די צווייטע וועלט מלחמה- פול היסטאריע

דאקומענטאציע פונעם צווייטן וועלט קריג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פאלעצע
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 4:23 pm
לאקאציע: פארנט פונעם עיר קאנדישאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעצע »

יישר כח אייך אלע.
אין די קומענדיגע ארטיקל וויל איך מיר באציען צו די "ELSENBORN RIDGE" שלאכט. אבער איך האב נאכנישט אפגעשריבן די ארטיקל ווייל עס פעלט מיר נאך אסאך אינפארמאציע, סאו עס וועט נעמען א שטיק צייט.
מיט אנטשולדיגונג פון פאראויס.
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

פאלעצע, דיין פעדער און וויסנשאפט קאמבינאציע איז א זעלטענע פארגעניגן

קיפ איט אפ
אוועטאר
חסידישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 770
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 7:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידישער יוד »

יישר כח פאלעצע!

איך וויל פארשטיין אפאר א' ב' זאכן.
1. וואס איז געווען היטלער'ס מטרה? אויף איינע פון די ווידיאוס וואס איז ארויפגעשטעלט געווארן דא זעהט מען א דרשה פון דעם הונט ווי ער דערמאנט אז דער "אייביגער יוד" איז צו פארדאנקען עפעס וועגן רוזוועלט [כא נישט פארשטאנען פונקטליך], איז מיין שאלה, האם האט די יודן ריין [היל"ת] פלאן געהאט א שייכות מיט היטלער'ס ווילן אייננעמען די גאנצע וועלט? אדער זענען די צוויי זאכן געשען צופעליג אין די זעלבע צייט?

2. האט ער פשוט כפשוטו געוואלט געוועלטיגן אויף די גאנצע וועלט? אינקלאדינג יאפאן איטאליע אונגארן וכו'?

3. וואס איז געווען יאפאן'ס מטרה מיט'ן אטאקירן אמעריקא?

בקיצור.. מ'רעדט היסטאריע וויל איך קודם כל פארשטיין וואס האט צוגעברענגט אט די אלע געשעענישן.
...כי אם ליראה וגו'
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

2. לויט וואו איך פארשטיי האט ער גע'חלום'ט פון דעם. אבער די עיקר זאך איז געווען, אז מיטן עסן קומט די אפעטיט, און וואס מער ער האט געוואונען אלץ מער האט ער געוואלט אייננעמען די וועלט.

אזוי וואו מען זעט וויאזוי ער האט איבערגענומען די גאנצע פארלעמענט.
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

על ראשון ראשון

1- זיין מטרה איז געווען "ריינע ראסע" סטייטשט אז די דייטשן זאלן האן א שליטה אויף די גאנצע וועלט, און אין דעם איז אינקלודעט קאנטראלירן די מענטשהייט. איינער פון די פון וועם זיי האבן געוואלט פטור ווערן איז די אידן (ח"ו), ציגאנער, נישט געזונטע קינדער, וכו'. דאס אלעס איז לויט זיין פארשטינקענע דמיון געווען אין קעגנזאץ פון ריינע ראסע. עפ"ל

2 - יא, זיין חלום איז דאס געווען.

3 - כ'געדענק נישט פונקטליך אבער כמיין אז יאפאן האט בעיקר געהאט אין ציהל צו דאמינירן די געגענט ארום זיי (געווען דעמאלט אויך די מלחמה אין כינע ועוד), אינקלודינג איז דאס דאמינירן די פאסיפיק.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרךהמלך »

יאפאן האט געוואלט ווערן א אימפעריע
און אמעריקא האט דעמאלס געמאכט אויף זיי א עמבארגא, וואס דורך דעם האבן זיי נישט געהאט אויל
צו קענען איין נעמען די לענדער, דוכט זיך אינדאניזיע ועוד וואס דארט איז געווען אויל, האבן זיי געמוזט קודם צוברעכן די אמעריקאנע נעווי
דאס איז אויפן שפיץ גאפל
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

