דאס שטעטעלע 'אלקעניק'

היסטאריע פון שטעט און ערטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

דאס שטעטעלע 'אלקעניק'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

בילד

פופציג קילאמעטער פון די שטאט ווילנע - אינעם ווילנע גובערניע, געפינט זיך דאס אור-אלטע שטעטעל 'אלקעניק'. פון די עלטסטע אידישע שטעטלעך אין ליטא. אויפ'ן אלטן ביה"ח איז דא מציבות פון די ש"ן יארן.

ווי די שטייגער פון פיל אייראפעישע שטעטלעך וואו עס האבן זיך געטוישט אירע גרענעצן און שפראכן צוליב פילע שלאכטן, פארמאגט זי אויך פיל ענליכע נעמען ווי מען רופט איהר, געוואנדן אין איהר צייט אין היסטאריע אדער אין שפראך, אזוי ווי אולקעניק; אולקניקי, וואלקעניקאי און נאך, אבער איז צום לעצט אנגערופן אין אידיש 'אלקעניק'.

אלקעניק, א ריכטיגע שיין אידיש שטעטעלע אין ליטא מיט איהר דארפ'ישן חן. א הייליגע אידישע קהילה פון וואו מערסטנס זענען שפעטער געווען פון די ערשטע תלמידים צו פארן צו די היסטארישע 'נאווהארדאק'ער ישיבה'. א שטעטעלע מיט א זאמד'יגע באדן ארומגענומען מיט וועלדער פון סאָסנע ביימער, גערטנער און גרינע פעלדער.

דורכן שטעטל פליסט אריבער די ריינע שטילע מערעטשאנקע (merkys - Mereczanka) טייך וואס איז שטארק באליבט ביי די איינוואוינער, אפילו אינעם הייסן זוממער גיבט די טייך ארויס פיינע קלארע קאלטע וואסער צוליב איהר אונטערערדישע קוועלער וואס פליסן פון אונטער איהר. ווי קליין און נישטיג זי בליקט ארויס פונעם וועלט מאפע אין ליטא, האט אבער אויף איר באדן באטראטן פיל היסטארישע און מאכטפולע פערזענלעכקייטן.

Olkenik Student at the Mertchenke 1923.jpg
Olkenik Student at the Mertchenke 1923.jpg (30.38 KiB) געזען 3654 מאל

א דערפל טאקע קליינטשיג, אבער פיל לעגענדעס און אייגנארטיגע געשיכטעס ווערן דערציילט איבער איהר. די זקנים אין אלקעניק פלעגן דערציילן אז איינמאל איז דער לעצטער ווילנע רב 'ר' שמואל (בעל הדרת זקנים. כ"י)' א זוהן פונעם גאון 'ר' אביגדור חריף' געגאנגען שפאצירן אין אלקעניק מיטן הייליגען ווילנער גאון ר' אליהו זצ"ל. קומענדיג אויפן בריק פון דער מערעטשאנקע טייך רופט זיך אן דער גאון צום רב ר' שמואל, "אלע פיש כמעט האב איך שוין געזעהן, נאר איין פיש, דער לאַקס פיש האב איך נאכנישט געזעהן". ווי דער גאון האט דאס ארויסגעזאגט איז א לאַקס פיש גלייך ארויפגעשוואומען אויף דער אויבערפלאך. דער גאון האט איהר גוט באטראכט און באלד דערנאך פארשוואונדן צוריק אין טייך אריין.

ביז פאר די צווייטע וועלט קריג איז נאך געווען באקאנט אז אינעם אלטן אלקעניק'ער פנקס איז פארשריבן עטליכע תקנות וואס דער רב ר' שמואל האט פארשריבן און אונטערגעשריבן מיט זיין האנט שריפט פון שנת תקמ"א.

איינע פון די תקנות זענען געווען אז ווען איינער לאזט זיך אויפנייען א נייעם 'בגד', מוז ער געבן א פראצענט פון די קאָסטן פאר'ן קהילה'שן גמ"ח וואס מען האט די געלט גענוצט אויף צו דינגען מלמדים פאר ארימע קינדער. עס איז געווען א חרם אויפ'ן שניידער אז ער טאר נישט ארויסגעבן דעם 'בגד' ביז דער אייגענטומער צאלט נישט איין דאס געלט.

רבי שמואל סאלאנט זצ"ל דער אב"ד אין ירושלים איז געבוירן געווארן תקע"ו אין אלקעניק צו זיין פאטער רבי צבי הירש וואס איז דאן געווען רב פון די שטעטלעך ארום. אלץ קליין קינד האט מען איהם שוין דאן גערופן אין דערפל "דער יונגער עילוי".

אין זוממער תרפ"ג האט דער חזו"א געוויילט אין אלקעניק אויף אפרוה אינאיינעם מיט הג"ר חיים עוזר גראדזאנסקי. דער חזון איש האט דארט געלערנט מיט א בחורל 'שלמה כהן' אַן אייניקל פונעם 'חשק שלמה'. אויך האט דער חזו"א געלערנט מיט א בחור'ל חיים גראדע אן אלקעניק'ער געבוירענער. דער חזו"א האט געלערנט מיט נאך עטליכע בחורים אין די ווילנע אומגעגנט ביז ער איז ארויף קיין ארץ ישראל.

די חדר אלקעניק
די חדר אלקעניק
1743476_1551971001710528_5461761404831512669_n.jpg (52.24 KiB) געזען 3654 מאל

Valkininkai water carrier .jpg
Valkininkai water carrier .jpg (11.59 KiB) געזען 3654 מאל
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

די היסטארישע שוהל אין אלקעניק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

8658_b1266187492.jpg
8658_b1266187492.jpg (58.14 KiB) געזען 3647 מאל

אריינקומענדיג אין דארף אויף 'רוסן גאס' (Rusų gatvėje), (שפעטער Dzūkų gatvėje) איז ביזן לעצטן קריג געשטאנען אויף א בערגל די היסטארישע שוהל וואס איז געווען א זעלטענהייט מיט איר אינערליכע געבוי און שיינקייט און איז געווען די ליבלינג פונעם שטעטל. יעדע חופה איז געווען געשטעלט ביים אריינגאנג פונעם שוהל. יעדע פרייליכע אדער טרויעריגע פארזאמלונג האט מען אפגערעכט אויף דעם פלאץ. יעדע אלקעניק'ער דערציילדיג איבער זיין וואוינארט 'אלקעניק' פלעגט באזונדער שילדערן מיט נאסטאלגיע און באגייסטערונג איבער זייער'ס 'אלקעניק'ע בית הכנסת'.

