די ציפערן פון חסידות'ער אין די פארגאנגענהייט

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ב''ה
בא לידי בהשגחה פרטית הספה''ק קן ציפור על תהילים מהרה''צ ר' יצחק אייזיק זצ''ל לאנגנער מסטרעטין שיצא לאור לפני כמה שנים . ע''י הרב ר' אהרן יעקב
שליט''א בראנדוויין מטורקא- סטרעטין ויש שם הקדמה מעניינת מהרה''צ ר' מנחם ישראל הלוי זצ''ל ראטטענבערג מקאסאני- בראנקס-בארא-פארק ששוה
לחזור עלי' <מאמר המוסגר ההקדמות של הרה''צ הנ''ל יש בהם הרבה יסודות החסידות וצריך לקבצם ולעשות מהם קונטרס שלם > ובתוך דבריו מביא עדות מהרה''ג מנאראל שלפני המלחמה היו כעשרת אלפים חסידי סטרעטין בגאליציא . וכידוע הרה''צ הנ''ל הי' מבקר גדול ולא קיבל וכתב סתם סיפורים אם לא בחן אותם באבן הבוחן .ואם תשאל היום מישהוא אם מצא פעם חסיד סטרעטין בוודאי שיאמר לא. אך העיקר מה שברצוני להגיד שבפולין וגאלצי' היו מספרי החסידים לאלפים ורבבות כי בכלל הערים סטאניסלאוו קאלאמיי לעמבערג קראקא ריישא טארנאפיל ועוד גרו בהם רבבות אנשים .
ולפני מלחמת העולם הראשונה ברוסי' ואוקריינא . לא לפי מושגי טשעכעסלאווקי' והונגרי' למשל מונקאטש חוסט בערעגסאז קליינווארדיין שלא גרו בכולם יחד
רבבה איש .
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5600
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

לדוגמא האב איך געפונען אין קרעמניצער יזכור בוך די פונקטליכע מספר פון יודן אין די געגנט, זעהט מען פון דעם אז די מספרים וואס ס'ציילט זיך היינט דער גרעסטער קיבוץ פון די היימישע יודן ווי צב"ש בארא פארק איז דאס יענע יארן געווען די מספר פון איין גובערניע פון א קליינע קומץ יודן, ממילא כאטש מיר קענען לויט די היינטיגע באגריפן נישט פארשטיין די מעגליכקייט פון אזעלכע נומערן ווי אלפים ורבבות איז דאס א אבער א פאקט, און נישט דער פשט איז אז די יודן זענען געפארן צו רבי'ס וכדו' אבער מיט מעמדות אד"ג האבן זיי זיכער געהאט שייכות צו ספעציפישע גוטע יודן, און אז מען האט געפרעגט א דארפס יוד האט ער געהאט צו זאגן צו וועלכע רבי'ן ער באלאנגט.
אטעטשמענטס
kremnitz giberniya.jpg
kremnitz giberniya.jpg (39.55 KiB) געזען 4128 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

זעירא דמן חברייא האט געשריבן:אין ספר אביר יעקב פון ר' אברהם יעקב מסאדיגורה ז"ל (דף כ"ד) שרייבט ער בזה"ל: היום ההילולא של זקני הקדוש המגיד הגדול זי"ע ועכ"י, הוא היה רבן של כל בני הגולה בחסידות, ממנו צמחו כמה וכמה ענפים שלכל אחד היו אלפי חסידים.

אין ספר אבני שמואל לר' שמואל אהרן הלוי פרדס ז"ל (דף ר"ב) שרייבט ער בזה"ל: אלפים ורבבות נסעו לגור לשמוע עצתו תורתו ויראתו, לכל שבת ושבת באו למאות ולאלפים, ובחגים חג בשבועות וימים הנוראים באו כעשרת אלפי איש.

