היסטאריע: אונגארען (אויבערלאנד) רעדן אונגאריש - פרטים

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8782
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

היסטאריע: אונגארען (אויבערלאנד) רעדן אונגאריש - פרטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

כידוע האבן רוב אונגערישע יידן גערעדט אונגאריש אינדערהיים מיט די ב"ב.
האבן רבנים געהאקט קעגן דעם?
איז געווען עפעס סיבות פ"וו עס האט זיך אנגעהויבן?
איז געווען א חילוק צווישן פארשידנע שטעט און שטעטלעך?
איז די מצב געווען אנדערש ביי בחורים אין ישיבה?
איז עס געווען א תוצאה פון צוואנגס-שולע?
איך זוך ספרים און מאמרים אויף די נושא.
ווער עס קען אריינקומען מיט מער אינפארמאציע ווערט געבעטן.
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
ירנן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2019 3:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירנן »

די יודיש פון די אויבערלענדישע איז געווען שטארק אנדערש אז מען האט זיך נאר פארשטאנען אין אנגעריש
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

די גאליציע רבנים וואס פלעגן זיין אפטע געסט אין אונגארן, האבן שארף געהאקט דערגעגן. אבער די אונגארישע רבנים האבן נישט געמאכט קיין עסק דערפון, פארקערט זיי האבן עס צומאל אפילו פארטיידיגט. כמובן איז דאס נאר געווען לאחר המעשה, דא אין אמעריקע וואו דער נייער עולם האט מילא נאך נישט געקענט קיין ענגליש איז מען אין די אונגארישע קרייזן באשטאנען - און עכ"פ פרובירט - אז אידיש זאל זיין די הויפט שפראך.

די צוואנג שולע איז מסתמא געווען א שטארקע גורם אז ממש יעדער איינער זאל מוזן קענען א פערפעקטן אונגאריש, אבער עס האט זיך אנגעהויבן נאך סאך פאר דעם. אין אנדערע לענדער מיט צוואנגס שולן האט דאס נישט געטוישט די אידישע טאג טעגליכע שפראך אויף אזא פארנעם ווי אין אונגארן
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8782
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

מקורות ביטע
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
שנלר
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 11:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנלר »

אין אונגארן זענען געווען בעיקר מאדערנע, ממילא איז עס געווען פארשטענדליך.
ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 1:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביללער »

יידישע קהילות האט געשריבן:כידוע האבן רוב אונגערישע יידן גערעדט אונגאריש אינדערהיים מיט די ב"ב.
האבן רבנים געהאקט קעגן דעם?
איז געווען עפעס סיבות פ"וו עס האט זיך אנגעהויבן?
איז געווען א חילוק צווישן פארשידנע שטעט און שטעטלעך?
איז די מצב געווען אנדערש ביי בחורים אין ישיבה?
איז עס געווען א תוצאה פון צוואנגס-שולע?
איך זוך ספרים און מאמרים אויף די נושא.
ווער עס קען אריינקומען מיט מער אינפארמאציע ווערט געבעטן.

דיין ערשטע שורה איז שוין נישט אמת,, אשאד די צייט
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8782
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

ביללער האט געשריבן:

כך שמעתי. אדרבה ביטע זיי מאריך און ערקלער.
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

ביללער האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:כידוע האבן רוב אונגערישע יידן גערעדט אונגאריש אינדערהיים מיט די ב"ב.

דיין ערשטע שורה איז שוין נישט אמת,, אשאד די צייט

מ'הייבט אן מיט א 'כידוע', און איצט ברענג מקורות עס אפצופרעגן.

יאך קום פון א סעמי אויבערלענדישע משפחה, די מענער האבן בדרך כלל נישט גערעדט אונגאריש אפילו אינדערהיים, די פרויען יא, אבער נישט סתם נאר בט' קבין...
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

שנלר האט געשריבן:אין אונגארן זענען געווען בעיקר מאדערנע, ממילא איז עס געווען פארשטענדליך.

הבל הבלים אין בו ממש..
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4054
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

יידישע קהילות האט געשריבן:כידוע האבן רוב אונגערישע יידן גערעדט אונגאריש אינדערהיים מיט די ב"ב.
האבן רבנים געהאקט קעגן דעם?
איז געווען עפעס סיבות פ"וו עס האט זיך אנגעהויבן?
איז געווען א חילוק צווישן פארשידנע שטעט און שטעטלעך?
איז די מצב געווען אנדערש ביי בחורים אין ישיבה?
איז עס געווען א תוצאה פון צוואנגס-שולע?
איך זוך ספרים און מאמרים אויף די נושא.
ווער עס קען אריינקומען מיט מער אינפארמאציע ווערט געבעטן.