Well at valkininkai Synagogue 1935.jpg
Well at valkininkai Synagogue 1935.jpg (89.82 KiB) געזען 3647 מאל

די שוהל איז געבויט געווארן נאך וואס א פייער האט פארברענט די אלטע שוהל אין דארף. די נייע שוהל איז געבויט געווארן אויפן זעלבן ארט מיטן הילף פון דעם אלטן פריץ 'גראַנאָווסקי'. אינעם אויבנדערמאנטן פנקס איז געווען א דאקומענט וואו עס איז פארשריבן אן אסיפה וואו מען האט באויפטראגט יעדן דארפסמאן צו באצאלן א געוויסע סכום צו אויפבויען די נייע שוהל. די שוהל איז פארענדיגט געווארן אין שנת תקס"ב.

דער אלטער פריץ גראנאווסקי איז געווען שטאלץ צו האבן אין זיין געגנט א שוהל. ער פלעגט זיך ארומדרייען אין די גאסן פונעם דארף אין צייט וואס מען האט געדארפט זיין אין שוהל און מיט זיין שטעקן געטריבן די אידן וואס האבן פארוויילט אויף די געסלעך און ביי די קראמען.

פאר דעם פריץ גראנאווסקי האט זיך פארגלוסט צו האבן א בילד פון זיך אנגעהאנגען אויף די וואנט פונעם שוהל. די ראשי קהילה האבן שטילערהייט פראטעסטירט. כדי צו באפרידיגן דעם פריץ האט ר' מרדכי, דער אנפירער פון די געבויעריי, אויסגעמאלן אויפן דאך פונעם שוהל דעם פריצ'נס פאלאץ.

דער ר' מרדכי ב"ר גרשון איז געווען אן אלטער איד. ער האט געמאכט טייל פון די קונסט ווערק און אריינגעקריצט זיין נאמען אין די מייסטערישע האנט געשניצטע דאך אויפ'ן סופיט, "מעשה ידי להתפאר... אני ר' מרדכי בר' גרשון".

דער הויכע דאַך איז געווען פארענדיגט מיט א אַכטקאנטיגער גאַלעריע און אונטערגעשפארט מיט פיר הילצערנע פירקאנטיגע זוילן. די נידעריגע טייל פון די זוילן זענען געווען פארשריבן מיט פארשידענע תפילות. אויף דער מערב וואַנט רעכטס פון די טיר זענען געווען אנגעמאָלן די 'דרייצן אני מאמין'ס'. אויף די לינקע זייט פונעם טיר איז געווען א שווארצע פלעק אלס זכר לחורבן מיט די אויפשריפט "המקום ינחם אתכם..."
. .jpg
. .jpg (342.34 KiB) געזען 3647 מאל
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

8658_b1260191798.jpg
8658_b1260191798.jpg (40.74 KiB) געזען 3619 מאל

דער ארון קודש האט פארנומען די גאנצע הויכקייט פונעם מזרח וואנט ביזן דאַך און צונויפגעשטעלט פון העלגעשניצטע האלץ. עס האט געמאכט אן אויסערגעווענליכע איינדרוק, מיט שיינע געבויגענע ליניעס און ארנאמענטן. די געשניצטע זוילן מיט די פלאכע פליגלען זענען געווען צונויפגעשטעלט פון געפלאכטענע געוויקסן און פארשידענע בעלי-חיים, נאטורליכע און מיטאלאגישע. די מערהייט באאיינפלוסט פון תנ"ך און ספרי קבלה, ווי לייבן; הערשן, באראנעס, אדלערס, האלבע לייבן, פיש, לייבן מיט פליגלען. צוויי טויבן ווי כרובים און אנדערע סארט.

8658_b1266949138.jpg
8658_b1266949138.jpg (62.6 KiB) געזען 3619 מאל

אינמיטן דער ארון הקודש איז געווען א שניצונג פונעם לויתן פיש וועלכע האלט דעם וויידל אין מויל. (ווארשיינלעך לפי דברי חז"ל. אין ב"ב דף עד ע"ב, אויף די ווארט 'עקלתון' טייטשט רש"י: "לויתן נקבה שמקיף את כל העולם". אין ישועהו כז פסוק א, טייטשט דער מלבי"ם: "נחש ודג הארוך כ"כ עד שמקיף כל העולם ומעקל את עצמו סביב הכדור". און ווי עס שטייט אין זוהר דף קעט: "זנביה בפומיה").

דער אויבערשטער טייל פון ארון הקודש איז די שניצונג געווען צוטיילט אויף דריי טיילן וועלכע האט סימבאליזירט די דריי כתרים. 'כתר תורה' מיט די עשרת הדברות. 'כתר כהונה' מיט די ידי הכוהנים. פאר 'כתר מלכות' איז געווען א קרוין אויף די קעפ פון צוויי אדלער. דער אָדלער האט געהאלטן אין איין פוס א שופר און אין די צווייטע פוס א לולב. אויפן אָדלער איז געווען אנגעשריבן "שויתי ד' לנגדי תמיד". צווישן די כתר תורה און כתר כהונה איז געווען א צוועלפקאנטיגע פיראמיד מיט די צוועלף שבטים.

, .jpg
, .jpg (134.56 KiB) געזען 3619 מאל

אין די טויערן פון ארון הקודש, און אויף די זייטיגע זוילן וואס האבן געהייסן 'יכין' און 'בועז' אלס זכר צו די זוילן אין בית המקדש, איז געווען א מייסטערישער לוח זייגער פאר מולדות און מועדים וועלעכע האבן זיך פאכמאניש באוועגט מיט א ספעציעלע מעכאניזם. דער לוח איז געווען פאראויס אויסגערעכנט אויף 448 יאהר, פון שנת תקנ"ח פון ווען עס איז געווארן קאנסטרואירט ביז זעקס יאהר אינעם אלף השביעי.