דרךהמלך האט געשריבן:יאפאן האט געוואלט ווערן א אימפעריע
און אמעריקא האט דעמאלס געמאכט אויף זיי א עמבארגא, וואס דורך דעם האבן זיי נישט געהאט אויל
צו קענען איין נעמען די לענדער, דוכט זיך אינדאניזיע ועוד וואס דארט איז געווען אויל, האבן זיי געמוזט קודם צוברעכן די אמעריקאנע נעווי
דאס איז אויפן שפיץ גאפל

די עמבארגא איז געווען נאך פאר די פ"ה אטאקע?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרךהמלך »

ענדע צדיק! האט געשריבן:
דרךהמלך האט געשריבן:יאפאן האט געוואלט ווערן א אימפעריע
און אמעריקא האט דעמאלס געמאכט אויף זיי א עמבארגא, וואס דורך דעם האבן זיי נישט געהאט אויל
צו קענען איין נעמען די לענדער, דוכט זיך אינדאניזיע ועוד וואס דארט איז געווען אויל, האבן זיי געמוזט קודם צוברעכן די אמעריקאנע נעווי
דאס איז אויפן שפיץ גאפל

די עמבארגא איז געווען נאך פאר די פ"ה אטאקע?

וודאי
אוועטאר
חסידישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 770
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 7:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידישער יוד »

1. יא, אבער וואס פאר א שייכות האט יאפאן געהאט מיט דייטשלאנד?
צו דען איז טאקע אמעריקא אריינגעשלעפט געווארן אין די מלחמה קעגן דייטשלאנד בזכות פ"ה?

2. פאר די וואס האבן געוואטשט די פערדע ווידיאו וואס איז דא ארויפגעשטעלט געווארן: צו האט איר פארשטאנען וואס דער הונט זאגט עפעס איבער די שייכות פון יודן און [דעם שונא ישראל] רוזוועלט?

ש'כח יאפין, ענדע און דרךהמלך.
...כי אם ליראה וגו'
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

יאפאן האט געהאט א אפמאך מיט היטלער ימ''ש אז מ'וועט זיך ארויסהעלפן ווען ס'פעלט אויס,
היטלער האט טאקע געבעטן יאפאן צו העלפן מיט אייננעמען רוסלאנד, אבער יאפאן האט זיך קודם געוואלט אפרעכענען מיט אמעריקע. (עיין דאקעמענטרי סוף חלק ג')
אוועטאר
פאלעצע
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 4:23 pm
לאקאציע: פארנט פונעם עיר קאנדישאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעצע »

היטלער האט אפשר גע'חלום'ט פון אייננעמען די וועלט אבער האט עס נישט אקטועל געפלאנט, עכ"פ אנפאנג מלחמה.
עס איז געווען א קייט פון פאסירונגען וואס האט געפירט צו וואס איז געשען.
ווען ער האט איינגענומען פוילן האט ער נאך בכלל נישט געטראכט פון זיך שלאגן מיט ענגלאנד און פראנקרייך.
פראנקרייך און ענגלאנד האבן געהאט א שטארקע און מאדערנעזירטע מיליטער.
נאר ווען פראנקרייך און ענגלאנד האבן דערקלערט קריג אויף דייטשלאנד. האבן די דייטשן ערנסט אנגעהויבן צו זארגן אז פראנקרייך וועט אטאקירן און אייננעמען דייטשלאנד זעלבסט, פאקטיש זענען פראנצויזישע און ענגלישע סאלדאטן אריבערגעגאנגען די גרעניץ צו דייטשלאנד, זיי זענען טאקע גלייך צוריקגעשטויסן געווארן אבער פאר די דייטשן איז געווארן קלאר אז עפעס מוז געטון ווערן. און נאכדעם וואס אין ווייניגער ווי צוויי חדשים איז גאנץ פראנקרייך געווען איינגענומען איז היטלער געווען פאר'שיכור'ט פון די נצחון, און מיט יעדע לאנד וואס די דייטשן האבן איינגענומען איז זייער זעלבסט זיכערהייט געוואקסן, זיי האבן זיך דערזעהן ווי א אומבאזיגבארע מאכט. צו דעם איז נאך צוגעקומען אז איטאליע אונגארן און רומעניע האבן זיך אנגעהויבן חנף'ען צו היטלער און האבן אונטערגעשריבן א אפמאך מיט דייטשלאנד.
היטלער האט געשפירט ווי ער האט די וועלט אונטער זיינע שטיוול.... ער דארף "בלויז" געבן א נעם איין רוסלאנד און ענגלאנד און דאן איז די זאך פערטיג.
אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעליג »

