משפחת היילפרין\האלפערט

יחוס און אפשטאם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

משפחת היילפרין\האלפערט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

מיר וועלן פראבירן צו ברענגען פארשידענע ידיעות איבער משפחת היילפרין - האלפערט וואס איז געווען שטארק צושפרייט אין מונקאטש סיגוט וכו', האפנטליך אז מיט די צייט ווען מען קענען צוזאמשטעלן דעם גאנצן פאזל.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

רבי ישראל יעקב היילפרין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

דער ערשטער פון די משפחה וואס איז אונז באקאנט איז רבי ישראל יעקב היילפרין.
אין די הקדמה פונעם ספר "צרי לנפש יפה" ווערט געברענגט פון א יחוס בריוו וואס הג"ר בנציון האלפערט זצ"ל אב"ד נאנאש האט געשריבן איבער אים: "אנכי בן ציון (היילפרין) בן לאא"מ הרבני היקר החסיד מופלא איש ישר, הולך מתהלך בתום את ה' ואנשים, מו"ה יוסף היילפרין מעיר מונקאטש [נלב"ע בן מ"ו שנים ביום ז' מרחשון תרל"ח], בן הנגיד החסיד מופלג בתורה ויראה, איש מפורסם להלל בשערי ישרים ונבונים, תורה וגדולה היו לראשו עטרה, ר' ישראל יעקב [היילפרין] ז"ל [מוצאו מעיר לינסק] ונפטר זקן ושבע ימים בשם טוב בעיר מונקאטש ד' תמוז שנת תרל"ד ושם מנ"כ, חתן החסיד המפורסם רבי אריה לייבוש ז"ל, בן החסיד רבי יעקב ישעיה ז"ל, חתן הרה"צ הקדוש הגה"ח רבי שאול מאמסטרדם זי"ע בעמ"ס בנין אריאל".
ער ווערט אויך דערמאנט אין די תקנות תמכין דאורייתא פונעם הייליגן בני יששכר [געשריבן אין יאר תקפ"ח] "כעת יאמר ליעקב ולישראל, הוא ניהו הרבני המופלא היקר הותיק הנגיד מהו' ישראל יעקב במו"ה ישכר ז"ל, אשר נדבה רוחו גם אותו להיות נמנה לדבר מצוה להיות כאחד מן בני החבורה".
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

רבי שלמה ב"ר ישכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

צו באמערקן אז אינעם תקנות תמכין דאורייתא ווערט געברענגט גלייך נאך רבי יעקב ישראל "האלף לך שלמה ומאתיים לנוטרים את פריו הוא ניהו הרבני המופלא הנגיד הקצין המפורסים מהו' שלמה בן מהו' ישכר ז"ל אשר נשאו לבו ונדבה רוחו גם אותו"
קען זיין אז דער ר' שלמה איז געווען א ברודער פון ר' ישראל יעקב.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

ר' ישראל יעקב האלפערט מאונגוואר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

אין שטאט אונגוואר האט געוואוינט א איד ר' ישראל יעקב ב"ר מנחם אהרן האלפערט
ער איז נפטר געווארן "בדמי ימיו" אין יאר תרצ"ה.


אט די איז די מציבה פון א טאכטער פון ר' ישראל יעקב האלפערט מאונגוואר
viewtopic.php?p=749913#p749913
שותק
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 3:09 am

רבי ישראל יעקב האלפערט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שותק »

רבי ישראל יעקב האלפערט מאונגוואר הי׳ בן החסיד המופלג רבי ארי׳ ישכר (לייבוש) ז״ל מטעטש
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

שותק האט געשריבן:רבי ישראל יעקב האלפערט מאונגוואר הי׳ בן החסיד המופלג רבי ארי׳ ישכר (לייבוש) ז״ל מטעטש

ווער איז געווען ר' ארי' ישכר מטעטש?
ווער איז געווען זיין פאטער? וויאזוי קומט ער אן צו ר' ישראל יעקב ממונקאטש?
שותק
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 3:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שותק »

הי׳ אדם חשוב ונשוא פנים הי׳ נוסע לבעלזא ארבעים וחמש שנים על חג השבועות - נפטר יום ד׳ דחנוכה תרצ״ה ומנו״כ בטעטש. שם אביו הי׳ ר׳ יצחק ז״ל שהי׳ בן או נכד ר׳ ישראל יעקב הנ״ל
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

