וויפיל היימישע אידן האבן איבערגעלעבט דעם קריג?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
וויפיל היימישע אידן האבן איבערגעלעבט דעם קריג?
איז דא ערגעץ א נומער פון היימישע אידן וואס האבן איבערגלעבט דעם קריג? איך רעד היימיש נישט דוקא שטריימל אידן, אבער אידן שומר תורה, ערליכע אידן.
האט איינער אמאל געשריבן איבער דעם? איז דא א שאצונג?
איך טראכט אז עס איז ווארשיינליך פיל ווייניגער ווי מענטשן מיינען אויבן אויף. לכאורה די וועג פון עס שאצן איז מיט א חשבון פון היימשע אידן וואס זענען יעצט דא אין א געוויסע שטאט וואס שטייט שוין זינט די קריג - א שטייגער וויליאמסבורג - און וויפיל ערשטע דור אידן זיי שטאמען פון.
מען דארף נעמען אין חשבון אז צווישן די ערליכע אידן וואס זענען היינט דא, זענען אויך אריינגעמישט א ביישפיל ספרדישע וואס זענען נישט געווען אין קריג, אידן וואס זענען ביי די קריג געווען אין ארץ ישראל אדער אנדערע לענדער ווי ענגלאנד וכדו', און די אידן וואס שטאמען פון די אידן וואס זענען געקומען קיין אמעריקע בעפאר די קריג.

-
- שר האלף
- תגובות: 1817
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
- לאקאציע: הייליגע שטעטל
עם לבבנו האט געשריבן:איז דא ערגעץ א נומער פון היימישע אידן וואס האבן איבערגלעבט דעם קריג? איך רעד היימיש נישט דוקא שטריימל אידן, אבער אידן שומר תורה, ערליכע אידן.
האט איינער אמאל געשריבן איבער דעם? איז דא א שאצונג?
.
לכאורה קען מען נעמען רעקארדס פין די די פי לאגערן למשל פין די ישיבות דארטן , וואלן, כשרות
-
- שר האלף
- תגובות: 1817
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
- לאקאציע: הייליגע שטעטל
כאטש מען מאכט דא א ברייטערע חשבון האב איך האב געמאכט א חשבון פין חסידישע משפחות אין נוי יארק. יעצט איז דא בערך 58.000אויב יעדע 17 יאר דאפלט זיך די צאל אז מען גייט צוריק צו וועיקס קימט אויס אז די חסידישע עולם אין נוי יארק האבן געהאט 68 יאר צוריק 3625 משפחות
- אטעטשמענטס
-
- 20190512_001143.jpg (175.82 KiB) געזען 3825 מאל
לעצט פארראכטן דורך בבל אום זונטאג מאי 12, 2019 12:51 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
בר דעת האט געשריבן:אזא מישמאש, היימיש, חסידיש, שומר תו"מ, שטריימל.
איך מיין אז א גרויס חלק פון די היינטיגע שטריימל אידן וואלטן אנגערופען אונזער עלטער זיידעס נישט היימיש.
(אזוי אויך וואלטן אסאך פון אונזער עלטער זיידעס אנגערופן די היינטיגע האסידיקס נישט קיין שומרי תו"מ)
כ'ווייס נישט פונקטליך פארוואס דו רופסט עס מישמאש. איך האב גאנץ קלאר געשריבן וואס איז מיין. היימיש לאו דוקא שטריימל. דאס נעמט אריין אלע אונזערע זיידעס.
איך קען געבן נאך א מעסטער אז מען וויל דוקא. היימיש מיינט איינער וואס די פרוי האט געשוירן די האר, אדער אינגאנצן 100 פראצענטיג צוגעדעקט. און מען רעדט ארום תש"י, לאמיר זאגן בעפאר איז געועון שוואכער און צומישט. אבער א פרוי וואס אין תש"י האט זיך נאכנישט געשוירן און\אדער אינגאנצן צוגעדעקט די האר איז נישט היימיש.
איך האב נאך א שטיקל מעסטער. א איד וואס ליגט אין איינע פון די היימישע בתי חיים, דאס הייסט די קינדער האבן פארשטאנען אים צולייגן אין אזא בית החיים איז אדער היימיש, אדער איז זיין שטוב היימיש, און דאס רוף איך אויך היימיש. און א היימישע בית החיים - אין קעיס עס קוקט אויס ווי א מישמאש - דאס מיינט אויך פארשטייט זיך ווי וויען - וואו מען דארף אינגאנצן נישט קיין בארד - ביז סאטמאר ק"י וואו מען טאר נישט האבן גערירט די בארד.
עם לבבנו האט געשריבן:בר דעת האט געשריבן:אזא מישמאש, היימיש, חסידיש, שומר תו"מ, שטריימל.

