בענסאנהורסט, ברוקלין און איר אידישע היסטאריע

היסטאריע פון שטעט און ערטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

בענסאנהורסט, ברוקלין און איר אידישע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

אין "די צייטונג/אידישע צייט" אין די פסח נומער, אינעם פאפולערן רובריק "לעצטע עדות", איז געווען געדריקט אן אינטערוויו וואס ר' אלחנן זאב פריעדמאן האט אפגעראכטן מיט האדמו"ר מקאלוב זצ"ל מארץ הקודש. בתוך דבריו האט דער רבי ערווענט אז ווען ער איז געקומען קיין אמעריקא נאכן קריג האט ער זיך קודם באזעצט אין קליוולאנד, אהייא, דערנאך האט ער אריבערגעצויגן זיין הויף צו שכונת בענסאנהורסט אין ברוקלין, ביז ער האט זיך ענדגילטיג באזעצט אין ארץ ישראל אין די תש"כ יארן.

די בענסאנהורסט געגנט זיצט גלייך אין דרום שכנות פון די היימישע בארא פארק. אירע גרעניצען לויפן אומגעפעהר פון 60 סט. און 14 עוו. ביז 86 סט. און 25 עוו. די געגנד איז היינט באקאנט מיט איר שטארקע קאנצעטראציע פון די איטאליענישע געמיינדע, ווי אויך אנדערע עטנישע גרופעס. אבער אין די בראשית יארן, פון די פריע 1900 יארן ביז צענדליגע יארן נאך די מלחמה, האט אין בענסאנהורסט געווירבלט א שטארקע אידישע אנוועזנהייט, א געמיש פון היימישע אידן און ספרדישע אידן מעדת המזרח. איינע פון די חסידישע פערזענליכקייטן וואס האבן געווירקט אין בענסאנהורסט איז געווען דער פאלטישאנער רב הגה״צ רבי ישראל אברהם שטיין זצ״ל וואס האט אנגעפירט דארט מיט א ביהמ"ד. די קהילה, וואס געפינט זיך אויף 21 עוו. ביי 83 סט., ווערט ווייטער געפירט דורך בנו רבי יוסף שלום שליט"א.

מיט די יארן האט זיך דער חרדישע ציבור צוביסלעך אריינגעצויגן קיין בארא פארק, און די ספרדישע אידן קיין אושען פארקוועי. אין די פאלטישאנער געגנד איז נאך פארהאן א היימישע פרומע ציבור. אבער אין אלגעמיין איז די בענסאנהורסט שכונה כמעט גענצליך לעהר פון אידישקייט.

עס וואלט געווען אינטערעסאנט אויב די חברים דא באזיצן בילדער, באריכטן, אדער אנדערע אינטערעסאנטע פרטים פון די אמאליגע, כמעט-פארגעסענע אידישע היסטאריע פון בענסאנהורסט.
לעצט פארראכטן דורך מונאוויטש אום דינסטאג מאי 21, 2019 11:52 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

די פאלטישאנער בית המדרש.

פאלטישאן.jpg
פאלטישאן.jpg (247.75 KiB) געזען 2098 מאל
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

ר' מנחם בנימין בנציון ראטטענבערג-הלברשטאם צאנזער רבי האט געוואינט אין
בענסאנהורסט
ישיבת בית התלמוד איז געווען אין בענסאנהורסט
דוכט זיך אז אויך הרהגה"צ רבי אברהם קליינמאן זצ"ל אב"ד מארגארעטטען
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

קיקיון האט געשריבן:דוכט זיך אז אויך הרהגה"צ רבי אברהם קליינמאן זצ"ל אב"ד מארגארעטטען

גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

אן אפהאנדלונג די וואך אין די צייטונג/אידישע צייט איבער בענסאנהוירסט און איר אידישע היסטאריע.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9187
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

מונאוויטש האט געשריבן:
מיט די יארן האט זיך דער חרדישע ציבור צוביסלעך אריינגעצויגן קיין בארא פארק, און די ספרדישע אידן קיין אושען פארקוועי. אין די פאלטישאנער געגנד איז נאך פארהאן א היימישע פרומע ציבור. אבער אין אלגעמיין איז די בענסאנהורסט שכונה כמעט גענצליך לעהר פון אידישקייט.

אינטערעסאנט די ריפסט עס די פאלטישאנער געגענט, כאילו פאלטיטשאן איז די צענטער פון בענסאנהורסט.
ישיבה בית התלמוד איז א האלבע בלאק אוועק פון פאלטיטשאן און איך וואלט יענץ ענדערש קאנסידערט אלס די צענטער. אסאך בני תורה וואינען דארט נאר וועגן די ישיבה.

_______

רעדענדיג פון די געגענט, ס'איז דא א חדר אויף 67 סטריט מיט א שול און נאך עטליכע שולן אין די געגענט.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9581
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

מוהל אין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

די היינטיגע מוהלים מעגן דאס אויך פארצייכענען למשמרת
אגב דער רך הנימול דארף אלט זיין היינט 84 יאר
אטעטשמענטס
BRISBRIS.jpg
BRISBRIS.jpg (363.3 KiB) געזען 742 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: בענסאנהורסט, ברוקלין און איר אידישע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

confinement ??

וואס מיינט דאס ביי א ברית?
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

Re: בענסאנהורסט, ברוקלין און איר אידישע היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

BENSONHURST?
the mohel llved in Boro Park
the bris was in Borough Park Hospital

Jacob Schraeter was the cantor in a Conservative Temple
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


שרייב תגובה

צוריק צו “עיר ועיר”