוסטינא? ו

מארקוס אוריליוס אנטונינוס האט געהאט 14 קינדער, איינער פון זיינע עלטערע קינדער, איז געווען א טאכטער, וואס האט געהייסען
Lucilla
זי האט חתונה געהאט מיט איר פעטער
Lucius Verus
דער לושוס ווירוס איז געווען עלטער ווי אנטונינוס (מארקוס אוריליוס) מיט 10 יאר, און ער איז געווען
co-emperor
מיט זיין שוואגער און (שפעטער זיין שווער) אנטונינוס (מארקוס אוריליוס). ו

די מעשה איז געווען אזוי. אדרינוס הרשע האט זיך אויס געקליבען ווער עס זאל זיין זיין ממלא מקום און אויך ווער עס זאל זיין, זיין ממלא מקום'ס ממלא מקום (א בחינה פון נאך 240, נישט נאר נאך 120). ו

זיין ערשטער טשויס אלס זיין אייגענע ממלא מקום איז געווען אוליוס, א אינגער רוימישער סענאטאר. דער אוליוס איז אבער געשטארבען בחייו פון אדרינוס הרשע איבער לאזינדיג א יתום, דער אויבען דערמאנטער לושוס ווירוס

האט הדרינוס הרשע אויסגעקליבען אנטונינוס פיוס אלץ זיין נייע ממלא מקום, אויסנעמענדיג זיך מיט אנטונינוס פיוס, אז ער מוז זאפארט מאכען לושוס ווירוס מיט מארקוס אוריליוס (ביידע צוזאמען) אלץ זיינע ממלא מקום. מרקוס אוריליוס איז געווען א פלומעניק פון הדרינוס הרשע'ס ווייב סאבינע, און הדרינוס הרשע זייענדיג אליין א פילאזאף האט אנערקענט די גרויסקיט פון אונזער מרקוס אוריליוס אנטונינוס

נא, אזוי איז געווארען א שידוך מיט דער אינגער מיידעלע לוסילע (בת מרקוס אוריליוס) מיט איר פעטער וואס איז געווען 20 יאר עלטער פאר איר לושוס ווירוס

דעריבער האב איך אמאל געקלערט אז דער לוסילא מוז זיין דער יוסטינא וואס ווערט דערמאנט און די גמרא (און אז יוסטינא איז געווען איינע פון אירע נעמען), און אזוי ווי זי איז געווען איינע פון די צוויי מלכה'ס האט זי געפרעגט רבינו הקדוש וואס שטייט דארט און מסכת נדה

למעשה מיין איך אז נישט זי איז געווען דער יוסטינא, נאר איר אינגערע שוועסטער אניא קורניפישיא פויסטינא דער אינגערער
Annia Cornificia Faustina Minor http://en.wikipedia.org/wiki/Annia_Corn ... tina_Minor
איז דער יוסטינא דערמאנט און די גמרא

פארוואס הייסט זי 'דער אינגערער'? איז ווייל מרקוס אוריליוס האט קודם געהאט אן עלטערע טאכטער מיט דער נאמען, זי האט געהייסען
Domitia Faustina
זי האט אבער נאר געלעבט 5 יאר, איז האט אנטונינוס א נאמען געגעבען פאר זיין נעקסטע טאכטער אויך דער זעלבע נאמען, און דאס איז דער אניא קורניפישיא פויסטינא דער אינגערער

זי איז למעשה נישט געווען אן איינשטענדיגע פרוי און געווען פארמישט און אלע מערדערליכע רוימישע פאליטיק פון איר ברודער קאמאדוס און שפעטער, און צום סוף האט דער רוימישער קיסר קארעקעלע (זיינע אנדערע זיבען נעמען זענען
Marcus Aurelius Severus Antoninus Augustus
האט איר פאראורטיילט צום טויט

דער רוימישער היסטאריקער
Dio Cassius
וואס האט דענמאלט געלעבט, שרייבט אז אירע לעצטע ווערטער זענען געווען

"Her last words were 'My poor, unhappy soul, trapped in an unworthy body, go forth, be free, show them that you are the daughter of Marcus Aurelius!' Then she took off her ornaments, composed herself, opened her veins, and died."

דעס איז לעניות דעתי דער יוסטני דערמאנט און די גמרא
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

מילכיגער האט געשריבן:א קליינע אויסבעסערונג נאר. שבור מלכא איז נישט געווען קעניג אויף פרס, און נישט דאס איז די נאמען פון די אימפעריע, פרס (הנקרא כעת איראן) איז ווי מגילת אסתר איז געשעהן.

