ווייסט איר אייער יחוס בן אחר בן עד אדם הראשון?

יחוס און אפשטאם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

איך זיך נישט סתם אזוי ארויפצוברענגען אלטע אשכולות. אבער די תגובה פון ספוסמאן אויף די ערשטע בלאט האט מיך זייער איבערגענומען, עס איז וואונדערליך ביז גאר. יעדער איינער שטאמט פון יעדן...

צו האט איינער למעשה הערות אויף די חשבון? אויבנאויף מיז מען זאגן אזוי ווי ער זאגט.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
מאנסי געבוירענער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 10:12 am
לאקאציע: ספרינג וואלי יצ"ו

Re: אלע אידען זענען קאזינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסי געבוירענער »

SPUSMN האט געשריבן:אלע אידען זענען קאזינס. דער וועלט זאגט אז ווען צוויי אידען טרעפען זיך און זיי זענען נאך נישט קיין קרובים איז א סימן אז זיי האבען נישט גערעדט גענוג לאנג - לאמיר מסביר זיין.

10 דורות אויף צוריק
______________
יעדער מענטש האט צוויי עלטערען, 4 זיידעס און באבעס, 8 עלטער זיידעס און באבעס, 16 עלטער-עלטער זיידעס און באבעס, 32 עלטער-עלטער-עלטער זיידעס און באבעס, 64 עלטער-עלטער-עלטער-עלטער זיידעס און באבעס, 128 עלטער-עלטער-עלטער-עלטער-עלטער זיידעס און באבעס, 256 עלטער-עלטער-עלטער-עלטער-עלטער-עלטער זיידעס און באבעס, 512 עלטער-עלטער-עלטער-עלטער-עלטער-עלטער-עלטער זיידעס און באבעס, 1024 עלטער-עלטער-עלטער-עלטער-עלטער-עלטער-עלטער-עלטער זיידעס און באבעס. א דור איז דורשניטלעך, לאמיר זאגען 30 יאר, קומט אויס אז א קינד וואס ווערט היינט געבוירען, זענען בערך 300 יאר צוריק געבוירען געווארען זיינע 1024 זיידעס און באבעס. ביי איינעם איז דאס נאר 250 יאר צוריק און ביי אן אנדערען 350 יאר צוריק. דאס מיינט אז און צייטען פון בעל שם טוב האבען מיר געהאט בערך 1000 זיידעס און באבעס, און אפשר גאר איז איינע פון זיי געווען דער בעל שם טוב אליין.

גייען מיר ווייטער
20 דורות אויף צוריק
______________
יעדער פון די 1024 זיידעס און באבעס 10 דורות צוריק האט אויך געהאט 1024 זיידעס און באבעס 10 דורות פאר זיי, קומט אויס אז יעדער פון אונז האט געהאט 1,048,576 זיידעס און באבעס 20 דורות צוריק וואס דאס איז בערך 600 יאר צוריק (סוף תקופת הראשונים און אנהייב תקופת האחרונים). (דער חשבון איז 1000, 2000, 4000, 8000, 16000, 32000, 64000, 128000, 256000, 512000, 1024000). איבער א מיליאן זיידעס און באבעס, לכאורה וואלט דאס געדארפט מיינען אז מיר זענען אייניקלעך פון רוב אידען בימים ההם (וועלען מיר זעהן ווייטער).

30 דורות אויף צוריק
______________
יעדער פון די 1,576,048 זיידעס און באבעס 20 דורות צוריק האט אויך געהאט 1024 זיידעס און באבעס 10 דורות פאר זיי, קומט אויס אז יעדער פון אונז האט געהאט 1,073,741,824 (איבער א ביליאן!) זיידעס און באבעס 30 דורות צוריק, בערך 900 יאר צוריק (תקופת בעלי תוספת און דער רמב"ם). (דער חשבון איז 1000000, 2000000, 4000000, 8000000, 16000000, 32000000, 64000000, 128000000, 256000000, 512000000, 1024000000). נישט געווען קיין ביליאן מענטשען אויף דער וועלט בימים ההם. (היינט איז דא 7 ביליאן).

