קנקן טעגליך - קאמענטארן
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
קנקן טעגליך - קאמענטארן
ע״פ ברשת החברים, איז דאס געהענגעל באשטומט פאר קאמענטארן פונ׳ם קנקן טעגליך געהענגל.
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז
- בערל קראקאווער
- שר האלף
- תגובות: 1558
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
- לאקאציע: בעקבתא דמשיחא
א דאנק פאר קנקן פאר די אינהאלטספולע סחורה.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
- היימישער הייקער
- שר האלף
- תגובות: 1635
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm
עי׳ בסי׳ בית יעקב יוצר לפ׳ זכור:
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=727
קומענדיגע מאל, ביטע אטאקיר נישט, ווען ס׳האנדלט זיך פון חסרון ידיעה.
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=727
קומענדיגע מאל, ביטע אטאקיר נישט, ווען ס׳האנדלט זיך פון חסרון ידיעה.
איר מיינט מסתמא צו זאגן "קומענדיגע מאל ביטע קאמענטירט נישט, ווען ס'האנדלט זיך פון חסרון ידיעה", ווייל קיינער האט אייך נישט אטאקירט.
לגופו של ענין, יאך האלט זיך נישט פאר אן אלס-ווייסער, איך האב קאמענטירט באזירט אויף אייער מ"מ, און אויך א לייכטע זוך באוצה"ח וכדומה.
(אין פאקט האבן שוין אנדערע געהויבן ברעמען אויף דעם יעב"ץ, ראה 'פרסומי ניסא' עמ' תצג)

צד תמות האט געשריבן:איר מיינט מסתמא צו זאגן "קומענדיגע מאל ביטע קאמענטירט נישט, ווען ס'האנדלט זיך פון חסרון ידיעה", ווייל קיינער האט אייך נישט אטאקירט.
לגופו של ענין, יאך האלט זיך נישט פאר אן אלס-ווייסער, איך האב קאמענטירט באזירט אויף אייער מ"מ, און אויך א לייכטע זוך באוצה"ח וכדומה.
(אין פאקט האבן שוין אנדערע געהויבן ברעמען אויף דעם יעב"ץ, ראה 'פרסומי ניסא' עמ' תצג)
אנטשולדיגט, כ׳האב נישט געמיינט אזוי שארף.
1. אז ר׳ יעקב עמדין ברענגט עס (מען דארף עס נאכקוקן אין זיין סידור), קענען מיר עס רואיגערהייט נאכברענגען.
2. אפילו נניח אז מיר שרייבן עס אליינס, מעג עס נאך אלס געברענגט ווערן, לידיעה בעלמא. מיר שרייבן נישט קיין הלכה אדער אגדה, בלויז ידיעות בעלמא. אגב, אז די 70 באצועט זיך צו טעג ווערט אויך דערמאנט אין יערות דבש.
- למעלה משבעים
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12394
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
- לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4132
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
איטשע האט געשריבן:1. אז ר׳ יעקב עמדין ברענגט עס (מען דארף עס נאכקוקן אין זיין סידור), קענען מיר עס רואיגערהייט נאכברענגען.
2. אפילו נניח אז מיר שרייבן עס אליינס, מעג עס נאך אלס געברענגט ווערן, לידיעה בעלמא. מיר שרייבן נישט קיין הלכה אדער אגדה, בלויז ידיעות בעלמא. אגב, אז די 70 באצועט זיך צו טעג ווערט אויך דערמאנט אין יערות דבש.
פאר א סיבה דאכט זיך מיר אז דער פירוש דארט איז נישט פונעם יעב"ץ, נאר פונעם שפעטערן חסידי'שן מו"ל. (שטייט עס אין עמודי שמים, אדער נאר אין בית יעקב?).
פאררעכט מיר ביטע אויב כ'בין נישט גערעכט.
כ'ווייס אז ס'דא אנדערע (גאנץ שפעטע) מפרשים וואס לערנען אזוי פשט אינעם פיוט.
נניח אז ס׳איז נישט פונ׳ם יעב״ץ, ממילא וואס, איז עס יעצט חזיר טרייף?
ס׳איז א מאמר חז״ל, פשוט פשט איז לכאורה ווי מיר האבן געשריבען, יא ס׳איז סותר אנדערע מאמרי חז״ל, איר וועט מיר מוזן מוחל זיין, אבער חז״ל איז פיל מיט סתירות, און ס׳איז אונז גארנישט גורע.
ווילט איר מיר זאגן, אז ס׳איז דא א וואגשאל, ווען יא און ווען נישט? ס׳איז נישטא אזא זאך.