די אימפעריע האט גהייסן פרת (מעגליך ע"ש הנהר ואס געפינט זיך אין איר נהר פרת, אדער נישט), ובלשונם PARTHIAN. דער דו"ה רופט עס מלך הפרתים.

פרת, האט געקעניגט אויף די תורה צענטערן נהרדעא, סורא וכדו' וואס אין איראק נאנט צו בבל און זיי האבן גענוצט די נאטורליכע פעסטונגען וואס דער באשעפער האט זיי באשאנקען זיך צו באשיצן פון רומי ואכמ"ל והיא סיבת שלא נגדעה קרן התורה בבבל בכל משך ימי השמד באר"י


עס זענען געווען דריי מלוכות וואס די גמרא רופט אן פרס. איינס "למלכי מדי ופרס" מיינט מען דער אור אלטער וועלטס אימפעריע פרס וואס האט איינגענומען בבל, און פון גלות בבל איז געווארען גלות פרס

שפעטער נאך דעם וואס די יוונים אונטער אלכסנדר מוקדון האבען איינגענומען פרס, איז מיט א קורצע צייט דערויף געגרינדעט געווארען די
Parthian Empire
ביי אונז הייסען זיי ווייטער פרס, מה לי
Persia or Parthia

אז מען רעדט שוין פון דעם וועל איך ענק מגלה זיין אן אינטערעסאנטער זאך וואס איך מיין אז כמעט קיינער (אדער טאקע קיינער, פון די אידישער היסטאריקער) האט דאס נישט באמערקט. (איך האב עס געהערט פון איינעם וואס דאס איז אים איינגעפאלען), און דאס איז, אז דער פופולערע נאמען פון מערערע
Parthian kings
איז געווען
Mithridates

וואס און לשון קודש איז עס ווארשיינליך דער נאמען "מטרד", ווי און "בת מטרד". ו

דער לעצטער פארטיען מלך איז געווען דער קעניג ארדאשיר וואס האט געגרינדעט דער סאסאניען מלוכה, און געווען איר ערשטער קעניג, ער איז דער טאטע פון שבור מלכא דער ערשטער, חבר פון דער אמורא שמואל

דער גמרא און גיטין דערמאנט א שטאט וואס האט געהייסען נאך דער ארדשיר, דער שטאט הייסט "בי ארדשיר". ו
Veh-Ardashir
דער שטאט האט פריער געהייסען
Seleucia

בקיצור די דריי מלוכות הייסען און ענגליש
Persia, Parthia, Sassania

און די צווי מלכים הייסען
Ardashir I
Shapur I
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

הרב ספוסמאן שליט"א איך בין נאכנישט אנגעקומען צו ליינען אלעס אבער אזויפיל קען איך זאגן "אילו לא באנו אלא בשביל זה די". לא נראה כבושם הזה!

כה לחי!
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

SPUSMN האט געשריבן:
מילכיגער האט געשריבן:א קליינע אויסבעסערונג נאר. שבור מלכא איז נישט געווען קעניג אויף פרס, און נישט דאס איז די נאמען פון די אימפעריע, פרס (הנקרא כעת איראן) איז ווי מגילת אסתר איז געשעהן.

די אימפעריע האט גהייסן פרת (מעגליך ע"ש הנהר ואס געפינט זיך אין איר נהר פרת, אדער נישט), ובלשונם PARTHIAN. דער דו"ה רופט עס מלך הפרתים.

פרת, האט געקעניגט אויף די תורה צענטערן נהרדעא, סורא וכדו' וואס אין איראק נאנט צו בבל און זיי האבן גענוצט די נאטורליכע פעסטונגען וואס דער באשעפער האט זיי באשאנקען זיך צו באשיצן פון רומי ואכמ"ל והיא סיבת שלא נגדעה קרן התורה בבבל בכל משך ימי השמד באר"י


עס זענען געווען דריי מלוכות וואס די גמרא רופט אן פרס. איינס "למלכי מדי ופרס" מיינט מען דער אור אלטער וועלטס אימפעריע פרס וואס האט איינגענומען בבל, און פון גלות בבל איז געווארען גלות פרס

שפעטער נאך דעם וואס די יוונים אונטער אלכסנדר מוקדון האבען איינגענומען פרס, איז מיט א קורצע צייט דערויף געגרינדעט געווארען די
Parthian Empire
ביי אונז הייסען זיי ווייטער פרס, מה לי
Persia or Parthia

אז מען רעדט שוין פון דעם וועל איך ענק מגלה זיין אן אינטערעסאנטער זאך וואס איך מיין אז כמעט קיינער (אדער טאקע קיינער, פון די אידישער היסטאריקער) האט דאס נישט באמערקט. (איך האב עס געהערט פון איינעם וואס דאס איז אים איינגעפאלען), און דאס איז, אז דער פופולערע נאמען פון מערערע
Parthian kings
איז געווען
Mithridates

