סאביבאר פוילן טויט-לאגער - ווער איז קאראליינע כהן...??

דאקומענטאציע פונעם צווייטן וועלט קריג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

סאביבאר פוילן טויט-לאגער - ווער איז קאראליינע כהן...??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

rps20170317_111015.jpg

איזראעלישע און דייטשע פארשער האבן אנטדעקט א גרויסע הויפן פון 'צירונגען' אין די פונדאמענט פון א געביידע לענגאויס די וועג וואס האט געפירט צו די גאז קאמערן, נעבן די שרעקליכע סאביבאר טויט-לאגער אין פוילן, וואו די נאציס ימ"ש האבן אויסגעהרגעט 200,000 מענטשן רח"ל, צווישן די יארן פון 1942 און 1943. מען גרובט דארט כדי צו בויען א האלאקאסט דענקמאל.

צווישן די צירונגען, זענען א קייטל מיט א בילד פון משה רבינו האלטענדיג די לוחות. אויף די אנדערע זייט שטייט די פסוקים פון שמע ישראל און ברוך ד'. א פרויען זייגער, האר-נאדלן, און "קליידער נאדלן".

באזונדער איז א קייטל אין פארום פון א 'טרייענגל' עס איז איינגעקריצט "מזל טוב" מיט א געבורטס-טאג 3.7.1929, די נאמען פון א יונג מיידל "קאראליינע כהן". און די פלאץ, פראנקפורט. אויף די אנדערע זייט איז דא א ה', מיט דריי מגן דוד'ס. די קייטל איז זייער ענליך צו נאך איין באקאנטע קייטל וואס האט באלאנגט צו 'אנא פראנק' הי"ד פון פראנקפורט, וואס איז אומגעקומען ביי די מלחמה. זי איז באקאנט פון א טאגבוך וואס מען האט געפונען אין א באהעלטעניש אין האלאנד. די פארשער פרובירן צו דערגיין ביי די פאמיליע פון אנא פראנק, אויב די צוויי מיידלעך האבן געהאט עפעס א פארבינדונג.



מיט יעדע צייט וואס מען גרובט אויף דעם פלאץ געפינט מען מער האר-אויפשטעלענדע באווייז פון די מענטשן וואס זענען דארט פארפאניגט געווארן. מען באמערקט קלארע באווייזן אז מען האט פרובירט צו פארדעקן וואס דארט איז פארגעקומען. טראץ די אקציעס פון די נאציס צו אפמעקן יעדע שפיר פון זייער אכזריות. אויף דעם פלאץ האבן די נאציס ימ"ש אפגעשוירן די האר פון די פרויען בעפאר מ'האט זיי פארשיקט אין די גאז קאמערן.
האר-נאדלן

מיט די הילף פון ליסטע'ס פון "יד ושם" פון די סאביבאר לאגער, האט מען געטראפן א נאמען פון א מיידל וואס איז געפאניגט געווארן מיט שווערער צוואנגס ארבייט: "קאראליינע כהן". זי איז געבוירן געווארן יולי 3, יאר 1929. איר נאמען ווערט אויך דערמאנט אין א ליסטע פון אידן וואס זענען פארשיקט געווארן פון פראנקפורט קיין מינסק אין נאוועמבער 11, אין יאר 1941. די געטא פון מינסק איז ליקווידירט געווארן קיין סאביבאר אין סעפטעמבער 1943 צו די גאז קאמערן. אבער איר נאמען איז נישט אויף די ליסטע.

די פארשונגען קומען פאר נאך פון 2007, מיט די באגלייטונג פון 'יד ושם' און די "IAA". אפיציעל האט מען געוואלט אידענטיפיצירן און אויפדעקן די געביידע פון די גאז קאמערן. דאן האט מען אויך געפונען די באן פלאטפארמע. אויך האט מען געפונען אסאך פריוואטע חפצים. ווי אייזענע בלעכן אויף קייטלעך מיט די נעמען פון קליינע קינדער.

2017-03-17 13.48.34.jpg
2017-03-17 13.48.34.jpg (82.77 KiB) געזען 3289 מאל





17155949_303.jpg

די פלאץ פון סאביבאר טויט-לאגער וואו מען האט געפונען אסאך פריוואטע חפצים פון די אומגעקומענע עקד"ש

"וגלתה הארץ את דמיה ולא תכסה עוד על הורגיה"
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יישר כח פארן מיטטיילן די היסטארישע אנטדעקונגען.
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

לכאורה האט געשריבן:יישר כח פארן מיטטיילן די היסטארישע אנטדעקונגען.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוודאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 13, 2013 11:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוודאי »

בענקעל האט געשריבן:באזונדער איז א קייטל אין פארום פון א 'טרייענגל' עס איז איינגעקריצט "מזל טוב" מיט א געבורטס-טאג 3.7.1929, די נאמען פון א יונג מיידל "קאראליינע כהן". און די פלאץ, פראנקפורט. אויף די אנדערע זייט איז דא א ה', מיט דריי מגן דוד'ס.

