איך בין בקשר מיט צוויי גרויסע חוקרים אין דעם נושא, און זיי זענען ממליץ פעמעליטרי. איך ווייס נישט אויב עס איז טאקע בעסער אדער פשוט זיי האנדלען שוין מיט זיי. בכל אופן, פון זיי ווייס איך אז פעמיליטרי איז זייער גוט.
נחוניא האט געשריבן:אין די יעצטיגע טעג ווערט אוועקגעשטעלט DNA רעקארדס פון פארשידענע מיוחס'דיגע משפחות. די טעסט איז א ספעציעלע טעסט פאר בן אחר בן, און מיט די צייט וועלן פיל משפחות קענען געוואויר ווערן זייער יחוס בן אחר בן. לדוגמא, מען האט גענומען טעסטס פון עטליכע מענטשן וואס האבן א קלארע יחוס צו משפחת קאצענעלנבויגן, און די רעזולטאטן זענען אייניג. יעצט קען קומען איינער וואס האט נישט קיין ידיעות איבער זיין יחוס, און נאך וואס ער וועט אויך נעמען אזא DNA טעסט, קען זיין אז די רעזולטאט וועט זיין אז ער שטאמט גאר בן אחר בן פונעם מהר"ם מפאדווא. לעת עתה ווערט געזוכט מענטשן וואס האבן א קלארע יחוס בן אחר בן צו פארשידענע גדולי ישראל פון די פריערדיגע דורות, אז אנדערע משפחות זאלן אויך קענען נהנה זיין און געוואויר ווערן אויב זיי שטאמען פון די דאזיגע גדולים.
פאלגענד איז א טיילווייזע רשימה פון גדולי ישראל וואס מען האט שוין גענומען פון זייערע אייניקלעך א Y-DNA טעסט:
הגה"ק בעל סמיכת חכמים הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז ולמעב"ק הרבי ר' הירץ הרה"ק בעל ישמח משה הרה"ק ר' יהודא ליב משפאלע הרה"ק ר' יצחק מדראהביטש ובנו המגיד מזלאטשוב הרה"ק ר' לוי יצחק מבארדיטשוב הרה"ק ר' מנחם נחום מטשערנאביל הרה"ק ר' מרדכי מנעשכיז ולמעב"ק להג"ר נתן נטע מהילדסהיים הרה"ק ר' פנחס מקאריץ הרה"ק ר' רפאל מבערשיד הרה"ק ר' שלום מבעלזא ולמעב"ק בעל מעשה רוקח הרה"ק ר' שמואל פאלאנסקי מקאלניבלאט הרה"ק ר' שמעון שלמה מסאווראן משפחת קאצנענלבויגן משפחת ראפאפארט הכהנים
נחוניא האט געשריבן:פאלגענד איז א טיילווייזע רשימה פון גדולי ישראל וואס מען האט שוין גענומען פון זייערע אייניקלעך א Y-DNA טעסט:

איז עס טאקע מבורר געווארען אז דער קונטרס הספיקות איז א בא"ב פון דער סמיכת חכמים ?
די אייניקלעך פונעם קונטרס הספיקות האבן די זעלבע תוצאות ווי "איין" אייניקל פונעם סמיכת חכמים. מען ווארט צו באקומען די ריזאלטס פון לכה"פ נאך א אייניקל וואס איז זיכער א בא"ב פונעם סמיכת חכמים, און אויב עס טאקע די זעלבע תוצאות פון די אנדערע אייניקל פונעם סמיכת חכמים, קען מען דעמאלט זאגן אז דער קונטרס הספיקות איז טאקע געווען א בא"ב פונעם סמיכת חכמים.
איך האב געטוהן די טעסט כדי באשטעטיגן צו בין איך אן אייניקל פון בעל קונטרס הספיקות. די תוצאות האבן ארויס געברענגעט אז קיין אייניקל בין איך נישט, אבער א קרוב יא. דאס הייסט אז איך מיט דער בעל קונטרס הספיקות האבן געהאט איין טאטע ארום 16 דורות צוריק. לאט וואס הרב נחוניא שרייבט, אז ס'קען זיין אז דער בעל קונטרס הספיקות איז געוועהן אן אייניקל פון די סמיכת חכמים בא"ב. פרעג איך צו איך וועל אויך האבן דער יחוס צו דער בעל קונטרס הספיקות, אדער נישט???
מנהיג הדורות האט געשריבן:אונז האב מיר א ספק און משפחה אויף דריי צדיקים איז שייך געוואר צו ווערן ? און וויאזוי ? תודה למפרע
איר רעדט פון בן אחר בן? יחוס בא"ב קען מען מברר זיין אויב פון די אנדערע צדיקים זענען אויך דא אייניקלעך בא"ב וואס האבן גענומען א טעסט, און דאן זעט מען אויב אייערע ריזאלטס מעטשן צו איינער פון די דריי.