איבער די זוילן איז אויסגעשריבן "זאת נדב הנגיד... יוסף בר' יהודא... וזוגתו דבורה בר' יקותיא-ל מלייפון". 'לייפון' איז געווען א אידישע קאלאניע 9 קילאמעטער פון אלקעניק.
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

rps20190513_142454.jpg
rps20190513_142454.jpg (108.36 KiB) געזען 3610 מאל

20190108_181146.png
20190108_181146.png (136.88 KiB) געזען 3610 מאל

כתבת האומן שבנה את ארון הקודש .jpg
כתבת האומן שבנה את ארון הקודש .jpg (286.72 KiB) געזען 3610 מאל
אוועטאר
ירום הודו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2018 8:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירום הודו »

יישר כחכם. זייער שיין באשריבן.
(די ארון הקודש דערמאנט מיר פון די ארה"ק אין בית כנסת האר"י אין צפת)
ברוך שחלק מחכמתו ליראיו
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

די בימה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

747D5DB1-FAD0-42DA-A682-56FE9FF6A313.jpg
747D5DB1-FAD0-42DA-A682-56FE9FF6A313.jpg (85.07 KiB) געזען 3604 מאל

די בימה איז געווען הערליך באפוצט, געבויט אין א אכט קאנטיגע פארום מיט אכט שיין געשניצטע זוילן וואס האלטן אונטער דעם אויבערשטן טייל וואס זעהט אויס ווי א חופה. עס איז געווען באהאנגען מיט פארשידענע קרענץ בלעטער, בלומען און פרוכטן. אויף דערהויעך אויפן שפיץ איז געשטאנען א אָדלער מיט אויסגעשפרייטע פליגלען מיט א קרוין אויף איהר קאפ.

אויף דעם בימה פלעגט מען אויסרופן אלע שטעטעל'ישע מעלדונגען און וויכטיגע אינפארמאציע ווי אויך איבער זאכן וואס האבן געברויכט א תיקון זיך צו פארבעסערן אינעם דארף.

8658_b1266949118.jpg
8658_b1266949118.jpg (59.07 KiB) געזען 3604 מאל

8658_b1266747308.jpg
8658_b1266747308.jpg (89.64 KiB) געזען 3604 מאל
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

10845734_600761853359210_8778851378218781622_o.jpg
10845734_600761853359210_8778851378218781622_o.jpg (300.09 KiB) געזען 3597 מאל
8658_b1266747289.jpg
8658_b1266747289.jpg (66.07 KiB) געזען 3585 מאל

Olkenik synagogue drawing.jpg
Olkenik synagogue drawing.jpg (148.26 KiB) געזען 3585 מאל
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

כסא של אליהו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

ביים אריינגאנג פונעם שוהל איז געווען אן אלטער 'כסא של אליהו'. דערנעבן צוויי זאמד טישן אין וועלעכן עס איז ביזן לעצטן טאג געווען באהאלטן די 'ערלות' פון ברית'ן. ראש השנה און יום כיפור פלעגט מען אריינשטעלן אין די זאמד גרויסע יארצייט-ליכט.

כסא של אליהו וכיור נחושת, על הקיר 'אני מאמין' .jpg
כסא של אליהו וכיור נחושת, על הקיר 'אני מאמין' .jpg (85.16 KiB) געזען 3580 מאל

שלחן ערלות - מילה טיש.jpg
שלחן ערלות - מילה טיש.jpg (68.33 KiB) געזען 3580 מאל


די בילדער און צייכענונגען פונעם ביהכ"נ זענען פארהאן א דאנק א פוילישער איד 'שמעון זייטשיק' הי"ד (Szymon Zajczyk) וואס איז ארומגעפארן איבער די שטעטעלעך פאר'ן קריג צו דאקומענטירן און פאטאגראפירן און צומאל אויסמאלן די אלטע היסטארישע הילצערנע שוהל געביידעס איבער פוילן. א טייל פון זיינע בילדער און באשרייבונגען זענען פארלוירן געגאנגען אינעם ווארשע'ווער געטא.

תכנית בית הכנסת .jpg
תכנית בית הכנסת .jpg (93.44 KiB) געזען 3580 מאל
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

הרב ר' אבא יוסף ב"ר עוזר הכהן טרייוואש ז"ל - א מחלוקה אין דערפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

הרב ר' אבא יוסף ב"ר עוזר הכהן טרייוואש ז"ל פון 'וויליקע' איז געווען א שטיק צייט אב"ד אין אלקעניק. ער איז געווען א גרויסע תלמיד חכם און בעל מידות א גרויסע מקובל און א ספרא רבא. א שלשלת היוחסין וואס האט זיך געצויגן ביז רש"י הקדוש פון וואו די משפחה נאמען שטאמט פון די שטאט טרויש (טרואה) וואו רש"י האט געוואוינט. ער איז געווען א ברודער פון דעם וויליקער רב ר' הלל דוד הכהן טרייוואש ז"ל.

הרב ר' אבא יוסף האט מחבר געווען ספר 'חבל יוסף' און איז געווען דער עורך פונעם ספר 'תכלת מרדכי', א חיבר אויף גאונות וחריפות אין ש"ס און פוסקים פונעם ראש ישיבה אין ווילנע, הגאון ר' מרדכי קלעצקי (מעלצער), (איינע פון די ערשטע מסכימים אויפ'ן משנה ברורה) וואו הר"ר אבא יוסף שרייבט הערות אויפ'ן ספר מיטן נאמען 'רמוני תכלת'.

מאמר הספד על ר' בצלאל הכהן אח בעל חשק שלמה תרלח .jpg
מאמר הספד על ר' בצלאל הכהן אח בעל חשק שלמה תרלח .jpg (270.9 KiB) געזען 3571 מאל

תכלת מרדכי .jpg
תכלת מרדכי .jpg (24.13 KiB) געזען 3571 מאל

הר"ר אבא יוסף האט שפעטער פארלאזט די רבנות אין אלקעניק נאכדעם וואס ער איז געווען פארמישט אין א שטורעמישע מחלוקה צווישן די עמי הארצים און די לומדים פון שטעטל וואס האט זיך אנגעהויבן איבער די כשרות פון פעטענס. די מחלוקה האט זיך נאך מער צופלאקערט נאך וואס א געוועזענער איינוואוינער פון אלקעניק 'אברהם צוקערמאן' האט דאס באשריבן קיין וויען פאר'ן רעדאקטאר פונעם מסכיל'שן בלאט 'השחר' מיטן קעפל 'זבחי מתים' שפעטער אין אן אנדערע באשרייבונג האט ער דאס געקעפלט 'זבחי ריב', מיט שפאטישע מליצות ווי 'נקיק אויל' נאך די נאמען פונעם שטעטל 'אלקעניק'. די מחלוקה האט גערודערט כמעט אין אלע שטעט ארום ווילנע מיט אירע גאונים פאר עטליכע יאהר ווי ערציילט אין די פאלגענדע געשיכטע.