גערעכטער האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:גערעכטער, אויב מעגליך עפעס אויף מארגן ניטל, וואלט געווען אפרישיעטעד

יאפ ס'איז אין פלאן..

נו, וואס איז געשען?
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

זעליג האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:גערעכטער, אויב מעגליך עפעס אויף מארגן ניטל, וואלט געווען אפרישיעטעד

יאפ ס'איז אין פלאן..

נו, וואס איז געשען?

viewtopic.php?p=992881#p992881
אוועטאר
אליקים געציל
שר חמש מאות
תגובות: 798
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2013 11:42 am
לאקאציע: אין i-בערשטענס וועלטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליקים געציל »

יישר כח גערעכטער צדיק.

איז שייך ביטע איבערצולייגן חלק ב'?
ידידכם
אליקים געציל
[email protected]

"געצי! ברענג נישט אן די צייט. גיי לערנען!"
אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעליג »

חלק ג' און ד' האב איך שוין געזען, יישר כח אויף דעם, אבער וואס איז מיט ה' ו' ז' ח', און חלק ב' האב איך אויך נישט געזען, ביטע אויב דו קענסט דאס איבער לייגן, אדער עכ"פ אין אישי.
דרייסטקייט
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 12:31 pm
לאקאציע: אינמיטן א דרייסטע אקט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייסטקייט »

גערעכטער, שוין צייט צו גיין ווייטער מיט חלק ה'...
שפרינג אריין מיט א דרייסטקייט! דערשרעק דיך נישט!
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

פארלאנגטסט עס מיט אזא "דרייסטקייט"
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
דרייסטקייט
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 12:31 pm
לאקאציע: אינמיטן א דרייסטע אקט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייסטקייט »

עקבי הצאן האט געשריבן:פארלאנגטסט עס מיט אזא "דרייסטקייט"


דאס אידאך מיין ציל, אריינצושפרינגען מיט א דרייסטקייט (זעה אינטערשריפט), און נישט ווארטן אזוי פיל.
שפרינג אריין מיט א דרייסטקייט! דערשרעק דיך נישט!
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

איך צו צוריק...
איך וועל עס נישט קענען ארויפלייגן צוליב דעם
ואתכם הסליחה.
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

גוגל היים בלאט האט יעצט א לינק צו v 70 years on. Remembering the end of World War II גאר אסאך צו זען דארט!
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
אוועטאר
נייעסלעך
שר האלף
תגובות: 1536
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2015 2:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייעסלעך »

יאפאנעזער פ"מ האט ארויסגעברענגט ווייטאג אויף אלע וואס זענען נעבעך אומגעקומען בשעת'ן צווייטן וועלט מלחמה, אבער זאגט אז, קומענדיגע דורות דארפן נישט דערפאר איבערבעטן.
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

