בילדער פון אלטן סאטמאר'ן ביהמ"ד 550 בעדפארד אינעווייניג

היסטאריע פון שטעט און ערטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

עם לבבנו
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 21, 2018 11:21 pm

בילדער פון אלטן סאטמאר'ן ביהמ"ד 550 בעדפארד אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עם לבבנו »

אז איך בין שוין געבוירן נאכדעם וואס דאס ביהמ"ד פון סאטמאר אויף 550 בעדפארד עוועניו איז שוין נישט געשטאנען, קען איך דאך נאטירליך נישט געדענקען וויאזוי עס האט אויסגעזען אינעווייניג.

פון אינדרויסן איז די שיינע בילדער, אבער פון אינעווייניג נישט קיין סאך. עס זענען יא דא געציילטע בילדער פון יענעם ביהמ"ד. אמאל א בילד דירעקט פון ביהמ"ד און אמאל פון עפעס וואס איז דארטן פארגעקומען. פון די בילדער אינאיינעם קען מען האבן א שטיקל בילד וויאזוי עס האט אויסגעזען. זענען זיי אבער צואווארפן דא און דארטן.

איך וואלט הנאה געהאט צוזאמענצונעמען די אלע בילדער צו איין ארט. אויב האט איינער א בילד ביטע עס אריינשטעלן דא. ישר כח.
גאלדגרוב
שר האלף
תגובות: 1763
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

Re: בילדער פון אלטן סאטמאר'ן ביהמ"ד 550 בעדפארד אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

גוטע איידיע. עס איז בלויז דא 2 באקאנטע בילדער און שוין. איך וואלט געוואלט זעהן וויאזוי עס האט אויסגעזען פון אלע זייטן אינעווייניג. די פאליש. בית שני. האלוועי וכו'
עם לבבנו
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 21, 2018 11:21 pm

Re: בילדער פון אלטן סאטמאר'ן ביהמ"ד 550 בעדפארד אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עם לבבנו »

דערווייל, ביז מען ווארט איינער מיט די בילדער זאל זיין פאוסטן, לאמיר לייגן צוויי בילדער פון אינדרויסן פון די שול. איינס איז נישט אזוי באקאנט לויט ווי איך געדענק.
אטעטשמענטס
22.jpg
22.jpg (60.76 KiB) געזען 3003 מאל
11.jpg
11.jpg (89.36 KiB) געזען 3003 מאל
עם לבבנו
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 21, 2018 11:21 pm

Re: בילדער פון אלטן סאטמאר'ן ביהמ"ד 550 בעדפארד אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עם לבבנו »

נאך
אטעטשמענטס
44.jpg
44.jpg (328.27 KiB) געזען 2963 מאל
33.jpg
33.jpg (34.52 KiB) געזען 2963 מאל
עם לבבנו
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 21, 2018 11:21 pm

Re: בילדער פון אלטן סאטמאר'ן ביהמ"ד 550 בעדפארד אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עם לבבנו »

אויך...
אטעטשמענטס
55.JPG
55.JPG (120.91 KiB) געזען 2956 מאל
נטה
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 2:54 pm

Re: בילדער פון אלטן סאטמאר'ן ביהמ"ד 550 בעדפארד אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נטה »

עם לבבנו האט געשריבן:אויך...


It wasn't by the corner ??
עם לבבנו
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 21, 2018 11:21 pm

Re: בילדער פון אלטן סאטמאר'ן ביהמ"ד 550 בעדפארד אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עם לבבנו »

יא יא, די געביידע אויף די לינקע עק. געב א קוק אויף די בילד פריער ווי די קינדער זיצן אויף די שטיגן, קענסטו זעהן די גאראדזש און די הויז דערנעבן.
עם לבבנו
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 21, 2018 11:21 pm

Re: בילדער פון אלטן סאטמאר'ן ביהמ"ד 550 בעדפארד אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עם לבבנו »

זאל זיין.
אטעטשמענטס
66.jpg
66.jpg (52.07 KiB) געזען 2910 מאל
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: בילדער פון אלטן סאטמאר'ן ביהמ"ד 550 בעדפארד אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

הערליך בילד! ארגינעל קאלירט אדער צוגעלייגט?
דביה תחדי נפשא
עם לבבנו
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 21, 2018 11:21 pm