אין ספר אהל שלמה ח"ב (דף ט"ז) שטייט בזה"ל: בשבועות תרכ"ב סיפר אדומו"ר התפא"ש זצ"ל בשלחן שהסיב עליו, כי בהיותו בן תשע שנים נסע עם אביו הרב ר' דוב צבי הכהן זצ"ל מוולאשצאווי להיהודי הקדוש זצ"ל על חג השבועות וכו', והי' שם ביום זה אצל היהודי זי"ע לערך ט"ו מאות חסידים.

אין קובץ אור ישראל (תמוז תשנ"ט - דף פ"ו) שטייט בשם ספר אוצר החיים וז"ל: כשהיה הרה"ק מצאנז בפעסט בין ר"ח אב לתשעה באב בא לבקרו הגאון רבי אשר אנשיל הלוי יונגרייז זצ"ל אב"ד טשענגער - והוא היה מחמיר מאוד לא לאכול בשר בימים אלו אפילו בסעודת מצוה של סיום מסכת - וכשנכנס ישב אז הרה"ק מצאנז ליד שלחנו הטהור מוקף מאות חסידים.

נאך שטייט בקובץ הנ"ל (תשרי תשס"ג - דף ק') וז"ל: סיפר עד ראיה שהיה פעם אחת באלכסנדר בימי הנהגתו של מרן אדמו"ר בעל ישמח ישראל זי"ע לפני הימים נוראים בימי הסליחות, ובאחד הימים האלה ישב רבינו הקדוש זי"ע בחדרו, ומאות חסידים עטרו אותו סביב.

אין ספר אלה אזכרה (כרך חמישי - עמ' 87) שטייט בזה"ל: חצר המיד מטריסק היתה אז מרכז גדול לחסידי וולין ופולין, אלפים ורבבות נהרו אל רבי אברהם, מאות חסידים, ישישים וותיקים ישבו בחצירו.

נאך שטייט דארט (עמ' 96) ברגע שהסכים ר' שלמה (התפארת שלמה) לשמש בקודש, מיד התחילו זורמים אליו חסידים למאות ולאלפים.

אין ספר בית אולפנא (חלק א' - מדור ברכה מציון - דף נ"ח) שטייט בזה"ל: שמעתי מכאאמו"ר הה"צ ר' אברהם זצ"ל ששמע מפי"ק של מרן הייטב לב זי"ע וכו' באמרו פעם על שלחנו הטהור בהתלהבות ובדמעות, רבוש"ע, אנשי שלומי חסידים ואנשי מעשה וגם סתם יהודים באים אלי למאות ולאלפים.

אין "נשיאי חב"ד ובני דורם" שטייט: רבינו הגדול גאון ישראל וקדושו כ"ק אדמו"ר מנחם מענדל נ"ע בעל הצמח צדק, שמילא מקום חותנו כ"ק אדמו"ר האמצעי רבינו דובער נ"ע, בן רבינו הזקן בעל התניא והשו"ע נ"ע, כנשיא עדת חסידי חב"ד, ונהג נשיאותו ברמה בפני למעלה משש מאות אלף חסידים.

אין צבי לצדיק (יצא לאור מאה שנה אחר הסתלקות רבי צבי מזידיטשוב - עמ' כ"ה) שטייט בזה הלשון: הגה"ק ר' צבי אלימלך מדינוב שהיה רבן של אלפי חסידים.