מילדותי דענק איך אז קאשוי רב זי״ע וועלכער איד געווען אן עכטער אונגארישער רב פלעגט מעורר זיין דערויף ביי זיינע דרשות לשבת הגדול וואס ער פלעגט געבן אין וויליאמסבורג און פלעגט זאגן אז מען פלעגט רעדן אידיש אינדערהיים און נישט אונגאריש און די עלטערע אידן פלעגן דאס אנקוקן מיט א מורא׳דיגע תמיהה און האבן נישט געוואוסט וואס ער וויל אויף דעם פרט
אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאראש-פאטאק »

Gevald Geshrigen האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:כידוע האבן רוב אונגערישע יידן גערעדט אונגאריש אינדערהיים מיט די ב"ב.
האבן רבנים געהאקט קעגן דעם?
איז געווען עפעס סיבות פ"וו עס האט זיך אנגעהויבן?
איז געווען א חילוק צווישן פארשידנע שטעט און שטעטלעך?
איז די מצב געווען אנדערש ביי בחורים אין ישיבה?
איז עס געווען א תוצאה פון צוואנגס-שולע?
איך זוך ספרים און מאמרים אויף די נושא.
ווער עס קען אריינקומען מיט מער אינפארמאציע ווערט געבעטן.

מילדותי דענק איך אז קאשוי רב זי״ע וועלכער איד געווען אן עכטער אונגארישער רב פלעגט מעורר זיין דערויף ביי זיינע דרשות לשבת הגדול וואס ער פלעגט געבן אין וויליאמסבורג און פלעגט זאגן אז מען פלעגט רעדן אידיש אינדערהיים און נישט אונגאריש און די עלטערע אידן פלעגן דאס אנקוקן מיט א מורא׳דיגע תמיהה און האבן נישט געוואוסט וואס ער וויל אויף דעם פרט

איך האב געהערט פין מיין זיידע ער איז געקומען פין גאר א פרימע שטוב אז רוב פלעגט מען רעדען אונגאריש
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8782
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

אויך שמעתי אז קאשוי איז נישט אויבערלאנד און איז אפילו מער גאליציע ווי אונגארן.
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
גאלדגרוב
שר האלף
תגובות: 1759
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

אין אונטערלאנד מזרח אונגארן ווי נירעדהאז, דעברעצין האבן די מיידלעך נישט גערעדט און געקענט קיין אידיש בכלל! נאר אונגאריש סיי אינדערהיים און אין סקול. די מענער און אינגלעך האבן יא געקענט אידיש פון שוהל.
גאלדגרוב
שר האלף
תגובות: 1759
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

בכלל הייסט אונגאריש א שיינע שפראך און האט נישט קיין שום קרובה'שאפט מיט קיין איין אייראפעאישע שפראך ווי די פראסטע סלאווישע שפראכן.
רוב מיטליעריגע אידן דא אין ניו יורק וועמענס עלטערן קומען פון אונגארן פארשטייען אונגאריש און אסאך קענען גאר פליסיג רעדן. רוב מיטל עלטערע אידן וועלכע זענען געבוירן געווארן אין סאטמאר רומעניע קענען א גוטן אונגאריש טראצדעם וואס סאטמאר איז שוין רומעניע פאר 80 יאר
לעצט פארראכטן דורך גאלדגרוב אום מיטוואך יאנואר 08, 2020 11:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ברוכאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 675
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוכאוויטש »

גאלדגרוב האט געשריבן:אין אונטערלאנד מזרח אונגארן ווי נירעדהאז, דעברעצין האבן די מיידלעך נישט גערעדט און געקענט קיין אידיש בכלל! נאר אונגאריש סיי אינדערהיים און אין סקול. די מענער און אינגלעך האבן יא געקענט אידיש פון שוהל.