Re: בילדער פון אלטן סאטמאר'ן ביהמ"ד 550 בעדפארד אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עם לבבנו »

קוקט גוט אויף די צוויי בילדער פריער פון די שטיגן. איינס האט א וועג אריין צו די בעיסמענט, די אנדערע נישט. דא האט איר די פולער בילד, וואו ביידע פאר שטיגן זענען זעהבאר. איינס איז מיט א אריינגאנג פאר אונטן, די אנדערע האט נאר א פענסטער.
אטעטשמענטס
77.jpg
77.jpg (86.54 KiB) געזען 2852 מאל
עם לבבנו
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 21, 2018 11:21 pm

Re: בילדער פון אלטן סאטמאר'ן ביהמ"ד 550 בעדפארד אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עם לבבנו »

חמרא טבא האט געשריבן:הערליך בילד! ארגינעל קאלירט אדער צוגעלייגט?

דאס איז פון דא אין וועלטן אויף א אנדער ארט. כ'מיין ס'איז א סקרין שאט פון א קליפ.
עם לבבנו
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 21, 2018 11:21 pm

Re: בילדער פון אלטן סאטמאר'ן ביהמ"ד 550 בעדפארד אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עם לבבנו »

עם לבבנו האט געשריבן:קוקט גוט אויף די צוויי בילדער פריער פון די שטיגן. איינס האט א וועג אריין צו די בעיסמענט, די אנדערע נישט. דא האט איר די פולער בילד, וואו ביידע פאר שטיגן זענען זעהבאר. איינס איז מיט א אריינגאנג פאר אונטן, די אנדערע האט נאר א פענסטער.

איין פראגע נאר, די צווייט פאר שטיגן קוקט אויס אין די אנדערע געביידע. איז יענע געביידע אויך געעווען טייל פון די ביהמ"ד? אדער די בילד מאכט עס נאר אזוי אויסקוקן.
אוועטאר
zibala
שר האלף
תגובות: 1193
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 15, 2010 5:19 pm

Re: בילדער פון אלטן סאטמאר'ן ביהמ"ד 550 בעדפארד אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zibala »

סידא א בילד פונעם רבין מיט תפילין און א בילד פון עולה זיין אינעם ביהמ"ד
שבעה מי יודע!?
סגל
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 6:14 am

Re: בילדער פון אלטן סאטמאר'ן ביהמ"ד 550 בעדפארד אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סגל »

נאך פון אינדרויסן
satmerb.jpg
satmerb.jpg (47.82 KiB) געזען 2566 מאל

satmer-bias1.jpg
satmer-bias1.jpg (54 KiB) געזען 2566 מאל
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

Re: בילדער פון אלטן סאטמאר'ן ביהמ"ד 550 בעדפארד אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

מחזור האט געשריבן:די ישיבה אין בית המדרש הגדול אויף בעדפארד עוו. (מערקט דעם סיין ישיבה ומתיבתא תורה ויראה דקהל יטב לב דסאטמאר)
בעדפארד עוו.jpg
בעדפארד עוו.jpg (338.22 KiB) געזען 2414 מאל



קעפל: זכרונות מרביה"ק מסאטמאר ז"ל ועוד

scy4851 האט געשריבן:
scy4851 האט געשריבן:ווען איך האב פארשדיבען מיינע זכרונות האב איך גיהאט געזאגט אז אויב עס קומט אויס א שעת הכושר וועל איך שטעלען א דאיעגרעם פונעם בית מדרש.

דא איז דער דאיעגרעם.

זייער נישט פראפעשינעל און זייער זייער CRUDE
s1k.jpg
s1k.jpg (84.46 KiB) געזען 2414 מאל

איך וועל מיך באצירען דער עיקר צי מיינע זכרונות פומעם לעצטען יום הקדוש פאר דער רבי זי"ע האט געקריגען דעם סטראק

עטליכע באמערקינגען
סקען זיין אז איך וועל איבער שרייבען זאכען וואס איך פארגעסען אז איך האב שוין געשריבען. מעט מיר מוזען מוחל זיין
כ'האב נישט יעצט קיין געדולט איבער ליינען די 17 בלעטער.
סע איז מיר אויך צירוק געקומען עפעס מער זכרונות .
זייט איך האב דא געשריבען בערך א האלב יאהר צירוק, טראכט איך לעצטענס זייער אסאך פון געשענישען פון 50 יאהר און מער צירוק. ציביסלעך קומען צירוק זאכען וואס זענען געווען לאנג באהאלטען

*****
מעאיז אריין געקומען און בית מדרש פין בעדפארד, זיכער האט עטס שוין געזעהן א בילד פון דעראויסען, הויכע שטיגען ארויף, א שטייגער אוויא ביים רבי'ס הויז וואס שטייט עד היום.