וואס און לשון קודש איז עס ווארשיינליך דער נאמען "מטרד", ווי און "בת מטרד". ו

דער לעצטער פארטיען מלך איז געווען דער קעניג ארדאשיר וואס האט געגרינדעט דער סאסאניען מלוכה, און געווען איר ערשטער קעניג, ער איז דער טאטע פון שבור מלכא דער ערשטער, חבר פון דער אמורא שמואל

דער גמרא און גיטין דערמאנט א שטאט וואס האט געהייסען נאך דער ארדשיר, דער שטאט הייסט "בי ארדשיר". ו
Veh-Ardashir
דער שטאט האט פריער געהייסען
Seleucia

בקיצור די דריי מלוכות הייסען און ענגליש
Persia, Parthia, Sassania

און די צווי מלכים הייסען
Ardashir I
Shapur I



אה"נ ס'טאקע נישט קיין חילוק און מ'האט טאקע גענוצט פרס און פרת INTERCHANGEABLY אבער זיי זענען נישט אויף די זעלבע פלאץ

ועוד חזון למועד. איך ווייס נאר נישט צו איינער איז אינטערעסירט...
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ר' מילכיגער

רש"י שרייבט איבעראל אויף שבור מלכא "מלך פרס", פון וואו נעמט איר אז "פרת" איז ריכטיגער?
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

די גמרא זאגט שוין הני פרסאי. און ווי געשמועסט קומט עס טאקע פון דעם לשון. מיין אריגינעלע תגובה איז געווען מודיע צו זיין אז ס׳איז צוויי מלכויות און אז שבור מלכא איז נישט קיין יורש פון אחשורוש.

און אלע ספרי היסטוריה ווערט עס גערופן Parthia וואס כידוע איז th אזויווי א ת בלשה״ק. די לאקאציע פון פרת איז היבש אוועקגעריקט פון פרס (עי׳ גוגל הדור...) ווי אויך האב איך געוואלט קלאר מאכן אז בבל שבזמן חזל איז געווען אונטער מלכות פרת וכו׳
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

הרב ספוזמן
מבהיל על הרעיון
אזוי פיהל ידיעות נרחבות
חילך לאורייתא!!!
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

געוועיליך אן אשכול ליין איך דורך אויפן קאמפיוטער, די אשכול האב איך ארויסגעפרינט, עס איז פשוט צוסאך אויפאמאל, ווי זאגט עמ-עס-פי, ס'איז מבהיל על הרעיון, איך מיין ער שאצט אונטער, דאס איז דאך אן עולם מלא, האלט אן, מיר לערנען מיט דורשט.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

א דאנק אייך אלע פאר די ווארעמע ווערטער. עטץ ווארטס אז איך זאל שרייבען, אבער איך ווארט אז עטץ זאלט שרייבען און איך ווען בל"נ אויך שרייבען. חדושים קומט געווענליך פון פרעגען און ענטפערען, פון אן ווייזען א מראי מקום וכו'. למשל, דער גאנצע שקלא וטריא אויף יוסטינא, האב איך דן געווען בשעת'ן שרייבען יענע שורות. די געדאנקען (אלטע און נייע) זענען דענמאלץ מיר געקומען און ענקער זכות

הרב מילכיגער, איר מאכט א גוטען פוינט אז די דריי קעניגרייכען זענען דריי באזונדערע זאכען מיט א שטיקעל אנדערע גיאגראפיע, אבער למעשה איז רופען חז"ל אן אלע דריי "פרס", און דער חלק וואס אונז אינטרעסירט דאס מערסטע, דאס אידישע ישוב און בבל, און די ישיבות וואס זענען דארטען געשטאנען פאר א גאנצע טויזענט יאר! ווי פומבדותא וכו' זענען למעשה און בבל און נישט און שושן הבירה. אבער פון ווען מלכות בבל איז אונטער געגאנגען, ווערט דער שטח פון בבל באטראכט אלץ אונזער פרס נישט קיין נפקא מינה ווער איז דער קיסר און פון וועלכע דינאסטיע אדער מלכות

עס איז וויכטיג וואס איר האט ארויף געברענגט, און ווער עס ווייסט עפעס וועגען דער ענין זאל ביטע מוסיף זיין
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

עלעפטע ראי' און הוכחה אז מרקוס אוריליוס איז אונזער אנטונינוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