פון די אלע מקורות וואס איר ברענגט שטימט מיט וואס כהאב געשריבן
סאיז אמת אז קיין גור זענען געפארן אלפים ורבבות כ'ווייס נישט צי אויף אמאל אדער דאס איז זיכער אז סאיז געווען צענדליגער טויזענטער חסידים,
אזוי אויך דער טריסקער מגיד ווען ער איז אנגעקומען קיין גאליציע איז ער געווען ווי א בחינה פון רבי אויף רבי'ס אין טויזענטער אויב נישט מער זענען געפארן צונעם לאו דוקא טריסקער חסידים וואס איז כמעט נישט געווען און גאליצע, נאר פון איבעראל אלע חסידות'ער איז מען געפארן צונעם.
אגב איז מיר גאר א חידוש אז ביי צאנז אדער ראדאמסק זענען נאר געווען מאות מסתמה מיינט דאס אויף אמאל ווייל זיי האבן געהאט מער ווי דעם,
וואס איך רעד איז אז די ערשטע 50-100 יאר פון חסידות וואס סיי דאס חסידות איז נאכנישט געווען אזוי פארשפרייט אין דער עיקר סאיז נאך נישט געווען אזויפל אידן דאן (כידוע די לעצטע 150 יאר פארן וועלט קריג האט זיך די פאפולאציע פון די וועלט פארטריפלט אויב נישט מער,און נאך מער די אידן וואס זענען דאן ארויס פון די גיטאות, א דוגמה קען מען זעהן וואס ס'שפילט זיך דא אפ נאכן קריג וואס דער כלל ישראל אין 60 יאר האט זיך פארדאפלט אין געטריפל און נאך מער!!!)
ווי איך האב אויבן געברענגט מקורות אז דאס גאנצע אינדנטהום אין מזרח איז נישט געווען מער ווי א דריי פערטעל מליון מענטשען,
די מימרה פונעם סאדגורא רבין שטייט נישט אז דער מגיד זעלבסט האט געהאט כך וכך חסידים, און דאס ער האט געהאט ענפים מיט אלפים חסידים איז אמת.
בכלל איז דאס מגזם זיין נישט קיין היינטציטאגע נאטור סוועט נישט זיין רחוק ציזאגען אז ס'האט אמאל אויך עקזעסטירט
אחוץ א מימרא פון א צדיק זעלבסט, סהייסט ער האט דאס אראפגעשריבן אדער סאיז קראנט די מקור איז אנאנדערע מעשה דארט זענען מיר קליינע מענטשען כלל נישט אינטערסאנט וואס מיר האבן אויף דעם ציזאגען,
ווידער אז דער צמח צדק האט געהאט שלשה מאות אלף חסידים עט מען מוזן זאגען אז פערטעל אדער א פינפטל פון כלל ישראל וואס האט דאן געוואוינט אין מזרח אייראפע איז געפארן קיין ליבאבוויטש
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

אזוי ווי כ'האב שוין אויבן געשריבן איז אינטערעסאנט דער לשון וואס הרה"ק מפשעווארסק האט געשריבן איבער אן עולם ביי הרה"ק מסאטמאר, האב איך ערהאלטן א קאפיע פונ'ם בריוו, געשריבן צו זיין טאכטער חנוכה תשכ"ו.
איך וועל ציטירן לשון קדשו, און כשאפנה ווען כ'וועל האבן צייט, וועל איך אי"ה שרייבן מיינע הערות וואס מ'קען ארויסנעמען דערפון לענינינו.
וזל"ק
ביים סאקמירער רבי'ן שליט"א ... איזט דא אפשר א ערך פון טויזענט מענשין, מיט די ווייבער שליט"א און די ווייבער שוהל.
עכל"ק
ואידך פירושא הוא זיל גמור
אז מ'לעבט דערלעבט מען
זאנוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל »

א עלטערע איד פון דערהיים אין סאטמאר, האט מיר געזאגט אז 300 אידן אין סאטמאר(אינדערהיים) ביים טיש, האט שוין געהייסן שוין געהייסן גאר אסאך, און מער ווי דעם איז קיינמאל נישט געווען.
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

זאנוויל האט געשריבן:א עלטערע איד פון דערהיים אין סאטמאר, האט מיר געזאגט אז 300 אידן אין סאטמאר(אינדערהיים) ביים טיש, האט שוין געהייסן שוין געהייסן גאר אסאך, און מער ווי דעם איז קיינמאל נישט געווען.