40 דורות אויף צוריק
______________
יעדער פון די 1,073,741,824 זיידעס און באבעס 30 דורות צוריק האט אויך געהאט 1024 זיידעס און באבעס 10 דורות פאר זיי, קומט אויס אז יעדער פון אונז האט געהאט 1,099,511,627,776 (איבער א טריליאן) זיידעס און באבעס 40 דורות צוריק, בערך 1200 יאר צוריק (סוף תקופת הגאונים, גלייך פאר רש"י) (דער חשבון איז 1000000000, 2000000000, 4000000000, 8000000000, 16000000000, 32000000000, 64000000000, 128000000000, 256000000000, 512000000000, 1024000000000). נישט געוווען קיין טריליאן מענטשען אויף דער וועלט זייט בריאת העולם - נו, וואס איז פשט?

פשט איז אזוי. עס איז דא און מאטעמאטיקס א "law of probability" וואס זאגט אז דער פראבעביליטי אז מיר האבען געהאט דער זעלבער זיידע אדער באבע איז לאמיר זאגען ווייניגער ווי 10 דורות צוריק (עס וועט זיך ווענדען און עטליכע פאקטארס ווי מיר וועלען באלד זעהן). דער פראבאביליטי זאגט אויך אז ווען צוויי אידען טרעפען זיך זענען זיי וויינגער ווי 9טע קאזינס, און אז די מיט דיין ווייב זענען אויך ווייניגער ווי 9טע קאזינס. דעריבער האסטו נישט געהאט א טויזענט זיידעס און באבעס 10 דורות צוריק, נאר נענטער צו 500, ווייל ביזט אן אייניקעל כאטש צוויי מאל פונעם זעלבען זיידען און באבען.

דער פראבאביליטי זאגט אויך אז האסטו נישט געהאט א מיליאן זיידעס און באבעס 20 דורות צוריק, נאר א סאך ווייניגער ווי א האלב מיליאן. האסט נישט געהאט א ביליאן זיידעס און באבעס 30 דורות צוריק, נאר אפשר א מיליאן אדער צוויי, ביזט אן אייניקעל פונעם זעלבען זיידען און באבען צענדליגע מאל בלי גוזמא.

צווישען די פאקטארס וואס איך האב פריער געזאגט זענען, אז אויב איר זענט אן אשכנזי זענט איר לויט דער "לאו אוו פראבעביליטי" אן אייניקעל פון רש"י צענדליגע מאל, אויב איר זענט א ספרדי זענט איר לויט דער "לאו אוו פראבעביליטי" אן אייניקעל פון דער רמב"ם צענדליגע מאל. עס איז נישט גאראנטירט אז אן אשכנזי איז אן אייניקעל פון רמב"ם אדער א ספרדי איז אן אייניקעל פון רש"י, אבער עס איז כמעט גאראנטירט אז אן אשכנזי איז יא אן אייניקל פון דער רי"ף און דער רמב"ם, ווייל מיר אשכנזים האבען געהאט א סאך ספרדישע זיידעס ווי משפחת אלטשולער און נאך און נאך.

דער סך הכל איז שטוינענד - ליינט און שטוינט!
_________________________________
דער סך הכל איז, אז יעדער איד היינטיגע צייטען איז אן אייניקל פון רוב ראשונים (אשכנזים פון אשכנזישע, און ספרדים פון ספרדישע). יעדער, (אשכנזים און ספרדים צוגלייך) זענען אייניקלעך פון יעדען תנא און אמורא וואס האט איבער געלאזט קינדער (פון אלע עשרה הרוגי מלכות) - אזוי זאגט מאטעמאטיקס. אויך אז מיר זענען אייניקלעך פון "יעדען" איד וואס איז געווען ביים חורבן בית שני וואס האט איבער געלאזט א דור נאך זיך. מיר זענען אייניקלעך פון יעדען איד פון בית ראשון, און פון יעדען איד וואס איז ארויס פון מצרים און געשטאנען מיטען גוף ביים בארג סיני. איין זאך מוז נאך געזאגט ווערען און דאס איז, אז דער זעלבער רבונו של עולם וואס האט באשאפען הימעל און ערד, מאטאמאטיקס און אלעס וואס עקזיסטירט, דער זעלבער גרויסער באשעפער האט געזאגט, והייתם לי סגולה, ממלכת כהנים וגוי קדוש, האט דער זעלבער הייליגער באשעפער געמאכט זיכער אז די אידען וואס וועלען אויס געלייזט ווערען בביאת משיח צדקינו זאלען זיין א ריין פאלק און נישט אייניקלעך פון די אלע ממזרים במשך הדורות. קען נישט איינער קומען און זאגען אז מאטאמאטיקס זאגט אז עס זענען דא א סאך ממזרים. ניין, דער באשעפער וואס האט געמאכט מאטאמאטיקס און באשאפען די "טבע", האט געמאכט זיכער אז כלל ישראל בלייבט א הייליג און באליבט פאלק אזוי ווי ער האט צו געזאגט צו אברהם אבינו.

