די שפירן פון נורעבמבורג, אב-אלול תרצ״ה

דאקומענטאציע פונעם צווייטן וועלט קריג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

פעבורער 5, צוויי טעג צוריק, און א פראוו אריינצוברענגען די סאציעלסטען אין די קאאלאציע, האט דאלידיער פארשיקט די הויפט פון די פאליציי פון פאריז, דזשען טשיעפע (Jean Chiappe), די סאציעלסטען האב געזאגט אז אויב מען זאגט אפ די רעכטע טשיעפע, וועלען זיי אריינקומען און קאאלאציע, דאלידער האט טאקע אזוי געטוהן, און די סאציעלסעטן זענען מסכים צו בלייבן אין די קאאלאציע, די עקסטרעם רעכט האט דאס אבער נישט געקענט אראפשלינגען, זיי זענען ארויסגעקומען פראטיסטירען אין די מאסען, די פראנצויזשע מיליטער גרייט זיך פאר אן אויפשטאנד, זיי האבן שוין געברענגט טאנקען קיין פאריז. ביזדערווייל איז אבער נאר דא פראטעסטען, נישט קיין אויפשטאנד.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

פעבורער 7, נעכטען פעבורער 6, איז פארגעקומען ראיאטען אין פאריז, געשלעגען האבן זיך אויסגעבראכען צעווישען די פראטיסטערער און די פאליציי, עס זענען דא 10 טויטע, 580 פארוואונדעטע, און 350 ארעסטירטע. היינט האט די פרעמיר פרובירט זאגן א דרשה אין די הויז אוו דעפיוטיס, און מען האט עם פארשריגען, מען האט זיך געשלאגען הענט און פיס און ער האט נישט געקענט ענדיגען די דרשה, היינט האט דעלידיער זיך אפגעזאגט פון זיין פאסטען.

וואס פאר א חילוק 10 טעג מאכט, צען טעג צוריק איז דעלידיער געווען א באליבטע פאליטיקאנט, וואס יעדער האט געהאלטען וועט צוריקברענגען סטאביליטעט צום לאנד, אנשטאט, איז ער אינדערויסען, און די אומסטאבילטיעט איז גאר געוואקסען.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

פעבורער 9, נעכטען האט די געוועזענער פרעזידענט גאסטען דאמערג (Gaston Doumergue) מסכים געווען איבערצונעמען די לייצעס אין פראנקרייך, ער האט פרובירט צו מאכן א קאאלאציע פון אלע פארטייען, אבער די סאציעלסטען און קאמיונעסטען האבן זיך אנטזאגט, אין זענען נישט אריין אין די קאאלאציע, אלע אנדערע פארטייען, רעכט לינק און צענטער זענען יא אריין אין די קאאלאציע, דאמערג אליינס איז צענטער רעכט. דאמארג איז אויך א באליבטע מענטש דורך כמעט אלע צדדים.

צוויי טעג צוריק האבן סענעטארען און דעפיוטיס צוזאמען מיט מונציפאלישע קאנסילערס ארויסגעלייגט א דעקלעראציע ווי עס שטייט אזוי
פאריז דעקלעראציע האט געשריבן:אויף דער מארגן נאך דעם געפערליכע טאג פעבורער 6, האבן מיר מודיע געווען די פרעזידענט אז די רעזיגנאציע פון דאלידער אלץ פרעמיער פעלט זיך אויס, און אז א נאצינאלע רעגירונג פון פובליק פארזיכערונג זאל געגרינדערט ווערען זאפארט, איהר ערשטע אויפגאבע זאל זיין צו באשטראפען די שולדיגע, און צו פעררעכטען די אומ׳יושר, צוליב דעם [די שריט וואס די נייער רעגירונג וועט נעמען] פאריז אין טרויער וועט ערמעגליכט ווערען צו קלאגן איבער איהרע טויטע אין א צוריק געפונענע שלום.


די ראיאטען האבן זיך אפגעשטילט, הגם די קאמיונסטען דרייען נאך אביסל איבער, די קאמיונעסטען אין די סאציעלסטען האבן אויך פאררופען א סטרייק אויף פעבורער 12.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

פעבורער 13, נעכעט איז פארגעקומען די סטרייק אנגעפירט דורך די סאציעלסטען, די סטרייק האט אנגעהאלטען 24 שעה, אין פאריז איז נישט געווען קיין צייטעונגען, טראליס, און טעקסיס, די טרעינס האבן זיך אפגעשטעלט פאר בלויז 1 מינוט. דער טעלעגראף ליין צעווישען ענגלאנד און פראנקרייך האט שווערע delays צוליב דער סטרייק, אבער דער סטרייק איז מער ווייניגער דורכגעגאנגען בשלום.
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

א גרויסע ישר כוח @בבקשה פארן ברענגען די נייעס
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

פעבורער 16, די הויז פון דעפיוטיס האט געשטימט היינט פאר די קאאלאציע פון דאמערג, 402 צו 125, 68 האבן נישט געשטימט, איידער די שטימע, האבן אלע דעפיוטיס, חוץ די קאמינסטען שטארק אפלידיערט דער נייער פרעמיער.