יי"כ נחוניא פאר פתיחה

ר' נפתלי היילפערין די ראש הקהל אין סיגוט איז אויך געווען א זוהן פון ר' ישראל יעקב
.
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

נאך א זוהן פון ר' ישראל יעקב, ר' מאיר היילפרין פון בארשא, ער איז לכאורה געווען עלטער סיי פון ר' יוסף הנ"ל און סיי פון ר' נפתלי ווייל ער איז נפטר געווארען בשנת תרל"ט בן ס"ב שנים

נעמענדיג אין באטראכט אז זיין פאטער ר' ישראל יעקב איז נפטר געווארן אינגאנצן פינעף יאר פריער בשנת תרל"ד איז ער זיכער געווען א זקן ושבע ימים ווי געברענגט פריער.
.
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:יי"כ נחוניא פאר פתיחה

ר' נפתלי היילפערין די ראש הקהל אין סיגוט איז אויך געווען א זוהן פון ר' ישראל יעקב


viewtopic.php?f=63&t=22172&p=873154#p873154

מצבות שטעלער האט געשריבן:551
ר' ישראל יעקב ב"ר נפתלי היילפרין - כ"ז טבת תש"א


אויף די מצבה שטייט בן ס"ז שנים דאס קימט אויס תרל"ד די יאר וואס ר' ישראל יעקב איז נפטר געווארען.
.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:יי"כ נחוניא פאר פתיחה

ר' נפתלי היילפערין דער ראש הקהל אין סיגוט איז אויך געווען א זוהן פון ר' ישראל יעקב

וואו זעען מיר דערמאנט אז ר' נפתלי איז געווען א זון פון ר' ישראל יעקב?
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:נאך א זוהן פון ר' ישראל יעקב, ר' מאיר היילפרין פון בארשא, ער איז לכאורה געווען עלטער סיי פון ר' יוסף הנ"ל און סיי פון ר' נפתלי ווייל ער איז נפטר געווארען בשנת תרל"ט בן ס"ב שנים
נעמענדיג אין באטראכט אז זיין פאטער ר' ישראל יעקב איז נפטר געווארן אינגאנצן פינעף יאר פריער בשנת תרל"ד איז ער זיכער געווען א זקן ושבע ימים ווי געברענגט פריער.

ווי עס שטייט דא באשריבן, איז רבי לייביש האלפערט אב"ד וואסלוי געבוירן אין יאר תרס"ח, צו זיין פאטער רבי מאיר האלפערט פון בארשא [געבוירן תר"מ און נפטר געווארן בן ל"ג שנה תרע"ג].
ווער איז געווען דער פאטער פון דעם רבי מאיר האלפערט?
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

נחוניא האט געשריבן:
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:יי"כ נחוניא פאר פתיחה

ר' נפתלי היילפערין דער ראש הקהל אין סיגוט איז אויך געווען א זוהן פון ר' ישראל יעקב

וואו זעען מיר דערמאנט אז ר' נפתלי איז געווען א זון פון ר' ישראל יעקב?

מצבה שטעלער האט מן הסתם א בילד פון די מצבה, אויף sighet.org שטייט קלאר אויסגערעכנט נפתלי היילפרין בן ישראל יעקב.

http://sighet.org/page31.asp
אטעטשמענטס
4.jpg
.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

נחוניא האט געשריבן:אין שטאט אונגוואר האט געוואוינט א איד ר' ישראל יעקב ב"ר מנחם אהרן האלפערט
ער איז נפטר געווארן "בדמי ימיו" אין יאר תרצ"ה.


אט די איז די מציבה פון א טאכטער פון ר' ישראל יעקב האלפערט מאונגוואר
viewtopic.php?p=749913#p749913

משפחית האלפערן/האלפערט פונעם אונגווארער פנקס - וויפיל זיי האבן שייכות אהער ווייס איך נישט [די לעצטע פאר זענען לוים]

