קנקן טעגליך

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

פון ווי איז ר׳ יהודה לייב חריף געקומען ? איז ער ערגעץ געווען רב בעפאר ?
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

ט״ו טבת תש״ף לפ״ק

Storm.jpg
Storm.jpg (147.84 KiB) געזען 1276 מאל

אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 259 יאר צוריק, אינ׳ם יאר תקכ״א לפ״ק, האט א געוועזענער משומד, עדות געזאגט אינ׳ם לאנדאנעם בית דין, לטובת די עגונה מרת יהודית.
דער עד איז געווען אויפ׳ן שיף מיט דעם עגונה׳ס מאן ר׳ ישעי׳, ווען א שטורם האט אים אראפגעפליקט פונ׳ם שיף און ארייגעשליידערט אינ׳ם ווילדן ים. ווי דער עד שילדערט, איז ר׳ ישעי׳ געשווימען אויפ׳ן וואסער מיט זיין געזוכט אויף ארויף. אזוי איז ער געשווימען פאר 6 שעה. ווען דער שיף האט זיך אפגעשטעלט ביי אן אינזל, האט ער געפונען ר׳ ישעי׳ און דער עד האט געפילט אז ס׳איז נאך דא חיות אין אים, ער האט אים פראבירט צו דערמינטערן אבער איז איז אים געשטארבן ביי אים אין האנט.
הגאון מוהר״ר חיים כהן רפאפורט אבד״ק לעמבערג האט מתיר געווען אט די יהודית נאכאמאל חתונה צו האבן, און אונטערגעשריבן זיין פסק ביים ועד קודש אין פילץ, פון די ועד ארבע ארצות.
מקור: שו״ת רבינו חיים כהן אבן העזר סי׳ כ״ח




בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

ט״ז טבת תש״ף לפ״ק

Joseph II.jpg
Joseph II.jpg (95.69 KiB) געזען 1236 מאל

אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 238 יאר צוריק, אינ׳ם יאר תקמ״ב לפ״ק, האט קייזער יאָזעף דער צווייטער, אונטערגעשריבען דאס טאָלעראַנץ־פּאַטענט, וועלכע געבט פארשידענע רעכטן פאר די יודישע באפעלקערונג אין זיין טעריטאריע.
יאזעף האט אונטערגעשריבן צוויי אזעלעכ טאָלעראַנץ־פּאַטענטן, דאס ערשטע געציילטע מאנאטן פריער, וועלכער איז געוען געווידמעט פאר די נישט קאטוילישע קריסטן, און נאכהער, די דאזיגע פּאַטענט, פאר זיינע יודישע בירגער.
מקור: וויקפעדיע.

האנדלט אייך איין קנקן - קן יו״ד [5% off coupon, use “KDH”]:
https://kankan.ecwid.com/Kankan-Yiddish-10-p161357094



בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
זיי אמתדיג
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:12 pm

Re: קנקן טעגליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיי אמתדיג »

שוין לאנג נישט געווארן updated
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

Re: קנקן טעגליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

קנקן קומט היינט ארויס בלויז אויף ענגליש, דעריבער שרייבן מיר נישט קיין טעגליכע פויסטס אויף יודיש.
די ענגלישע קען מען זעהן אויף אונזער זייטל kankanjournal.com
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
סעלפאן
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 1:34 pm
לאקאציע: אין טאש

Re: קנקן טעגליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעלפאן »

פארוואס טאקע נישט?
למה נגרע?
(די זעלבע שאלה האב איך אויך אויף קנקן)
איך באנוץ מיך נאר מיט א כשר'ע סעלפאן!
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

Re: קנקן טעגליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

קנקן, האט זיך נישט פארקויפט גענוג אז עס זאל זיך מיר לוינען צו שרייבן, און פובליצירן - דעריבער הא׳מיר עס אפגעשטעלט.
די טעגליכע באריכטן, הא׳מיר געשריבן, אלס א מארקעטינג מיטל, צו ברענגעם אויפמערקזאמקייט פאר די קנקן.
אז ס׳איז נישטא קנקן, איז נישט וואס צו מארקעטן.
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
פרינדזשעס..
שר האלף
תגובות: 1535
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע: מונקאטש

Re: קנקן טעגליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרינדזשעס.. »

קנקן האט געשריבן:קנקן, האט זיך נישט פארקויפט גענוג אז עס זאל זיך מיר לוינען צו שרייבן, און פובליצירן - דעריבער הא׳מיר עס אפגעשטעלט.
די טעגליכע באריכטן, הא׳מיר געשריבן, אלס א מארקעטינג מיטל, צו ברענגעם אויפמערקזאמקייט פאר די קנקן.
אז ס׳איז נישטא קנקן, איז נישט וואס צו מארקעטן.

