1) אזוי וויי אייביג ווען מען דרייווט אין א לאנד וואו מען קען נישט די שפראך - איז זייער וויכטיג צו האבן 2 סארטן GPS צב"ש וועיז, גארמין, אריינגעבויטע קאר נעוויגעישן.
2) עס איז דא ווייניג הייוועיס אין פוילן. רוב זענען לאקאלע ראדס. לעצטענס בויעט מען ניי גרויסע הייוועיס. דערפאר רעכנט אריין טרעפיק אין אייער סדר. בפרט צווישן ריישא און ווארשע.
3) צווישן קראקא אין ריישא (ליזענסק) איז דא א גאר גוטע ברייטע גראדע הייוועי מיט א לעגאלע ספיד לימיט פון 90 MPH ! דרך אגב, דרייוו פארזיכטיג. מען דארף לאזן היפש מער פלאץ צווישן א קאר וואס ברעקט פאר דיר, אדער אויב די הייוועי דרייט זיך. אויך איז כדאי צו וויסן אז די טראקס זענען היפש העכער (און שרעקעדיגער) ווי אין אמעריקע. (נישט פאר קיין שוואכע הערצער צו דרייוון צווישען אזעלכע טראקס).
4) אויף די קלענערע ראדס, ביים אריינגאנג צו יעדע שטעטל פאלט די ספיד לימיט, און ע"פ רוב איז דא א ספיד-קעמערע ביים אנהייב שטעטל. די גוטע נייעס: עס איז אייביג דא א קעמערע-ווארענונג-סיין בעפאר.
5) הערץ מיט אלע זייערע סוב'ס (דאלער, טריפיטי וכו') וועלן נישט ארויסגעבן קיין קאר נאר אויב מען ווייזט א פעליגע אינטערנעשענעל דרייווערס פערמיט. (צו באקומען פאר $20 ביי AAA) אנדערע קאמפאניעס וועלן יא געבן אפי' אנדעם.
בכלליות:
6) אייביג אנגרייטן די פונקטליכע קאר-ריטוירן-פלאץ פאר מען לאזט זיך ארויס צום עירפארט. רופט זיי אן און פרעגט זיי ווי מען זאל לייגען די קאר. א GPS אדרעסס איז נישט גענוג. "לייג עס אויף די רעכטע פארקינג לאט, ביי די הילטאן האטעל תיכף נאכן בוים" נאכן פארקן, אויב א רעפעזענטעטיוו איז נישט געווען אויפן פלאץ און מען הייסט אייך פארקן און קומען צום אפיס, באטראכט די געיגענט, און גרייט איך צו דארפן איבערגעבן א פונקטליכע דיסקריפשען וואו די קאר ליגט.
7) לאז אייביג א עקסטערע האלבע שעה פארן אויפפיקען\צוריקגעבן די קאר.
8) געדענק צו בעטן א אטאמאטיק קאר (נישט מעניועל\קלאטש).
9) אויב מען פלאנט צו פארקן אין גרויסע שטעט איז וויכטיג צו פארשטיין די פארקינג סיין'ס. בכלל איז כדאי צו געבן א בליק אויף אלע סיין'ס
https://en.wikipedia.org/wiki/Road_signs_in_Poland