די נאמען איז אויף די קייטל ? אדער מען האט געטראפן אינפארמאציע פון א מיידל מיט די געבורטס טאג ? אויף די בילדער זעהט מען נישט קיין נאמען.

און א גרויסן ייש״כ בענקל פאר׳ן אראפשרייבן.
אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע: בין תנור לכיריים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאכט סענס? »

א גרויסן ישר כח פאר די אינטערעסאנט אינפארמאציע.
וואס מיינט אז מען באמערקט קלארע באווייזן אז מ'האט פרובירט צו פארדעקן וואס ס'איז דארטן פארגעקומען?
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

אוודאי האט געשריבן:די נאמען איז אויף די קייטל ? אדער מען האט געטראפן אינפארמאציע פון א מיידל מיט די געבורטס טאג ? אויף די בילדער זעהט מען נישט קיין נאמען.
איר זענט גערעכט. דא איז אריינגעפאלן א שטיקל טעות. און א דאנק פאר'ן מעורר זיין.

אין די רשימה פון דער מינסקער געטא איז דא א מיידל מיט'ן נאמען "קאראליינע כהן" (carolina kohen) וואס איז געבוירן יולי 3, 1929. זי איז פארשיקט געווארן נאוועמבער 11, 1943 פון "פראנקפורט" קיין "מינסק". אויפ'ן קייטל פון סאביבאר לאגער שטייט די זעלבע געבורטס-טאג. 3.7.1929. און אויך די זעלבע שטאט, פראנקפורט.

עס איז נישט באקאנט אויב קאראליינע כהן האט אין אזא יונגן עלטער פון פערצן יאר איבערגעלעבט די ברוטאלע אומשטענדן אין די מינסק'ער געטא. מעגליך אז איר קייטל איז אויף עפעס א וועג; דורך איהר אדער א באקאנטע, אנגעקומען אין 'סאביבאר' מיט א טראנספארט אין סעפטעמבער 1943. ווען ארום צוויי טויזנט איינוואונער פון די מינסק'ער געטא זענען נעבעך פארשיקט געווארן צו די ארטיגע גאז קאמערן. און עס איז געווען באגראבן דארט ביז איצט.

די איינציג'סטע פונאנדערשייד צווישן די קייטל פון קאראליינע כהן און אנא פראנק איז די געבורט דאטום. 12.6.1929
זיי זענען פונעם זעלבן יאר גאנג. און פון די זעלבע שטאט.
2017-03-19_11.57.44.jpg
א אומקלאר בילד פון "אנא פראנק" מיט איהר קייטל - פארגליכן מיט די "קאראליינע כהן" קייטל
לעצט פארראכטן דורך בענקעל אום זונטאג מארטש 19, 2017 12:14 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

א גרויסער ייש"כ.

להערא בעלמא: ווייל זי האט די זעלבע סארט קייטל ווי אנה פראנק מיינט נאך נישט אז ס'דא א שייכות, זיי קומען דאך פון די זעלבע שטאט אין גאנץ מעגליך אז דאס איז דארט גיווען א פאפולערער קייטל.
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

מאכט סענס? האט געשריבן:א גרויסן ישר כח פאר די אינטערעסאנט אינפארמאציע.
וואס מיינט אז מען באמערקט קלארע באווייזן אז מ'האט פרובירט צו פארדעקן וואס ס'איז דארטן פארגעקומען?

די קרעמאטאריעמ'ס און די באראקן זענען געווארן צושטערט. פארדעקט מיט ערד, און באפלאנצן מיט ביימער. דאס פלאץ קוקט אויס פון פשוט'ן בליק ווי א טיפישער וואלד.

אבער ארכעאלאגישע עקספערטן האבן געפונען די גרונד פון די געביידעס. און דורך זיפנ'דיג די ערד, האט מען - ווי פריער ערווענט - געפונען צירונגן. אויף דעם פלאץ האט מען אלעס צוגענומען אפילו די קליידער און אינגאנצן אפגעגאלט. בעפאר מען האט געדארפט גיין צו פוס אויף די לעצטע וועג. די דייטש'ן האבן מיט שפאס גרופן דעם וועג "Himmelfahrtsstrasse" אדער וועג צום הימל.
2017-03-19_12.04.40.jpg
אויפ'ן וועג קיין סאביבאר...
אויפ'ן וועג קיין סאביבאר...
פון אויבן. די פלאץ פון די קרעמאטאריעמ'ס. אונטן. די אלטע פארלאזטע מוזיום אין סאביבאר
פון אויבן. די פלאץ פון די קרעמאטאריעמ'ס. אונטן. די אלטע פארלאזטע מוזיום אין סאביבאר
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

השם ינקום דמם
ימח שמם וזכרם די דויטשן די אוקריינער און די "וואוילע אומשולדיגע" פוילישע רוצחים
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

Gevald Geshrigen האט געשריבן:השם ינקום דמם
ימח שמם וזכרם די דויטשן, די אוקריינער, און די "וואוילע אומשולדיגע" פוילישע רוצחים.