דער עלעפטע ראי' וועל איך ברענגען פון א גמרא (ירושלמי תענית כ"ד) אז: רבי הוה דרש עשרין וארבעה עבדין (מאורעות קשות הזכיר שהיו בשעת החרבן ונרמזים בפסוק) בלע ה' ולא חמל, ורבי יוחנן דרש אשיתין... דרבי הוה סמוך לחרבן בית מקדשא, הוה תמן סבין נהירין (שהיו זוכרין החרבן) והוה דרש ואינין בכין ומשתתקין וקיימין לון (ולא הי' יכול לגמור כל המאירעות הנרמזים בפסוק). ו

איז יעצט, הא תינח אויב מען וועט זאגען אז רבי'ס נשיאות בימי אנטונינוס מיינט מען מרקוס אוריליוס, דענמאלץ שטימט אלעס זייער גוט, אז ווען אנטונינוס (מרקוס אוריליוס) איז געווארען קיסר און שנת ג"א תתקכ"א (93 יאר נאכען חורבן) האבען נאך געלעבט זקנים וואס האבען געדענקט דער בית המקדש און ווי מען האט אויסגעהרג'עט זייערע עלטערען וכו'; אבער אויב מיר זאלען אן נעמען אז אונזער אנטונינוס איז גאר סעפטימוס סיווירוס און אלעס ווערט אפגערוקט מיט 30 יאר, איז אויב אזוי, דער אינגסטער פון די זקנים (וואס איז שוין געווען אויף דער עולם אבער קען נאך גארנישט געדענקען) געווען כאטש 123 יאר אלט! אתמהה

איך מיין אז דאס איז זייער א שטארקע הוכחה
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

דער צוועלעפטע ראי' - ווארט אז מען זאל עס מפענח זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

מירונער האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:אין דעם טאג וואס רבינו הקדוש איז געבוירען געווארען איז רבי עקיבא גע'הרג'ט געווארען (קידושין עב,ב),

רוב חוקרי הדורות האלטן אז דאס מיינט "עד שלא מת רבי עקיבא נולד רבי", ד.מ. נאך איידער רבי עקיבא איז נסתלק געווארן איז שוין רבינו הקדוש געווען געבוירן. און אזוי שרייבט קלאר דער בעל הלכות גדולות, וזל"ק: עד שלא מת משה רבינו זרחה שמשו של יהושע תלמידו, עד שלא כבתה שמשו של עלי זרחה שמשו של שמואל הרמתי, עד שלא נגנז אליהו זרחה שמשו של אלישע, עד שלא מת רבי עקיבא נולד רבי". און ביי די אלע דערמאנטע, יהושע, שמואל, אליהו איז דאך קלאר אז זיי זענען געווען תלמידים מובהקים פון זייערע רבי'ס, אויך דער רמב"ם אין די הקדמה צו משנה תורה שרייבט קלאר אז רבי אשי האט מקבל געווען תורה פון רבא און אין די גמרא שטייט "כשמת רבא נולד רב אשי", אלא מאי איז מש א דבר ברור אז דער פשט אין די גמרא "כשמת רבי עקיבא נולד רבי" מיינט אז דער אייבירשטער האט שוין מקדים געווען די רפואה פאר די מכה, און נאך איידער רבי עקיבא איז אומגעקומען אויף קידוש השם איז שוין געווען געבוירן רבינו הקודש וועלכער האט געראטעוועט דעם דור.
דאס איז נישט קיין אייגענע סברה, רוב חוקרים האלטן אזוי און אזוי איז משמע לויט די יארן וואס רבי האט געקעניגט אלס נשיא בישראל, און ווען מ'גייט צו מיט די הקדמה דעמאלטס קען מען פיל בעסער מסדר זיין די יארן פון רבי, פון זיין רבי גמליאל ברבי, און זיין אייניקל רבי יהודה נשיאה.
...


כ'שפיר אז פון דא קען מען ברענגען א צוועלעפטע ראי' (פאר אדער קעגען), אבער עס ווארט אז מען זאל עס מפענח זיין

אפילו מיר זאלען אן נעמען אז עס וועט זיך ווענדען און צוויי גירסאות פון "עד שלא מת" און "משמת", אז "משמת" מיינט אז דענמאלץ, יענע טאג איידער דער צדיק איז נסתלק געווארען איז א נייער צדיק געבוירען געווארען, און "עד שלא מת" מיינט אז פריער (אפילו א היפש פאר יאר) איידער דער פטורה פון א צדיק האט דער אייבערשטער שוין מזמין געווען אן אנדערע צדיק צו פארנעמען זיין ארט; מוז מען אבער טייטשען אז "כשמת רבי נולד רב יהודה", מיינט אז יענער סאמע טאג וואס רבי איז נסתלק געווארען איז רב יהודה געבוירען געווארען, ווייל דער גמרא זאגט דארט אזוי בפירוש און קידושין דף ע"ב ע"א, אז "כי הוה ניחא נפשיה דרבי (נזרקה נבואה בפומיה - רש"י), אמר... היום נולד רב יהודה בבבל, און ווי דער בניהו בן יהוידע איז מסביר אז מען האט א נאמען געגעבען רב יהודה נאך רבי יהודה הנשיא