פאלעצע האט געשריבן:היטלער האט אפשר גע'חלום'ט פון אייננעמען די וועלט אבער האט עס נישט אקטועל געפלאנט, עכ"פ אנפאנג מלחמה.
עס איז געווען א קייט פון פאסירונגען וואס האט געפירט צו וואס איז געשען.
ווען ער האט איינגענומען פוילן האט ער נאך בכלל נישט געטראכט פון זיך שלאגן מיט ענגלאנד און פראנקרייך.
פראנקרייך און ענגלאנד האבן געהאט א שטארקע און מאדערנעזירטע מיליטער.
נאר ווען פראנקרייך און ענגלאנד האבן דערקלערט קריג אויף דייטשלאנד. האבן די דייטשן ערנסט אנגעהויבן צו זארגן אז פראנקרייך וועט אטאקירן און אייננעמען דייטשלאנד זעלבסט, פאקטיש זענען פראנצויזישע און ענגלישע סאלדאטן אריבערגעגאנגען די גרעניץ צו דייטשלאנד, זיי זענען טאקע גלייך צוריקגעשטויסן געווארן אבער פאר די דייטשן איז געווארן קלאר אז עפעס מוז געטון ווערן. און נאכדעם וואס אין ווייניגער ווי צוויי חדשים איז גאנץ פראנקרייך געווען איינגענומען איז היטלער געווען פאר'שיכור'ט פון די נצחון, און מיט יעדע לאנד וואס די דייטשן האבן איינגענומען איז זייער זעלבסט זיכערהייט געוואקסן, זיי האבן זיך דערזעהן ווי א אומבאזיגבארע מאכט. צו דעם איז נאך צוגעקומען אז איטאליע אונגארן און רומעניע האבן זיך אנגעהויבן חנף'ען צו היטלער און האבן אונטערגעשריבן א אפמאך מיט דייטשלאנד.
היטלער האט געשפירט ווי ער האט די וועלט אונטער זיינע שטיוול.... ער דארף "בלויז" געבן א נעם איין רוסלאנד און ענגלאנד און דאן איז די זאך פערטיג.

פאלעצע, דאס וואס איר שרייבט וועגן ענגלאנד און פראנקרייך איז ריכטיג, אבער בנוגע רוסלאנד נישט.
היטלער האט אייביג געהאט א פלאן איינצונעמען רוסלאנד, ער האט געפערליך געהאסט די קאמאניסטען, קעגן פראנקרייך און ענגלאנד האט ער נישט געהאט פערזענליך. פאר היטלער איז א סך מער גווען ניחא אז ער זאל קענען אייננעמען רוסלאנד און לאזן (אויף דערווייל) ענגלאנד און פראנקרייך אינדרויסען. עס איז באקאנט פארשידענע פארשלאגען וואס זענען געקומען פון דייטשלאנד צו ענגלאנד נאך פאר די קריג, אז זיי זאלן שענקען א בלינדע אויג פאר זיינע פלענער אין רוסלאנד און ער וועט נישט טשעפענען די ענגלישע.

למעשה ווען זיי האבן נישט מסכים גווען, און זענען געווארען גאר שארף קעגן דייטשלאנד נאך טשעכסלאוואקיע האט ער געטועו פארקערט, געמאכט דעם ריבענטראפ אפמאך כדי רוסלאנד זאל אים נישט טשעפענען ווי לאנג ער איז פארנומען מיט פראנקרייך און ענגלאנד. דער גאנצער אפמאך איז אבער נאר געווען לפנים.

היטלער האט טאקע אפגעפארטיגט מיט פראנקרייך שנעל, און ער האט געוואלט ענדיגען מיט ענגלאנד אויך נאך פאר ער הייבט אן מיט רוסלאנד. ער האט אנגעהויבען באמבאדירען לאנדאן אין 1940, און עס איז אפילו גווען גאר אן ערענסטע רעדע פון אן אינוואזיע אויף ענגלאנד. היטלער האט אבער אנערקענט אז ער קען דורכפאלען מיט א ענגלישע אינוואזע, וויבאלד די ענגלישע נעווי איז גווען גאר מאכטפול, און אריבערברענגען סאלדאטען אויפן ןואסער וואלט אים געקענט קאסטען גאר א טייערן פרייז. בלית ברירה איז ער געגאנגען אין קריג מיט רוסלאנד נאכן פארן אויסראטען ענגלאנד וואס האט עם געצווינגען צו פירן די מלחמה אויף צוויי פראנטען וואס האט עווענטועל בייגעשטייערט צו זיין דורכפאל.