שטעלט אייך פאר ווען משיח וועט קומען וועט מען רופען דער פיקטשער מאכער און מען וועט נעמען א פעמעלי פיקטשער, אויס שטעלען אלע זיידעס בן אחר בן ביז אברהם אבינו, און אויב עס איז דא א בן גרים און צווישען, ווי שמעיה ואבטליון, רבי עקיבא, אונקלוס הגר וכו', וועט זיין א פאר באבעס אויך און דער פיקטשער, און אויפען פיקטשער וועט זיין צווישען 100 און 200 מענטשען (ביי יעדען אנדערש - ווענד זיך צו דער עלצטע פון די עלצטע אדער דער אינגסטע פון די אינגסטע אדער ערגעץ און צווישען). דאס זעלבע וועלען די פרויען זיך אויך אויס שטעלען א שורה בת אחר בת ביז שרה אמנו און רבקה אמנו, רבקה ולאה, וכו', און דאס זעלבע וועט מען זיך קענען פאטאגראפירען מיט אלע זיידעס תנאים ואמוראים וכו' און ווערען געגלעט דארך זיי ווי מען גלעט א ליבער אייניקעל וואס מען האט שוין לאנג נישט געזעהן, און עס וועט זיין ומלאה הארץ דעה את ה'.

האט איינער למעשה הערות אויף די חשבון?
געב אכטונג וואס דו טוהסט, ארבעט אביסל מער לאנגסאם!!!
די ארבעט איז נישט פאר מיר, איך בין נישט קיין פעלדמאן!!!!!

מצילי אש ד׳ראקלענד
24hr emergency line
845-426-9111
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: אלע אידען זענען קאזינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

מאנסי געבוירענער האט געשריבן:

אויב איז מען אן אייניקעל פון די זעלבע מענטש 2 מאל, פאלן די נומבערס זייער שטארק
אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1844
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

Re: אלע אידען זענען קאזינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילעך אידל »

ערעב איד האט געשריבן:אויב איז מען אן אייניקעל פון די זעלבע מענטש 2 מאל, פאלן די נומבערס זייער שטארק

ער רעדט דערפון
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
עוג מלך הבשן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 11:14 am
לאקאציע: עולם השפל

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוג מלך הבשן »

איטשע האט געשריבן:2. די רעשט יחסנים ביז אדם הראשון איז דורך רש"י, וואס מען ווייסט קוים ווער זיין טאטע'ס טאטע איז געווען, אפאר דורות אינדערמיט ביז הלל הזקן, וואס זיין יחוס צו יהודה אדער בנין [נדצ"ל בנימין] איז אויך א שיינע מיסטערי.

זעה ירושלמי כלאים פ"ט ה"ג, הדברים אמורים לגבי רבינו הקדוש וואס איז כידוע בא"ב פון הלל הזקן, ופשוט.
לגבי יוחסו צו דוד המלך/יהודה קען זיין צוויי אופנים (פשט אינ'ם ירושלמי)
1. אדער רבינו הקדוש'ס מאמעס-טאטע איז בא"ב פון משפטיה
2. אדער עפעס א זיידע בא"ב איז געווען אן איידעם ביי משפטיה

אגב, רבינו מנחם בה"ר שלמה תופס בהקדמה לבית הבחירה לאבות עפ"י הירושלמי שהדברים אמורים לא רק לרבינו הקדוש אלא גם להלל הזקן.
עוד כותב אודות (רבינו המאי"רי) "גדולי נשיאנו שבנרבונה" שיש להם בחזקה שהם מגזע זרובבל בן שאלתיאל... אבל לצערנו לא פירט מיהם.
עוג מלך הבשן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 11:14 am
לאקאציע: עולם השפל

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוג מלך הבשן »

עוד כותב אודות (רבינו המאי"רי) "גדולי נשיאנו שבנרבונה" שיש להם בחזקה שהם מגזע זרובבל בן שאלתיאל... אבל לצערנו לא פירט מיהם.