רב יהודה איז דער הייליגע אמורא רב יהודה בר יחזקאל, א תלמיד פון רב און שמואל און פון רבי יוחנן. כ'שפיר אז מען קען פון אדורך טוהן פונקטליך ווען רב יהודה איז געבוירען געווארען, נסתלק געווארען, און איבערגענומען נאך שמואל און נהרדעא, און אויך פון ווער זענען געווען זיינע חבירים אמוראים, מיין איך אז מען וועט קענען ברענגען עפעס א ראי' אויף ווען רבי איז נסתלק געווארען, און ממילא פון וועלכע אנטונינוס מען רעדט

ווער קען עס מפענח זיין? ו
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

שמואל איז נפטר געווארן - און רב יהודה האט איבערגענומען בשנת ד' אלפים י'
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

ריכטיג, רב איז נפטר געווארען און שנת ד"א גימ"ל, און שמואל איז נפטר געווארען און שנת ד"א יו"ד ווי איר האט געזאגט. וואס איז לויט מיין חשבון 60 יאר נאר די פטורה פון רבי און בערך ג"א תתק"ן

יעצט, אויב מיר וועלען אן נעמען ווי די וואס זאגען אז רבי איז אוועק 30 יאר שפעטער און שנת ג"א תתק"פ, בלייבט נישט פאר שמואל מער ווי 23 יאר, און פאר רב מער ווי 30 יאר, וואס איך מיין וועט נישט שטימען.

יעצט ווארטען מיר פאר איינער וואס קען אונז מוכיח זיין אז 23-30 יאר איז צו ווייניג פאר רב און שמואל. נו, רבותי, רופט'ס ענק אן

און אגרת רב שרירא גאון, גיט ער אן פארשידענע דאטום'ס פאר די אמוראים שמלך בנהרדעא, סורא (מתא מחסיא), פומבדיתא וכו'. דארף מען נאר זעהן ווי אזוי דער כראנאלאגיע גייט
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 2:28 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

רבי משה יאיר וויינשטאק זצ"ל און זיין הפליא'דיגער פירוש אויף די ספרים 'סדר עולם רבה' און 'סדר עולם זוטא' שרייבט אויך אזוי אז רבי איז נפטר געווארען און שנת ג"א תתק"ן ביי די 70 יאר, און נישט און תקע"ט ביי די 100 יאר, און אז לויט דעם קומט אויס אז רב יהודה וואס איז דענמאלץ געבוירען געווארען און שנת ג"א תתק"ן האט ממלא מקום געווען שמואל און שנת ד"א י' זייענדיג 60 יאר אלט (נישט 30 יאר אלט), און איז נפטר געווארען און שנת ד"א נ"ח אלט זייענדיג בערך 108 יאר (נישט 78 יאר).

א חילוק פוו 30 יאר צווישען ביידע דעות ווען רבי איז נסתלק געווארען מיינט אז לויט די וואס זאגען ג"א תתקע"ט האט זיך דער תקופת האמוראים אנגעהויבען 30 יאר שפעטער, און מען מוז אפרוקען אלע תלמודי רבי ותלמידי תלמידיהם מיט א סאך יארען, איז ממילא מיין איך אז אויב מען זאל צונעמען דער תקופה פון תלמידי רבי וואלט מען געהאט א שליסעל צו דעם אויך.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

פריער האבען מיר געזאגט אז אנטונינוס (מרקוס אוריליוס) איז געוווען א גרויסע פילאזאף, איז כדי צו וויסען ווער נאך פון די רוימישע קיסרים זענען געווען פילאזאפען נישט נאר בעלי זרוע.