לכאורה קען מען נאר נעמען די נומערן דורך היימישע ביה"ח.
נישט געשוירן תש"י איז נישט היימיש? דו דארפסט זיין גאר אינג אדער ווייניג באהאוונט מיט היסטאריע, צו וועם האט די רבי ז"ל געוויינט וועגן האר אין די כ' יארן? און דאס איז שוין אין סאטמאר, ערגעץ אנדערש איז דער מצב געווען סאך שוואכער
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
נא, פארדעם האב איך געשריבן אדער געשוירן, אדער כאטש צוגעדעקט.
איינער וואס איז נישט געווען צוגעדעקט יענע יארן איז נישט היימיש. און אפילו שפעטער האבן זיי יא צוגעדעקט אדער געשוירן, זענען די שטובער געווענדליך געווארן היימיש, און פארדעם האב איך געלייגט די "בית החיים" סימן.
פארשטייט זיך מען קען נישט וויסן 100 פראצענט, אבער מער ווייניגער איז מען מיט די זאכן געדעקט.

- חושב מחשבות...
- שר האלפיים
- תגובות: 2814
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
- לאקאציע: בין שמים לארץ
חושב מחשבות... האט געשריבן:אגב מיר וואונדערט ווי לאנג ס'וועט נאך נעמען ביז ס'וועט אנגעפילט ווערן די חלל וואס איז אויסגעמעקט געווארן ביים קריג.
איך רעד אין מספר הנפשות
ווען דו וועסט וויסן וויפיל פון די 6 מיליאן קדושים זענען געווען שומרי תורה ומצות, וועסטו קענען וויסן ווען דער חלל איז געווארן אנגעפילט, לא רחוק צו זאגן אז מען האלט שוין כמעט צוריק ביי די נומערן פון שומרי תורה ומצות ווי פאר די קריג, לאמיר בעסער נישט רעדן פון נפשות נומערן וואס איז היינט דא, ס'זאל נישט שאטן קיין עיה"ר
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
- טשאדעלע באדעלע
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9083
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
- לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.
זייער אסאך, אייגענטליך, טויזענטער וואס זענען געווען שומרי תו״מ ביפארן קריג האבן טאקע איבערגעלעבט, ז׳זענען אבער ליידער פארקראכן. יענע ציפער שטייגט מעגליך איבער די ס״ה פליטים וואס זענען יא געבליבן שומרי תו״מ.
כ׳רעד יעצט נישט פון אידישע נפשות וואס זענען געבליבן פארקראכן. כ׳רעד דייקא פון שומרי תו״מ, און אפילו פרימע.