אריינגעקומען איז מען און א האל-וועי און צי לינקס איז געווען שטיגען ארויף צי די אויבערשטע שטאק.
איך האב דערמאנט דא ערגעטס אז איך האב געלגרענט איין יאהר אין חדר און סאטמער, דאס ערשטע יאהר חומש.
איך האב געלערענט און דעם בנין.

דער האל-וועי האט געהאט אויף די לינקע זייט עטליכע אפיסעס, (איך קען מיך נישט דערמאנען צי צוויי אדער דריי. אבער און דעם לעצטען אפיס . דער נאנטסטע צים חדר שני, געדענק איך, (פון די זמנים ווען איך בין געווען דארט ביי א שחרית און דער וואכען) אז און יענעם אפיס פלעגט דער רבי אריין גיין נאכען דאווענען און דארט געלערנט זיין טעגליכע שיעור חומש רש"י , מיט מדרשים, און טלית און רבינו תם'ס תפילין.

אויף די רעכטע זייט פון האל-וועי, איז געווען א וואנט מיט א טיהר און דערמיט אריין צים פאליש.

ביים עק פון פאליש איז מען אריין און חדר שני, וואס דאס איז געווען אחורי דעם ארון קדש.
פון יענעם חדר איז אויך געווען א טיר אריין אונעם גרויסען בית מדרש און בערך דארט פלעגט זיין געבויט א יעדעס יאהר א טיר אביסעל מער אריינציר אונעם בית מדרש
דארט האט דער רבי געצינדען חנוכה לעכט.
איך האב ערגעטס דא דערמאנט אז דער מנורה איז נישט גישטאנען אונעם חלל הפסח
דער מנורה אוי געשטאנען אזוי מעזעהט אויף מיין בילד. די לעמפעלעך פון מזרח צי מעריב

ביי קול נדרי בין איך געשטאנען דארט וייא דער פאליש ענדיגט זיך און דאס בית מדרש פאנגט זיך אהן. איך האב עס געצייכענט מיט א ו'.
איך געדענק דאס געדרענג. עס איז נישט צי באשרייבען.
עס איז געווען אן עולם וואס זענען געקומען נאר צי כל נדרי.
דער דרשה, בכויות נוראות, און ווען דער רבי האט שוין געהאלטען ביי די ענדע פון די דרשה און געווינטשען דעם עולם מיט א כתיבה וחתימה טוב, און נאך און נאך ברכות,
און דער עולם געשריגען אמן נאכאמאל און נאכאמאל....ווען עטס וואלטס נאר געוויסט די הרגישים וואס עס קומט אויף מיר יעצט נאר פון זיך צירוק דערמאנען און שרייבען


געשטאנען ביי קריאת התורה און מוסף בין איך ממש לעבען בימה.
די בימה איז נישט געווען פלעין א טיש, עס האט געהאט שטיגען ארויף צי גיין, א שטייגער אוויא היינט. געשטאנען בין איך ביי די שטיגען אויף דער זייט פון בימה וויא דער ספר תורה קומט אן צים ליינען.
עס ליגט מיר פאר די אויגען ווען מעהאט געברענגט די ספרים צי קריאת התורה, דער רבי איז נאך געגאנגען אינטער די ספרי תורות און איך זעה איהם יעצט, דאס מויל גייט איהם און ער קוקט בכלל נישט אויפען עולם.

איך געדענק ווען מעהאט געהאלטען פאר יזכור יענעם יום הקדוש.
אינז בחורים מיט קונדער האמער זיך אלע אריינגעשטופט און חדר שני. און פארמאכט די טוהר.
און ווען יזכור איז פארטיג געווארען, דער שטיפעניש און געדרענג צירוק צי גיין צים פלאטץ וויא מען איס געשטאנען פון פריער, און מעהאט זיך געאיילט אז אלעס זאל שוין זיין מסודער ווען דער רבי פאנגט אן מוסף

אויפען בילד איז דא א ב' מיט א רינגעלע.
בערך דארט בין איך געזעצען פון ווען מיין פעטער איז ארויס און מיטען מוסף ביז סוף טאג, אוויא כ'האב אויבען געשריבען, אז דער פעטער ע"ה איז שוין נישט צירוק געקומען צי זיין פלאטס.

