אפיציעלע נעמען אין רעקארדס - וואס איז עס אויף אידיש?

יחוס און אפשטאם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

אפיציעלע נעמען אין רעקארדס - וואס איז עס אויף אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

ווען מ'זוכט אין אלטע שטאטישע רעקארדס טרעפט מען אסאך מאל נאר די לעגאלע נאמען,
נישט אייביג איז דא א כלל, ווייל אסאך מאל האט די לעגאלע נאמען גארנישט געהאט צוטהן מיט די אידישע/נאמען,
אין אמאל איז דא כינויים וואס קען גיין מיט מער ווי איין נאמען,
אבער בדרך כלל קען מען יא וויסן וואס די לשוה"ק נאמען איז געווען

(אויב איז דא אן אשכול מיוחד לכך - ביטע שמעלצן)

איך האב געטראפן די פאלגענדע נעמען אין אונגארישע דאקומענטן:

זילי (אולי זיסל?)
בעטטי (כמדומה בריינדל)
מארי (אולי מרים?)
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

בעטטי וואלט איך געזאגט איז בתי'
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

זייער נישט קיין כלל, איך האב שוין געזען נוצן 'סאלאמאן' אויף: שלמה, זלמן, שמואל, שלום

ועוד הרבה הרבה, ואין דנין ממקום למקום ומאדם לאדם בזה
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

סתם אזוי ווען מען זוכט די רעקארדס פאר א מענטש וואס האט אפאר נעמען, איז גוט צו זוכן יעדן נאמען עקסטער.
און אויב איז עס א פרוי זאל מען אויך זוכן אלע נעמען מיטן נאמען פון פארן חתונה און באזונדער מיט אלע נעמען מיט די נאמען פון נאכן חתונה.
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

בערנארד איש אפשר יא רוב מאל בער - דוב
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פלאחותיך האט געשריבן:בערנארד איש אפשר יא רוב מאל בער - דוב

שוין געזעהן בערנארד אויף ברוך
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

מיללער האט געשריבן:זייער נישט קיין כלל, איך האב שוין געזען נוצן 'סאלאמאן' אויף: שלמה, זלמן, שמואל, שלום

ועוד הרבה הרבה, ואין דנין ממקום למקום ומאדם לאדם בזה.

דאס איז אויך מיין עקספעריענס. חוץ ביי געציילטע מענערישע נעמען (איגנאץ/אייזעק פאר יצחק, אראן פאר אהרן, אא"וו), איז כמעט נישט פארהאן קיין באשטימטע כלל, סיי אין די אונגארישע מדינות, ווי אויך אין דייטשלאנד אדער אין די אלטע אמעריקאנע רעקארדס. צום ביישפיל, איין זיידע וואס האט געהייסן שלום איז לעגאל פארשריבן אלץ Sandor. ווען נישט איך ווייס זיין ריכטיגע נאמען וואלט מען געמאכט דערפון אן אלכסנדר. אין ביי די נשים איז עס נאך שוואכער.

גראדע, אין די פולישע רעקארדס וואס מען קען טרעפן אויף JRI/דזשואיש דזשען זענען רוב מענטשן רעקארדירט מיט זייערע לשה"ק/אידישע נעמען.
אוועטאר
משיח
שר שלשת אלפים
תגובות: 3306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משיח »

פארשטיי איך אז מ'קען נישט זאגן קיין כללים אין דעם,
אבער אויב איז דא נאך אסמתכות קען מען יא?

צב"ש אין מיין פאל,

א. מיין באבע'ס באבע - א בכורה - האט געהייסן בריינדיל, און איז געווען פארשריבן אלס בעטטי,
איר מוטער'ס מוטער - וועלכע איז אוועק יונג - איז פארשריבן אלס בעטטי,
קען איך זאגן אין דעם פאל אז די באבע איז בריינדיל?

ב. מיין באבעס מאמע הנ"ל האט געהייסן זיסל, זי איז געווען א בת יחידה,
איר עלטער באבע - די נענסטע וואס מ'האט געקענט געבן - איז געווען פארשריבן אלס זילי,
קען איך זאגן אין דעם פאל אז זילי איז זיסל?

[די נעקסטע איז שוין א שוואכע:
ג. זיסל הנ"ל האט געהאט 12 קינדער, רוב דערפון ווייס איך שוין יעצט בס"ד נאך ווען זיי האבן געהייסן,
איין טאכטער האט געהייסן מרים, וואס דערווייל ווייס איל נישט נאך וועם,
זעה איך יעצט אז זיסל טאטע'ס מאמע איז פארשריבן אלס מארי, קלער איך אולי איז מארי = מרים],
Professional bookkeeping for your small business
[email protected] | 347-708-2079
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

מיינע צוויי באבעס זענען געווען שוועסטער
איינע גאלדע GIZELLA
די צווייטע גיטל IDA
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

כבוד הרב משיח אלס אונגארישע נעמען, לפענ"ד איז נישטא קיין שום כלל אויף אונגארישע נעמען, לא מיני' ולא מקצתי', אמאל אמאל וועט זיך מאכן אז 2 מענטשן מיט די זעלבע נעמען וועלן באקומען די זעלבע אונגארישע נעמען...
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

פון מיין עקספיריעס איז ניש דא קיין שום כלל. מיינע זיידעס/באבעס ליסטינגס וואס איך האב געטראפן (עטליכע)ראובן - איז ליסטעד ביים געבורט אלס רודאלף און ביים חתונה ראבערט
אשר - דשאסעף
שלום אליעזר - לאיאש
ישעי׳ - זיגמונד
יושע - סימאן פאר שמעון די זעלבע
אהרן - אדאלף
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

יעדע כלל האט א חוץ אבער דער איבערוויגענדע מערהייט וועט האבן א נאמען וואס הייבט זיך אן מיטן זעלבן אות. ווי לעני לאה, פעפי פערל, סאלי שרה.