די ערשטער שריט פון די נייער פרעמיער, איז געווען צו שטעלען א קאמיטיע וואס וועט אויספארשען די סטאוויטסקי סקאנדאל, דער קאמיטיע וועט נישט האבן קיין שום לעגאלע מאכט. אירע געפונסען וועלן דארפן באשטעיטיגט ווערען דורך א געריכט.
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

יישר כוח @בבקשה פאר די קלארע אפדעיטס. א מחי' צו עס ליינען,
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

פעבורער 20, נעכטען איז אנגעקומען די ערשטע קבוצה פון יוגענטליכע קיין א"י, דורך די עלית הנוער פראגראם, די קבוצה באשטייט פון 27 אינגלעך און 18 מיידליך אין עלטער פון 15 ביז 17 יאר. זענען נעכטן איבערגעשלאפן אין האטעל, און היינט האט מען זיי געברענגט צו קיבוץ עין חרוד, ווי זיי וועלן זיך לערנען פעלד ארבייט און ארבייטן אויף די פעלדער פון די קיבוץ
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

אפריל 28, היינט ווערט באריכטעט אז די פירער פון די אונגערישע נאצי פארטיי גראף פעסטיקעס (Count Sándor Festetics) דריקט אויס זיין שטיצע פאר ציוניזם, ער זאגט אז ער איז גרייט אז אלע אידן וואס ווילן גיין צו א"י, קענען קומען צו איהם כדי זיך צו לערנען פעלדארבייט, ער זאגט אז ער זעט נישט קיין שום סתירה צעווישען נאציזם און ציוניזם.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

אפריל 30 1934, די עסטרעכיישע פארלימענט האט זיך היינט געטראפען פאר די ערשטע מאל אין 14 חדשים, עס איז אנגעקעקומען בלויז 74 מיטגלידער, ווייל אסאך אנדערע פארטייען זענען געווארען אומלעגאל, און אירע מיטגלידער האבן מורא געהאט צו קומען צו פארלימענט, מיט אן אפשטימע פון 72-2, האט די פארלימענט באשטעיטיגט א נייע קאנסטוטציע, וואס טוהט אויפלעזען די פארלימענט, און געט אלע כוחות פון די רעגירונג צו דאקטער דאלפאס, דאקטער דאלפאס ווערט יעצט די פאקטישע דיקטאטור פון עסטרייך, אין איינעם מיט די אנטי-נאצי פאשיסטישע היימווער, (די עסטרייכישע פאשיסטען זענען מחולק מיט די נאציס און צוויי זאכן, 1. זיי זענען נישט קיין אנטיסעמיטען, 2. זיי ווילן נישט אז עסטרייך זאל זיך אנשליסען אין דייטשלאנד, משא"כ די עסטרייכישע (און דייטשע) נאציס ווילן יא אז עסטרייך זאל זיך איינשליסן אין דייטשלאנד)
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

בבקשה האט געשריבן:אפריל 28, היינט ווערט באריכטעט אז די פירער פון די אונגערישע נאצי פארטיי גראף פעסטיקעס (Count Sándor Festetics) דריקט אויס זיין שטיצע פאר ציוניזם, ער זאגט אז ער איז גרייט אז אלע אידן וואס ווילן גיין צו א"י, קענען קומען צו איהם כדי זיך צו לערנען פעלדארבייט, ער זאגט אז ער זעט נישט קיין שום סתירה צעווישען נאציזם און ציוניזם.