מרת בריינדיל ב"ר יצחק הלוי אונגער האלפערט א' דפסח תש..
מרת מאטל מענדלאוויטש ב"ר ארי' האלפערט – ג' חשון תרצ"ו
הבתולה לאה ב"ר מאיר האלפערט
ר' ישראל יעקב האלפערט ב"ר ארי' ישכר בן ריזל – ב' אלול תרצ"ה
ר' יצחק אייזיק האלפערט ב"ר אברהם דוד בן אלטי נעכא – ג' ניסן תרצ"א
ר' אברהם דוד האלפערט ב"ר יוסף משה – ד' שבט תרפ"ד
ר' ארי' ליב האלפערט ב"ר אברהם אלי' – כז תשרי תרף
הילדה לאה ב"ר מאיר האלפערט – ב חנוכה תרעד
מרת אידל ב"ר נח מערמעלשטיין א"ר אייזיק האלפערט – ד אב תרסט
מרת חי' שרה גובנער ב"ר אברהם דוד האלפערט – כז סיון תרצב
מרת רבקה שווארץ ב"ר אברהם דוד האלפערט – יז תמוז תרפא
מרת לאה ב"ר יעקב א"ר חיים צבי האלפערט – ח אייר תרעד
ר' יהודא ב"ר אברהם דוד האלפערט – ה אב תרעה
מרת שינדל ב"ר זאב הלוי א"ר בעריש האלפערט הלוי – כד שבט תרצד
ראובן ב"ר יהודא האלפערן – ו' אב תש"מ
ר' שלום ב"ר דוב הלוי האלפערט בן שינדל – טו שבט תרפט
ר' חיים צבי סג"ל האלפערט ב"ר אהרן מנחם – ב' פסח תרעה
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

יוראפ האט געשריבן:הבתולה לאה ב"ר מאיר האלפערט
הילדה לאה ב"ר מאיר האלפערט – ב חנוכה תרעד

מן הסתם די זעלבע
.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:הבתולה לאה ב"ר מאיר האלפערט
הילדה לאה ב"ר מאיר האלפערט – ב חנוכה תרעד

מן הסתם די זעלבע

יאפס
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

שותק האט געשריבן:הי׳ אדם חשוב ונשוא פנים הי׳ נוסע לבעלזא ארבעים וחמש שנים על חג השבועות - נפטר יום ד׳ דחנוכה תרצ״ה ומנו״כ בטעטש. שם אביו הי׳ ר׳ יצחק ז״ל שהי׳ בן או נכד ר׳ ישראל יעקב הנ״ל

וועלכע יאר איז דער ר' ארי' ישכר האלפערט פון טעטש געבוירן?
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

יוראפ האט געשריבן:ר' אברהם דוד האלפערט ב"ר יוסף משה – ד' שבט תרפ"ד
מרת חי' שרה גובנער ב"ר אברהם דוד האלפערט – כז סיון תרצב
מרת רבקה שווארץ ב"ר אברהם דוד האלפערט – יז תמוז תרפא
ר' יהודא ב"ר אברהם דוד האלפערט – ה אב תרעה



viewtopic.php?f=63&t=20249&start=75

בילד

בן ר' יוסף משה סופר!

און בפרט זייענדיג א בן תשעים קען ער שוין נישט זיין קיין אייניקל פון ר' ישראל יעקב, אפשר אן איידעם און ער האט געטוישט נאמען צו האלפערט

אינטערסאנטער טיטל "החסיד המקובל" עני דיטעילס ווער דאס איז געווען?
.
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

נחוניא האט געשריבן:ער ווערט אויך דערמאנט אין די תקנות תמכין דאורייתא פונעם הייליגן בני יששכר [געשריבן אין יאר תקפ"ח] "כעת יאמר ליעקב ולישראל, הוא ניהו הרבני המופלא היקר הותיק הנגיד מהו' ישראל יעקב במו"ה ישכר ז"ל, אשר נדבה רוחו גם אותו להיות נמנה לדבר מצוה להיות כאחד מן בני החבורה".

פון ווי נעמסטו אז דאס איז דער ישראל יעקב אדער אז זיין פאטער האט געהייסן ישכר?
.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:ער ווערט אויך דערמאנט אין די תקנות תמכין דאורייתא פונעם הייליגן בני יששכר [געשריבן אין יאר תקפ"ח] "כעת יאמר ליעקב ולישראל, הוא ניהו הרבני המופלא היקר הותיק הנגיד מהו' ישראל יעקב במו"ה ישכר ז"ל, אשר נדבה רוחו גם אותו להיות נמנה לדבר מצוה להיות כאחד מן בני החבורה".