ס'איז אויך דא נעמען וואס איז כמעט אייביג די נאמען אדער ממש אייביג.
וי מיקלאש פאר משה. איגנאץ פאר אייזיק. מארקוס פאר מרדכי
נאכדעם, בערנאט איז רוב מאל בער, לעפאלד ליב, אמאל ליפא וכדומה, עמאנועל מענדל.

אלבערט אברהם אדער אהרן וכדומה, דזשינא יושע.
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

Farkaz איז בדרך כלל זאב, וואלף
Heinrich איז בדרך כלל חיים
Peppi איז בדרך כלל פעסיל אדער פערל
Hershko איז בדרך כלל צבי הירש
Sali / Sari איז בדרך כלל שרה
Gizella בדרך כלל גיטל אדער גאלדע
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

פאר גיטל האב איך עטליכע מאל געזען katharina אדער kati .
פייוול frigyes .
חיים Joachim . מער אין דויטשע קולטוריסטישע געגענטער לדוגמא צעהלים שאפראן וויען
וואלף Wilmos .
לאה Leni .
הילל Heinrich . ר׳ הילל קאלאמייער איז אזוי ליסטעד אין גאלאנטא
בילא Boeschke/Betti .
טויבא antoinette/antoine דאס איז א שטיקל חידוש ווייל לא קרוב זה אל זה
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

שרה sarolta
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

בלעטל האט געשריבן:יעדע כלל האט א חוץ אבער דער איבערוויגענדע מערהייט וועט האבן א נאמען וואס הייבט זיך אן מיטן זעלבן אות. ווי לעני לאה, פעפי פערל, סאלי שרה.

ס'איז אויך דא נעמען וואס איז כמעט אייביג די נאמען אדער ממש אייביג.
וי מיקלאש פאר משה. איגנאץ פאר אייזיק. מארקוס פאר מרדכי
נאכדעם, בערנאט איז רוב מאל בער, לעפאלד ליב, אמאל ליפא וכדומה, עמאנועל מענדל.

אלבערט אברהם אדער אהרן וכדומה, דזשינא יושע.

פעפי און אונזער פאל (מערערע פעלער) איז געווען פעסיל.
--
יעצט באמערקט אז מען זאגט עס שוין.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

ישלהוסיף האט געשריבן:Farkaz איז בדרך כלל זאב, וואלף
Heinrich איז בדרך כלל חיים
Peppi איז בדרך כלל פעסיל אדער פערל
Hershko איז בדרך כלל צבי הירש
Sali / Sari איז בדרך כלל שרה
Gizella בדרך כלל גיטל אדער גאלדע

גאלדע איז אראנקע אויף אונגאריש.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

Gevald Geshrigen האט געשריבן:פאר גיטל האב איך עטליכע מאל געזען katharina אדער kati .
פייוול frigyes .
חיים Joachim . מער אין דויטשע קולטוריסטישע געגענטער לדוגמא צעהלים שאפראן וויען
וואלף Wilmos .
לאה Leni .
הילל Heinrich . ר׳ הילל קאלאמייער איז אזוי ליסטעד אין גאלאנטא
בילא Boeschke/Betti .
טויבא antoinette/antoine דאס איז א שטיקל חידוש ווייל לא קרוב זה אל זה

Kati אין אונזער פאל איז געווען קרייסיל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מערי - מרים, מירל
מאריא - מרים
הערמינא - הענא
זיגמאנד - יושע, יחזקאל
מארטין - מרדכי
מארקוס - מרדכי
הענרי - הערש
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

איך האב א רעקארד sijo בן ר' יעקב האפמאן
מיין זיידע איז געווען יהושע בן ר' יעקב האפמאן
די שטאט איז די זעלבע

איז מיין שאלה אויב איז sijo == יהושע ?
ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 1:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביללער »

s אויף אונגאריש איז א שין ימנית
j איז א יו"ד
אלזא, sijo איז ממש שיע
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

ביללער האט געשריבן:s אויף אונגאריש איז א שין ימנית
j איז א יו"ד
אלזא, sijo איז ממש שיע

א דאנק
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

צוויי שוועסטערס בלומא און בריינא
וועלכע איז Blanka וועלכע איז Berta ?
מה ידידות
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה ידידות »

מים חיים האט געשריבן:צוויי שוועסטערס בלומא און בריינא
וועלכע איז Blanka וועלכע איז Berta ?

מיין עקספיריענס האט געוויזן אז Blanka איז בלומא
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

מה ידידות האט געשריבן:
מים חיים האט געשריבן:צוויי שוועסטערס בלומא און בריינא
וועלכע איז Blanka וועלכע איז Berta ?

מיין עקספיריענס האט געוויזן אז Blanka איז בלומא

berta.png
berta.png (19.9 KiB) געזען 1249 מאל

אויב דא שטייט טאקע Berta האב איך א בלומא וואס הייסט Berta (נישט די זעלבע משפחה)

מילא דארף מען וויסן בריינא ווייל בלומא קען זיין ביידע
שרייב תגובה

צוריק צו “משפחה ומשפחה”