דענקעך טאקע דעם רבי'נס קומען, ווי דער רבי האט מיך דאן פארהערט די צווייטע בלאט אין מס' סוכה, דער רבי איז ארומגעגאנגען צווישן די קינדער, צוגעגאנגען צו צוויי קינדער אויף א טיש, אריינגעקוקט ווי די גמ' איז אויפגעמישט, און פארהערט פון דארט...
אוודאי דאס לעבן אין די באקסעס ביז די גבוה בחורים וועלן זיך מרחם זיין...
ווער קען פארגעסן ר' דוד שטיינבערגן! א יוד מיט הארץ און הארץ און נאכאמאל הארץ! פלעגט ארומגיין צווישן די קינדער און פארציילן די אפדעיטס, ווען דער פלאמער גייט קומען, און פארוואס דאס איז נאכנישט אנגעקומען, וכו'...
די 'הכנסת ספר תורה' אלע קינדער זענען געגאנגען שרייבן א אות... דערנאך האט מען געטאנצן אין יעדע באנק...
די פלעי... סאַלאַמאַנאַקאָקאָ...
קעניקעבאקער רד... די בערן די הערשן אפי' שלענג האמער געהאט אינטער מיין באנק...
די נורס מיט די ווייקן די פוס...
די טעלעפאונס פאר אומזיסט... וועלכע זענען נתמעט געווארן ווי די פרי החג, די טענט חדרים, די מקווה...
יעדע זאך איז א שטיק זכרונות!
ווער געדענקט ווען ר' הערשל קאהן מיט ר' מרדכי דוד עסטערייכער זענען געקומען אויף שבת...
בין איך גערעכט אז די מקוה און קעמפ איז געווען פון די פלאר ביז די דאך אפאר שטאק הויעך?......סאיז קיין שום ספק אז ר דוד שטיינבערג נ"י איז געווען די רוח החיים פונעם קעמפ..אשרי חלקו
קודם זעה איך אז די סאלאמאנאקאקא פלעי וואס יואלי אפעל, אשר ווידער און אלטר משה קליין וכו' האבן געשפילט אין מחנה בית רחל וואו די אינגלעך האבן געוויילט יענס יאר, איז געווארן געשפילט אין וויליאמסבורג אויך
די קרית יואלע אינגלעך זענען געקומען צו דעם קעמפ מיטהאלטן א העליקאפטער און פאראשוטס (יעך האב געלערנט אין כיתה ח')
די מזרח וואנט פון בית המדרש איז געווען א גרויסע סינערי פון א בית המדרש
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
די דערנעבענדיגע 'בי קייטא' קעמפ פלעגט באכענען באמישע ניגונים ביז אריבער די לעיק... מה מה מה מה טובו אוהליך יעקב....
אגב, די קעמפ איז געווען טיף אריין אין עקזיט 99. די שנעלסטע וועג פון שטאט אן טראפיק האט גענומען ארום דריי שעה! די קאנטרי אידן וואס זענען געקומען באזוכן די קינדער האבן געדארפט פארן א דריי פערטל שעה צו א שעה! די מלמדים קאנטרי איז געווען א האלבע שעה אוועק פון קעמפ, איי איז דאס געווען א בילד צו זען די מלמדים לויפן מיט די נשמה אין די היט צו כאפן די באס און נישט דארפן איבערשלאפן אין קעמפ.