אין איינע פון די טעג בערך אין תרל"א איז אין שטעטל פארגעקומען די יערליכע גרויסע סעודה לטובת די חברה קדישא ארגאניזאציע אין שטעטל וואו עס האט זיך באטייליגט דער רב מיט פיל מענטשן פון שטעטל, רייכע מיט ארימע, תלמידי חכמים און עמי הארצים צוגלייך.

ביים צוגרייטן די סעודה מיט אירע מטעמים האט מען זיך דערזעהן אז עס איז נישט דא גענוג פעטענס צו צוגרייטן די עסן פאר די סעודה, ספעציעל פאר די קוגל. מען האט אין איילעניש געשיקט א רייטער קיין ווילנע א ווייטקייט פון פופציג קילאמעטער פון אלקעניק וואס האט געברענגט די נויטיגע פעטענס צו קענען צוגרייטן די עסן פאר די סעודה.

אינמיטן די סעודה האט זיך געשאפן א רודעריי נאך וואס איינער האט געמאכט א שפעקולאציע אז דער רייטער האט זיך אזוי געיאגט צו ברענגען די פעטענס, אז עס איז מעגליך אז מען האט נישט געזאלצן די פעטענס און אלע עסן ביי די סעודה איז נישט כשר. דער שליח קיין ווילנע וואס איז נישט געווען איינגעלאדענט ביי די סעודה האט זיך דערווייל געלייגט שלאפן און מען האט איהם נישט געקענט אנפרעגן אויף די ווארהייט פון די פארדאכט.

עס זענען אויך געזעצן עמי הארצים ביי די סעודה וואס האבן פארפירט אז די לומדים מאכן בלויז אָן אַן איבערקערעניש כדי זיי זאלן נישט קענען געניסן פון די געשמאקע געבעקס. דער רב הר"ר אבא יוסף טרייוואש איז אויך געזעצן ביי די סעודה און האט גע'פסק'נט אז מען קען רואיג עסן און די פעטענס איז כשר אָן קיין שאלה און דערביי געשניטן א שטיקל קוגל פאר זיך צו ווייזן אז עס איז נישט דא וואס חושד צו זיין.

אויף צומארגנס איז געווארן פארשפרייט אין נאמען פונעם שליח אז מען האט טאקע נישט געזאלצן די פעטענס אין ווילנע. די מתנגדים פונעם רב האבן אנגעהעצט יעדעם אז דער רב האט דא געגעסן און מאכל געווען טריפות דעם גאנצן עולם.

ווי א פונק אויף טרוקענע דערנער אין א הייסע מדבר האט זיך די קלאַנגן פארשפרייט אינעם גאנצן דארף. ווי עס ווערט פארציילט דורך די עלטערע אין אלקעניק וואס האבן געדענקט די פלאמעדיגע מחלוקת האבן די רב'ס קעגנער געקאכט ווי א קעסל און איהם אנגעמאכט געפערליכע רדיפות. זיי האבן געשטעלט א צווייטן אלס רב אין שטעטל. עס איז געקומען דערצו אז ווען דער נייער רב האט געמאכט סידור קדושין האט דער רב הר"ר אבא יוסף דאס גע'פסל'ט און האט איבער געמאכט די קדושין.

עס ווערט דערציילט אז איינע פון די מתנגדים איז געלאפן אין שוהל און געוואלט שלאָגן דעם רב. אינמיטן וועג איז ער אראָפגעפאַלן און זיך צובראכן א פוס און געבליבן א קאליקע זיין גאנץ לעבן.

אנדערע האבן דערציילט אז איינע פון דעם רב'ס שונאים איז איינמאל אריינגעקומען אין שוהל אינמיטן דאווענען בשעת דער רב איז געשטאנען ביים עמוד אין טאג ווען ער האט געהאט יארצייט און געשריגן אז יעדער זאל פארלאזן דעם ביהמ"ד, מען טאר נישט מצרף זיין מיט מנין א מאכל טריפות'ניק!!. די זקנים געדענקען אז פאר דעם איד איז ל"ע אויסגעשטארבן זיין גאנצע משפחה און ער איז געבליבן אן ארימאן זיין גאנץ לעבן ל"ע.

די מחלוקה האט זיך שנעל צושפרייט ווייטער אין די שטעטלעך ארום. ביז אין די גויאישע געריכטן וואס האט געפירט אז איינע פון די קעגנערס זענען געווארן ארעסטירט פאַרן בא'גנב'ענען איינע פונעם רב'ס מעריצים.

אויך די רבני און גאוני ליטא זענען אויך געווארן פארמישט אין די שאלה אויף די פעטענס. הר"ר אבא יוסף איז געפארן קיין קאָוונא פארלייגען די שאלה איבער די כשרות פון די פעטענס און ווי אזוי ער האט גע'פסק'נט. אלע רבנים דארט האבן צוגעשטימט צו זיין פסק. אויך הגאון רבי יצחק אלחנן ספעקטאר דער רב אין קאוונא האט ארויסגעגעבן זיין פסק אז די פעטענס איז געווען כשר.

הר"ר אבא יוסף האט זיך נישט באגנוגט און האט צוזאמגענומען א פסק דין פון אלע גאוני ליטא און דאס אויפגעהאנגען אין ביהמ"ד למען תראה העדה ותשפוט. דאן האבן שוין אלע איינגעזען אז דאס בלינדע פיינטשאפט צו זייער רב דער צדיק האט זיי פארפירט און זיי האבן איהם איבערגעבעטן.