עס איז דא א צירה פון טישען אויסגעשטעלט אוויא א ש' מיט אן א' אדער אנדערע זעהן אפשר א K מיט א רינגעל.

דער רבי האט געפירט די טישען און יענעם חלק פון בית מדרש.
די בנקלעך האט מען ארויס גענימען און דארט אויף געשטעלט די טישען. ווען איך בין געווען ביי א טיש פרייטאג נאכט האב איך אלטס מיך געקענט צישטיפען צים עק פון דעם מיטעלסטע טיש דארט וויא איך האב אנגעצייכענט מיט א ד'. איך בין אלטס געשטאנען ממש קעגען איבער דעם רבין.
א גרויסער עולם אוויא היינט איז נאך יענע יאהרן נישט געווען, (איך רעדט פון די מיטעל תש"י יארען) איז ציפיל האט מען זיך נישט געדארפט שטיפען ביים טיש.

חנוכה, נאך לעכט בענטשען, נאכען זאגען זמירות, און דערנאך האט א כאר פון יונגע יונגלעך געזינגען, פלעגט דער רבי דערנאך, אהון גיין און דארט געזאגט תורה,
כידוע, א יעדע נאכט האט ער פארענטפערט מיט נאך א תירוץ דעם בית יוסף'ס קשיא.

איך וויל צירוק קומען צים ארון קדש.
אויפען בילד האב איך געשטעלט דעם עמוד לעבען ארון קדש.
און אמתען איז דער ארון קדש געשטאנען אויף א פלעטפארם מיט שטיגען ארויף, אוויא היינט און אלע גרויסע בתי מדרשים, און דער ענוד איז געווען און פראנט פון יענעם פלעטפארם אביסעל צי די רעכטע זייט פון ארון קדש.
דעם רביןס שטענדער איז געשטאנען ביי דער וואנט לעבען דעם פלעטפארם.
דארט האט זיך געצויגען א טיש לעבען רבין'ס שטיל, און איך געדענק פון דער וואכען, דעם רבין'ס טלית באטעל דארט אויפען טיש.
עס איז דארט אויפען טיש דערנעבען געשטאנען א טעפעל מיט וואסער, און איך געדענק דעם רבין אסאך מאל זיך ניצען די וואסער פאר זיינע הענט.


איך געדענק גיט די אלע פרטים, פון זיין איינמאל דארט ביי א משפחה ברית. איך בין דארט געשטאנען ביים גאנצען דאווענען און גיט ציגעקוקט דער גאנצע הלוך ילך.
דער ברית איז געווען און אלול. דער רבי האט אליינס געבלאזען שופר.

בי דעם דרום וואנט קען מען זעהן, וויא איך האב געשטעלט, א טיר.
דער טיר איז אריינגעגאנגען און א שטוב פון דעם דערנעבען הויז, וואס פון דארט איז מען ארויס צי דער גאס. איך האב עס פארצייכענט PRIVATE HOUSE.

שבתים אדער ימים טובים,ווען עס איז דורך שניטלעך געווען א גרעסערע עולם און אויך ווען דער רבי איז שוין געווען קראנק, פלעגט דער רבי ניטצען יענע טיר אריינקומען און ארויסגיין פון בית מדרש.

איך האב באשריבען אויבען, דער ערשטע סליחות נאכען סטראק.
אריינקומן און בית מדרש איז ער דורך יענע טיהר.
איך בין געשטאנען יענעם סליחות בערך וויא מעו קען זעהן אויפען בילד דעם רבין'ס שטיל ביי די טישען.
נאך סליחות איז דער רבי צירוק ארויס דורך יענע טיהר אריין און דעם פריוואטע דירה (איך דערמאן מיך נישט ווער עס האט געוואוינט דארט, אפשר איינער פון עטס דא וועלען וויסען) דארט און יענע דירה האט ער זיך אפגעריהט, און דערנאך ארויס צים ווארטענדיגען קאר דורך יענע הויז.
איך האב אויבען געשריבען וואס דארט האט זיך געטוהן.
מען איז אפילו געשטאנען אויף די דעכער פון די ארומעגע הייזער. דאס איז נישט קיין גוזמא.
עס איז געווען דאס ערשטע מאל וואס דער עולם האט געהאט די זכיה צי זעהון דער הייליגע צורה נאכען סטראק בערך א 6 חדשים פריערט.