נאכגייענדיג מיין משפחה יחוס, בין איך אנגעקומען צו א זיידע וואס האט געהאט די משפחה נאמען יעבץ (שפעטער געטוישט אויף שעכטער), און עס איז געווען א קבלה אין די משפחה אז מען איז אייניקלעך פון רבי יעקב עמדינער זצ"ל. [דער באקאנטער סענעטאר דזשעוויטץ איז אויך פון די זעלבע משפחה].
די שאלה איז אבער געווען אויב מען איז א בן אחר בן פונעם יעבץ, אדער בלויז אן אייניקל און זיך בלויז גערופן מיט אזא משפחה נאמען.
נאך פיל הארעוואניע זענען מיר ענדליך אנגעקומען צו איינער וואס איז א בן אחר בן פון די משפחה, און ער האט גענומען א דנ"א טעסט. דערנאך האבן מיר אפירגעזוכט א לארבערבוים וואס איז באמת א בן אחר בן פונעם חכם צבי פאטער פון רבי יעקב עמדינער, און געווארט צו זען וואס די תוצאות וועלן זיין.
נאך עטליכע וואכן איז ענדליך צוריקגעקומען די רעזולטאטן און פעסטגעשטעלט אז עס איז נישט די זעלבע משפחה!
אבער, משפחת יעבץ-שעכטער האט אבער די זעלבע רעזולטאטן מיט אן אייניקל פון הג"ר דוד טעבלי אב"ד פעטערבורג וואס איז געווען מגדולי היחס.
דארף מען יעצט פראבירן צו זען וואו אונזער משפחה קניפט זיך אריין מיט זייער משפחה.
נחוניא האט געשריבן:פאלגענד איז א טיילווייזע רשימה פון גדולי ישראל וואס מען האט שוין גענומען פון זייערע אייניקלעך א Y-DNA טעסט:
הגה"ק בעל סמיכת חכמים הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז ולמעב"ק הרבי ר' הירץ הרה"ק בעל ישמח משה הרה"ק ר' יהודא ליב משפאלע הרה"ק ר' יצחק מדראהביטש ובנו המגיד מזלאטשוב הרה"ק ר' לוי יצחק מבארדיטשוב הרה"ק ר' מנחם נחום מטשערנאביל הרה"ק ר' מרדכי מנעשכיז ולמעב"ק להג"ר נתן נטע מהילדסהיים הרה"ק ר' פנחס מקאריץ הרה"ק ר' רפאל מבערשיד הרה"ק ר' שלום מבעלזא ולמעב"ק בעל מעשה רוקח הרה"ק ר' שמואל פאלאנסקי מקאלניבלאט הרה"ק ר' שמעון שלמה מסאווראן משפחת קאצנענלבויגן משפחת ראפאפארט הכהנים
הרה"ק ר' יעקב יוסף מאוסטראה - רב ייבי הרה"ק ר' ליבער מבארדיטשוב ולמעב"ק רבי שמשון מאסטראפאליע הרה"ק ר' גדלי' מליניץ בעל תשואת חן הגה"ק בעל ברוך טעם ולמעב"ק בעל קקיון דיונה

אינטערעסאנט - האט מען פראבירט ביי די שווייצער ראבינאוויטשעס ווען מען האט געפארשט משפחת הרה"ק ליניץ?