מיר ווייסען פון דריי, איינס: אנטונינוס האמור, צוויי: הדריינוס הרשע וואס האט (מיט גרויס חכמה [חכמים הם להרע]) געזוכט אונטער צו ברענגען די תורה הקדושה מיט זיינע ביטערע גזירות: נישט מל זיין, נישט געבען סמיכה, תבעל להגיון, נישט לאזען מקדש זיין דער חודש, וכו', וואס מיט דעם האט ער (ווי די יוונים פאר אים) געוואלט אויס רייסען די תורה און קדושה ביי כלל ישראל (עשיו הוא אדום). און דער דריטער איז קיסר יוליון וואס מען רופט
Julian the philosopher
און די נוצרים רופען אים
Julian the apostate
יוליון דער אפיקורס, ווייל ער האט צוריק געדרייט דער רוימישער רעליגיע צו paganism געצען דינעריי, נאכדעם וואס זיין פעטער קאנסטאנטין (די גרעיט) האט געמאכט דער רוימישער רעליגיע נוצרות. דער יוליון איז געווען דער וואס האט געשיקט א בריוו צו הלל נשיאה קיין בבל אז אויב די אידען און בבל (פרס) שטייען מיט אים קעגען פרס גיט ער רשות צו בויען דער בית המקדש השלישי. למעשה איז דא צווי גירסאות, איינס: אז ווייל ער איז גשטארבען (פארסם'ט!) און די מלחמה, איז גארנישט געווארען דערפון. א צווייטע גירסא איז אז מען האט אנגעהויבען בויען דער בית המקדש השלישי און א פייער איז אראפ געקומען פון הימעל און אלעס פארברענט. אלענפאלס, דאס זענען די דריי רומישער מלכים פילאזאפען
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2011 5:21 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

מירונער האט געשריבן:כ'האב אמאל געזען ערגעץ וואו, דער מקור געדענק איך שוין נישט, אז עס איז געווען א שטאט אין ארץ ישראל וואס ס'האט געהייסן רומי, און דארט פלעגט אנטונינוס קומען אויף די זומער וואכן און דאס איז ממש נאנט געווען צו ציפורי


וואס איז דער סיבה פאר וועלען אים אריין שטעלען דווקא און דער שטאט רומי און און ארץ ישראל? איז דאס ווייל דאס איז געווען א רוימיש געבויטער שטאט (און וועגען דעם הייסט עס טאקע 'רומי'), און די סברא איז אז דארט האט ער זיך אויף געהאלטען? איך פרעג ווייל מען דארף אויך אריין קוקען און דעם פאסיביליטי דארף מען פארשטיין וואס צוהט צו דעם.

אויף קיסרי איז טאקע דאס די סיבה פאר די וואס שטעלען אנטונינוס דארט, ווייל עס הייסט קיסרי בת אדום, און די סברא זאגט אז ווען ער איז געווען און ארץ ישראל האט ער זיך דארט אויף געהאלטען.

למעשה טרעפען מיר אז רוים האט געהאט סטאציאנירט א מיליטערישער לגיון און טבריה, איז דאך שוין טבריה בעסער ווי קיסרי אדער רומי, צו זאגען אז דארט האט ער זיך אויף געהאלטען, נאך דערצו און מיטען זיך גרייטען צו א מלחמה.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »



זייער ראי' אז אנטונינוס איז א שפעטערע רוימישער קיסר און אז אנשטאט רבי דארף מען זאגען רבי יהודה נשיאה, איז בעיקר באצירט אויף דעם וואס זיי זאגען אז און די צייטען פון רבי "לא היה ימים טובים לישראל" איז ממילא קען עס נישט זיין אים. מיין איך אז פון דעם איז קיין שום ראי', ווייל די גמרא זאגט אונז אז אנטונינוס האט זיך באקלאגט צו רבינו הקדוש אז "מצערין לי חשובי רומאי", און רבי האט אים געגעבען אן עצה אז ער זאל שטייטליך פון זיי פטור ווערען, "מעייל ליה לגינא כל יומא עקר ליה פוגלא ממשרא קמיה אמר (אנטונינוס) שמע מינה הכי קאמר לי, את קטול חד חד מינייהו ולא תתגרה בהו בכולהו, ולימא ליה מימר, אמר, שמעי חשובי רומי ומצערו ליה, ולימא ליה בלחש משום דכתיב כי עוף השמים יוליך את הקול".