די חילוק צווישען די לענדער האט זיך אויך אנגעזען ווי אזוי מען האט באהאנדעלט די מענטשען און אפילו אידן. די קאמאניסטען און להבדיל די אידן און רוסלאנד האט מען אומגעברענגט "אויפן פלאץ", מען האט נישט געמאכט קיין געטאס אווי אים פוילן.(היטלער האט אנגעקיקט אלע רוסישע אידן אווי קאמאניסטען, כידוע זענען ליידער גאר א סך אידן גווען קאמאניסטען, און א טייל זענען גאר גווען פון די העכסטע פירער און גרינדער פון קאמאניזום ואכמ"ל). אין פאקט רוב פוילישע אידן האבן נאך געלעבט אין תש"א בשעת מען האט אויסגעמארדעט די רוסישע און אוקריינישע אידן. דאס הרגנען אויפן פלאץ איז גווען א דירעקטע באפעל פינעם פירער/שאפט.

(עס איז אויך גווען א שטיקל חילוק צווישען ווי אזוי מען האט באהאנדעלט פוילן און ווי אזוי מען האט באהאנדעלט אנדערע מערב אייראפעישע לענדער. אויב דענק איך גוט האט היטלער געהאלטען אז פוילן איז אויך אנגעשטעקט מיט קאמאניזום אביסל).
* גראדע זיינע פלענער איינצונעמען נאך שטחים כדי די דייטשע הויכע ראסע זאל האבן מער פלאץ צו וואוינען האט היטלער שיין באשריבען און "מיין קאמף". די וועלט האט אבער געמיינט דעמאלס אז עס איז א וויץ
אוועטאר
פאלעצע
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 4:23 pm
לאקאציע: פארנט פונעם עיר קאנדישאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעצע »

פאלעצע האט געשריבן:אין די קומענדיגע ארטיקל וויל איך מיר באציען צו די "ELSENBORN RIDGE" שלאכט. אבער איך האב נאכנישט אפגעשריבן די ארטיקל ווייל עס פעלט מיר נאך אסאך אינפארמאציע, סאו עס וועט נעמען א שטיק צייט.
מיט אנטשולדיגונג פון פאראויס.

לרגל די 71'סטע יארטאג פון "די בעטל אוו די באלדזש" דעצעמבער 16 2015 האפן מיר בעזר השם ארויפצושטעלן חלק ד' און די עפילאג.
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

פאלעצע האט געשריבן:
פאלעצע האט געשריבן:אין די קומענדיגע ארטיקל וויל איך מיר באציען צו די "ELSENBORN RIDGE" שלאכט. אבער איך האב נאכנישט אפגעשריבן די ארטיקל ווייל עס פעלט מיר נאך אסאך אינפארמאציע, סאו עס וועט נעמען א שטיק צייט.
מיט אנטשולדיגונג פון פאראויס.

לרגל די 71'סטע יארטאג פון "די בעטל אוו די באלדזש" דעצעמבער 16 2015 האפן מיר בעזר השם ארויפצושטעלן חלק ד' און די עפילאג.

אה! מיר ווארטן מיט אינטערעסע!
הק' איש ימיני
אוועטאר
פאלעצע
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 4:23 pm
לאקאציע: פארנט פונעם עיר קאנדישאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעצע »

ארויפגעברענגט פון די ארכיוון לכבוד 'מעמאריעל דעי'.The battle of the bulge חלק א
שרייב תגובה

צוריק צו “שנות הזעם”