היסטאריע פון 'דף היומי' און די סיומי הש"ס

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

היסטאריע פון 'דף היומי' און די סיומי הש"ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

לרגל די בעפארשטייענדע גרויסארטיגע סיום הש"ס שע"י לומדי 'דף היומי' ברחבי תבל ווי עס ווערט באריכטעט אין דעם אשכול ווי טויזנטער אידען איבער די וועלט גייען פייערן דעם סיום הש"ס פונעם צוועלפטען מחזור פון דף היומי, וואלט כדאי געווען צו האבן אן אשכול איבער די היסטאריע פונעם 'דף' פונעם התיסדות ביזמתו של כביר המעש הגאון הגדול ר' מאיר שפירא אב"ד פיעטריקוב מייסד ומחולל ישיבת חכמי לובלין וועלכער האט אנגעטראגן דעם רעיון ביי די כנסי' הגדולה פון אגודת ישראל, ביז די אלע 12 סיומי הש"ס פון די פארגאנגענע עטליכע אכציג יאר.

איך וועל גיין פתיחה מיט די העתקה פון א שרייענדען מודעה אינעם ווארשעווער צייטונג 'היינט' בשנת תרצ"ז וועלכער רופט די ווארשוועווער אידען זיך אנצושליסען אינעם כתיבת ס"ת ע"י ישיבת חכמי לובלין ווי דער מעמד סיום הס"ת והכנסתה וועט געפראוועט ווערן אינאיינעם מיט'ן סיום הש"ס פון 'דף היומי' ביום כ"ח סיון.

איז דאס געווען דער ערשטער סיום?
אטעטשמענטס
getimage (1).png
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

ווארשיינליך דער צווייטער, ביים ערשטן האט דוכט זיך הגר״מ שפירא נאך געלעבט.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

שטארק זיך האט געשריבן:ווארשיינליך דער צווייטער, ביים ערשטן האט דוכט זיך הגר״מ שפירא נאך געלעבט.

האסט רעכט, דער רעיון פונעם דף היומי האט ר' מאיר שפירא אויפגעברענגט ביים ערשטן כנסי' פון די אגודה בשנת תרפ"ג ולמס' 1923, לפי"ז איז דער ערשטער סיום אפגעהאלטן געווארן בשנת תר"צ בערך, און ר' מאיר שפירא איז נפטר געווארן בשנת תרצ"ג, און דער דערמאנטער צווייטער סיום איז געווען תרצ"ז.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דא אויף וויקי זעה איך אז דער צווייטער סיום איז געווען כ"ח סיון תרצ"ח, קומט אויס אז דער מודעה איז געדרוקט בשנת תרצ"ז איבער דעם סיום הבא ביום כ"ח סיון תרצ"ח.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

מיללער האט געשריבן:דא אויף וויקי זעה איך אז דער צווייטער סיום איז געווען כ"ח סיון תרצ"ח, קומט אויס אז דער מודעה איז געדרוקט בשנת תרצ"ז איבער דעם סיום הבא ביום כ"ח סיון תרצ"ח.

זעט אויס אז דאן האט מען זיך שוין אויך נוהג געווען צו מאכן מצב פון א יאר בעפאר...

בכלל פון דעם נייעס קעפל קוקט אויס אז שוין אין יענע צייט האט מען זיך באניצט מיט די איבערגעטריבענע לשונות "כלל ישראל" ספר תורה...
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

זייער אויפריכטיג,

איבער די איבערטרייבונגען איז דער אמת פארקערט, די אאמאליגע צייטונגען האבן אסאך מער איבערגעטריבען ווי היינט, פשוט ווייל די אינפארמאציע איז נישט אנגעקומען נאר דורך די צייטונגען ווי זיי האבן פארקויפט דמיונות וחזיונות פאר עטליכע גרייצער, גראשען, קאפיקעס אדער זלאטעס, היינט איז דאך די עפאכע פון אינפארמאציע, ממילא איז שווערער די איבערטרייבונגען על-אף וואס מיר זענען נאך ווייט פון בעהיט דערפון פארט האבן שוין נישט אלע כ"א כסלו מסיבות קיין פופציג טויזנט מענטשן וכו'.