פון ווי נעמסטו אז דאס איז דער ישראל יעקב אדער אז זיין פאטער האט געהייסן ישכר?

איך געדענק נישט פון וועמען איך האב דאס געהערט. אבער עס שטימט זייער גוט מיט די נאמען "ארי' ישכר" וואס איז דא אין זיין משפחה, נאך זיין שווער רבי ארי' לייביש נכד הבנין אריאל, און נאך זיין פאטער רבי ישכר.
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

ר' ישראל יעקב האלפערט פון מונקאטש (השני) איז געווען א זוהן פון ר' לייבוש האלפערט פון בארשא, בן ר' מאיר האלפערט פון בארשא הנ"ל.
ר' לייבוש איז געווען א איידעם פון ר' יוסף ארי' כהנא פון סיגוט אן איידעם פון מראי יחזקאל פון דעעש
(אויף וויקי שטייט אז ער איז געווען א איידעם פון ר' יודל כהנא חתן המראי יחזקאל אבער דאס איז נישט ריכטיג, דער מראי יחזקאל האט געהאט 3 כהנא איידימער)
.
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

דאס האב איך געשריבען אין די סיגוטער בית החיים אשכול
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
מצבות שטעלער האט געשריבן:1686
מרת דבורה ב"ר מאיר האלפערט - אדר"ח אייר תרע"ח
בילד


דאס איז לכאורה הרבנית דבורה די בארשערין
אשת ר' חיים לייב ווידער,
מצבות שטעלער האט געשריבן:1685
ר' חיים ארי' ב"ר שמחה יוסף ווידער - ב' ניסן תרפ"ה
בילד


אביו ואמו של ר' שלום ווידער אב"ד נירעדהאז מח"ס משמיע שלום (אשכול אלערט?)
בת ר' מאיר האלפערט\היילפערין מבארשא, (וואלט אויך געווען כדאי צוזאמברענגען די גאנצע האלפערט היילפערין משפחה פון בארשא מונקאטש סיגוט און אונגוואר)

http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/heb ... 1955_8.pdf

איך האב נאר געוואלט מוסיף זיין אז ר' חיים לייב איז אויך געווען א נעפיו פון זיין שווער, ווייל ר' שמחה יוסף ווידער און ר' מאיר האלפערן זענען געווען ביידע איידימער בי ר' שלמה דוב פיש פון בארשא
.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:ר' ישראל יעקב האלפערט פון מונקאטש (השני) איז געווען א זוהן פון ר' לייבוש האלפערט פון בארשא, בן ר' מאיר האלפערט פון בארשא הנ"ל.
ר' לייבוש איז געווען א איידעם פון ר' יוסף ארי' כהנא פון סיגוט אן איידעם פון מראי יחזקאל פון דעעש
(אויף וויקי שטייט אז ער איז געווען א איידעם פון ר' יודל כהנא חתן המראי יחזקאל אבער דאס איז נישט ריכטיג, דער מראי יחזקאל האט געהאט 3 כהנא איידימער)

ר' מאיר האלפערט פון בארשא מיינט איר מסתמא "הראשון" בן רבי ישראל יעקב וועלכער איז נפטר געווארן תרל"ט.
ווער איז געווען דער פאטער פון ר' מאיר האלפערט "השני" וועלכער איז געבוירן אין יאר תר"מ?
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

אונז האב מיר גערעדט פון ר'מאיר הראשון, ר' מאיר השני איז געווען א זוהן פון ר' שלום, (מן הסתם א זוהן פון ר' מאיר הראשון, אבער איך האב נישט פרופ דערווייל)
.
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

נאך אן איידעם פון ר מאיר הראשון איז געווען ר' אלימלך קאליש פון בארשא, א זוהן פון ר' משולם דוב קאליש דומ"ץ מונקאטש. ער האט געהאט א זוהן ר' שלום קאליש אין מונקאטש און ער איז געוען א חברותא מיטן דרכי תשובה, מו"ל ספר לחם מן השמים, געווען אן איידעם פון ר' הערש מיילעך שאהנפעלד אב"ד מאזאלעבריץ.
ר' אלימלך קאליש האט געהאט אן איידעם ר' דוד יצחק ווערצבערגער.
.
שרייב תגובה

צוריק צו “משפחה ומשפחה”