שקר
גאלדגרוב
שר האלף
תגובות: 1759
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

ברוכאוויטש האט געשריבן:
גאלדגרוב האט געשריבן:אין אונטערלאנד מזרח אונגארן ווי נירעדהאז, דעברעצין האבן די מיידלעך נישט גערעדט און געקענט קיין אידיש בכלל! נאר אונגאריש סיי אינדערהיים און אין סקול. די מענער און אינגלעך האבן יא געקענט אידיש פון שוהל.

שקר

מיין מוטער זז''ג יוכיח
ברוכאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 675
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוכאוויטש »

ווייל דיין זיידע האט געהאט א מאדערנע שטוב צייגט דאס נאך נישט אויף די גענצע צוויי ריזיגע אידישע שטעט וואס דו האסט דערמאנט!
מיינע באבע'ס ע"ה יוכיחו פארקערט!
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

מיינע זיידעס און באבעס האבן אלע גערעדט אידיש אינדערהיים

סיי מיינע און סיי די בני בית

פון זינבערגען ביז אונטערלאנד פון בודאפעסט ביז טשעכסלאוואקיע
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4054
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

און מיין זיידעס און באבעס האבן נישט גערעדט אידיש אינדערהיים נאר אונגאריש און האבן זיך אויסגעלערנט אידיש פון זייערע קינדער וואס זענען געגאנגען דא אין די היימישע חדרים
און זיי זענען נישט געווען קיין מאדערנע יודן אפילו היינט וואלסטו זיי אפשר אזוי אגעקוקט.
עס איז קיינער נישט שולדיג אז די היינטיגע יונגווארג מיינען באמת אז זייערע זיידעס און באבעס האבן קיינמאל נישט געגעסן קיין שטאפגענז, מאשין מצות, געבראקטס און זיך באנוצט מיט מקואות כשיטת הדברי חיים און געגאנגען אראפגעבינדען
ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגינעלע יוד »

Gevald Geshrigen האט געשריבן:און מיין זיידעס און באבעס האבן נישט גערעדט אידיש אינדערהיים נאר אונגאריש און האבן זיך אויסגעלערנט אידיש פון זייערע קינדער וואס זענען געגאנגען דא אין די היימישע חדרים
און זיי זענען נישט געווען קיין מאדערנע יודן אפילו היינט וואלסטו זיי אפשר אזוי אגעקוקט.
עס איז קיינער נישט שולדיג אז די היינטיגע יונגווארג מיינען באמת אז זייערע זיידעס און באבעס האבן קיינמאל נישט געגעסן קיין שטאפגענז, מאשין מצות, געבראקטס און זיך באנוצט מיט מקואות כשיטת הדברי חיים און געגאנגען אראפגעבינדען

הונדערט פראצענט!!
סאטמאר איז בעצם צוזאם געשטעלט פון צוויי קרייזן.
די תלמידי וחסידי צאנז און שפעטער סיגוט-סאטמאר, און נאכדעם איז דא א שיין ביסל אויבערלענדישע אייניקלעך פונעם חת"ס חדר...(וואס אגב, רוב פון זיי האבן זיך שוין געדרייט פארן קריג ביי חסידישע הויפן ווי צב"ש צאנז-שינאווא אדער בעלזא, און געלערנט אין אומאפיציעל-חסידישע ישיבות, ווי צב"ש גאלאנטא וכו')

זיי זענען געקומען קיין סאטמאר בעיקר צוליב צוויי סיבות,
ערשטנס, קיינער פון זייערע פריערדיגע ערנסטע רבנים האבן נישט איבערגעלבט דעם קריג, און אפילו ר' מיכאל בער און ר' יונתן שטייף וואס האבן יא איבערגעלעבט זענען אוועק גאר פרי תיכף נאכן מלחמה... איז נאר פארבליבן נאך איין קהילה וואס רעד בערך זייער שפראך..
צווייטנס, וואס דאס איז לכאורה די עיקר, איז צוליב די ריזיגע וועלט טוישונגען וואס די וועלט איז אדורך נאכן קריג,
כדי צו קענען אוועקשטעלן א דור אין א נייע לאנד און א נייע קולטור וואס איז געווען אנגענומען במשך די לעצטע הונדערטער יארן אלס חזר טריף (און מיט רעכט...), האט זיך אויסגעפעלט אוועק צושטעלן פון פריש דאס יודישקייט אין אסאך הינזיכטן, לדוגמה א סקול, אדער דאס גיין אנגעטון אביסל מער חיצוניותדיג אידיש... וכולו וכלו, צו דעם פעלט זיך אויס א מלאך אלוקים צו קענען קובעה זיין פונקטליך וואס און וויאזוי, און בכלל דאס גאנצע ציונות איז געווארן פון א דמיון א פאקט, און איינער דארף אונז דאך לערנען וואס אונזערע (פריערדיגע..)רביס (וועלכע האבן געמאכט דעם טיילונג...)וואלטן געזאגט אויף דעם פאל....

