זכרונות פון קעמפ קר"י ראונד טאפ נ.י.

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אלופי אדום
שר האלף
תגובות: 1667
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm
לאקאציע: אויפן טיש

תגובה דורך אלופי אדום »

ר' זעקל האט געשריבן:דער שווארצע וויני ווער געדענקט??!!

אוי-יו-יו
פונעם מלאך המות אליינס דערמאנסטו מעך

געדענק מער די קאנטין געווען א מחי' האמיר געוואוסט וויזוי אויסצוניצן די צייט
מי יתן והי'- געווען אמאל גוטע צייטן
מיין לופי'לע........
אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובה דורך שפיגליצקי »

אן עקסטערע נושא איז די סדר השעה, צו וואס כ'האב דעמאלטס נישט געהאט קיין טראפ געדולד.... האב איך דען אמאל געגלויבט אז אויך פון דעם וועט מען רעדן מיט בענקעניש?!

טעללער פלעגט דאס אנפירן טעגליך, וואס איך געדענק יעצט אויף די מינוט איז ווי אזוי מ'האט אויסגעשפרייט טשולנט באנדלעך אויפן פעלד נעבן (נעבן אדער לעבן? פרעגטס טעללער "דער" שרייב רבי...), מ'האט באקומען געדענקעך וואס פארן טרעפן יעדע סארט באנדל.

אדער ווי מ'האט דארט אויסגעשפרייט אלטע פעני'ס, אדער ווי מ'האט געדארפט גיין בערגיג מיט א רויע איי אויף א לעפעלע אין מויל...

געדענקעך איינמאל א סדר השעה אין באסיין, ווי רב טעללער האט אריין געשטופט כלומר מתוך רוגז א יונגל מיט די בגדים...

איי איי איי, ס'גיסט זיך זכרונות, די שפאצירן שבת נאכמיטאג מיט די מלמדים, מיט די הונט וואס זענען ארויס געלאפן צו די קינדער פון כמעט יעדן שכן...

די טונקעלע און לעכטיגע באטעס אין די בחור'ישע יארן...,

ס'איז דא ממש פון יעדן יאר עקסטערע זכרונות, ס'איז אבער דא די נערוון פונעם קעמפ וואס זענען יעדעס יאר געווען מער ווייניגער אייניג.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובה דורך אהער און אהין »

שפיגליצקי האט געשריבן:אן עקסטערע נושא איז די סדר השעה, צו וואס כ'האב דעמאלטס נישט געהאט קיין טראפ געדולד.... האב איך דען אמאל געגלויבט אז אויך פון דעם וועט מען רעדן מיט בענקעניש?!

טעללער פלעגט דאס אנפירן טעגליך, וואס איך געדענק יעצט אויף די מינוט איז ווי אזוי מ'האט אויסגעשפרייט טשולנט באנדלעך אויפן פעלד נעבן (נעבן אדער לעבן? פרעגטס טעללער "דער" שרייב רבי...), מ'האט באקומען געדענקעך וואס פארן טרעפן יעדע סארט באנדל.

אדער ווי מ'האט דארט אויסגעשפרייט אלטע פעני'ס, אדער ווי מ'האט געדארפט גיין בערגיג מיט א רויע איי אויף א לעפעלע אין מויל...

געדענקעך איינמאל א סדר השעה אין באסיין, ווי רב טעללער האט אריין געשטופט כלומר מתוך רוגז א יונגל מיט די בגדים...

איי איי איי, ס'גיסט זיך זכרונות, די שפאצירן שבת נאכמיטאג מיט די מלמדים, מיט די הונט וואס זענען ארויס געלאפן צו די קינדער פון כמעט יעדן שכן...

די טונקעלע און לעכטיגע באטעס אין די בחור'ישע יארן...,

ס'איז דא ממש פון יעדן יאר עקסטערע זכרונות, ס'איז אבער דא די נערוון פונעם קעמפ וואס זענען יעדעס יאר געווען מער ווייניגער אייניג.

איי איי די סדר השעה!!!!!
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

תגובה דורך ר' זעקל »

די אלטע קארני וויץ פון לייגען אויף איינעם'ס רוקען א נאמען אדער פיקטשור פון א מענטש און ער האט געדארפט פיגערן.
תג נוצער
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 28, 2010 3:19 pm

תגובה דורך תג נוצער »

לייטער האט געשריבן:איך מיין אז סהאט זיך געעפנט תשנ''ח
תשנ''ט האט מען ציגעלייגט דארמעטאריס ווי א ח סאיז געווען ביז דעמאלסט א ר

אנגעהויבן גיין אין קעמפ האט מען תשנ"ו מען איז געגאנגען צוויי יאר אין פאר רעזארט האטעל, ווער האט זכרונות פון יענע יארן?
אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובה דורך טראנספארט »

אה זכרונות... זכרונות...

