עיברעהעם לינקאלן, העלד אדער מאסן מערדער?

אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: עיברעהעם לינקאלן, העלד אדער מאסן מערדער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

'פאראויס' מיט 'טשעידזש' זענען נישט די זעלבע זאך. פאראויס מיינט ווען מען קומט אויף מיט עפעס פריש וואס מען האט נישט געוואוסט/געהאט/פארשטאנען בעפאר. און מען רוקט דאס לאנד אדער די וועלט אין יענעם ריכטונג. טשעינדזש מיינט פשוט טוישן דאס פון ביז יעצט. דער טויש מוז נישט דוקא זיין מיט פארגעשריטענע זאכן אדער מיינונגען. נאר פשוט געטוישט פון וואס דאס וואס איז געווען ביז יעצט.

צומאל קען מען אפילו פשוט צוריקטוישן צו אלטע זאכן. אדער טוישן צו זאכן וואס מען האט אמאל פונקט געוואוסט און פארשטאנען, נאר געהאלטן פאר ראנג צו טון, און יעצט קומט פשוט דער שוטה, וואס פארשטייט פשוט נישט וואס דער אמאליגער חכם האט שוין פארשטאנען, אן, און זאגט אז איך גיי זיין פארגעשריטן.

'פארגעשריטן' מיינט נישט, עפעס וואס מען 'גייט' טון אין די פיוטשער.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
הגות תבונות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:39 pm
לאקאציע: כעת פק"ק געטיסבורג, פא.

Re: עיברעהעם לינקאלן, העלד אדער מאסן מערדער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגות תבונות »

ישלהוסיף האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:
הגות תבונות האט געשריבן:ואפרש שיחתי זייער אין קורצן. וויאזוי האט לינקאלן געראטעוועט די פאראייניגטע שטאטן? מיט דעם וואס ער איז ארויס אין קריג אנטקעגן די "קאנפעדערעט סטעיטס אוו אמעריקע", שפעטער באקאנט אלס די ציווילע קריג. פאטאליטעטן אין רעזולטאט פון דער קריג ווערן געשאצט (קרעדיט: וויקיפעדיע) צו זיין אזוי פיל ווי 620,000 אמעריקאנער. וואס דאס האט בשעתו באטראפן לערך צוויי פראצענט פון דער אמעריקאנער פאפולאציע (שם).


כ'מיין מ'קען טוישן דעם קעפל פון דעם אשכול, דער לעצטע דריי בעטעל האט קיין שייכות צום ענין וואס דער פותח האט געוואלט אויסשמועסן.

עכ"פ, כ'וויל בעסער פארשטיין דאס, וויפיל וואלט געווען היינט צו טאג צוויי פערצענט פון אמעריקא?

6.6 מיליאן.


דאן איז דאס לכאורה א גאר א גרויסע מספר הרוגים.
לכאורה דארף מען זאגן אז לינקאלן האט זיך נישט געראכטן אז דער מלחמה וועט קאסטן אזא געוואלדיגע פארלוסט פון נפשות.


פאר איין נפש האט אים יא געלוינט דאס כבוד פונעם לאנד (קרקע)?
שרייב תגובה

צוריק צו “היסטאריע”