די ענגלישע פארקויפט זיך יא מער?
גילוי דעת
שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו,
זענען מיר מוחה אויף כבוד התורה!

ולא חרבה ירושלים אלא שביזו בה תלמידי חכמים.
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

Re: קנקן טעגליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

אויב קומט עס נאך ארויס, מוז זיין אזוי, ניין?
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
סעלפאן
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 1:34 pm
לאקאציע: אין טאש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעלפאן »

ענדערש בכלל נישט ארויסקומען ווי איידער צו לייגן אדווערטייזמענט'ס?
איך באנוץ מיך נאר מיט א כשר'ע סעלפאן!
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

Re: קנקן טעגליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

אן אויסגאבע מוז פארקויפן א געוויסע צאל פון קאפיעס אז עס זאל זיך לוינען פאר די עדווערטייזערס.
מיר האבן נישט דערגרייכט אט דעם ציפער.
מען האט אונז געגעבן צופארשטיין, אז מען דארף זאגן ליגנט און צוליייגן צום ציפער און איינרעדן די אדווערטייזערס וכו׳, אזוי טוען אלע.
הא׳מיר נישט געהאלטן דערביי.
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

Re: קנקן טעגליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

אגב, שמועסנדיג אמאל מיט א מו״ל פון אן אנדערע אויסגאבע, שטעלט זיך ארויס איז די צאל פון סעילס וואס מיר האבן געהאט הייסט גאר אן הצלחה, לעומת אנדער אויסגאבעס מיט עדווערטייזמענט.
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
סעלפאן
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 1:34 pm
לאקאציע: אין טאש

Re: קנקן טעגליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעלפאן »

יענער גייט נאך אן?
איך באנוץ מיך נאר מיט א כשר'ע סעלפאן!
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

Re: קנקן טעגליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

יא, יא.
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
התבונני
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

Re: קנקן טעגליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התבונני »

מען קען נישט רעכענען ביידע אויסגאבעס (אידיש / ענגליש) אינאיינעם ?
(איך פרעג נישט להלכה... - נאר צו די אדווערטייזערס זענען נישט מסכים ?)
אוועטאר
סעלפאן
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 14, 2020 1:34 pm
לאקאציע: אין טאש

Re: קנקן טעגליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעלפאן »

קנקן האט געשריבן:יא, יא.

אז יענער קען פארוואס קענט איר נישט?
אנטשולדיג פארן מוטשען אבער איך בענק מיך צו קנקן איך אז איר פארשטייט מיך
איך באנוץ מיך נאר מיט א כשר'ע סעלפאן!
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

Re: קנקן טעגליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

אין די ענגלישע מארק, דארף מען אפיציעל פארקויפן לפחות 8000 קאפיעס, צו באקומען געהעריגע עדווערטיייזערס. ווען מיר פארקויפן 8000 קאפיעס דארפן מיר נישט קיין עדווערטייזערס.
כמובן מען קען ארום חוש׳ן, כ׳האב אמאל געהערט ווי א מו״ל פון א יודישע אויסגאבע בארומט זיך אז זיין אויסגאבע ווערט געליינט דורך אומגעפער א האלבע מיליאן מענטשן!
נו, ביי געוויסע איז עס פיין, מיט מיר נישט.