ישר כוח פאר די שנעלע באריכטן
קוק איך וואוין אין אונגארן און איך האב נאכנישט געהערט פון די נייעס, די צייטונגען דא זענען אפאר טעג צוריקגעבליבן
@בבקשה די ביסט די קראנטסטע און שנעלסטע נייעס
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

יוני 9 1934

בערלין-די זיכערהייטס דינסט -עס די און קורצן- א שפיאניזש אפטיילונג און די עס.עס., איז היינט געווארן א זעלבסשטענדיגע שפיאנאזש אפיס פאר די נאצי פארטיי, געשטעלט צו האלטן אן אויג אויף אלע "פיינט" פון די נאצי פארטיי,
וואס רעכנט אריין קאמוניסטן, זשורנאליסטן, און.. ווער נאך???...... הו שיעור פארגעסן די אידן, "שונא נומער 1 פון די דייטשע פאלק"

די נייע זעלבסשטענדיגער אגענטור וועט ווייטער זיין אונטער די פירערשאפט פון די ביז איצטיגער דירעקטאר היינדריך היינריך, וואס איז אויך דער דירעקטאר פון די געסטאפא.

היינריך האט ארויסגעגעבן אן אנווייזונג פאר די אגענטור, צו שטעלן יעדע דייטשע בירגער אונטער נאכנאנדיגע אויפזיכט, אפשר האלט ער אז אלע דייטשן שטאמן פון אידן.
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

באריכטן ווייסן צו זאגן איבער אנגעצויגענע באצואונגן צוויישן היטלער און רייען ערנסט דער פירער פון די עס.עי. - וואס האט געהאלפן היטלער קומען צו די מאכט- וואס ווערט אלס מער און מער,

היטלער קומט אונטער מער דריק פון די מיליטער צו צוימען די עס. עי. וועם זיי באטראכטן אלס דירעקטע קאנקורענץ און געפאר פאר זיי (צוליב וואס ערנסט וויל ערזעצן די מיליטערישע פירערשאפט, און איינע פון די העכסטע עס. עי באאמטע האט לעצטנס געזאגט "א חלק אפיצירן זענען שוויינען און מערסטע זענען צו אלט, און דארפן ווערן ערזעצט מיט מער אונגערע")

דעם פארגאנגענעם יאנואר האט ערנסט געשיקט א מאמוראנדום פאר דער קריגס מיניסטער פאן בלומבערג, (א קאנסערוואטיווער פאליטישן, אבער נישט קיין נאצי מעמבער, און ער ווערט געזעהן אלס בריק צווישן היטלער און די ארמיי) אז די עס.עי. דארף ווערן די אפעציעלע ארמיי אנשטאטס די ביז איצטיגע,
און ריספאנס צו די מאמוראנדום איז פארגעקומען א זיצונג צווישן היטלער, די מיליטער און די עס.עי. פירער דעם פארגאנגענע פארואר, און היטלער האט געצווינגן ערנסט אונטערצושרייבן א דעקרעט וואס אנערקענט די מאכט פון די מיליטער איבער די עס.עי. און די עס.עי. דינט אלס דרויסענדיגער הילף פאר די ארמיי, און נישט פארקערט.
נאך וואס היטלער און ארמיי האבן פארלאזט די פלאץ האט ערנסט געזאגט אז " ער וואלט נישט גענומען קיין באפעלן פון דעם לעכערליכע קארפארעל" באצוענדיג צו היטלער וואס איז געווען א קארפארל און די דייטשע ארמיי, און ביזדערווייל איז נאך נישט געקומען א ריספאנס פון היטלער אויף די ווערטער, אבער די ריס איז געווארן שטערקער,

און בכלל איז דא א שטערקע חילוקי דעות וויאזוי מען זאל ווייטער פורן די לאנד און די עקאנאמיע,
די עס.עי וויל אויפברעכן די אריסטאקראטיע און די גרויסע לאנד אייגענטומערס, און זיי האבן געהאפט אז היטלער וועט עס אויספירן, אבער ביז דערווייל האט ער עס נאך נישט געטוהן.
חוץ מזה די עס.עי. מעמבערס פירן נאך אלס דורך ראיאטן און די גאסן נאך א נאכט פון טרינקען ביטערע געטראנקן, און זיי אטאקירן דורכגייער און ציווילע מענטשן, די אויסערן אפיס האבן שוין באריכטעט איבער איבערפעלער אויף אויסלענדישע דיפלאמאטן, דאס אחעס צוזאמען שטרענקט מער און מער אן די באציהונגן צווישן היטלער און די עס.עי.
באריכטן ווייסן צו פארציילן אז היטלער פלאנט צו נעמען שריט אקעגן זיי, און אפשר זיי אינגאנצן באזייטיגן, עפעס וואס גלייבט זיך שווער ווייל אן די עס.עי וואלט היטלער לכאורה נישט געקומען צי דער מאכט, און אוודא נישט געהאט די יעצטיגער אויסשליסליכער מאכט.
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

די מעשה מיט די SA איז אביסל אינטרעסאנט, ס'איז דא אן אפטיילינוג אין די SA, וואס איז געטריי פאר היטלער זיי רופן זיך די שוץ שטאפעל אדער עס. עס.