יעצט זעה איך אין ספר מסעות של רבי בנימין ברענגט ער שוין איינער "רבי קלונימוס בן הנשיא הגדול רבי טודרוס זצ"ל מזרע בית דוד מכונה ביחסו". איך האב אויפגעמאכט אן אשכול לכבוד שבועות, והמוסיף יוסיפו לו..
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3101
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

איטשע האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:דער וועלט זאגט (און עס איז געדריקט און הונדערטער היינטיגע יחוס בריוולעך) אז רבי עקיבא הכהן מאובן ישן וואס האט געלעבט מיט איבער 500 יאר צוריק (און איז, by law of probability, א זיידע פון אונז אלע) האט געהאט 25 קינדער, צוועלף זוהן און 13 טעכטער, און 12 טעכטער האבען חתונה געהאט מיט כהנים, און דער 13טע טאכטער האט חתונה געהאט מיט א לוי, דער זיידע פונעם של"ה הקדוש. איז האט מען געזאגט אויף אים "כה" תברכו, ווייל ער פלעגט ארויף גיין דיכענען מיט זיינע זוהן און איידעמער, צוזאמען 25 כהנים כמנין "כה".

ווייסט איינער די ערשטע מקורות פאר דעם? אויך, למיטב ידיעתי, ווייסען מיר היינט נישט פון מער ווי 2-3 זוהן זיינע, און דאס, אפשר אויך נישט.

אויך זאגט די וועלט אז דער בעש"ט הקדוש האט אנגעוויזען אויף דריי משפחת מיוחסים, ראפופארט'ס ביי כהנים, הורווויץ ביי לויים, און שפירא ביי ישראלים. ווייס איינע דער מקור פאר דער מעשה?

אויף זאגט דער וועלט אז דער דברי חיים איז געווען א בכור, און זיך אויס געלייזט ביי מערערער כהנים ביז ער איז אן געקומען צו א ראפופארט, ונח דעתו. ווייסט איינע א מקור פאר דעם?

די מעשה פון 25 קינדער - איז געדרוקט אין מגילת יוחסין למהר"ל
דער דברי חיים איז נישט געווע קיין בכור, ער האט געהאט אן עלטערער ברודער ר' משה יוסף הלברשטאם אבד"ק זבארוב, דער שווער פונעם קאלישער רב רבי חיים אלעזר וואקס

די מעשה פארציילט מען אויפן שינאווער רב
פוצה פה ומצפצף

SPUSMN האט געשריבן:
msp האט געשריבן:ברשות ספוזמן
די מעשה איז אז דער דברי חיים האט פארהערט דעם אבני נזר
ער איז אזוי נתפעל געווארען אז ער האט געזאגט ער וויל אים נאך א מאהל פארהערען
זאגט דער אבני נזר אויב אזוי וויל אין אויך אייך פארהערען
פרעגט דער דברי חיים היתכן
זאגט ער יא
עס איז דאך אויך אנ'ענין חתונה האבען מיט א בת תלמיד חכם
נאר וואס מען פארלאזט זיך אויף די חזקה אז זיין שווער האט אים שוין פארהערט
נו אז איר פארלאזט זיך נישט אויף די חזקה איך בין דאך שוין איין מאהל פארהערט געווארען
וויל איל אייך אויך נאך אמאהל פארהערען
זאגט דער דברי חיים אזא שארפער פאסט פאר קאצק

א יישר כח אייך הרב מנחם שלום פאר פארציילען די מעשה און נישט לאזען דער עולם ווארטען.

מען דארף אבער אן מערקען אז דער מעשה איז לכאורה לא היה ולא נברא, וועגען דעם האב איך אכטינג געגעבען צו שרייבען אז דאס איז א מעשה "וואס מען פארציילט" און לאו דוקא אמת (ווייל נישט אלע מעשיות וואס מען פארציילט זענען אמת).