הר"ר אבא יוסף האט אבער מער נישט געוואלט פארבלייבן אין אלקעניק און האט זיך אריבערגעצויגן קיין 'רימארסק' וואו ער האט שוין אויסגעלעבט זיינע יארן.
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

נאפאליאן'ס פרוכת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

אין תקע"ב (1812) ביים קריג קעגן דעם צאר פון די רוסישע אימפעריע אלעקסאנדער דער ערשטער, באקאנט אלס "די פאטריאטישע קריג", איז דער פראצויזישער קייזער 'נאפאליאן באנאפארטע' געווען אויפן וועג קיין מאסקווע מיט א גרויסע ארמיי פון 680 טויזענט זעלנער. נאפאליאן האט צוגעזאגט מער פרייהייט און האט א נאמען געגעבן די קריג "די צווייטע פוילישע קריג" צו אויפבויען שטיצע ביי די פוילישע בירגער. אסאך פאלאקן האבן זיך טאקע אנגעשלאסן און געשטיצט נאפאליאן, אזוי אויך אסאך אידן וואס האבן געגארט פאר פרייהייט פונעם רוסישן צאר.

אונטערוועגנס איז ער אריבערגעפארן דעם דארף 'אלקעניק' און זיך דארט אפגעשטעלט מיט זיינע ארמייען אויף אפרוה. די אידן אין דארף האבן זיך זייער געפריידט צום קייזער נאפאליאן און איהם געגעבן א שיינע קעניגלעכע אויפנאמע און גרויס כבוד.

עס ווערט דערציילט אז אויפן וועג האט נאפאליאן אנגעטראפן א איד'ל שלעפט זיך מיט פעקלעך. האט איהם דער קייזער געפרעגט:
"פון וואו קומט א איד"
רופט זיך אָן דער איד: "פון אלקעניק".
און וואו גייט איהר?
"צום נאענטן דארף רודזישוק"
"וואס שלעפט איהר אין די זעק?"
- "איך בין א מוכר ספרים און אין מיינע זעק זענען דא פעקלעך פון סדורים, מחזורים, תחינות און מעשה ביכלעך".
"און וויפיל רענדלעך פלאנט איהר צו לייזן פון די פעקלעך?"
"פינעף זילבערנע רענדלעך".

נאפאליאן נעמט ארויס פון זיין בערזעל א גאלדענע מטבע אין די ווערט פון צעהן זילבערנע רענדלעך און גיבט דאס פאר'ן מוכר ספרים און זאגט איהם: "דא האט איהר געלט, פארקויף מיר אייער סחורה".

דערנאך זאגט איהם נאפאליאן: "יעצט אז דו האסט שוין נישט קיין זעק און פעק וואס צו שלעפן און פארקויפן, באגלייט אונז קיין אלקעניק".

ווען דער מוכר ספרים איז אנגעקומען אין דארף האט ער באקאנט געמאכט פאר אלעמען וואס מיט איהם האט פאסירט און וואספארא גרויסע גאסט איז געקומען אין שטעטל. אלע האבן זיך געקליידט שבת'דיג און מען האט געמאכט א שיינע קבלת פנים אינעם בית הכנסת.

נאפאליאן איז געווארן שטארק באאיינדרוקט פון די שיינע רעספעקטירטע אויפנאמע און געווארן שטארק באפריינדעט מיט די 'טרייוואש' פאמיליע וואס האבן איהם גענומען אויף א באזוך אין זייער נייעם שוהל וואס איז פארענדיגט געווארן 12 יאהר פריער. נאפאליאן איז געווארן זייער באצויבערט פון די הערליכע שוהל. אלס א דאנק האט ער געשאנקען פאר די אידן אין דאָרף די דעקע וואס האט געווארעמט זיין קעניגליכער פערד וואס איז געלעגן אונטער איהר זאָטל. די דעקע איז געווען געמאכט פון פיינע איידעלע סאַמעט געפארבט אין רויט און איז געווען באצירט מיט שיינע ארנאַמענטן. די אידן האבן דאן געהאלטן אינמיטן אויפנייען א הערליכע פרוכת, זיי האבן דעם געשאנק פון נאפאליאן אנגעהאנגען פארענט פונעם ארון קודש אלס א פורהאנג - א וואלאנס צום פרוכת. די פרוכת האט געהאנגען אויפן ארון הקודש ביז די ערשטע וועלט מלחמה.

'.jpg
'.jpg (538.27 KiB) געזען 3557 מאל


נאפאליאן האט נאך גרויסע פארלוסטן ליידענדיג פון הונגער און קעלט אין די רוסישע פראסטן זיך צוריקגעצויגן און פארלוירן דעם קריג קעגן רוסלאנד. פופציג יאהר שפעטער ביי די פוילישע רעוואלט אין וואס אסאך אידן האבן אנטייל גענומען, האט דער צאר אלעקסאנדער דער צווייטער געשיקט דעם מעכטיגן גענעראל 'מיכאעל מוראוויאוו' צו אונטערדרוקן דעם פוילישן אויפשטאנד. עטליכע פון די טרייוואש פאמיליע וואס זענען געווען פון רעוואלוציאנערן זענען אנטלאפן קיין פראנקרייך וואו זיי האבן געהאט נאענטע פארבינדונגען.

'שלמה טרייוואש' א ליבלינג ביי די פוילישע רעוואלטירער וואו מען האט איהם ליבלעך גערופן שלמה'לע האט אויך פארלאזט ליטא. די טרייוואש פאמיליע האט אין פראנקרייך זיך געטוישט די נאמען צו 'דרייפוס'. דער באקאנטער אידישע פראנצויזישער גענעראל 'אלפרעד דרייפוס' וואס איז באקאנט פון די אנטיסעמיטישע דרייפוס-פראצעס איז ווי דערציילט געווען אן אור-אייניקל פון שלמה'לע טרייוואש/דרייפוס אין וואס דרייפוס איז ביי דעם פראצעס געווארן פאראורטיילט פארן שפיאנירן פאר דייטשלאנד און אפגעשמאכט אין דעם שדים אינזל.