בנוגע די רייבערייען צעווישען די SA און די מילטער איז אינטרעסאנט, די מיליטער איז געבינדען צו די הסכם פון ווערסעי, נישט צו גרויס צו ווערן, די SA, אבער, ווי לאנג עס ווערט נישט די אפיציעלע מיליטער פון דייטשלאנד, נאר בלייבט אלץ מיליטער פון די נאצי פארטיי, קען זי ווערען ווי גרויס זי וויל, און דאס איז נאך א סיבה פארוואס היטלער וויל נישט אז די SA זאל איבערנעמען די געהעריגע מיליטער, על אף וואס די מיליטער איז נישט עכט עם געטריי, און זיי זענען נישט אפילו געטריי צו נאציזם.

די אייברשטער זאל העלפען אז די SA און היטלער זאלן זיך ארומרייסען ווי עס באדארף צו זיין, און גורם זיין גרויסע שאדנס אייעם צום אנדערען, און דערנאך זאל פרעזידענט הינדענבורג קענען אריינשטעלען א נארמאלער פירער וואס זאל איבערנעמען די מאכט.
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

בבקשה האט געשריבן:די מעשה מיט די SA איז אביסל אינטרעסאנט, ס'איז דא אן אפטיילינוג אין די SA, וואס איז געטריי פאר היטלער זיי רופן זיך די שוץ שטאפעל אדער עס. עס.

בנוגע די רייבערייען צעווישען די SA און די מילטער איז אינטרעסאנט, די מיליטער איז געבינדען צו די הסכם פון ווערסעי, נישט צו גרויס צו ווערן, די SA, אבער, ווי לאנג עס ווערט נישט די אפיציעלע מיליטער פון דייטשלאנד, נאר בלייבט אלץ מיליטער פון די נאצי פארטיי, קען זי ווערען ווי גרויס זי וויל, און דאס איז נאך א סיבה פארוואס היטלער וויל נישט אז די SA זאל איבערנעמען די געהעריגע מיליטער, על אף וואס די מיליטער איז נישט עכט עם געטריי, און זיי זענען נישט אפילו געטריי צו נאציזם.

די אייברשטער זאל העלפען אז די SA און היטלער זאלן זיך ארומרייסען ווי עס באדארף צו זיין, און גורם זיין גרויסע שאדנס אייעם צום אנדערען, און דערנאך זאל פרעזידענט הינדענבורג קענען אריינשטעלען א נארמאלער פירער וואס זאל איבערנעמען די מאכט.

א גוטע הערה,
און צוצילייגן די מיליטער איז טאקע נישט געטריי צו נאציזם, אבער שטיצן שטארק היטלערס מיינונגן איינצונימען היסטארישע דייטשע לאנד, און זיי האבן איהם אפילו אינדארסירט פאר פרעזידענט אקעגן הינדענבורג.
און די עס.עי. פון די אנדערע זייט זענען טאקע געטריי צו נאציזם, אבער זיי האבן טענות אויף היטלער אז ער גייט נישט געניג ווייט צו רעפארמירן די עקאנאמיע, במילא און א געוויסע זין האט היטלער מער ציטרוי און די מיליטער ווי און די עס.עי.
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