דער אבני נזר איז געבוירען געווארען און שנת ת"ר און איז געווארען אן איידעם ביים קאצקער רבי זי"ע ביי די בר מצוה און שנת תרי"ג. איז פון וועליכע טאכטער פון דברי חיים קען דען זיין דער מדובר? און איז דען מסתבר אז א 13 יעריגער עילוי ווי דער אבני נזר זאל אזוי רעדען צום גאון הגאונים קודש הקדשים דער הייליגער דברי חיים? עס גיבסט נישט אזא זאך און עס האט נישט געקענט האבען פאסירט.

אז מען רעדט שוין פון אבני נזר, איז מיר אלעמאל געווען זייער אינטרעסאנט צו זעהן ווי דער אבני נזר שרייבט אז ער האט זייער א סאך מקבל געווען פון זיין שווער, תורה און עבדות השם יתברך (און ער רעדט פון די לעצטע יארען פון קאצקער, תרי"ג ביז תר"כ), אבער דער וועלט וויל אונז דערציילען אז דער קאצקער איז שוין דענמאלץ 13 יאר געווען פארשפארט און נישט גערעדט מיט קייין נברא, אתמהה. איינער האט א פתרון? אדער דארף מען "פארדאנקען" די אפגעפארענע שרייבערס פאר אונז פאר קויפען א פרעכע ליגענט?

מיט זיין ווייב און קינדער האט ער יא גערעדט
פוצה פה ומצפצף
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

Mezofzef האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:דער וועלט זאגט (און עס איז געדריקט און הונדערטער היינטיגע יחוס בריוולעך) אז רבי עקיבא הכהן מאובן ישן וואס האט געלעבט מיט איבער 500 יאר צוריק (און איז, by law of probability, א זיידע פון אונז אלע) האט געהאט 25 קינדער, צוועלף זוהן און 13 טעכטער, און 12 טעכטער האבען חתונה געהאט מיט כהנים, און דער 13טע טאכטער האט חתונה געהאט מיט א לוי, דער זיידע פונעם של"ה הקדוש. איז האט מען געזאגט אויף אים "כה" תברכו, ווייל ער פלעגט ארויף גיין דיכענען מיט זיינע זוהן און איידעמער, צוזאמען 25 כהנים כמנין "כה".

ווייסט איינער די ערשטע מקורות פאר דעם? אויך, למיטב ידיעתי, ווייסען מיר היינט נישט פון מער ווי 2-3 זוהן זיינע, און דאס, אפשר אויך נישט.

אויך זאגט די וועלט אז דער בעש"ט הקדוש האט אנגעוויזען אויף דריי משפחת מיוחסים, ראפופארט'ס ביי כהנים, הורווויץ ביי לויים, און שפירא ביי ישראלים. ווייס איינע דער מקור פאר דער מעשה?

אויף זאגט דער וועלט אז דער דברי חיים איז געווען א בכור, און זיך אויס געלייזט ביי מערערער כהנים ביז ער איז אן געקומען צו א ראפופארט, ונח דעתו. ווייסט איינע א מקור פאר דעם?

די מעשה פון 25 קינדער - איז געדרוקט אין מגילת יוחסין למהר"ל
דער דברי חיים איז נישט געווע קיין בכור, ער האט געהאט אן עלטערער ברודער ר' משה יוסף הלברשטאם אבד"ק זבארוב, דער שווער פונעם קאלישער רב רבי חיים אלעזר וואקס

די מעשה פארציילט מען אויפן שינאווער רב

אינו נכון.
דער מעשה שטאמט פון דער ווילנער גאון.
אוועטאר
שעטנז
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 11, 2022 11:50 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעטנז »

כל טוב האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 22, 2012 5:39 pm
א כהן מיוחס מיינט נישט אז מ׳האט מיט זיך א צעטל מיט די נעמען ביז אהרן הכהן. ווייל אויב ס׳איז פערצאפאל נישט אויף געשריבן אויף א פאפיר ווערט ער דעמאלץ אויס כהן מיוחס. אטו פאפירא קא גרים.
א כהן מיוחס הייסט איינער וואס ס׳איז קלאר אויף אים אז ער איז אהרן הכהן׳ס אייניקל בן אחר בן אן קיין שום פגם אינדערמיט אפילו ס׳איז נישט פונקטלעך אנגעצייכנט אויף א צעטל.
ווען דער הייליגער רבי פון לובלין זי״ע (דער חוזה) האט געליינט די קוויטל פון א חסיד א זיידע פאר א איד (דאכט זיך וואוינט אין קרית יואל) מיטן נאעמען ר׳ שמואל הכהן פריעדמאן (געווען א שטיקל משמש ביים לעצטן סאטמאר רב דער ברך משה) און האט זיך אנגערופן איך זעה נישט קיין שום פגם ביז אהרן הכהן אפילו נישט קיין פגם פון קוקן זיך אין שפיגל. איז קלאר ביי יעדן בר דעת אז ער איז דאן געווארן דער גרעסטער כהן מיוחס אימים דור כאטיג ער האט נישט געאט אין זיין באזיץ א יוחס בריוו׳ל. בלויז מיט די הייליגע הסכמה פונעם צדיק וואס נהירין ליה שבילי דרקיע וארעא.
און ווען דער הייליגער רבי ר׳ הירש זי״ע דער כהן גדול ווי די צדיקים האבן אים גערופן האט זיך גיקויפט א באזונדער מלבוש פון די חמש סלעים׳ס ונאסר מענטשן האבן אים דערלאנגט ביי פידיון הבן׳ס און האט עס שטארק מחבב געווען זאגנדיג דאס איז פון ריין מיינע געלט וואס די תורה האט מיר מזכה געווען. וועט דען איינער פארלאנגען פון זיין זון הרה״ק ר׳ יוסעלע רימנאוו׳ער א יוחס בריוו. אין לך שוטה (וקל) יותר מזה אז מ׳רעדט דא פונעם קראטסטן כהן אינעם דור האבנדיג זיין הייליגן טאטע׳ס הסכמה.
איז לעניננו אז דער הייליגער ש״ך פארופט זיך אין די ספרים אלץ כהן מזרעא דאהרן איז ברור דאס זיינע אייניקלעך זענען געווארן די גרעסטע כהנים מיוחסים און ס׳פאדערט זיך נישט כלל קיין בריוו׳ל. והוא פשוט. כל טוב
דאס איז זייער גוט פאר חסידישע אידן געפיליש אבער על פי ההלכה צו הייסן א כהן מיוחס (וואס איז דרך אגב בכלל נישט נוגע) דארף מען האבן א בריוו אונטער געשריבן צוויי עדים דור אחר דור ביז אהרן הכהן
אז מען וויל וויסן וואס דעמאקראטן זענען זאל מען קוקן אין וואס זיי באשולדיגן ריפאבליקאנער.
קרעדיט: @פון אמעריקע
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: ווייסט איר אייער יחוס בן אחר בן עד אדם הראשון?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

נישט דורך עדים נאר דורך א בית דין.
לגבי רוה״ק, וועט אויך נישט העלפן ווייל תורה לא בשמים. נאר ווען משיח וועט בקרוב קומען, וועט רוה״ק העלפן, כמדומני אזוי איז מבואר אין רמב״ם.
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3503
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

msp האט געשריבן: דינסטאג מארטש 20, 2012 5:14 am
איז דער ש"ך נישט געווען א ראפאפארט?
דער ש"ך איז נישט געווען קיין ראפאפארט, איינער פון זיינע קינדער האבן גענומען דעם נאמען.
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3503
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

כל טוב האט געשריבן: זונטאג מארטש 18, 2012 12:58 pm
ווייסט אפשר איינער א איד וואס האט א ייחוס ביז׳ן הייליגן ש״ך בן אחר בן ס׳איז מיר וויכטיג צו וויסן. יישר כח למפרע
משפחת וויינבערגער כהנים, קאהן כהנים, משפחת ברזסקי מא"י (מקור משפחתם למשפחת ראפופורט שהיה בן הש"ך)
נטיעות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 09, 2014 4:51 am

Re: ווייסט איר אייער יחוס בן אחר בן עד אדם הראשון?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נטיעות »