אין תרע"ה (1915) ביי די ערשטע וועלט קריג האבן רוסישע גענעראלן געפלונדערט דעם שוהל אין אלקעניק און ארויסגע'גנב'ט פארשידענע טייערע אייזן וואס זיי האבן געברויכט צו פראדוצירן וואפן, אויך האבן זיי גענומען מיט זיך די היסטארישע "נאפאליאן פרוכת". עס איז געווארן דעריבער א קלאג אין שטעטל. דער גבאי פון שוהל איז געפארן זיך איינבעטן ביי די אויטאריטעטן צוריקצובאקומען די גניבות. נאך פילע בקשות האט מען עס צוריקגעגעבן.

דער באראן גינזבורג פון פעטערבורג האט זייער געוואלט האבן די זעלטענע היסטארישע "נאפאליאן פרוכת" אין זיין מוזיאום פאר די השכלה באוועגונג. די ראשי קהילה אין אלקעניק האבן דאס בשום אופן נישט געוואלט פארקויפן אפילו פאר גאר א גרויסע סומע געלט וואס דער באראן האט פארגעשלאגן וואס איז אין די היינטיגע ווערד זעקס הונדערט מיליאן אמעריקאנע דאלארן. דאך האבן די אלקעניק'ע אידן פארציכטעט אויף די ריזיגע איינקונפט וואס וואלט געקענט העלפן צו פארריכטן די שוהל וואס האט שוין הויך געקרעכצט פון אלע זייטן פון אלטקייט.

פון די ערשטע וועלט מלחמה איז די פרוכת געליגן ביי א איד ר' יוסף לוין ביז איהר פארניכטונג אין די צווייטע וועלט מלחמה ווען די היסטארישע נאפאליאן פרוכת איז פארלוירן געווארן אויף אייביג.

אן אלקעניק'ער איד'ל בילדער זיך מיטן נאפאליאן פרוכת
אן אלקעניק'ער איד'ל בילדער זיך מיטן נאפאליאן פרוכת
NapoleonArtifact 1930.JPG (47.13 KiB) געזען 3557 מאל
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

איהר ענדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

עס איז געווען ר"ח תמוז, ל' סיון תש"א (1941), ווען א באמבע וואס איז געווארפן געווארן פון א נאצי'שע קריגס-פליגער האט אויפגעריסן אויף א סאוועטישער ברענשטאף-טאנקיר וואס איז געשטאנען פארקירט אינעם שטאטישן מארק. די פייער האט גיך פארכאפט די ארומיגע האלצערנע הייזער און האט פארברענט א פערטל געביידעס פון שטאט. אויך די היסטארישע שוהל אין אלקעניק האט אינגאנצן אפגעפלאקערט ביז צום אפגרונט עס איז נישט געבליבן פון איהר קיין זכר.

דריי חדשים שפעטער אין כ"ח אלול זענען אלע אידן פון אלקעניק מיט נאך אידן פון די דערפער געפירט געווארן דורך די נאציס מיט די הילף פון ליטא'ענישע פאליציי און די 'איינזאצגרופן' ימש"ו צום דערנעבנדן דארף 'אײשישאׇק‎' וואו די אידן זענען געווארן איינגעזאמלט אין שוהל א גאנץ ראש השנה תש"ב אן עסן און טרינקען. וועם מען האט געכאפט זיך באהאלטן אין די הייזער אדער אין די וועלדער איז אומגעבראכט געווארן דורך די ארטיגע פאליציי. פון ג' תשרי האט מען יעדן טאג ארויסגעפירט 250 אידן צום אלטן ביה"ח און געצוואונגען צו גרובן גרובער וואס איז באלד דערנאך געווארן זייער אייגענע קבר הי"ד.


10887443_687657628014660_379033288152080577_o.jpg
10887443_687657628014660_379033288152080577_o.jpg (105.43 KiB) געזען 3542 מאל
די שוהל אין אלקעניק

12184254_832029573577464_948955093919842621_o.jpg
12184254_832029573577464_948955093919842621_o.jpg (249.41 KiB) געזען 3542 מאל
די שוהל וואו זי וואלט היינט געשטאנען.

אלקעניק מאפע - שוהל, ביהח, מארק .jpg
אלקעניק מאפע - שוהל, ביהח, מארק .jpg (282.31 KiB) געזען 3542 מאל
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

די אלטע שול ביי דער מערעטשאנקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

ווער קען מיט אלקעניק אין וועלדער זיך פארגלייכן,
און אויך אין װאסערן איז זי געבענטשט און רייך.
זי האט זיך אויסגעצירט אין זילבערנע דריי טייכן,
די מערעטשאנקע אבער, איז איר שענסטער טייך.

מיט לאנגע װאסער-האר און גראזיג-גרינע ברעמען
זי גייט ארום אין אלקעניקער קאַנט א שטאלצע,
און פירט צוויי קינדער ביי די הענט - די פירט צום ניעמען
צוויי בייטייכן, גאלוזשא און די קאלטע סאלצע.

צו אירע פוס-טריט טוליען זיך די פעלדער גריקע.
געהויקערט-קרומע ווערבעס און בעריאזעס שלאנקע
פארקריכן צו איר ברעג און לויערן בשתיקה -
זיי ווילן זען א אומבאקליידט די מערעטשאנקע.

נאר זי, פארשנורעוועט אין שטיינערדיגע שיך
און אנגעטאן‏ אין קליידער, אויסגעפוצט פון פלאנצן,
באהאלטן אין די גראזן וויקלט זיך אויף גיך,
ביז זי דערזעט א קלויסטער און ס'נעמט גאָלדיג גלאנצן

אין שטעטל אבער, נאנט צו דער שקיעה פרייטיג,
פארשלייערט זיך די מערעטשאנקע אומגעריכט
און װערט א אידישע באחנ'טע כלה, צייטיג
פאר חופה-וקידושין און פאר שבת-ליכט.

אין אירע אויגן צינדט זיך אן‏ דער בית-הכנסת
מיט אלע זיינע לאמפן, הענג-לייכטער און העסעס.

די אלטע שול וואקסט אויס לכבוד שבת העכער,
די קרומע שינדל-דעכער טורעמען זיך דריי מאל
אריבער זיך אליין, און ס'זעען אויס די דעכער -
א קאפ, א יארמולקע, און איבער דעם א שטריימל.

דער שטאטס מגיד דערציילט זיין תלמיד:

פארהאנען נאך בארימטע שטאט-שולן און קלויזן,
נאר אונזער שטאט-שול האט גרויס כבוד אנגעטאן
דער קייסער פון די גאר אמאליגע פראנצויזן,
און אנגערופן האט מען אים נאפאלעאן.