-
העמיר גיין ווייטער, א טיקעט פונעם פריערידיגען סיום הש"ס בשנת תשס"ה
אטעטשמענטס
SiyumTicket2.jpg
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

אמת טאקע אז הרב מאיר שפירא האט אויסגערופן דעם רעיון פון דף היומי אבער די עצם רעיון שטאמט דאכט זיך פונעם טשארטקובער וואס כידוע איז הגר"מ שפירא געווען מגדולי חסידיו.
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

מהאלט יעצט ביים צוועלעווטער סיום, העמיר אויסרעכענען די פאריגע עלף ווען דאס איז געווען.
1) חמשה עשר בשבט תרצ"א.
2) כ"ח סיון תרצ"ח.
3) י"ד כסלו תש"ו.
4) כ"ח ניסן תשי"ג.
5) י"ג אלול תש"כ.
6) כ"ח טבת תשכ"ז.
7) י"ד תמוז תשל"ה.
8) ה' כסלו תשמ"ג.
9) ראש חודש אייר תש"ן.
10) כ"ו אלול תשנ"ז.
11) כ' אדר א' תשס"ה.
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

שטיקל גבאי האט געשריבן:מהאלט יעצט ביים צוועלעווטער סיום, העמיר אויסרעכענען די פאריגע עלף ווען דאס איז געווען.
1) חמשה עשר בשבט תרצ"א.
2) כ"ח סיון תרצ"ח.
3) י"ד כסלו תש"ו.
4) כ"ח ניסן תשי"ג.
5) י"ג אלול תש"כ.
6) כ"ח טבת תשכ"ז.
7) י"ד תמוז תשל"ה.
8) ה' כסלו תשמ"ג.
9) ראש חודש אייר תש"ן.
10) כ"ו אלול תשנ"ז.
11) כ' אדר א' תשס"ה.

צ"ל כ"ח טבת תשכ"ח
אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיקל גבאי »

מיללער האט געשריבן:
שטיקל גבאי האט געשריבן:מהאלט יעצט ביים צוועלעווטער סיום, העמיר אויסרעכענען די פאריגע עלף ווען דאס איז געווען.
1) חמשה עשר בשבט תרצ"א.
2) כ"ח סיון תרצ"ח.
3) י"ד כסלו תש"ו.
4) כ"ח ניסן תשי"ג.
5) י"ג אלול תש"כ.
6) כ"ח טבת תשכ"ז.
7) י"ד תמוז תשל"ה.
8) ה' כסלו תשמ"ג.
9) ראש חודש אייר תש"ן.
10) כ"ו אלול תשנ"ז.
11) כ' אדר א' תשס"ה.

צ"ל כ"ח טבת תשכ"ח

ריכטיג
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו
מאטקע
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 05, 2008 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטקע »

מיללער האט געשריבן:
שטארק זיך האט געשריבן:ווארשיינליך דער צווייטער, ביים ערשטן האט דוכט זיך הגר״מ שפירא נאך געלעבט.

האסט רעכט, דער רעיון פונעם דף היומי האט ר' מאיר שפירא אויפגעברענגט ביים ערשטן כנסי' פון די אגודה בשנת תרפ"ג ולמס' 1923, לפי"ז איז דער ערשטער סיום אפגעהאלטן געווארן בשנת תר"צ בערך, און ר' מאיר שפירא איז נפטר געווארן בשנת תרצ"ג, און דער דערמאנטער צווייטער סיום איז געווען תרצ"ז.

דף היומי האט מען אנגעהויבן צו לערנען ראש השנה תרפ"ד.

דער גערער רבי דער אמרי אמת, האט נאכען טיש ארויס גענומען דעם גמרא, און בפני כל הקהל ועדה, געלערנט דעם בלאט.