קען זיין אז ער רעדט פון א רעגולער טיש פרייטאג צינאכטס אין דאן גלייב איך נישט אז סאיז אפילו געווען 300 אפשר מיט די בחורים,
סאיז אבער דא א ביכל פון א תלמיד און קראלי וואס האט עולה געווען אין ליידער נחמץ געווארן און ער שרייבט אז אין קראלי איז אויף שמחת תורה געווען אן ערך פון 1500 מענטשען,
ווי אמת דאס איז ווייסעך נישט.
זאנוויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאנוויל »

ניין איך רעד דיקא נישט פון א געווענטליכע טיש, דער איד האט מיר דערציילט פון יו"ט, איך געדענק נישט וועלכע יו"ט עס איז געווען, אבער אזויפיל האט ער געזאגט אז דאס האט שוין געהייסן גאר א גרויסער עולם, און מער ווי דעם איז קיינמאל נישט געווען.

אויב עס וועט מיר אויסקומען א געלעגענהייט, וועל איך אים נאכאמאל איבער פרעגן מער פרטים, אבער איך גלייב נישט אז איך וועל אים טרעפן אין די נאנטע טעג.
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

בן בוזי האט געשריבן:לדוגמא האב איך געפונען אין קרעמניצער יזכור בוך די פונקטליכע מספר פון יודן אין די געגנט, זעהט מען פון דעם אז די מספרים וואס ס'ציילט זיך היינט דער גרעסטער קיבוץ פון די היימישע יודן ווי צב"ש בארא פארק איז דאס יענע יארן געווען די מספר פון איין גובערניע פון א קליינע קומץ יודן, ממילא כאטש מיר קענען לויט די היינטיגע באגריפן נישט פארשטיין די מעגליכקייט פון אזעלכע נומערן ווי אלפים ורבבות איז דאס א אבער א פאקט, און נישט דער פשט איז אז די יודן זענען געפארן צו רבי'ס וכדו' אבער מיט מעמדות אד"ג האבן זיי זיכער געהאט שייכות צו ספעציפישע גוטע יודן, און אז מען האט געפרעגט א דארפס יוד האט ער געהאט צו זאגן צו וועלכע רבי'ן ער באלאנגט.

די ביסט אינגאנצען פארנער'ט דארט רעדט ער פון נפשות וואס זיין מספר איז אן ערך פון 27000 אנגעהויבן פון די פרומסטע און ג'ענדיגט ביי די כופרים להכעיס,
בשעת און בארא פארק איז אן ערך פון 20.000 חרידישע משפחות אין אן ערך פון 120.000 נפשות אלעס יראים ושלימים, וואס אזאנס איז נישט געווען און אייראפע אפשר ווארשא.
אז די ווילסט רעכענען אלעמען להוי ידוע אז אין דער בארא ברוקלין איז דא קרוב צי א מליון אידישע נפשות אלעמען אריינגערעכנט!!!
אגב האט דאס שטיקעל יזכור ביך באשטעטיגט וואס עך האב נאכגעברענגט אז און די צייטען פונעם מגיד און זיינע תלמידים האט געוואוינט היבש קלענערע מספים אין יענע געגנטער איך האב געמיינט אז סאיז געווען דריי מאל דער מספר דא זע איך גאר 5-6 מאל דער מספר!!!
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

יאסל, לכאורה ביזטו גערעכט מיט אלעם
אבער כ'מיין אז אין די צייטן פון מגיד איז נאך נישט געווען קיין סאך כופרים להכעיס אין יענע געגענטן, מעגליך כ'מאך א טעות, אבער אזוי ליגט מיר אין קאפ אז די ירידה אין מזרח אייראפע האט זיך אנגעהויבן ערשט ביי די פארטייען, יעוועסקעס אא"וו. וואס איז יא געווען איז געווען אסאך אמעראצים אין די דערפער
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

lebediger berel האט געשריבן:יאסל, לכאורה ביזטו גערעכט מיט אלעם
אבער כ'מיין אז אין די צייטן פון מגיד איז נאך נישט געווען קיין סאך כופרים להכעיס אין יענע געגענטן, מעגליך כ'מאך א טעות, אבער אזוי ליגט מיר אין קאפ אז די ירידה אין מזרח אייראפע האט זיך אנגעהויבן ערשט ביי די פארטייען, יעוועסקעס אא"וו. וואס איז יא געווען איז געווען אסאך אמעראצים אין די דערפער