דער קייסער איז דורך אונזער שטעטל דורכגעריטן,
און פון התפעלות פאר דער שול דער אלקעניקער
האט ער דעם צודעק פון זיין פערד אויף העלפט צושניטן.
און אונזער שול געשאנקען איינס פון אירע שטיקער.

און אויסגעהאפטן איז אויף דעם געוואנט מיט גאלד
פיר קרוינען און כלי-זיין, פאָנען מיט טראמפייטן,
פון גינגאלד, זהב טהור, איז דארט יעדער טראָלד,
מיט אותיות זילבערנע און אויסגענייט קווייטן.

דער קייסער האט פאר א פרוכת עס געשאָנקען,
מיט איבער הונדערט יאר צוריק איז עס פארלאפן
און עס נעמט‏ דער שטאט-מגיד אװעק די האנט פון חאָנקען‏,
וואס איז פארמאטערט פון די וואונדער איינגעשלאפן.

די מערעטשאנקע רוישט אינדרויסן ביי דעם פענצטער,
און אירע כװאליעס שעפטשען, שושקען זיך פארטרויליך,
דער אלקעניקער בית הכנסת איז‏ דער שענסטער,
װי דעם לויתנ'ס פאלאץ פון דעם פערל בדולח.

דער בית-הכנסת אויפן הויכן ברעג איז שיין,
און שענער נאך אין אונזער שפיגל דעם צעשטראלטן.
די מערעטשאנקע לאזט אין וועג זיך ווייטער גיין
און פירט דעם בית-הכנסת אויף איר גרונט באהאלטן.

זי גייט פארביי א דאָרף, וואו ס'וואוינט איין איד, א שמיד,
און אומעטיג איז איהם א אידן אויפן ישוב,
דערזעט גאר אומגעריכט דער הארעפאשנער איד,
פאר זיינע אויגן הויבט זיך אויף פון טייך א כישוף.

די אלקעניקער שול מיט אלע אירע טורעמס,
אָן נעגל און אָן בלעך, פון האלץ אויסגעשניצטע.
און ווי די הימלען אויסגעלייטערטע נאך שטורעמס,
די פענצטער אירע פינקלען אין דער זון צעבליצטע.

דער פראסטער דארפס-איד ווייס, די שול איז וועלט-בארימט,
זי איז א שם-דבר אין ליטע און אין פוילן.
דעם אידן דאכט זיך אויס, דער בית-המקדש שווימט.
און מיט זיין דלאָניע דעקט ער צו דעם קאפ דעם הוילן.

ביי מערעטש, וואו די מערעטשאנקע ברייט און פול,
פארשװינדט אין ניעמאן מיט די בייטייכן אינאיינעם,
שטייגט העכער נאך ארויף די אלקעניקער שול.
און שטראלט ווי גינגאלד אין דעם הימל-בלוי דעם ריינעם.

און דער וואס איז אמאל געשטאנען אויף איר שוועל,
זי גייט אים נאך דורך אלע יארן פון זיין לעבן,
איר מזרח פינקלט אויף זיין פנים זוניג-העל,
און אין זיין חלום הערט ער אירע כרובים שוועבן.

אויר מיך האט זי באגלייט און אין מיין לאנגן װאגל
האב איך געהערט אויף אירע דעכער טויבן ברומען.
א אויסגעשניצטע, אָן איין פגם און אָן איין נאגל
פון אייזן אין איר לייב איז מיר נאכגעשוואומען.

נאר זינט עס האבן טמאים איר געהילץ פארברענט
און זי האט ברענענדיג אין טייך זיך אפגעשפיגלט -
איז זי ארויס פון פייער מיט א דאך און ווענט.
וואס ווערן קיינמאל ניט צעשמאלצן אין א טיגל.

זי שװימט אין הימל, א געביי פון ריינעם פייער,
אנטקעגן איר שווימט אָן די רש"י-שול פון װארמס,
און די פארברענטע שטאט-שולן פון מיינץ און שפייער,
װי שװעסטער טרעפן זיך מיט אויסגעשפרייטע ארעמס.

פון אלט-לובלין קומט אָן די שול פוז מהרש"ל,
די שול פון דעם רמ"א אין קראקע, און קלויז ישן
מיין ווילנער קלויז, מיין חרוב'ע, מיין לעצטער שטראל,
ווען אלע מיינע זונען זענען שוין פארלאשן.

די שולן בלאָנדזשען, ווי אויף טויטע אקעאנען
א מחנה שיפן מיט אראפגעלאזטע זעגל,
און צווישן זיי איז אויך מיין וואונדער-שיף פארהאנען
מיין אלקעניקער שול וואס איז געבויט אָן נעגל.

פארצויבערט שװימט זי מיר פארביי, און א פארגאפטער
דערהער איך ווי עס רופט מיך א געהיימע שטימע:
"יעמוד ר' חיים!” רופט מיך אויף א קול צו מפטיר,
און איך דערזע געשטאלטן אויף איר הויכער בימה.

די אידן ווארטן מיט טליתים אויף די קעפ,
און די עטרות, גאלד און זילבער, פינקלען, בליצן,
נאר ס'זיינען צו דער בימה ניט פארהאן קיין טרעפ,
ווי צו א הויכן בארג מיט אייז-באדעקטע שפיצן.

אויך איך בין נע־ונד ווי יעקב, נאר זיין לייטער-
זיין לייטער האב איך ניט דעם הימל צו דערגרייכן.
און ווי ס'פארוואלקנט זיך א בארג-שפיץ א פארשנייטער,
פארװאלקנט זיך די שול און װערט-ניט אין די הייכן.