ועל כולם איז מיט די יודישע דא א צווייטער פראבלעם, אז איך האב אלעס אליינס געפארשט און געשריבן, און ס׳איז מי4 פשוט נישט געבליבן קיין צייט.
די ענגלישע האבן מיר אנדערע שרייבערס.
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
א צווייטער
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:45 pm

Re: קנקן טעגליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א צווייטער »

קען מען דאך אויפנעמען אידישע שרייבערס.
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

Re: קנקן טעגליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

נישט ממש.
מיר זוכן פארשער וואס קענען שרייבן, נישט שרייבערס וואס מאלן וואסער. לצערנו, ביי אונזערע היימישע ציבור, דער אלגעמיינער יוד איז נישט קיין שרייבער, אין חדר לערנט מען נישט אויס שרייבן, דעריבער פארמאגן מיר פארשער מיט ידענים וואס קענען נישט שרייבן. ווידער זענען דא שרייבער, אבער זיי זענען מיינסטנס גוט צו פארקויפן קאווע שטיבל און מקוה סחורה, אבער נישט קיין פארש ארבעט.
משא״כ, דער אלגעמיינער ענגלישע יוד קען שרייבער, דעריבער אויב טרעפט מען א גוטע פארשער אדער ידען, איז מען אין ביזנעס.
ואת״ל, זאל מען איבערטייטשן. איבערטייטשערס רעכענען נאך מער פון די שרייבערס אליינס, ודו״ק.
לעצט פארראכטן דורך קנקן אום פרייטאג נאוועמבער 13, 2020 5:32 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

Re: קנקן טעגליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

סעלפאן האט געשריבן:
קנקן האט געשריבן:יא, יא.

אז יענער קען פארוואס קענט איר נישט?
אנטשולדיג פארן מוטשען אבער איך בענק מיך צו קנקן איך אז איר פארשטייט מיך


;l;p-
סעלפאן, עמו אנכי בצרה, איך האב געקויפט יעדע אויסגאבע פון קנקן, איך גיב נאך נישט אויף אזוי שנעל אולי יחוס ואולי ירחם אז דאס וועט צוריק ערשיינען לאור עולם.
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

Re: קנקן טעגליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

סעלפאן האט געשריבן:
קנקן האט געשריבן:יא, יא.

אז יענער קען פארוואס קענט איר נישט?
אנטשולדיג פארן מוטשען אבער איך בענק מיך צו קנקן איך אז איר פארשטייט מיך


איך ווייס נישט וויפיל ״יענער״ פארקויפט, די שמועס איז געווען אומבאלאנגט אנדערע אויסגאבעס.
ווידער אנדערע זעהען מיר אויס נישט צו זיין אזוי אויפריכטיג מיט זייערע סעילס ציפערן, וק״ל.
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19747
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: קנקן טעגליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

קען מען קויפן קנקן אין ענגליש online?
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

Re: קנקן טעגליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

Re: קנקן טעגליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

קנקן האט געשריבן:נישט ממש.
מיר זוכן פארשער וואס קענען שרייבן, נישט שרייבערס וואס מאלן וואסער. לצערנו, ביי אונזערע היימישע ציבור, דער אלגעמיינער יוד איז נישט קיין שרייבער, אין חדר לערנט מען נישט אויס שרייבן, דעריבער פארמאגן מיר פארשער מיט ידענים וואס קענען נישט שרייבן. ווידער זענען דא שרייבער, אבער זיי זענען מיינסטנס גוט צו פארקויפן קאווע שטיבל און מקוה סחורה, אבער נישט קיין פארש ארבעט.



סתם געשאסן א נאסן ליילעך. ס'דא פיינע שרייבערס וואס זענען ידענים, איך פארשטיי אז קיינער קומט נישט צו חלילה צו אייער פיסן-קנעכל, אבער אזוי אוועק צו מאכן לכה"פ א מנין אידן וואס ווייסן וואס זיי שרייבן, איז אבסורד און נישט ריכטיג.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

Re: קנקן טעגליך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנקן »

ידענים איז דא, אבער פארשער קען איך נישט.
פארשער זענען בדרך כלל געדינגענע פראפעסארן אין אוניווערזיטעטן, פארש ארבעט נעמט גאר אסאך צייט, און קאסט אסאך געלט.
אבער אפילו ידענים, זיכער איז דא אסאך, איך אליינס קען אסאך, אבער וויפיל פון זיי, וואס קענען שיין שרייבן, זענען גרייט צו שרייבן??
מען דארף זיי זוכן מיט לעכט.
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”