זעהען מיר אז די חשובי רומי, דער רוימישער סענאט האט געהאט א סאך כח, און אנטונינוס אליין האט זיך נישט געקענט מיט זיי צופיל שלאגען, און זיי (די חשובי רומי) ווייסען מיר שוין פון די גמרא און פסחים אז א גאנצען טאג האבען זיי נאר געטראכט ווי אזוי צו פייניגען די אידען און זיי ח"ו פארניכטען, אז ביי דעם האבען זיי אנגעהויבען דער טאג און ביי דעם האבען זיי גע'ענדיקט דער טאג, איז ממילא שוין אלעס פארשטענדליך, אז אנטונינוס וואס האט געציטערט פאר די רוימישער סענאט אימת מות אז זיי זאלען נישט אויס געפונען אז ער איז געווארען א איד, האט נישט געקענט טוהן צו פיל צו מאכען גרינגער פאר די אידען. וואס ער האט געקענט טוהן האט ער זיכער געטוהן, ווי די גמרא זאגט אונז אז ער האט געוואלט מאכען טבריא "קלניא" (פריי פון שטייערען) ווייל דארטען איז געווען דער עיקר מקום תורה בימי רבי, און אפילו דאס האט ער אויך נישט געקענט אויס פירען נאר עס איבער געלאזט פאר זיין זוהן קומודוס וואס אדער יא אדער ניין האט ער דאס אויס געפירט אויף זיין טאטע'ס פארלאנג. איין זאך ווייסען מיר יא וואס אנטונינוס האט א דורך געפירט (און מסתמא מיט שוועריקייטען) און דאס איז צו עפענען אלע טויערען פאר רבי (דער נשיא ישראל) צו צוזאם נעמען אלע חכמי ישראל, אלע תנאים, און מסיים זיין דער משנה.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

מירונער האט געשריבן:דאס וואס דו שרייבסט אז רבי עקיבא איז געווען מנושאי כליו פון בר כוכבא, (דוכט זיך מיר איז א רמב"ם סוף פרק י"א מהלכות מלכים און נישט קיין גמרא), איז זיכער נישט טייטש כפשוטו, נאר דאס מיינט אז ער האט אויך געזען א האפענונג אין בר כוכבא און ער האט מתחילה געשטיצט אזוי ווי דער מדרש איכה פ"ב זאגט בפירוש, און דאך זעט מען אבער אין סנהדרין פרק חלק אז די אנדערע תנאים הק' האבן אנדערש געהאלטן.

היוצא לנו מזה אז רבי עקיבא איז זיכער נישט געשטאנען בראש המרידה. און טאמער יא וואלט מען נישט געדארפט זוכן קיין סיבה אים צו הרגענען, ווי די גמרא פארציילט אז ווייל ער האט עוסק געווען בתורה ברבים האט מעם אים איינגעשפארט, נאר מ'וואלט אים גע'הרג'ט פשוטו כמשמעו כדין מורד במלכות, אוזי ווי די גמרא דערמאנט וואספארא שרעקליכע רציחות דער אנדריינוס קייזער האט אפגעראכטן נאכן דערשטיקן דעם מרידת ביתר.
און אויב מ'האט טאקע יא גע'הרג'ט רבי עקיבא גלייך ביי מרידת ביתר, דעמאלטס דארף מען פארשטיין פשט אין די גמרא ברכות דף ס"ג אז רבי עקיבא איז אראפגעגאנגען קיין נהרדעא מעבר שנים זיין, וואס דאס איז זיכער געוען נאך מרידת ביתר, ווייל ביז דעם איז נאך געווען א געהעריגער סנהדרין אין ארץ ישראל, נאר אדריינוס קיזער האט דאס מבטל געווען זעענדיג דערין א האפענונג פאר'ן כלל ישראל.

אלא מאי איז יא משמע ווי דער בעל 'ספר תולדות ואמוראים' נעמט אן אז ר' עקיבא איז הערשט אומגעקומען עטליכע יארן נאך חורבן ביתר, צוליב דעם וואס טורנוסרופוס הרשע האט זיך פארלייגט אויף אים און האט געוואלט נקמה נעמען אין אים


זאגסט גוט. קען אבער זיין אז עוסק געווען בתורה ברבים און דער מרידת בר כוכבא איז היינו הך. אז ווייל די רוימער האבען נישט געלאזט לערנען קיין תורה, זיך מל זיין, מקדש זיין דער חודש, און גוזר געווען אז תבעל להגיון, דאס האט גורם געווען אז מען זאל זיך אנטקעגען שטעלען די רוימער מיטען שטעלען בר כוכבא בראשם וואס רבי עקיבא (דער ראש לחכמים - דער גדול הדור) האט געזאגט אויף אים "דין הוא מלכא משיחא". רבי עקיבא איז שוין דענמאלץ אלט געווען 120 יאר און דאך איז ער געווען מנושאי כליו של בר כובבא, וואס זאגט דאס אונז? עס איז קלאר אז רבי עקיבא האט געזעהן מיט דעם די גאולה און געטוהן אלעס וואס נאר ער האט געקענט.