איך בין געווען ווען אברהם מאיר מיללער איז געווען מענעדזער און דערנאך ווען בנציון קליין איז געווארן, דאכצעמיר איך בין געווען א טאטעל פון 3 אדער אפשר פיר יאר.

וועלמיר אריינווארפן זכרונות לויט ווי עס קומט מיר אויפן געדאנק.

קודם איין אקטיוויטי ווען א יונגל (שפילמאן) האצעך פארלוירן, מ'געמאכט א מצב, די צוויי לאקאלע פאליסלייט זענען אראפגעקומען, מ'האט נישט געלאזט אהיימקאלן דעציילן, און מ'האט צאמגענומען די עולם אין לאנטש רום און אפדעיטעט מיט דראמאטישע אנטוויקלונגען, צום סוף איזער געווען באהאלטן אין מענעדזערס קאר...

אפאר טעג שפעטער האט שש"ט דערציילט א מעשה דארטן קעגנאיבער ביי די וואלד ביי די זייט פון די מגי"ש באגעלאוס, ווען אינמיטן זענען צוויי (פארשטעלטע) בערן ארויסגעשפריגען פונעם וואלד, די עולם איזעך צולאפן ביים הערן די גערודער..

אזוי אויך שש"ט'ס שפאצירן אינעם וואלד, ווען מ'האט געוויסט אז פון ערגעץ וואו דארף ארויסקומען א בער, זיך געזעצט דערציילן א מעשה ביי א קליינע טייכל אינעם וואלד.

די דרשות פאר קבלת שבת...

דארנערשטאג נאכט פלעגט מען זאגן המפיל אין בעסמעדריש כדי מ'זאל נאכדעם נישט קענען רעדן... צו קענען אויפשטיין פרי ליל שישי...

ביי די שבת סעודות פלעגט איין יונגל פון ידע כתה זיך אויפשטעלן אויפן סטעידש זאגן א תורה.

ר' מעכעלע מ'נתני' איז געקומען האלטן א דרשה.

אז כ'וועל זיך דערמאנען נאך קרישקעלעך וועל איכעס אריין ווארפן.
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

והעיקר שכחתם, די דריי וואכן פארברענגן מיטן רב זז"ג, (האדמו"ר מסאטמער) ווי ער פלעגט דאווענען צווישן אונז אלע תפילות, פאררענגן מיטן עולם וכד'
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
חברותה
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2010 1:18 pm

תגובה דורך חברותה »

ווער וועקט מיר דא אויף...? אוי איז דאס גוטע זכרונות... געווען דארט א קנאפע זעקס יאר...
ערשטע יאר בין איך געווען ביי די בוים עקסידענט, האב איך עס מיטגעהאלטן לייוו ווי א גויטע איז געגאנגען 98 דארט אויפן פלאץ.. אברהם מאיר מיללער איז געווען די מענעדזשער, וואף איז ער גוט געווען מיט זיינע מעשיות... ער איז שוין דעמאלטס גוט געווען מיט די קייראו פאליס...
געשווימען זענען מיר געפארן עטליכע מאל קיין טערנאסוויל, געווען א הערליכע וועג ארויף די שרעקעדיגע בערג...

דאכט זיך מיר די סדר השעה האט מיין מלמד ר' משה אהרן ט"ב איינגעפירט, פיינע מלמד געווען. די באנדלעך, פעניס, אייער, בעלאונס, יושר... אבאנטש פאן געווען. פיינע וואלד געוועזן.. זיך באקאנט געמאכט מיט די פרעש... אסאך פארברענגט דארטן... בין איך געפארן אסאך מיט די קעמפ ווען אויף די געדרייטע 32 ראודס... האב מיר באקומען אסאך אנטענטשן פון די הצלה שלומי אפעל פון מאנטריאל... איי די זכרונות שווימען צוריק...
שמעלץ טאפ
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 01, 2014 5:18 pm

תגובה דורך שמעלץ טאפ »

און ווי קען מען פארגעסן ווי ר' אורי שוואַרץ ובניו האבן געפירט די קעמפ מיט די געלע ריידער ווען
אוועטאר
פעטער יעקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 8:40 am

תגובה דורך פעטער יעקל »

אה פיינע זכרונות,

די סדר השעה וואו רש"ש האט געהאט רוח הקודש..........