רשעות קאלטע סעלצער
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35246
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- קיקיון
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15938
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
- לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא
עם לבבנו האט געשריבן:..............
איך קען געבן נאך א מעסטער אז מען וויל דוקא. היימיש מיינט איינער וואס די פרוי האט געשוירן די האר, אדער אינגאנצן 100 פראצענטיג צוגעדעקט. און מען רעדט ארום תש"י, לאמיר זאגן בעפאר איז געועון שוואכער און צומישט. אבער א פרוי וואס אין תש"י האט זיך נאכנישט געשוירן און\אדער אינגאנצן צוגעדעקט די האר איז נישט היימיש. ...............
איך בין מגודל געווארען אין באבוב אין קראון הייטס
אין תש"כ איז נאך געווען היפש א פאר מאמעס וואס האבען זיך כמעט אינגאנען צוגעדעקט
אינזערס א שכינה האט אנגעטען א שייטעל ווען איר זון וועלכער איז בר מצוה געווארען אין תש"כ האט אנגעטון א בעקישע
איר מאן האט זיך געלאזט וואקסען די בארד אנגעטון א בעקישע און צי די חתונה פון זון א שטריימעל און אירע אייניקלעך טראגען ווייסע זאקען
-------
פארוואס האט באבובער רב זי"ע נישט אנטערגעשריבען דעם איסור אויף טעלעווישזען?
- צו געזונט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7052
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
- לאקאציע: חשש גילוי
לויט ווי איך געדענק, האט באבוב'ער רב זצ"ל געהאלטן אז די קינדער וועלן עס ארויספירן פונדערהיים
אער צוריק צו דעם ענין איבער איבערלעבער. דאר איינצעלנע שטעט וואס האבען געהייסן פרום, און אויך נישט אלע זיינען דארט געווען פרום. א שטייגער ווארשא, וואס איז איז געווען א ריזיגע פעסטונג פון פוילישע חסידים, אזש, אפילו גור איז דארט געווען פלאצירט, און אויב געדענק איך, איז דער רבי אויך דארט געווען. אבער פיל מער זיינען געווען אסימילירט.
דייטשלאנד, די פעסטונג פון אסימילאציע האט געהאט טויזענטער גאר ערליכע אידען, אבער נאך מער נישט ערליכע אידען, און אזוי רומעניען און אנדערע לענדער.
לאמיר נעמען "סאטמאר" די עיר ואם בישראל... וואס דער רבי ז"ל האט דארט געבעטן מען זאל זיך צודעקן די האר...
דא אין אמעריקא איז געווען די זעלבע זאך. וויפיל די וואס זיינען געווען פון סאטמאר און ליגען אין ניו דזשערזי אדער לאנג איילענד, אין די סאטמארע חלקה האבען געהאט ביי-האר? א היבש ביסל, און מען קאן דאס קאנפוירמן ביי די "עלטערע" מלאדזשעס.
אלזא, בארד, ביי-האר, שטריימל, אפילו קאפעליוטש, איז נישט קיין פאקטאר אין וויסען איבער היימישע איבערלעבער, און זיכער נישט בימים ההם

לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.

קיקיון האט געשריבן:איך בין מגודל געווארען אין באבוב אין קראון הייטס
אין תש"כ איז נאך געווען היפש א פאר מאמעס וואס האבען זיך כמעט אינגאנען צוגעדעקט
אינזערס א שכינה האט אנגעטען א שייטעל ווען איר זון וועלכער איז בר מצוה געווארען אין תש"כ האט אנגעטון א בעקישע
איר מאן האט זיך געלאזט וואקסען די בארד אנגעטון א בעקישע און צי די חתונה פון זון א שטריימעל און אירע אייניקלעך טראגען ווייסע זאקען
-------
פארוואס האט באבובער רב זי"ע נישט אנטערגעשריבען דעם איסור אויף טעלעווישזען?
צו געזונט האט געשריבן:........
דייטשלאנד, די פעסטונג פון אסימילאציע האט געהאט טויזענטער גאר ערליכע אידען, אבער נאך מער נישט ערליכע אידען, און אזוי רומעניען און אנדערע לענדער.
לאמיר נעמען "סאטמאר" די עיר ואם בישראל... וואס דער רבי ז"ל האט דארט געבעטן מען זאל זיך צודעקן די האר...
דא אין אמעריקא איז געווען די זעלבע זאך. וויפיל די וואס זיינען געווען פון סאטמאר און ליגען אין ניו דזשערזי אדער לאנג איילענד, אין די סאטמארע חלקה האבען געהאט ביי-האר? א היבש ביסל, און מען קאן דאס קאנפוירמן ביי די "עלטערע" מלאדזשעס.
אלזא, בארד, ביי-האר, שטריימל, אפילו קאפעליוטש, איז נישט קיין פאקטאר אין וויסען איבער היימישע איבערלעבער, און זיכער נישט בימים ההם
וויפיל פון זיי ליגן נישט אין א היימישע בית החיים? לאנג איילענד און ניו דזשורזי איז ביי מיר פארעכענט ווי א היימישע בית החיים. און ווי פריער געזאגט, דאס איז די סיבה פארוואס איך האב געלייגט אויך די "ביה"ח" סימן.
- שטאלצער יוד
- שר האלפיים
- תגובות: 2438
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm
איים סארי, עם לבבנו. לאז דיך ארויס פון דעם ענין. ווי דו זעהסט פארציילן די זקנים דא עפעס וואס די יוונגע דור וועט קיינמאל נישט פארשטיין. אסאאאאך גאר גאר היימישע חסידישע זקנים וואס ליגן אויף שיינע ערטער אין די היימישע בתי חיים, וואלטן לויט דיינע סטאנדארטן קיינמאל נישט באהאנדעלט געווארן אלץ היימיש. ודי בזה.
שטאלצער יוד האט געשריבן:איים סארי, עם לבבנו. לאז דיך ארויס פון דעם ענין. ווי דו זעהסט פארציילן די זקנים דא עפעס וואס די יוונגע דור וועט קיינמאל נישט פארשטיין. אסאאאאך גאר גאר היימישע חסידישע זקנים וואס ליגן אויף שיינע ערטער אין די היימישע בתי חיים, וואלטן לויט דיינע סטאנדארטן קיינמאל נישט באהאנדעלט געווארן אלץ היימיש. ודי בזה.
דיין מיינונג איז נאטירט.
נאר כדאי שלא יאמרו, איך האב נישט געשטעלט קיין סטאנדארטן. פארקערט, איך האב דאך געזאגט אז איינער וואס ליגט אין א היימישע בית החיים איז ביי מיר גערעכענט ווי היימיש אפגעזעהן פון וויאזוי ער האט אויסגעזעהן אין סיי וועלכע יאר.
און אגב - איז דאס גייט פאר אלעמען דא - איז טאקע נישטא קיינער וואס קען אריינרעדן היסטאריש אין די פראגע, נאר זיך שטעלן נאכאמאל און נאכאמאל אויף זייטיגע נקודות, און איבערזאגן נאכאמאל און נאכאמאל זאכן וואס מאכט אויסקוקן ווי מען האט אפילו נישט געליינט וואס איז שוין געשריבן געווארן?
כדי שלא להשאיר הנייר חלק, איז א גראדער תירץ אויף דיין פראגע נישטא.
ליידער איז דאס עפעס וואס קיינעם איז נישט אפילו בייגעפאלן אפצוציילן וויפיל אידן זענען אנגעקומען אין ''יעדן'' ארט ווי אידן האבן געגרייכט איז טאקע נישטא קיין גענויעם ציפער.
די אידן זענען געווען פארנומען אויב - זיי און - זיייערע קרובים האבן איבער געלעבט. ווי אזוי זיי וועלן לעבן מארגען און איבערמארגן... היינט ווען מיר זיצן על סיר הבשר און לעבן זאט און צעפרידן קען מען זיך נעמען אויף דעם נושא. אבער נישט צו ערווארטן א קלארן סך הכל.