ס׳איז א מאמר חז״ל, פשוט פשט איז לכאורה ווי מיר האבן געשריבען, יא ס׳איז סותר אנדערע מאמרי חז״ל, איר וועט מיר מוזן מוחל זיין, אבער חז״ל איז פיל מיט סתירות, און ס׳איז אונז גארנישט גורע.
ווילט איר מיר זאגן, אז ס׳איז דא א וואגשאל, ווען יא און ווען נישט? ס׳איז נישטא אזא זאך.
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4132
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
איטשע האט געשריבן:נניח אז ס׳איז נישט פונ׳ם יעב״ץ, ממילא וואס, איז עס יעצט חזיר טרייף?
ס׳איז א מאמר חז״ל, פשוט פשט איז לכאורה ווי מיר האבן געשריבען, יא ס׳איז סותר אנדערע מאמרי חז״ל, איר וועט מיר מוזן מוחל זיין, אבער חז״ל איז פיל מיט סתירות, און ס׳איז אונז גארנישט גורע.
ווילט איר מיר זאגן, אז ס׳איז דא א וואגשאל, ווען יא און ווען נישט? ס׳איז נישטא אזא זאך.
יויש... שרייעט נישט אויף מיר...
נישטא קיין חזיר און נישטא קיין טרייף. אלעס איז מותר באכילה און ראוי לברך עליו!
נאר אנגעמערקט א הערה וואס איז ראויה לענ"ד לתשומת לב, ווייל ווי פארשטענדליך טראגט דעם יעב"ץ'נס א ווארט מער געוויכט ווי א ווארט פון אסאך אנדערע מחברים.
אגב ווען כ'האב אנגעהויבן טייפן די תגובה איז עס קודם געווען אנגעשטעלט אויף ענגליש, און 'יויש' האט זיך געשריבן huha...
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4132
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4040
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm
Gevald Geshrigen האט געשריבן:געוואלדיגער יישר כח.
אגב, אן אינטערסאנטער זאך וואס איך האב נישט געגלייבט אז אפילו מיין זעקס יעריגער יונגל , קוים וואס ער קען ליינען, פארפירט אלטס ביי יעדעם נייעם קנקן פונקט ווי די עלטערע וואס שלינגען מיט דארשט יעדעס ווארט.
איינגענעם צו הערן - זה הקטן גדול יהיה!.
שיק דיין יונגעלע א פערזענליכע גריס פונ׳ם בעל ה׳קנקן׳
- גרויסע עם הארץ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14528
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4132
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:חוח בין השושנים האט געשריבן:איטשע האט געשריבן:נעה, ווער נישט נתפעל פון מיין שפראך, ס׳קומט ארויס שארפער ווי דער באדייט איז.
קן קולמוסו שמעתי, ממילא האב איך געמיינט אז ס'שרייעט.
ס'פיין.
בהצלחה ווייטער!
קול קן קולמוסא איז א הויעכע גרידער?
ניין. בכלל נישט הויך. נאר זייער זייער קראצעדיג, אז ס'דענערווירט געפערליך, ווי גלייך ס'שרייעט קולות...
און אויב ווילסטו וויסן פשוט פשט, איז עס אזוי:
דורכן הערן די געשריי פון ר' איטשע'ס שרייבן, האט עס געסאונדט ווי ס'קומט באגלייט מיט קולי קולות ובטעם העליון...
ווען כ'וואלט אבער געזען זיין שמייכעלע וואס ער האט בשעת'ן שרייבן זיינע ווערטער, וואלט איך עס אנדערש אויפגענומען.
לעצט פארראכטן דורך חוח בין השושנים אום פרייטאג יוני 28, 2019 10:41 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- גרויסע עם הארץ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14528
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
חוח בין השושנים האט געשריבן:גרויסע עם הארץ האט געשריבן:חוח בין השושנים האט געשריבן:איטשע האט געשריבן:נעה, ווער נישט נתפעל פון מיין שפראך, ס׳קומט ארויס שארפער ווי דער באדייט איז.
קן קולמוסו שמעתי, ממילא האב איך געמיינט אז ס'שרייעט.
ס'פיין.
בהצלחה ווייטער!
קול קן קולמוסא איז א הויעכע גרידער?
ניין. בכלל נישט הויך. נאר זייער זייער קראצעדיג, אז ס'דענערווירט געפערליך, ווי גלייך ס'שרייעט קולות...
יעצט איז געקומען די צייט אז די זאלסט ליינען דיין אינטערשריפט.