ביי די באקאנטע אויפשטאנד אין סאביבאר דורך די אידישע זאנדערקאמאנדא, אן אקציע אין וואס 11 פארשאלטענע נאציס זענען געהרגעט געווארן, זענען די פינסטערע אוקריינער וועכטער געשטאנען אויף די טורעמעס און אויסגעשאסן פילע פון די אידן וואס האבן פרובירט צו אנטלויפן. די דייטשן האבן נישט געקענט פארטראגן דעם דורכפאל, און גלייך נאכן אויפשטאנד האט הימלער ימ"ש פארארדענט אז מ'זאל איינווארפן דעם גאנצן קעמפ. זיי האבן איבערגעצויגן דעם שטח מיט ערד און איינגעפלאנצט ביימער, אזוי אז פארן פליישיגן אויג האט דאס פלאץ אויסגעקוקט ווי א פשוט'ער וואלד.

ימח שמם! ארץ אל תכסי דמם!
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

"פיליפ[פישל] ביאלוביץ" ע"ה פון די שטעטל "איזשביצע פוילן" איז געווען א 'זאנדערקאמאדאו' אין סאביבאר. צווישן די 300 הונדערט וואס זענען אנטלאפן אין די אויפשטאנד, איז ער געווען פון די פופציג מזל'דיגע וואס מען האט נישט צוריק פארכאפט אין לאגער אריין. און ער איז געגאנגען פארציילן פאר די וועלט וואס עס גייט פאהר אין סאביבאר. ער איז געראטעוועט געווארן א דאנק זיין ברודער 'שמחה' וואס איז געווען א אפטייקער. און ער האט געזאגט אז 'פיליפ' איז זיין געהילף. שמחה איז אוועק ביי די 102 יאר אין ארץ ישראל. פיליפ איז געווען 90.


2017-03-20_10.50.42.jpg
"35 טויזנט אידן פון האלאנד זענען געקומען מיט'ן באן, איך האב זיי געהאלפן מיט די באגאזש. זיי האבן מיר פארגעשלאגן א 'טיפ'... מיין הארץ געבלוטיגט וויסענדיג אז ביז א האלבע שטונדע וועלן זיי ווערן 'אש'...

ווען זיי האבן אפגעשוירן די האר, האבן די מיידלעך געבעטן, מען זאל נישט שניידן צו קורץ... זיי זענען נאר געווען עטליכע מעטער פון די גאז קאמערן... זיי האבן נאך אלץ נישט אנערקענט אז דאס איז זייער לעצטע דעסטינאציע..."

ער איז געווען פון די עדות קעגן דעם נאצי וועכטער פון סאביבאר "דזשאן איוואן דעמיאניוק"

די איינציג'סטע געביידע וואס איז געבליבן פון די לאגער איז די הויז פונעם קאמענדאנט. פוילישע פאמיליעס וואוינען דארט היינט.
2017-03-20_10.51.30.jpg
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

עיני יורדה מים, בלויז ווען איך זע דעם נאמען סאביבאר קומט מיר שוין טרערן אין די אויגן, די רשעות וואס ס'האט זיך אפגעטוהן אויף דעם פלאץ איז נישט עפעס וואס א מענטש מיט אביסל שכל קען פארשטיין באגרייפן,

רבש"ע, נקום נקמת דם עבדיך השפוך,

---
ייש"כ בענקל פאר די אינטערעסאנטע ידיעות!
זוכט איר דוי?
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

יש"כ, בענקל, פארן ברענגען די אינפארמאציע און פאר די כסדר'דיגע אפדעיטס, סיי דא און סיי אין די ארכעאלאגיע אשכול. דער עולם האט שטארק הנאה. קיפ איט אפ!