יוני 29 1934

בערלין - די ריס צווישן היטלער און די עס.עי. ווערט מער און מער מיט יעדע פארבייענדן טאג, און די פרעשור אויף היטלער צו נעמען אקציע אקעגן ערנסט ראם ווערט שטערקער און שטערקער, קומענדיג פון אלע זייטן, סיי פון היטלערס נאנטע מענטשן - וואס זעהן ראם אלס שטער פאר זייער מאכט - און סיי פון די מיליטער וואס זעהן און איהם א סכנה,
היטלער האט פארריפען אויף היינט נאכט 11:00 א מיטינג און בעד וויסי, א טאון און באוועריע, מיט די הויפטן פון די עס.עי. און עס איז נישט קלאר וואס היטלערס פלענער זענען.
צו פארשטיין וואס דאס באדייט, דארף מען קודם זעהן די היסטאריע פון די עס.עי. און זייער ראלע צו ברענגן היטלער צו די מאכט.
און יאנואר 1919 איז געגרינדעט געווארן די "דייטשע ארבעטער פארטיי" מיט די אידעאלאגיע פון,
דייטשע נאציאליזם,
אנטי קאפיטאליזם,
אנטי קאמוניזם,
אנטיסעמיטיזם.
היטלער איז געווען אנגעשלאסן און די ארמיי, און זייהאבן איהם געשיקט צו אינוועסטיגעיטן די פארטיי, ווען היטלער איז נאכגעגאנגן זייער אקטיוויטעטן איז ער באאיינדרוקט געווארן פון זייער איידיעס, און איינמאל ווען א פראפעסער איז געקומען צו א פארטיי זיצונג דאבאטירן די פארטיי מיטגלידער, האט היטלער איהם שארף צוריק דעבאטירט, וואס האט דעמאלטס געוויזן זיין שטארקע רעטארישע כוח און די פארטיי פירער האבן איהם איינגעלאדענט זיך איינצושרייבן און די פארטיי, און היטלער האט עס אנגענומען.
במשך די קומענדיגע יאהר איז געווען 3 פארטיי זיצונגן מיט א גאר קליינע באטיילינגונג און די ערשטע צוויי,
און ביי ביידע זיצונגן זענען געקומען מיטגלידער פון אנדערע פארטייען און אידעאלאגיעס און געטרייט צו צישטערן די זיצונגן, היטלער וואס איז געקומען פון די מיליטער, האט געהאט פריינד אנוועזנד, וואס האבן ארויסגעהאלפן די פארטיי פירער ארויסצוטראסקענען די שטערער, און בשעת היטלער באקומט מער און מער מאכט,
ביי די דריטע זיצונג פאברואר 24 זענען אנוועזנד שוין געווען 2000 מענטשן און דארט האט די פארטיי געמאלדן אז זיי טוישן די נאמען פון די פארטיי צו "נאציאנאל סאציאליזם דייטשע ארבעטער פארטיי", מיטן האפענונג אז דאס זאל אפעלירן צו די מער לינקע ארבעטער און דייטשלאנד, ביי די זיצונג איז פארגעקומען ראיאטן אקעגן די פארטיי, ווען די ראיאטירער פראהבירן שטיל צו מאכן היטלער, היטלער אנוועזענדע פריינד פון די ארמיי האבן שטיל געמאכט די ראיאטירער מיטן שיסן רעבער בענדס אויך זיי, וואס דאס האט געשטיפט היטלער צי גרינדען א אייגענע זיכערהייט איינהייט,
נאך די אינצידענט האבן א פערמענאנטע גרופע פארטיי מיטגלידער געשאפן א זיכערהייט דעפארטמענט אונטער די פירערשאפט פון עמיל מאריס, א יאהר שפעטער האט היטלער עס געריפען א סופארט דיוויזיע פון די פארטיי כדי נישט אריינצופאלן און פראבלעמן מיט די רעגירונג, אז דא איז א מיליציע, און יענע צייט איז די גרופע שוין געווען א גוט ארגאניזירט באשטייענדיג פון אסאך געוועזענע סאלדאטן, און האבן ארויסגעהאלפן באשיצן די פארטיי פירער און זיצונגן פון איבערפעלער פון די סאציאל דעמאקראטן און קאמוניסטן, און אזוי אויך צו שטערן זייערע זיצונגן, די מצב איז אנגעגאנגן דורך אויס צוואנציגער יאהרן ווען די שטורעם באטאליען - עס.עי. און קורצן - פירן דורך געוואלטאטן און ראיאטן אקעגן אנדערע פארטייען, זייענדיג הויפט קראפט פאר היטלער צו שטייגן און מאכט, און אונטערברענגן און שטערן אנדערע פארטייען,
און בעיקר און 1932-1933 ווען היטלער איז אריינגעקומען די שטערקסטע אבער אן קיין רוב, און היטלער האט געוואלט דורך פירן די אינעבל עקט דעמאלטס זענען די עס.עי. וואס האבן דורך געפירט די שמוציגע און טעראריסטישע ארבעט זיכער צו מאכן אז עס גייט דורך.
דאס איז און קורצן איבער די עס.עי וויאזוי היטלער וואלט נישט געווען ביי די מאכט ווען נישט זיי.