דער בחור וואס איז פארלוירן געווארן, און צום סוף האט מען אים געטראפן ליגן אין ביהמ"ד אראפגעלייגט די קאפ....

ר' דוד חנני' (דעמאלטסדיגער ענגליש פרינצעפל דאכצעך) האט געזינגן אלטע ניגונים אין א טעיפ אריין (איך האב נאך דעם טעיפ, נאר א טעיפ רעקארדער האב איך נישט.....)
אוועטאר
איד'ל מיטן פידל
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 10:14 am
לאקאציע: צווישן די סטרונעס

תגובה דורך איד'ל מיטן פידל »

אה ענדליך.. איי בענקט זיך אהין.. זאפטיגע זכרונות

די אלטע פראנט באנגס וואו מ׳האט זיך פלוצלינג געטראפן שטיין שיעף ווייל איינער האט געברויכט א ציגל.. נאכדעם די ׳חעס׳ באנגס.. 116 105a-b.. די נאכט וועכטער רב שווארץ וואס די קעציס האבן געציטערט פון זיינע אויגן.. ׳כייעם׳ דער לייף גאארד.. און שרייבנדיג שפירט זיך אוודאי די געשמאקע גערוך פונעם קיך.. כמיין גארבעדזש.. וואאף ווער סאיז געווען אין ראונד טאפ האט די גערוך אריינגעקריצט אינעם ארעם...

די קאנטין.. כמיין די סיין איז נאכאלס שיעף און די שטיקל פון די ׳א׳ פעהלט נאך..

די אקטיוויטי׳ס (ברוך שם.. ׳סדר השעה׳!) יע די איי מיט די פעניס און בונדלעך, די בעסטע אינאך געווען די באלונס אויף די שיך... מיין פוס איז נאך רויט פון די ציפ..

די ׳פינקע׳ לאנטש רום מיט די פרייע קאאלעי וואסער נעבן טיר וואס די סטעפס האלט זיך אויף גראבע סקאטש טעיפ

די וואאאאאלד.. אוי קען מען פארציילן פון דעם וואלד.. די חדרים דארט, נישט פארגעסן ״מצוא חפצך ודבר דבר״ אויפן וועג אראפ צום לעיק אינטן מיט די שטריק סווינג.. יויש די ווידער קול דארט אוי שפכי כמים לבך..

די שבת אין קעמפ.. אנגעהויבן מיט רב מענדלאוויטש׳ס הן בבקעה מיט די בלויע ׳פאקסי קארטלעך׳.. די זאפטיגע קאקאש קעיק מיט מעלאונע... מיט די געטרייע קעכערס מאשקאוויטש, ווערצבערגער.. מענעדזשער האבעך געהאט פארשענאווסקי.. שלומי ניימאן

און אזוי קען מען פארציילן און פארציילן...
עושר אדיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 5:45 pm

תגובה דורך עושר אדיר »

אה...
די שיינע בערג אויף דרום זייט פונעם קעמפ, די קריסטאל קלארע לופט וואס הערשט דארטן אין די געגענט, (נישט ביי די קאנטין,... ואכמ"ל)
די שעות ע"ג שעות לימוד התורה וואס מען האט דארטן קונה געווען אינטער די שאטן פון די ביימער,
וואו נעמט מען צוריק די יארן?
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובה דורך טעם וריח »

דיסקלעימער: כבין נישט געווען אין דעם קעמפ קיינמאל. כהאב אבער ענדליכע זכרונות פון אנדערע קעמפ'ס. כוויל נאר פרעגן א פראגע:

איינער האט פריער ערווענט אז ער איז דאנקבאר אז מען האט אויפגעהערט גיין אין קעמפ ווייל סאיז א איבריגע הוצאה פון 2 אלפים.