איך הער בלויז אירע ווייטע אפגעהילכטע שטימען,
אז איך זאָל זי אין מיין געזאנג אויפסניי באשאפן.
און זי בלויז ווי שאטנס אירע צו מיין ברעג דער שווימען,
און שווימען אין מיין הארץ ווי אין א האפן.
אוועטאר
ירום הודו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2018 8:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירום הודו »

לגבי די פרוכת איז אינטרעסאנט צו צושטעלן די מעשה מיט רבי דוד'ל לעלוב'ער וואס האט באקומען א מתנה די פוטער פון נאפאליאן און נאך זיין זון ר' משה'ס פטירה האט מען פון דעם געמאכט א פרוכת פאר א (אפשר די חורבה?) שול אין אלטשטאדט ירושלים, און ס'הייסט אז ס'געפינט זיך היינט אין א מוזעאום.
די מעשה איז מרומז דא

און קען גאר זיין אז דער יוסף לוין פון די מעשה אין אלקעניק איז מקור פאר די גירסה פון יוסף לוריא פון מאהילוב געברענגט צום סוף פון די מאמר דא, דארט ווערט אויך דערמאנט די ערשטע האלב פון די מעשה מיט רבי דוד'ל אבער נישט די צווייטע.
ברוך שחלק מחכמתו ליראיו
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

נייס ריעד. wow. יישר כחכם.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

הערליך!
צפנת פענח
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 14, 2018 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפנת פענח »

א גרויסן ישר כח. הערליכע ארבעט
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

Thanks
ווילי זיידע
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 28, 2018 9:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילי זיידע »

זעהר שעהן! א גרויסן דאנק אייך!
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

צפנת פענח האט געשריבן:א גרויסן ישר כח. הערליכע ארבעט
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2073
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

א רייכע ארבעט בענקל, שכוח. ;l;p- ;l;p- האסטו.
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

דער אידישע ביה"ח אין אלקעניק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

דער בית החיים אין אלקעניק (Valkininkų žydų kapinės) איז נישט גרינג צו געפינען. עס געפינט אינדרויסן אויף מזרח זייט אונטערן דאָרף אויף די אנדערע זייט פונעם מערעטשאנקע, טיף אין א געדעכטע וואלד פון סאסנע ביימער, אויסגעשפרייט אויף א גרויסע שטח. די וואלד איז געווען א טיילווייזע שוץ ארט פאר די איינוואוינער ארום ביי די צווייטע וועלט קריג אנטלויפענדיג פון די נאצישע רשעים ביז מ'האט זיי נעבעך אנדעקט.

דער פונקטליכער ארט פונעם אלקעניק'ער ביה"ח
דער פונקטליכער ארט פונעם אלקעניק'ער ביה"ח
Valkininkai Jewish cemetery.jpg (532.85 KiB) געזען 3014 מאל


כדי אנצוקומען צום ביה"ח ברויך מען אראפפארן פונעם הויפט וועג און אריין אינעם וואלד, ארויף אויף א שמאלן אויסגעטראטענעם שטויב-וועג. די וועגן אינעם וואלד זענען טיילמאל געשטרויכלט מיט אומגעפאלענע ביימער. ביי איין פונקט טרעפן זיך דריי וועגן, גייענדיג אויפ'ן וועג וואס פירט אויף לינקס, נאכן אדורך גיין דעם גאנצן וועג ביז צום סוף, קומט מען אן צום ביה"ח וואס געפינט זיך אויף די לינקע זייט.

אומגעפאלענע ביימער אין וואלד אויפ'ן וועג צום ביה"ח
אומגעפאלענע ביימער אין וואלד אויפ'ן וועג צום ביה"ח
11169219_823474884368038_1062768381994560380_n.jpg (81.15 KiB) געזען 3014 מאל


אנקומענדיג אנטפלעקט זיך א גאר אלטער ביה"ח און זייער פרימיטיוו. די אריינגאנג איז א הוילער טויער פארמירט פון בלויזע צווייגן און ביימער. פון אונטן ביי די זייטן פונעם טויער גאר נידעריג, שלענגלען זיך ארויס דינע ביימער אלס א צוים ארום און ארום וואס פארמירן די גרענעצן פונעם ביה"ח. דאס טוט בלויז אנצייכענען איהר שטח אבער איז פריי פאר אלעמען אריינצוגיין.

דער טויער צום ביה"ח
דער טויער צום ביה"ח
1904234_823378327711027_6188280667095557096_n.jpg (75.53 KiB) געזען 3014 מאל


אינעם ביה"ח דערקענט זיך באלד אז עס איז שוין גאר אלט און אין א שווער פארנאכלעסיגטער צושטאנד. טראץ די צייט צו צייטליכע באמיאונגען פון די דייטשע ארגאניזאציע ASF (אדער, אות הכפרה והשלום. אין דייטש: Aktion Sühnezeichen Friedensdienste, אין ענגליש: Action Reconciliation Service for Peace) צו רייניגען דאס ארט, זענען געווען עטליכע מציבות געמאכט פון טייערע מארמאר שטיינער וואס זענען מיסטריעז פארשוואונדן געווארן דורך די יארן. פיל זענען איינגעזונקען אין דער ערד אנדערע זענען ווילד באוואקסן אדער אומליינבאר, עטליכע זענען אומגעווארפן אדער איינגעפאלענע.
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

190617_124230.jpg
190617_124230.jpg (308.12 KiB) געזען 3001 מאל
0190617_124250.jpg
0190617_124250.jpg (334.96 KiB) געזען 3004 מאל
20190617_124313.jpg
20190617_124313.jpg (332.76 KiB) געזען 3004 מאל
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

20190617_130121.jpg
20190617_130121.jpg (140.59 KiB) געזען 2984 מאל
בילדער פון פארן קריג.
לינקס. די טעכטער פון ר' יעקב זיסקינד ע"ה שטייען צו דער זייט פון זייער פאטער'ס קבר. רעכטס. זיי שטייער צו דער פון זייט פון זייער זיידעס קבר ר' יוסף פרענסקי ע"ה. די שוועסטער זענען אומגעקומען ביי חורבן אייראפע הי"ד.
0190617_130954.jpg
0190617_130954.jpg (99.73 KiB) געזען 2984 מאל
א טייל פון די מציבה היינט.

IMG_7810.JPG
IMG_7810.JPG (194.83 KiB) געזען 2984 מאל
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

וואא!! מאסיווע ארבייט, הערליך געשריבן!
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

20190617_192906.jpg
20190617_192906.jpg (93.4 KiB) געזען 2927 מאל

20190617_141514.jpg
20190617_141514.jpg (151.78 KiB) געזען 2927 מאל
20190617_141150.jpg
20190617_141150.jpg (120.58 KiB) געזען 2927 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “עיר ועיר”