צוריק צו די טעמע פון די באריכט די פרעשור אויף היטלער האלט און איין שטארקן ער זאל נעמען שריט אקעגן די עס.עי., אבער ער וואקחט זיך נאך, די פרעשור איז געגאנגן אזוי ווייט, אז פריער און יוני פאר היטלער און די איטאלישער דיקטאטור מוסאליניהאבן אפגעהאלטן זייער זיצונג און וועניס איטאליע, האט דער דייטשער סטעיט סעקרעטערי, און דער דייטשער אויסערן מיניסטער, געהייסן פאר דעם דייטשער אמבעסאדאר און איטאליע - אן אלטער באקאנטן מיט מוסאליני - ער זאל איהם בעטן אז מוסאליני זאל ארויפברענגן די אישו פון די עס.עי. ביי די זיצונג, און זאגן פאר היטלער אז זיי פארשמירן זיין גוטע נאמען ,
באריכטן ווייסן צו פארציילן אז מוסאליני האט עס ארויפגעברענגט ביי די זיצונג, זאגענדיג אז די אקטיוויטעטן פון די עס.עי פארשמירן זיין נאמען און די וועלט, און די זעלבע באריכטן ווייסן אויך צו זאגן, אז דאס האט געהאלפן שטיפן היטלער צו די היינט נאכטיגע זיצונג.
און אנדערע נייעס, און ליכט פון די היינטנאכטיגע זיצונג האבן די גענעראלשטאב פון די דייטשע ארמיי געמאלדן אז זיי שטייען פאלשטענדיג אונטער היטלערס פרעזידענסי קאנדידאטור,
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

אז מען רעדט שוין איבער די היטלער מאסעלני צוזאמטרעף, וויל איך שרייבן א שטיקל סך הכל וואס דארט איז פארגעקומען, די עיקר טעמע דארט איז געווען עסטרייך, מוסעליני שטיצט די פאשיסטישע דאקטאר דאלפאס, אבער היטלער שטיצט די עסטרייכישער נאצי פארטיי, טראץ וואס היטלער האט כמה פעמים צוגעזאגט אז דייטשלאנד וועט זיך נישט מישן אין עסטרייך, קומען דארט פאר כסדר באמבעדירונגען, עסטרייך טענהט אז דייטשלאנד שטייט אונטער דעם. ביים צוזאמטרעף האט היטלער נאכאמאל צוגעזאגט זיך נישט צו מישן אין עסטרייך.

היטלער האט אויך צוגעזאגט פאר מוסעליני, אז ער איז גרייט צוריק אריינצוקומען אין די פעלקער ליגע, בתנאי אז מען נעמט אראפ די באגרעניציגען פון בויען א מיליטער, וואס מען האט געלייגט ביי ווערסאי
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

אביסל טיפער האט געשריבן:יוני 29 1934

בערלין - די ריס צווישן היטלער און די עס.עי. ווערט מער און מער מיט יעדע פארבייענדן טאג, און די פרעשור אויף היטלער צו נעמען אקציע אקעגן ערנסט ראם ווערט שטערקער און שטערקער, קומענדיג פון אלע זייטן, סיי פון היטלערס נאנטע מענטשן - וואס זעהן ראם אלס שטער פאר זייער מאכט - און סיי פון די מיליטער וואס זעהן און איהם א סכנה,
היטלער האט פארריפען אויף היינט נאכט 11:00 א מיטינג און בעד וויסי, א טאון און באוועריע, מיט די הויפטן פון די עס.עי. און עס איז נישט קלאר וואס היטלערס פלענער זענען.

יוני 30 1934 5:00 AM
באריכטן קומען אריין פון א שיסעריי און די האטעל האנסעלבאוער און בעד וויסי, ווי די מיטינג פון היטלער מיט ערנסט ראם פון די עס.עי. קומט פאר, דערנעבעדיגע איינוואוינער געבן איבער, האבן זיי געהערט קולות און דערנאך צוויי שיסערייען, איינוואוינער פון קעגן איבער די האטל דערציילן זיי האבן געזעהן ווי מען פירט ארויס עטליכע מענטשן, וואס לויט זייערע מונדירן האבן זיי אויסגעקוקט צי זיין הויכראנגיגע אפיצירן פון די עס.עי. קוועלער וואס קומען אריין זענען זייער צומישט, טייל זאגן אז די עס.עי. האט געטרייט דורך צופירן א פוטש אקעגן היטלער, און אנדערע ווייסן גאר צודערציילן אז מען האט ארעסטירט די הויפטן פון די עס.עי. נאכדעם וואס היטלער - וואס איז געווען אונטער פרעשור צו נעמען אקציע אקעגן די עס.עי, אבער האט זיך אפגעהאלטן ביז יעצט - האט זיך געבראכן צו די פרעשור פון זיינע נאנטע, און אין די ארמיי, און ארעסטירט די עס.עי. הויפטן.
באריכטן קומען נאך אריין ווייטער, מען וועט אי"ה אפדעיטס ווען עס וועט זיין,
לאמיר אלע בעטן און האפן עס זאל נאר ארויסקומען גוטס פאר אידן, און משיח זאל שוין און אונז אויסלייזן פון די ביטערע גלות.
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