רבותי, איך קען שוין נישט מער
It's draining me

קיקיון האט געשריבן:הוספה צו ר' שמחה'ס בילד
דארט ווי ר' שמחה האט גיצייכענט א מנורה ביי דעם דארכגאנג אין בין חדר שני איז נישט
גיעווען א טיר, פאר חנוכה האט מען אויפגישטעלט א פרעים מיט א טיר
אין חדר שני האט געדאווענט ימים נוראים (א גאנץ יאר ?) א היפשער עולם
בערך ציווישען די אפיסעס און חדר שני איז געווען דער קראן און ר' יחזקא' הי"ד טשייניקעס
וועלכע יאר מהאטעט איינגעפירט אז די כהנים זאלען זיך וואשען פאר דעם דאווענען און
דוכענען אויף די פלעצער ?


יציב פתגם האט געשריבן:
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


ביידעלע
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2018 11:38 am

Re: בילדער פון אלטן סאטמאר'ן ביהמ"ד 550 בעדפארד אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביידעלע »

סגל האט געשריבן:
נאך פון אינדרויסן
satmerb.jpg
satmer-bias1.jpg
די צוויי אידען ואאס רעדן זענען ר' אברהם צבי גליקמאן נ"י און ר' בערל שטוהל נ"י. ר' הערשל גליקמאן'ס פאטער האט געהייסען הר"ר יעקב ישכר ע"ה ער איז געווען א מוכר ספרים און ער פלעגט איבערדריקן אלטע ספרים. עס קוקט אויס אז ר' הערשל גליקמאן האט פארקויפט ספרים פאר'ן ביהמ"ד און ר' בערל פארהאנדלט איבער א ספר.
יין רב
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 9:19 pm

Re: בילדער פון אלטן סאטמאר'ן ביהמ"ד 550 בעדפארד אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יין רב »

געפעלט מיר דער טאוועל שוויץ באד, איז געווען דארטן א שוויץ?
אוועטאר
פרעכטיג
שר האלף
תגובות: 1031
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 18, 2022 2:48 pm

Re: בילדער פון אלטן סאטמאר'ן ביהמ"ד 550 בעדפארד אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעכטיג »

יין רב האט געשריבן:
געפעלט מיר דער טאוועל שוויץ באד, איז געווען דארטן א שוויץ?
נו וודאי אין ראדני איז אויך געווען ביז עס איז געווארן א קאאל אייטעם.
אויב קויפט איר נישט אויף עמעזאן, איר זוכט נישט קיין ווילא, איר האט שוין געגעבן פארן ווערפייד צדקה קאמפיין, איר האט שוין געשטומט פאר ראש הקהל דרוקט דא
פלעסטיק
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 12:56 am

Re: בילדער פון אלטן סאטמאר'ן ביהמ"ד 550 בעדפארד אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלעסטיק »

די קעפל האשכול איז א טעות, די אדרעס איז 500 בעדפארד עוו.
אוועטאר
מקובל אלוקי
שר האלף
תגובות: 1267
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 10:12 pm

Re: בילדער פון אלטן סאטמאר'ן ביהמ"ד 550 בעדפארד אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקובל אלוקי »

פלעסטיק האט געשריבן:
די קעפל האשכול איז א טעות, די אדרעס איז 500 בעדפארד עוו.
וואס ווייסען די היינטיגע אינגעלייט...
500 איז געווען די קליין ביהמ"ד 550 איז געווען די גרויסע ביהמ"ד נעפמענשאן...
זיכסט א ספר, רבי, חברותה, מראה מקום, אין לימוד הקבלה? איך קען אייך אפשר העלפן! אין אישי!
עדינו העצני
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 16, 2019 2:15 pm

Re: בילדער פון אלטן סאטמאר'ן ביהמ"ד 550 בעדפארד אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עדינו העצני »

איך בין אביסל צומישט דא.