דרך אגב, ברויך מען צו זאגען ולמספרם ברכות ב' וכדומה, ודו"ק...
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

דער מעשה מיטן אמרי אמת גייט אביסל אנדערש, ראש השנה ביינאכט נאכן דאווענען ווען ער איז אהיים פון שוהל האט ער זיך אנגערופען "כ'גיי יעצט לערנען דעם דף היומי", און פאר די חסידים וועלכע זענען נישט געווען געוואוינט צו הערן אזעלכע אפענע דיבורים פונעם רבי'ן האבן דאס געהערט, האבן אלע ארויסגענומען די גמרות און מ'האט זיך גענומען צום דף היומי. און ווידער ביים טיש איז די גאנצע דברת קודש געווען איבער דעם ערשטן דף אין מסכת ברכות.

וועגן דעם וואס ס'איז דא אזא קאנקארענץ אין אויסכאפן דער זכות פונעם רעיון, איז אינטערעסאנט צו דערציילן וואס כ'האב געזעהן ברענגען אז יענעם ראש השנה פון תרפ"ד האט געוויילט אין ווארשע רבי יוסף מרדכי אלעזר דער תפארת יוסף פון ראדזין, נאכן טיש האט ער זיך נאכגעפרעגט וויאזוי עס האט אויסגעזעהן דאס אנפאנגען דעם דף היומי. הערנדיג מיט שטוינונג ווי שטארק עס האט טאקע אויפגעכאפט, האט ער דערויף געזאגט "ביים כנסי' הגדולה האבן מיר זיך ארום געטענה'ט מיטן גלינא'ר רב (ר' מאיר שפירא וועלכע איז פריער געווען רב אין גלינא, און דאכט זיך מיר אז בשעת'ן מחולל זיין רעיון הדף היומי איז ער געווען רב אין סאנוק) ער זאל אונז פארקויפן דער זכות פונעם דף היומי אבער ער האט נישט מסכים געווען, דעריבער בלייבט טאקע דער זכות זיינס".
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

כידוע איז היינט צוטאגס אויך פארהאן א חבורה וואס לערנט דף היומי אין תלמוד ירושלמי, דער רעיון האט דער גורער רבי ז"ל דער לב שמחה אויפגעברענגט ביי די כנסי' בשנת תש"מ אין אר"י, למעשה איז ער נישט געווען דער ערשטער אויפצוקומען דערמיט, בשנת תש"י מעלדט הגאון ר' אברהם מרדכי הערשבערג משיקאגא בעמח"ס מחשבת הקודש ושא"ס תלמיד הגר"מ שפירא ויח"ל אז ער האט פארגעשלאגן אזא רעיון ביי די אגדוה קאנווענשאן אין אמעריקא בשנת תש"י (זעה בייגעלייגט).

הרב הערשבערג האט אסאך כוחות אריינגעלייגט אין הפצת לימוד תלמוד הירושלמי ווי מזעהט דא שפעטער בשנת תשי"ד ווי הרב הערשבערג איז געשטאנען אין שפיץ פון א מכון איבער תלמוד הירושלמי.
אטעטשמענטס
seferid_12509_page_51.jpg
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

אין די פארלויף פון יארען האבען כמה וכמה זיך ארויף געכאפט אויף אזא סארט רעיון,
ווי דערמאנט בנוגע דעם ירושלמי,
סדר תהלים איז אנגעטיילט ליום החודש
דער שו"ע איז שוין מלכתחילה געוועהן אזוי אנגעטיילט
דער תניא איז געווארען אזוי איינגעטיילט סאך פאר דער רעיון דף היומי
משנה ברורה
דער וויזניצער רבי האט דאס געטוהן מיטן חובת הלבבות
דער סקווירא רבי יעדעס יאר טיילט ער איין א אנדערע ספר
ועוד כהנה וכהנה
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

נאך דא היינט מיט אונז אידען וואס זענען געווען ביים ערשטען סיום?
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

מכטי1 האט געשריבן:נאך דא היינט מיט אונז אידען וואס זענען געווען ביים ערשטען סיום?