לא בן הש"ך, ולא בן בנו, אלא נינו של הש"ך, הוא זה שלקח לעצמו את השם רפפורט.
אום אני חומה
שר האלף
תגובות: 1081
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 10:43 pm
לאקאציע: אין ביבליאטעק

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אום אני חומה »

Jhon האט געשריבן: מיטוואך מאי 03, 2023 5:15 am
כל טוב האט געשריבן: זונטאג מארטש 18, 2012 12:58 pm
ווייסט אפשר איינער א איד וואס האט א ייחוס ביז׳ן הייליגן ש״ך בן אחר בן ס׳איז מיר וויכטיג צו וויסן. יישר כח למפרע
משפחת וויינבערגער כהנים, קאהן כהנים, משפחת ברזסקי מא"י (מקור משפחתם למשפחת ראפופורט שהיה בן הש"ך)
משפחת הכהנים רובין
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

Re: ווייסט איר אייער יחוס בן אחר בן עד אדם הראשון?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

משפחת הכהנים זעעלפריינד
אבינו אתה
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 20, 2021 12:28 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבינו אתה »

עוג מלך הבשן האט געשריבן: זונטאג מאי 16, 2021 9:22 am
איטשע האט געשריבן:
2. די רעשט יחסנים ביז אדם הראשון איז דורך רש"י, וואס מען ווייסט קוים ווער זיין טאטע'ס טאטע איז געווען, אפאר דורות אינדערמיט ביז הלל הזקן, וואס זיין יחוס צו יהודה אדער בנין [נדצ"ל בנימין] איז אויך א שיינע מיסטערי.
זעה ירושלמי כלאים פ"ט ה"ג, הדברים אמורים לגבי רבינו הקדוש וואס איז כידוע בא"ב פון הלל הזקן, ופשוט.
לגבי יוחסו צו דוד המלך/יהודה קען זיין צוויי אופנים (פשט אינ'ם ירושלמי)
1. אדער רבינו הקדוש'ס מאמעס-טאטע איז בא"ב פון משפטיה
2. אדער עפעס א זיידע בא"ב איז געווען אן איידעם ביי משפטיה

אגב, רבינו מנחם בה"ר שלמה תופס בהקדמה לבית הבחירה לאבות עפ"י הירושלמי שהדברים אמורים לא רק לרבינו הקדוש אלא גם להלל הזקן.
עוד כותב אודות (רבינו המאי"רי) "גדולי נשיאנו שבנרבונה" שיש להם בחזקה שהם מגזע זרובבל בן שאלתיאל... אבל לצערנו לא פירט מיהם.
עיין בגמרא סנהדרין דף ה. וז"ל: פשיטא מהכא להכא ומהתם להתם (מהני) ומהכא להתם (נמי) מהני, דהכא שבט והתם מחוקק, כדתניא לא יסור שבט מיהודה אלו ראשי גליות שבבבל, שרודין את ישראל בשבט, ומחוקק מבין רגליו אלו בני בניו של הלל שמלמדין תורה ברבים

וכתבו שם התוספות וז"ל: דהכא שבט והתם מחוקק. משמע דשבט עדיף, והא דאמר בפרק מקום שנהגו (פסחים דף נא. ושם) אבל מבבל לא"י כיון דאנן כייפינן להו עבדינן כוותייהו ואומר רבינו תם דה"מ במילתא דאיסור והיתר דבני א"י חכימי טפי דאוירא דא"י מחכים כדאמר הכא דאיקרו מחוקק שמלמדין תורה ברבים אבל לענין הפקעת ממון ליפטר דהפקר בית דין הפקר עדיפי בני בבל דאיקרו שבט שרודין את העם במקל. והיינו טעמא, משום דראש גולה מזכרים [של בית דוד] ונשיא שבא"י מנקבות [של בית דוד] כדאמר בירושלמי (כלאים פ"ט ה"ג):

ולפי זה משמע וגם מוכח דאף שרבינו הק' הוא בא"ב מהלל הזקן, אבל לא בא"ב מדוד המלך, רק מנקיבות של מלכות בית דוד
שרייב תגובה

צוריק צו “משפחה ומשפחה”