אבי סאיז ציווישן גוי..... קום אריין מיט אפדעיטס ווען דו האסט
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

ניין און יא האט געשריבן:אבי סאיז ציווישן גוי..... קום אריין מיט אפדעיטס ווען דו האסט

וועלקאם בעק,
אגב מען זאגט אז דער עס.עי. הויפט ראם, איז א גרעסערע אנטיסעמיט, און אז ער גאר שטיפט היטלער צו העצן אזוי שטארק אקעגן אידןש
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

יוני 1934 6:00 AM
אונזערע קוועלער און דייטשלאנד באשטעטיגן מיט א זיכערקייט, אז די צוויי שיסערייען וואס איז געהערט געווארן פון די האטעל איז געקומען פון די עס.עס. ווען זיי האבן געשאסן "עדמאנד היינס" די די "ברעסלאו" עס.עי הויפט, ווען די עס.עס. איז אריין און היינס צימער האבן זיי איהם געטראפן ליגן און בעט
היטלער האט געהייסן זיי ביידע ארויסנעמען און זיי שיסן צום טויט,
אזוי אויך ווערט באשטעטיגט אז א גרופע הויכראנגיגע עס.עי. אפיצירן זענען ארעסטירט געווארן אראפקומענדיג פון די טרעין און בעד וויסי גייענדיג צו די זיצונג, און זענען געפירט געווארן צו די סטעידלהיים תפיסה און מוניך, עס איז דערווייל נישט קלאר וואס היטלער פלענער פאר זיי זענען,
ביז דערווייל טוט די פרעסע און דייטשלאנד וואס איז קאנטראלירט ביי די רעגירונג נישט דערמאנט א ווארט וועגן די געשעהניש די נאכט, און לויט ווי מיר הערן, וויל נישט די רעגירונג אז די באפעלקערונג זאל וויסן פון דעם, באריכטן וועלן נאכפאלגן ווי נאר מען באקומט עס.
הצלחה
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