איך זעה איז די 'האלאקאוסט וועלט' איז שטארק אויף מיט קעראליין קאהן און די קייטל וואס האט אנגעבליך באלאנגט צו איר. די וויכטיגקייט פון דעם קייטל איז פילייכט צוליב דעם וואס די איינציגע אנדערע קייטל מיט די דאזיגע אייגנארטיגע דריי-עק דיזיין האט באלאנגט צו די באקאנטע אננא פראנק, אן אנדייטונג אז די צוויי מוידן פון זעלבן עלטער זענען מעגליך געווען קרובים און האבן ווארשיינליך געקריגן די קייטלען במתנה פון דעם זעלבן פערזאן. דערווייל האבן זיי נאכנישט געפונען קיין שום פאמיליע פארבינדונג צווישן די צוויי קינדער, חוץ דעם פאקט אז ביידע זענען געבוירן אין פראנקפורט. (די פראנק פאמיליע האט זיך שפעטער אריבערגעצויגן קיין האלאנד.)

די פארשער פלאגן זיך צו טרעפן דעם לינק צווישן קאהן, וואס איז געבוירן אין פראנקפורט אין יולי 3, 1929 און איז עט סאם פאוינט געוועזן אין די געטא אין מינסק, און דעם "מזל טוב יולי 3, 1929 פראנקפורט" קייטל וואס מען האט אויפגעראבן אין סאביבאר. איך מיין אבער אז ווען מ'קוקט אויף די לאדזשיסטיקס אין סאביבאר, איז שטארק מסתבר אז די קייטל איז טאקע פון די דאזיגע קעראליין קאהן.

די הריגות אין סאביבאר האבן אנגעהאלטן פון אגוסט 1942 ביז סעפטעמבער 1943. און במשך די 1.5 יאר תקופה זענען דארט אומגעקומען אן ערך פון 250 טויזנט אידן הי"ד, מיינסטנס פון פוילן אבער אויך פון האלאנד, סלאוואקיע, דייטשלאנד און אנדערע מדינות. די צירונגען און אנדערע ווערדפולע חפצים וואס די קרבנות האבן נעבעך מיטגעברענגט האבן רשעים געראבעוועט און כסדר צוריק געשיקט פון סאביבאר קיין דייטשלאנד. לפי זה איז מסתבר אז די דאזיגע קייטל און די אנדערע צירונגען וואס מען האט ארויסגעגראבן זענען דוקא מיטגעברענגט געווארן - צו דורך דאס מיידל צו דורך א צווייטן - מיט די באנען ביי די לעצטע טראנספארטן פון מינסק קיין סאביבאר אין סעפטעמבער. דאן, ווען זיי האבן אין איילעניש פארניכטכעט און באגראבן דעם לאגער, האבן די דייטשן ימ"ש זיך מער נישט געקימערט מיט די חפצים וואס זענען פארבליבן.

אויב די קייטל האט נישט באלאנגט צו איר, וועט מען מוזן זאגן אז צווישן די וואס זענען אנגעקומען קיין סאביבאר אין די לעצטע טעג איז געוועזן א צווייטע אומבאקאנטע פרוי וואס איז אויך געבוירן אין פראנקפורט אום יולי 3, 1929. א ווייטע מעגליכקייט.

אגב, דער אויפשטאנד אין סאביבאר איז ברייט באשריבן אין דעם אידישן בוך "בהסתרה".
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

Re: סאביבאר פוילן טויט-לאגער - ווער איז קאראליינע כהן...??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

עס איז געפונען געווארן נאך בלעכענע אידענטיפיקאציע קארטלעך אין סאביבאר טויט לאגער, פון פיר קינדער מיט זייער נאמען, היימשטאט און געבורט דאטום.

אלע קינדער מיט זייער בילדער זענען אויף די ליסטע פונעם טראנספארט לאגער וועסטערבארק אין האלאנד.

- ענני קאפפער 12 יאר אלט
- ענני קאפפער 12 יאר אלט
Annie kapper.jpg (184.64 KiB) געזען 1101 מאל
- לאה יהודית. קארטל געפונען אויפן ארט פונעם באן סטאנציע.
- לאה יהודית. קארטל געפונען אויפן ארט פונעם באן סטאנציע.
Leah yehudis.jpg (154.87 KiB) געזען 1101 מאל
- דעדי זאַק. קארטל געפונען אויפן ארט פונעם  קרעמאטאריעם.
- דעדי זאַק. קארטל געפונען אויפן ארט פונעם קרעמאטאריעם.
Deddie zak.jpg (26.71 KiB) געזען 1101 מאל
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

Re: סאביבאר פוילן טויט-לאגער - ווער איז קאראליינע כהן...??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

- דוד יהודא 11 יאר אלט. קארטל געפונען נעבן די גאז קאמערן.
- דוד יהודא 11 יאר אלט. קארטל געפונען נעבן די גאז קאמערן.
David yehuda.jpg (199.22 KiB) געזען 1092 מאל


הי"ד.
שרייב תגובה

צוריק צו “שנות הזעם”