מרן הגר"ש וואזנער שליט"א
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

עס איז כדאי אנצוצייכענען, אז געוויסע קהילות וואס האבן נישט געהאט קיין קענגערשאפט צו דעם עצם רעיון פון לערנען א דף א טאג, נאר צו דעם אז עס איז געווארן א ארטיקל פון אגודת ישראל, האבן געמאכט אייגענע סדרים אין ש"ס, געוויסע 6 בלאט א וואך, אדער אן אנדערע סדר, ווי למשל תלדות אברהם יצחק, "דף הקהלה".

וואס איז אויך בעצם די קרעדיט פון הגר"ם שפירא זצ"ל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

שטיקל גבאי האט געשריבן:אמת טאקע אז הרב מאיר שפירא האט אויסגערופן דעם רעיון פון דף היומי אבער די עצם רעיון שטאמט דאכט זיך פונעם טשארטקובער וואס כידוע איז הגר"מ שפירא געווען מגדולי חסידיו.

געהערט אז דער ראיון האט רבי מאיר שפירא זצ"ל געהערט פון זיין רבי הרה"ק רבי שלום משאץ זצ"ל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

ישלהוסיף האט געשריבן:אין די פארלויף פון יארען האבען כמה וכמה זיך ארויף געכאפט אויף אזא סארט רעיון,
ווי דערמאנט בנוגע דעם ירושלמי,
סדר תהלים איז אנגעטיילט ליום החודש
דער שו"ע איז שוין מלכתחילה געוועהן אזוי אנגעטיילט
דער תניא איז געווארען אזוי איינגעטיילט סאך פאר דער רעיון דף היומי
משנה ברורה
דער וויזניצער רבי האט דאס געטוהן מיטן חובת הלבבות
דער סקווירא רבי יעדעס יאר טיילט ער איין א אנדערע ספר
ועוד כהנה וכהנה

און לובאוויטש לערענט מען דער רמב"ם יומי.

הרב טייטץ זצ"ל האט איין געפירט א דף השבוע.

און באבוב (45) איז איינגעפירט קב הישר.

ישלהוסיף האט געשריבן:
מכטי1 האט געשריבן:נאך דא היינט מיט אונז אידען וואס זענען געווען ביים ערשטען סיום?

מרן הגר"ש וואזנער שליט"א

ווי איז דער ערשטער סיום הש"ס פארגעקומען? האט הרב וואזנער אויך מיט געהאלטען מיט דער ערשטע סדר? איז דא היינט א איד וואס האלט מיט פון אנהייב? איך קען א איד וואס האלט מיט פון אינדערמיט די צווייטע סדר, ה' יאריך ימיו ושנותיו.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

לעצטענס ווען דער אלטער איד אייזענבאך פון ירושלים איז אוועק, האט מען געזאגט אז ער האט מיטגעהאלטען דעם דף פון אנהייב, עפעס אזוי געדענק איך.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

SPUSMN האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:
מכטי1 האט געשריבן:נאך דא היינט מיט אונז אידען וואס זענען געווען ביים ערשטען סיום?

מרן הגר"ש וואזנער שליט"א

ווי איז דער ערשטער סיום הש"ס פארגעקומען? האט הרב וואזנער אויך מיט געהאלטען מיט דער ערשטע סדר? איז דא היינט א איד וואס האלט מיט פון אנהייב? איך קען א איד וואס האלט מיט פון אינדערמיט די צווייטע סדר, ה' יאריך ימיו ושנותיו.

דער צווייטע סיום איז געוועהן בשנת תרצ"ח דער דריטע סיום איז געוועהן בשנת תש"ו, איך גלייב שווער אז די יוראפעשער אידען האבען געלערנט ש"ס ביים דריטען מחזור צוליב די מלחמה.

הרב וואזנער האט דעמאלס געלערנט באותו פרק אין ישיבת חכמי לובלין, אין בחורים האבען זיך משתתף געוועהן, דאכציך עס איז געוועהן אין לובלין.