ביי די ערשטע פאר בילדער זעהט מען קלאר אז עס איז צוויי באזונדערע בילדינגס, איינס מיט דריי שטאק און איינס מיט פיר (סיי ביי די ערשטע פיקטשער, מיט די קינדער, און סיי די פיפטע) נאר ביים ערשטן שטאק איז דא עפעס אן אריינגאנג מיט פארמאכטע טירן ווי מ'קען אריינגיין צווישן די צוויי הייזער.

אבער שפעטער איז דא א שיינע קלארע פיקטשער פון נעפ מענשאן (נאך מיט דעם סיין קנעפ מענשאן דערויף, אבוויעסלי פאר סאטאמר האט עס אפגעקויפט) און דארט זעהט מען איין ברייטע בילדינג מיט דריי שטאק, און דער טיר איז אינמיטן די בילדינג.

עס איז זייער קלאר אז די ערשטע בילדער (1 און פינף) זענען אנדערע בילדינגס. נישט נעפ מענשאן. מ'קען עס אויך זעין דורך די פענסטערס. די פענסטערס העכער דעם טיר פון נעפ מענשאן זענען אנדערע פון די פענסטערס אין פיקשער נאמבער פינף אויף דעם בלעטל.

סאו, פון וועלכע בית המדרש רעדט מען דא?
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2036
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: בילדער פון אלטן סאטמאר'ן ביהמ"ד 550 בעדפארד אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

THE OLD KNAPP MANSION

___________

Has Been Transformed Into A Dancing Academy

___________________

It Has Been The Scene of Glittering Festivities, Two Presidents*

Having Been Entertained Beneath Its Hospitable Roof -- Some Of Its Associations

____________________

* for some odd reason many 19th Century newspapers seemed to forget very quickly that Ulysses Simpson Grant was the 18th president of the United States for 8 years, but rather refered to him as "The General" after he left office. The fact is he was an ex - president when he would call on Mr. Knapp at the mansion, but nonetheless for better or worse, he was a President Of The United States. I wonder how the 21st Century media will refer to George W. Bush when he finally leaves for good?

_______________________

The transformation of the old Knapp mansion at Bedford Ave and Ross Street, into a dancing academy and place for public assemblages, has been completed and on Tuesday "the mansion"* as it is now called, will be formally dedicated. The programme includes a reception, admission which will be by invitation only, and a musicale.

The old Knapp mansion, although not so very old at that** has been one of the best known residences in the elite neighborhood of the eastern district. It was purchased several years ago by the late Joseph F. Knapp for many years the president of the Metropolitan Life Insurance company. It is said to be the most complete house in Brooklyn, luxury and elegance prevailing in the furnishing and decoration. Adjoining the Knapp mansion was a smaller house, where Mr. Knapp's daughter lived and as the two houses were connected by a conservatory, they were practically one. Both of these buildings are now in the hands of strangers. Mr. Knapp is dead and the other members of his family have moved away.

Mr. Knapp was a royal entertainer, and two Presidents of the United States, Harrison and Cleveland*** have shared his hospitality, and inspected the beauties of his house.

The mansion has now passed into the possession of William Pitt Rivers the well known professor of dancing, who has secured a five years lease of the property, with the privelage of purchase at the expiration of the term. The building which is a spacious one, will under Mr. Rivers' direction take on the character of a public hall or place of assembling. In other words, he hopes to have a Pouch mansion in the eastern district, and thinks there is room for it.**** Already the Amphion Music Society, a well known organization, is discussing the advisability of leaving their present quarters on Clymer street and taking the top floor of the mansion.

During the past week the place has been over run by people who desire to see the beauties of the house about which they have heard so much. The main room on the first floor is the dancing hall, although in case of emergency, the main parlor , the library, and the regular reception room all on the ground floor will also be used for dancing rooms. The dancing hall itself which was the music room when Mr. Knapp was alive, the feature of the house, admittedly one of the finest in the country, and the feature the wealthy occupant most admired. It's construction so different from the ordinary hall makes it a unique and pleasent place for dancing.

On the corner with an excellent view of Ross Street and Bedford Avenue is a large reception parlor which will still be kept as such. The parlor across the way, the diningroom back, and the billiard room will all be devoted to dancers hereafter, Although the entrance way between the two houses has now been blocked up, one half of the conservatory is now in the mansion and this will be used as a smoking room.

In the basement will be the restaurant and kitchens and there will be plenty of room to accomodate good sized supper parties.