אבער בעצם שטאפ גענז כשלעצמו, אדער מאשין מצות כשלעצמו, און נאך צענדליגע זאכן זענען ביי מיר און ביי נאך אסאך אזויווי מיר מותר לכתחילה, ווייל דאס איז אונזער מסורה...

שטייען לעצטנס אויף מענטשן און דרייען דעם קאפ מיט עניני לבוש וכו', און זיי ברענגען נאך צו צו דעם מימרות און בילדער פון פוילן און גאליציע.... שוין לאמיר נישט מאריך זיין..

בקיצור יש ויש....
סאטמאר איז בעצם א ריזיגע יו ען פון אלע אונגארישע אידן (און אפילו א היבשע פאר פוילישע) און יעדער זוכט צו פארכאפן די מאכט אז ער איז די עכטע.....
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8782
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

איז נישט דעברעצין אויבערלאנד?
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
ורחץ
שר האלף
תגובות: 1210
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 12:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ורחץ »

יידישע קהילות האט געשריבן:איז נישט דעברעצין אויבערלאנד?

ניין
ורחץ
שר האלף
תגובות: 1210
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 12:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ורחץ »

עס איז היינט אין לעיקוואד (און אין נאך פלעצער) אויך דא הונדרעטער אידן וואס גייען מיט שטריימלעך און זייערע טעכטער קענען נישט קיין אידיש כאטש זיי האלטן זיך פאר חסידישע אידן.

וואו עס שיינט איז און אונגארן אויך געוועהן אסאך אזעלכע וואס זייער אייניקלעך דא וואונדערן זיך מיין זיידע און באבע זענען דאך נישט געוועהן מאדערן און איך זעה זיי האבן נישט געקענט קיין אידיש אויב אזוי מוז זיין אז חסידישע אידן און אונגארן האבן נישט גערעדט אידיש אין שטוב.

מיינע זיידעס און באבעס זענען געוועהן וואוילע היימישע אונגארישע אידן, נישט קיין אויסגערופענע געהויבענע אידן, איך האב נאך ב"ה געקענט מיינע זיידעס און באבעס וואס זענען געקומען פון ביידע עקן פון אונגארן (נירעדהאז און סערענטש אין אונטערלאנד - פאפא, וואטקערט און קישעקערעש אין אויבערלאנד) אין ביי זיי אלע איז אידיש געוועהן זייער מאמע לשון, כאטש וואס מיינע זיידעס פון אויבערלאנד און אפי' מיין זיידע פון סערענטש זענען נישט געגאנגען מיט קיין שטריימלעך.

(צו זיי האבן געגעסן שטאפ גענז אדער מאשין מצות ווייס איך נישט)
גאלדגרוב
שר האלף
תגובות: 1759
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

Gevald Geshrigen האט געשריבן:און מיין זיידעס און באבעס האבן נישט גערעדט אידיש אינדערהיים נאר אונגאריש און האבן זיך אויסגעלערנט אידיש פון זייערע קינדער וואס זענען געגאנגען דא אין די היימישע חדרים
און זיי זענען נישט געווען קיין מאדערנע יודן אפילו היינט וואלסטו זיי אפשר אזוי אגעקוקט.
עס איז קיינער נישט שולדיג אז די היינטיגע יונגווארג מיינען באמת אז זייערע זיידעס און באבעס האבן קיינמאל נישט געגעסן קיין שטאפגענז, מאשין מצות, געבראקטס און זיך באנוצט מיט מקואות כשיטת הדברי חיים און געגאנגען אראפגעבינדען

אמת ויציב. דעס האב איך געמיינט צו זאגן. קומט 'ברוכאוויטש' און האט נאך די חוצפה צו זאגן אז מיין זיידע האט געפירט א מאדערענע שטוב ווייל די מיידלעך האבן נישט געקענט קיין אידיש...
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

היוצא לנו מזה אז יעדער מיינט אז זיין זיידע איז געווען רוב אונגארן
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”