- תגובות: 12993
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת
א גוטע פאר טויזענט היימישע משפחות איז זיכער געווען אין שנת תשט"ו, (צווישען תש"ה און תשט"ו האבען זיך נאך א טייל געוואקעלט), אבער וויפיל ס'איז געווען איז שווער צו שאצען ווייל זיי זענען געווען צוזייט און צושפרייט איבער די גאנצע וועלט, און נאר א סטאדי פון די נומערען אין יעדען מדינה קען אונז ברענגען צו עפעס א ריאליסטישען נומער. כ'האב קיינמאל נישט געציילט און בין נאך נישט גרייט צו געסען די ריכטיגע נומערען.
פון וויסען וויפיל שטריימליך ס'געווען אין תש"ך ווייסען מיר נאך גארנישט. אבער פון וויסען וויפיל "בלעק-העטערס" ס'געווען דעמאלט, גיבט עס שוין יא אונז עפעס נומערען מיט וואס מען קען ארבעטען. (ס'וויכטיג צו וויסען אז אין לענדער און שטעט ווי עס זענען נישט געווען רבי'ס און א סאך היימישע אידען, זענען אבער דארטען געווען "בלוי-היטען" אידען וואס זענען היינט היימישע און האבען הערליכע דורות)
כ'מיין מען דארף פראבירען מיט אלע מעסטערס (ווי אויך וויפיל ליגען אין היימישע בתי חיים וכו') צו קומען צו עפעס א ריכטיגען ציפער.
מצד אחד איז לויט וויפיל היימישע אידען עס זענען היינט דא קע"ה כ"י, קען זיך דאכטען אז ס'געווען א סאך מער היימישע משפחות, אבער לאידך גיסא איז יעדער ראש משפחה פון א היימישע משפחה געווען אן אקטיווע מיטגליד און דאס אויפבוי פון יהדות החרדית, און איין מענטש האט געטוהן (און געטראגען) ווי ער וואלט געווען עטליכע.

עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
- קיקיון
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15938
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
- לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא
א שטיקעלע בילד ווי אזוי דער עולם האט אויסגעזעהן אין תש"כ- תשכ"א
צווי בחורלעך האחים זילבער דעם פריימאנער רב זצ"ל 'ס קינדער
האבען געמאכט א מהפכה אין סאמערער חדר אין קראון הייטס
ןןען זיי האבען מגלה געווען אז איטליכע פון זייערע חברים לערנען היי סקול אויף די פאסט
דורך AMERICAN SCHOOL FOR CORRESPONDENCE

לעצט פארראכטן דורך קיקיון אום דינסטאג מאי 28, 2019 8:53 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
SPUSMN האט געשריבן:......
מצד אחד איז לויט וויפיל היימישע אידען עס זענען היינט דא קע"ה כ"י, קען זיך דאכטען אז ס'געווען א סאך מער היימישע משפחות, אבער לאידך גיסא איז יעדער ראש משפחה פון א היימישע משפחה געווען אן אקטיווע מיטגליד און דאס אויפבוי פון יהדות החרדית, און איין מענטש האט געטוהן (און געטראגען) ווי ער וואלט געווען עטליכע.
דעיס איז מיין עיקר פונקט. עס קען זיך דאכטן אז מען רעדט פיל מער ווי עס איז געווען.
כ'טראכט איין זאך. וויפיל איז די דורכשניט פון א פאמיליע אין די ערשטע דור נאך די קריג? טאטע מאמע און? פינף קינדער? זעקס קינדער? וויפיל איז די דורכשניט? און וויפיל איז די דורכשניט היינט?
אויב קען מען האבן א דורכשניט - כ'גלייב אז אין די "אנשי שלומינו" ליסטע קען מען זעהן די דורכשניט - קען מען וויסן לויט וויפיל היימישע משפחת עס איז דא היינט, עס צוטיילן לויט די פראצענט.
א ביישפיל, אויב איז די דורכשניט פינף.
לאמיר זאגן עס איז דא היינט אין די פאראייניגטע שטאטן 200,000 היימישע משפחות - א ביישפיל - דארף מען דאס צוטיילן אין פינף. ווייל יעדע פינף פאמיליעס האט געהאט איין טאטע. קומט אויס אז עס זענען געווען ארום 40,000 היימישע אידן - טאטעס - וואס האבן איבערגעלעבט.
מי יודע האט געשריבן:חושב מחשבות... האט געשריבן:אגב מיר וואונדערט ווי לאנג ס'וועט נאך נעמען ביז ס'וועט אנגעפילט ווערן די חלל וואס איז אויסגעמעקט געווארן ביים קריג.
איך רעד אין מספר הנפשות
ווען דו וועסט וויסן וויפיל פון די 6 מיליאן קדושים זענען געווען שומרי תורה ומצות, וועסטו קענען וויסן ווען דער חלל איז געווארן אנגעפילט, לא רחוק צו זאגן אז מען האלט שוין כמעט צוריק ביי די נומערן פון שומרי תורה ומצות ווי פאר די קריג, לאמיר בעסער נישט רעדן פון נפשות נומערן וואס איז היינט דא, ס'זאל נישט שאטן קיין עיה"ר
אין פוילן אליינס נאר אין די דריי גרויסע שטעט זענען געווען איבער מיליאן אידן, ווארשע א האלב מיליאן, לאזדש איבער א פערטל מיליאן אידן, קראקא צוויי הונדערט טויזענט, וואס רובא דרובא זענען געווען פון אידן וואס זייערע זיידעס זענען געווען פולע שות"ומ, ( א גרויס חלק פון די ירידה זענען געווארן צווישן די צוויי וועלט קריגן)
אונגערן האט מען פארגאזט א מיליאן קדושים, און נאך און נאך הי"ד
היינט האלטן מיר דערווייל נאכנישט, צווישן אמעריקע, יורופ, א"י, ביי א מיליאן אידן שות"ומ למיניהם.
און אז מרעכנט אריין אלע מינע סארט אידן איז עס נאך אויך ווייט פון זעקס מיליאן. (רוב פרייע אין א"י זענען נישט אפשטאמיג1ע פון יורופ, נאר פון ארצות הספרדים)
'ומאתים לנוטרים את פריו'