וויל איך פארשטיין, כלייען דא זאפטיגע זכרונות רובא דרובא דערמאנען די שעות ע"ג שעות תורה וואס מהאט קונה געווען, מיט אלע פאן. ס'איז קלאר פאר א קינד די בעסטע זאך אין זיין לעבן, עס בויעט אויף און האט א השפעה לעולם (ווי מקען ליינען דא...) אויב אזוי פארוואס פארגינסטו נישט פאר דיינע קינדער דעי הנאה און די תכלית?
פארוואס טאקע האט מען אויפגעהערט?
אלעס וועט דאך א טאטע טוען פאר די תכלית פון זיינע קינדער?
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובה דורך שפיגליצקי »

פאקסי קארטלעך האסטו געזאגט? אוי ווי הייזעריג בין איך געווארן ביז כ'האב זיך דערזען מיט איינס...

איין סדר השעה דערמאן איך זיך איז געווען ווען איין יונגל האט מען געבינדן די אויגן, א צווייטן די הענט, און בשותפות האט מען געדארפט אויפהייבן אביעקטן פון דער ערד...

געדענק איך די מאסיווע ראקון פאנגעריי וואס איז פארגעקומען דארט נעבן די קאך, ממש טעגליך נאך ראקונ'ס.

די וועכנטליכע זכרו תורת משה פרייטאג צו נאכטס, שבת צופרי די דונערדיגע מההה תשתוחחי נפשי, הווווחילי לאלקים הוחילי לאלקים, מה תשתוחחי נפשי ומה תהמי עלי... ווייסט וואס כ'מיין?

אפילו די ווייסע ערב שבת ווען, געדרייווט דורך ר' ישראל יעקב דייטש, וואס האט געברענגט די בילקעלעך און טאמעיטא דיפ איז אויך אינטערעסאנט יעצט..
אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובה דורך שפיגליצקי »

טעם וריח האט געשריבן:אויב אזוי פארוואס פארגינסטו נישט פאר דיינע קינדער דעי הנאה און די תכלית?
פארוואס טאקע האט מען אויפגעהערט?
אלעס וועט דאך א טאטע טוען פאר די תכלית פון זיינע קינדער?

הא תינח בדאיכא, אבל בדליכא..
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

תגובה דורך קאקאש קעיק מיט מילך »

איך בין נאך עד היום הזה צען יאר שפעטער נישט מוחל די הנהלה פארן סטאפן דאס גיין אין קעמפ אין מיינע צייטן
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 11:53 am

תגובה דורך פישל »

עטליכע בילדער פון ראונד טאפ
אטעטשמענטס
772_0553.JPG
772_0553.JPG (193 KiB) געזען 1828 מאל
772_0323.JPG
772_0323.JPG (215.35 KiB) געזען 1828 מאל
772_0319.JPG
772_0319.JPG (213.18 KiB) געזען 1828 מאל
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?
אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 11:53 am

תגובה דורך פישל »

שמחים בצאתם
אטעטשמענטס
100_1876.JPG
100_1876.JPG (248.93 KiB) געזען 1824 מאל
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?
אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 11:53 am

תגובה דורך פישל »

וששים בבואם...

די סטעיט פאליציי אין קעמפ
אטעטשמענטס
100_2118.JPG
100_2118.JPG (292.06 KiB) געזען 1820 מאל
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?
אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 11:53 am

תגובה דורך פישל »

עושים באימה רצון קונם

דער רבי שליט"א ביים ארויפקריכן אויפ'ן דאך פון די מקוה
אטעטשמענטס
IMG_2872.JPG
IMG_2872.JPG (412.79 KiB) געזען 1819 מאל
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?
אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 11:53 am

תגובה דורך פישל »

דער ספינקער רבי שליט"א אויף א באזוך אין קעמפ
אטעטשמענטס
100_2003.JPG
100_2003.JPG (324.9 KiB) געזען 1814 מאל
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?
אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 11:53 am

תגובה דורך פישל »

ביי ר' יצחק גרינפעלד'ס פלעי..
אטעטשמענטס
Photo_071408_003.jpg
Photo_071408_003.jpg (220.79 KiB) געזען 1813 מאל
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?
אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 11:53 am

תגובה דורך פישל »

מסיבת פרידה רבתי
אטעטשמענטס
IMG_3700.JPG
IMG_3700.JPG (348.65 KiB) געזען 2868 מאל
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?
עושר אדיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 5:45 pm

תגובה דורך עושר אדיר »

פישל האט געשריבן:מסיבת פרידה רבתי

אה..
די בלויע קאנטשויס
עושר אדיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 5:45 pm

תגובה דורך עושר אדיר »

פישל האט געשריבן:מסיבת פרידה רבתי

וועלכע יאר איז די מסיבת פרידה?
פארשפארט

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”