מאנדלבוים שרייבט אין זיין צוויי בענדער'דיגע בוך אז רבי מאיר שפירא האט נישט געוואלט די בחורים זאלען אפציעל לערנען דעם דף, ער האט געהאלטן אז דאס איז נישט פאר בחורים אין לומדי תורה, נאר פאר בעלי בתים.

נאך איין הוספה, דער צחות פונעם מנחת אלעזר אויפן רעיון פון דף היומי, אז אונטען ענדיקט זיך דער עמוד למשל מיט 'אמר אביי' אין היות ששפתיו דובבות בקבר, קומט אויס אז אביי בלייבט מיט די מויל אפען ביז מארגען...
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

איך מיין אז הרב וואזנער איז נאך געווען א אינגעל פאר דער בר מצוה ר"ה תרפ"ד און נאכנישט געלערענט דענמאלץ און יח"ל.

דער איד וואס איך האב פריער דערמאנט וואס האט אנגעהויבען אינדערמיט פון די צווייטע סדר, איז דענמאלץ אלט געווען 11 יאר. ער האט און די מלחמה יארען געלערענט וויפיל ער האט געקענט אבער בערך צוויי יאר נישט געהאט מער ווי געציילטע גמרות און נישט דווקא וואס די דף היומי האט געלערענט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

SPUSMN האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:אין די פארלויף פון יארען האבען כמה וכמה זיך ארויף געכאפט אויף אזא סארט רעיון,
ווי דערמאנט בנוגע דעם ירושלמי,
סדר תהלים איז אנגעטיילט ליום החודש
דער שו"ע איז שוין מלכתחילה געוועהן אזוי אנגעטיילט
דער תניא איז געווארען אזוי איינגעטיילט סאך פאר דער רעיון דף היומי
משנה ברורה
דער וויזניצער רבי האט דאס געטוהן מיטן חובת הלבבות
דער סקווירא רבי יעדעס יאר טיילט ער איין א אנדערע ספר
ועוד כהנה וכהנה

און לובאוויטש לערענט מען דער רמב"ם יומי.

הרב טייטץ זצ"ל האט איין געפירט א דף השבוע.

און באבוב (45) איז איינגעפירט קב הישר.

אויך דער חלוקה פון די חמשה חומשי תורה אויף 54 פרשיות עס צו ענדיגן און איין יאהר איז איינגעפירט געווארן אין בבל אדער ווי אין ארץ ישראל וואס מען האט מסיים געווען יעדע דריי יאהר.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ולא מיין »

בן בוזי האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:אין די פארלויף פון יארען האבען כמה וכמה זיך ארויף געכאפט אויף אזא סארט רעיון,
ווי דערמאנט בנוגע דעם ירושלמי,
סדר תהלים איז אנגעטיילט ליום החודש
דער שו"ע איז שוין מלכתחילה געוועהן אזוי אנגעטיילט
דער תניא איז געווארען אזוי איינגעטיילט סאך פאר דער רעיון דף היומי
משנה ברורה
דער וויזניצער רבי האט דאס געטוהן מיטן חובת הלבבות
דער סקווירא רבי יעדעס יאר טיילט ער איין א אנדערע ספר
ועוד כהנה וכהנה

און לובאוויטש לערענט מען דער רמב"ם יומי.

הרב טייטץ זצ"ל האט איין געפירט א דף השבוע.

און באבוב (45) איז איינגעפירט קב הישר.

אויך דער חלוקה פון די חמשה חומשי תורה אויף 54 פרשיות עס צו ענדיגן און איין יאהר איז איינגעפירט געווארן אין בבל אדער ווי אין ארץ ישראל וואס מען האט מסיים געווען יעדע דריי יאהר.

אין לדבר סוף, היינט יאווען זיך כל מיני.... אויף אלע ערליי ספרים דאס איינצוטיילן, וואס באמת איז א גוטע זאך צו לערנען ספרי קודש, אבער צו מאכן דערפון א גאנצער מבצע, יעדער אויף א ספר וואס האט אים געכאפט איז דאכציץ טו מאטש.
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”