At present the third floor is vacant, but the probabilities are that the Amphion society will take it for themselves. Dr. Darlington, the president of the society, is quite interested in the transformation that is going on. Christ church of which he is rector, will hold its annual fair there, November 19,20,21, and 22.

Brooklyn Eagle September 24, 1894
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2036
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: בילדער פון אלטן סאטמאר'ן ביהמ"ד 550 בעדפארד אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

1886 תרמ"ו
אטעטשמענטס
Knapp_Mansion_Brooklyn_1886_1071x800.jpg
Knapp_Mansion_Brooklyn_1886_1071x800.jpg (228.5 KiB) געזען 966 מאל
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

Re: בילדער פון אלטן סאטמאר'ן ביהמ"ד 550 בעדפארד אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

עדינו העצני האט געשריבן:
איך בין אביסל צומישט דא.

ביי די ערשטע פאר בילדער זעהט מען קלאר אז עס איז צוויי באזונדערע בילדינגס, איינס מיט דריי שטאק און איינס מיט פיר (סיי ביי די ערשטע פיקטשער, מיט די קינדער, און סיי די פיפטע) נאר ביים ערשטן שטאק איז דא עפעס אן אריינגאנג מיט פארמאכטע טירן ווי מ'קען אריינגיין צווישן די צוויי הייזער.

נישט געווען קהל"ס


אבער שפעטער איז דא א שיינע קלארע פיקטשער פון נעפ מענשאן (נאך מיט דעם סיין קנעפ מענשאן דערויף, אבוויעסלי פאר סאטאמר האט עס אפגעקויפט) און דארט זעהט מען איין ברייטע בילדינג מיט דריי שטאק, און דער טיר איז אינמיטן די בילדינג.

עס איז זייער קלאר אז די ערשטע בילדער (1 און פינף) זענען אנדערע בילדינגס. נישט נעפ מענשאן. מ'קען עס אויך זעין דורך די פענסטערס. די פענסטערס העכער דעם טיר פון נעפ מענשאן זענען אנדערע פון די פענסטערס אין פיקשער נאמבער פינף אויף דעם בלעטל.

סאו, פון וועלכע בית המדרש רעדט מען דא?
נור נעפ מענשאן דער בנין אויף דעם ווינקעל איז געווען קהל"ס
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
לכל זמן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 12:51 am

Re: בילדער פון אלטן סאטמאר'ן ביהמ"ד 550 בעדפארד אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכל זמן »

געהערט האב איך אמאל אז ר' אביש פערלמוטטער האט אראפגעמאלן א מאפע מיט רוב זיצן פון ביהמ"ד, ווער עס איז דארט געזיצן.
________

@עדינו העצני: די אלע בילדער שטימען כמין חומר:
דער בילד ווייזט דעם גאנצן פארנט, וואס באשטייט פון צוויי בנינים, מ'זעט ביידע אריינגענג, רעכטס זעט מען אויך צוויי טירן וואס פירן כנראה צו א הויף.

אויף דעם בילד זעט מען אינגלעך זיצן אויפ'ן צוים פון די רעכטע טרעפ. מ'זעט אויך קלאר די צוויי טירן צום א.ד. הויף.

דער בילד איז ווארשיינליך ביי די לינקע טרעפ.

דא זעט מען דעם ערשטן לינקן בנין בשנת תרמ"ו, עס זעט אויס אז עס איז נאכנישט געווען צוגעבויט דער בנין רעכטס

דא זעט מען שוין ביידע בנינים, דעם נידריגערן ברייטן בנין מיט 5 פענסטערס פער שטאק (לינקס) און דער העכערער שמאלער בנין מיט 3 פענסטערס פער שטאק דערנעבן רעכטס. דער אריינגאנג פון לינקן בנין איז אין צענטער פונעם בנין (מיט'ן דעכל העכער די טרעפ. דער אריינגאנג פון רעכטן בנין איז רעכטס.

דא זעט מען דעם רעכטן בנין, מיט די טירן צום א.ד. הויף.

דער בילד איז מסתמא ביים לינקן אריינגאנג, ווייל דער רעכטער אריינגאנג האט א טיר אראפצוגיין אין בעיסמענט.

ואם שגיתי ה' הטוב יכפר.
עת לקרות | ועת לתגוב
שרייב תגובה

צוריק צו “עיר ועיר”