יולי 3 1934
מער באריכטן קומען אריין פון דייטשלאנד, און עס ווערט מער און מער קלארער אז די אקציעס איז נישט נאר אקעגן די עס.עי. נאר אויך אקעגן רעכטע פאליטיקאנטן, וואס זענען נישט אפיליאירט מיט די נאצי פארטיי.
פאלגנד איז א שטיקל כראנאלאגיע,
יוני 29 זענען ארעסטירט געווארן עטליכע הויכראנגיגע באאמטע פון די עס.עי. אנקומענדיג צו די זיצונג מיט היטלער.
שפעטער 7-8 אווענט האבן א גרופע עס.עס. מיטגלידער געשטורעמט די האטעל און בעד וויסי, ווי די עס.עי. פירער האבן זיך אויפגעהאלטן, און ארעסטירט זיי אלע אריינגערעכט דער פירער ראם - ווען זיי ליגן נאך און בעט -'
היטלער איז דאן צוריקגעפארן צו די פארטיי הויפטקווארטיר און מוניך און אדרעסירט די פארזאמלטע, זאגענדיג צווישן אנדערע, " אומדיצפלינירטע און גייסטיש קראנקע עלעמנטן וועלן פארניכטעט ווערן" בשעת די פארזאמעלטע -אריינגערעכנט א צאהל עס.עי. מיטגלידער - האבן געפאטש און געשריגן זייער שטיצע, איינער פון די העכסטע און די נאצי פארטיי רודאלף העס, האט אפילו וואלענטירט צו שיסן די פאררעטער, און די זעלבע צייט האט איינער פון די העכסטע באאמטע און די נאצי פארטיי "י'אזעף גאבעלס וואס איז געווען און בעד וויסי מיט היטלער, איז צוריקקומענדיג קיין האט ער טעלעפאנירט צו "הערמאן געהרינג" צו איינשטעלן און קראפט די אקציע "קאליברי" - א קאוד פאר א פייערונג סקוואד- און אויסשיסן טייל מיטגלידער פון די עס.עי. און אנדערע אויף די נאצי רעזשים ליסטע, א חלק זענען גלייך דערשאסן געווארן, און א חלק זענען גענומען געווארן און ארעסט, ווי מען האט זיי געשטעלט אויף א איין מינוט "פראצעס" און באלד דערשאסן,
און די זעלבע פאר טעג זענען אויך ארעסטירט און געשאסן געווארן געוועזענע מיטגלידער פון די קאמוניסטישע פארטיי, און סאציאל דעמאקראטישע פארטיי, און אפאר גאר נאנטע מענטשן צו די וויצע קאנצלער פאפען ( היטלער איז זייער ברוגז אויף פאפען, נאכן האלטן א שארפע רעדע אקעגן די צושטאנד און לאנד, און פון זיינע נאנטע געשאסענע רעכנט אריין זיין סעקרעטאר "הערבערט פאן באוס"
און "עדגאר יונג" דער שרייבער פון זיין רעדע, און "עריק קלאזענער" דער פירער פון די "קאטוילישע עקשן גרופע, און א נאנט פארבונדעטער צו פאפען) פאפען אליין איז געזיצן און זיין וויצע קאנצלער אפיס ווען די עס.עס. איז איהם געקומען ארעסטירן, און פאפען האט פראטעסטירט זאגענדיג, אז ער האט אימיוניטעט זייענדיג די וויצע קאנצלער, אבער דע עס.עס. האט איהם פארט ארעסטירט, און ער זיצט יעצט און ארעסט,
אזוי אויך זענען געהארגט געווארן היטלערס אלטע פיינט, ווי "קורט פאן שלייכער" וואס איז געווען קאנצלער פאר אפאר חודשים און 1932, און "גרעגאר שטראסער" א נאצי עקאנאמיסט, (וואס האט זייער אויפגערעגט היטלער, ווען ער האט רעזיגנירט און 1932) און "גוסטאוו רוטער פאן קאור" דער זעלבער וואס האט אונטערגעדריקט היטלערס פראבע אומציווארפן די רעגירונג און 1923,
דער עס.עי. הויפט ראם איז איינגעזעצט געווארן און די סטעיבלהיים טורמע און מוניך, און אין יולי 1 האט היטלער באפוילן פאר "טעאדאר אייק" דער קאמאנדיר פון דאקאו קאנסערטראציע לאגער און צוזאמען מיט איינער פון די עס.עס. אדיוטאנטן זענען זיי אריין צו די טורמע צעל פון ראם מיט א רעוואלווער אנגעלאדענט מיט איין קויל זאגענדיג אז ער האט 10 מינוט צו באגיין זעלבסמארד, און אויב נישט וועלן זיי איהם שיסן,
ראם האט זיי געזאגט אויב דארך איך ווערן דערשאסן זאל עס היטלער אליינס טוהן (האלטענדיג ווי אסאך אנדערע עס.עי. פירער, אז די עס.עס. טוט עס אויף די אייגענע האנט און היטלער ווייסט נישט פון דעם) נאך 10 מינוט ווען זיי האבן גארנישט געהערט פון זיין צעל, זענען זיי אריין און געשאסן ראם,
באריכטן וועלן נאכפאלגן ווי נאר זיי קומען אריין,
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

אינטערעסאנט, און וואס זאגט פרעזידענט הינדענבורג צו דעם? ער לאז אז מען זאל סתם אזוי הרגענען מענטשן אן קיין געהעריגע פראצעס?
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

בבקשה האט געשריבן:אינטערעסאנט, און וואס זאגט פרעזידענט הינדענבורג צו דעם? ער לאז אז מען זאל סתם אזוי הרגענען מענטשן אן קיין געהעריגע פראצעס?

פרעזידענט הינדענבורג האט נארוואס געשיקט א טעלעגראם אויסדרוקענדיג פולע שטיצע פאר די רעזשים,
א באריכט וועט אי"ה נאכפאלגן
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: 1933 תרצ''ג, שאק און שוידער! אנטיסעמיטישע פארטיי נעמט איבער פירערשאפט אין דייטשלאנד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

יולי 5 1934
בערלין - נעכטן האט דער עס.עס. הויפט הימלער, געגרינדעט די "אינספעקטאראט פאר די קאנסערטראציע לאגערן" אפיס, צו האלטן איבערזיכט אויף אלע לאגערן אינטער איין אפיס, און אלס הויפט איז געשטעלט געווארן דער ביז איצטיגער דאקאו קאנסערטראציע לאגער הויפט טעאדאר אייק (דער זעלבער וואס האט מיט צוויי טעג צוריק פערזענליך געשאסן דער עס.עי. הויפט ערנסט ראם.)
דער נייער אפיס גייט אויך ארייננעמען די לאגערן אינטער קאנטראל פון די עס.עי., און יעצט נאכדעם וואס היטלער האט עלימינירט די עס.עי. הויפטן גייט עס אריינגיין אונטער קאנטראל פון די עס.עס. דורך די נייע אפיס,
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
שרייב תגובה

צוריק צו “שנות הזעם”