חוץ מזה ווייסען מיר אז בר כוכבא, איז געווען א פלומעניק פון א תנא (אזוי געדענק איך) וואס ער האט אים שפעטער געהרג'עט און פון דארטען איז אלעס געגאנגען בארג אראפ. אויך איז דא וואס טענה'ן אז די כ"ד אלף תלמידים פון רבי עקיבא זענען אזוי ווי זייער רבי אויך געווארען נושאי כליו און געגאנגען און מלחמה פאר בר כוכבא, און ווען בר כוכבא האט געוואלט אויס פרובירען זיינע סאלדאטען מיט אפשניידען א פינגער האט רבי עקיבא אים געזאגט אז בעסער אויס צו פרובירען זיי מיט אויס רייסען א ביימעלע לויפינדיגערהייט.

נו, רבותי ווי פארשטייט איר דער מלחמה פון בר כוכבא? אפשר וואלט געווען כדי אויף צו מאכען אן אשכול אויף רבי עקיבא און דאס דארט אויס שמועסען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליקו »

איך בין זיך מחיה באשכול הזה וכדו', פשוט איננו בקו להגיב כראוי

רפפורט הובא באיגרת רב שרירא גאון לר' נתן הורוביץ נעמט אויך דיין קו בנוגע אנטינונוס

בר כוכבא אומר הרמב"ם בדרך הירושלמי שרוב חכמי ישראל הלכו בדרכו, דלא כבבלי כעוד כמה ענינים עקרוניים בנושא זו
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

ווילסט אפשר אויף מאכען א אשכול אויף רבי עקיבא און דערציילען אונז בפרטיות וואס איר ווייסט אדער מיינט. איך האב דארט אויך מהלכים אבער וויל דוקא הערען פון אנדערע ווייל עס איז ביי מיר נאך נישט קלאר.
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2011 5:20 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

SPUSMN האט געשריבן:ווילסט אפשר אויף מאכען א אשכול אויף רבי עקיבא און דארטען אונז דערציילען בפרטיות וואס איר ווייסט אדער מיינט. איך האב דארט אויך מהלכים אבער כ'וויל דוקא הערען פון אנדערע ווייל עס איז ביי מיר נאך נישט קלאר.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליקו »

כהאב א באנטש אבער גיי נעם צייט ועוד,

הלוואי כשירחיב אי"ה
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

נו, דאס איז נישט סתם א שטיקעלע היסטאריע, מען רעדט דאך דא פון דער הייליגע תנא רבי עקיבא וואס כל התורה כולה וואס מיר האבען האט ער איבער געגעבען צו זיינע פינעף לעצטע תלמידים ובתוכם רבי שמעון בר יוחאי וואס האט אונז איבער געגעבען די מסורה פון תורת הנסתר.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליקו »

נאר איין שטארקע נקודה פון די גאנצע מעשה

זעה דא
און די אויספיר:
רגילים אנו לומר שכשם שבגלל שנאת חינם נחרב המקדש - הוא יבנה בזכות אהבת חינם. אך לאור דברי ר' יוחנן, מסתבר שהערך של שנאת חינם הוא רק אחד מן הערכים שנפגע בשל צורת החשיבה ההלכתית שרווחה באותו הדור. מדברי ר' יוחנן המדגיש את תרומתה לחורבן של הפסיקה הפורמליסטית, החוששת והפסיבית - מסתבר שרק על ידי גדולי דור העוסקים בפסיקה ערכית, כנה ואמיצה - תבוא גאולתנו.

דאס איז א אויספיר לגבי רבי זכרי בן אבקולס בזמה"ז [רבי יוחנן בעל המימרא ענוותנו גרמא]
לעצט פארראכטן דורך קליקו אום מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 4:55 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

שכוח הרב ספוסמן,
און פאר הרב קליקו א רפו"ש (איר זאגט אזאיר זענט נישט בקו), אויב מעגליך ביטע מסביר זיין אויף פלעין יודיש דיין אונטרשטע תגובה ווייל כ'פארשטיי נישט

לגופו של דבר
האט רבי עקיבא חוזר געוווען ווען מ'האט עם געזאגט 'עקיבא עשבים בלחייך ועדיין בן דוד לא בא' אדער ווען מ'האט אויספראבירט דעם בר כוכבא צו ער איז א מורח ודאין, אויב יא, דאן האבן אים א ודאי נישט די חיילי אנדריינוס (דער זעלבער ווי הדריינוס?) ג'הארגעט צוליב מרידה במלכות וכדו', ווייל ער איז דאך לבסוף אוועק געשטאנען פון בר כוכבא, [פארהאן וועלכע זאגן אז בר כוכבא איז גאר אומגעברענגט געווארן דורך די חכמים, והאריך בזה בויואל משה ..... (כ'גידענק נישט יעצט וואו) איז דאך פשט אז די חכמים אליינס האבן אונטער געברענגט בר כוכבא'ס מרידה]
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”