ווען סאיז געווען נאר 4000 נפשות ביזטי טאקע גערעכט
אבער די ציטען פון 27000 טויזענט נפשות איז שוין ליידער געעווען גרויסע צרות
אוועטאר
המסתתר
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 6:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המסתתר »

badatz האט געשריבן:ב''ה
ויש שם הקדמה מעניינת מהרה''צ ר' מנחם ישראל הלוי זצ''ל ראטטענבערג מקאסאני- בראנקס-בארא-פארק ששוה לחזור עלי' <מאמר המוסגר ההקדמות של הרה''צ הנ''ל יש בהם הרבה יסודות החסידות וצריך לקבצם ולעשות מהם קונטרס שלם > .


להזכירך מרן הביד"צ כי יש כבר דבר כזה. אמנם לא מההקדמה שאתה מדבר, אלא משני ההקדמות שכתב לספה"ק בני שלשים ולספה"ק אור מלא, ובשמו יקבנו "חסידים הראשונים" כי בו ידבר נכבדות בענין דרך קדשם של רבותינו הק' מאורי החסידות נ"ע.

הספר י"ל עם הוספות והערות בשנת תשס"ה, ע"י נכדיו מו"ה יהוסף יחזקאל ר"ב שליט"א (בן אבד"ק קאסאן שליט"א), ומו"ה נפתלי הירצקא בערגער שליט"א (בן הרה"ג ר' ליפא שליט"א חתן מהרמ"י זצ"ל).
יסתרני בסתר אהלו בצור ירוממני (תהלים כז)
א גוט ווארט
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 3:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוט ווארט »

ווי עס איז באקאנט טוט די סאטמאר דיירעקטארי וואס נעמט אריין אלע ערליי סאמטאר מיט נאך אזעלכע וואס האבן דיירעקט צי אומדיירעקט מיט סאטמאר, האט עס א חשבון פון 7,000 קע"ה, אבער אן וויליאמסבורג וואוינען דאך קנאפע 9,000 כ"י. איז וואו און אין וועלכע קהילות זענען די איבריגע 2,000.
פאפא 400
ויזניץ ב"ב (סראל, מענדל) 120
וויזשניץ מאנסי 300
בעלזא מאכניפקע 40
בעלזאירושלים 100
קלויזענבורג 150
קרית צאנז 30
סקווירא 130
אדרבה לייגט צו די בריגע מיט (אומ)פונטליכע מספרים...
תכלית הידיעה אשר לא נדע
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

א גוט ווארט האט געשריבן:ווי עס איז באקאנט טוט די סאטמאר דיירעקטארי וואס נעמט אריין אלע ערליי סאמטאר מיט נאך אזעלכע וואס האבן דיירעקט צי אומדיירעקט מיט סאטמאר, האט עס א חשבון פון 7,000 קע"ה, אבער אן וויליאמסבורג וואוינען דאך קנאפע 9,000 כ"י. איז וואו און אין וועלכע קהילות זענען די איבריגע 2,000.
פאפא 400
ויזניץ ב"ב (סראל, מענדל) 120
וויזשניץ מאנסי 300
בעלזא מאכניפקע 40
בעלזאירושלים 100
קלויזענבורג 150
קרית צאנז 30
סקווירא 130
אדרבה לייגט צו די בריגע מיט (אומ)פונטליכע מספרים...

כ'פארשטיי נישט פינקטליך וואס די ווילסט דא ארויסברענגען
אבער דער סאטמאר'ער רשימה האט היינט צי טאג איבער 20.000 טויזענט ראשי משפחה כ"י (פארשטייט זיך כולל אלע פראקציעס) איבער די וועלט,
ביסט גערעכט אז זיי האבן דארט מענטשען וואס האבן ס'לעצטע מאל געשמעקט סאטמאר 30-40 יאר צירוק, סאיז אבער אויך דא היבש וואס וואלטען ווען יא באדארפט צי זיין און די ליסטע אין זענען נישט,
אויב מיינסטי די צאל אין וויליאמסבורג, איז טאקע דא עטוואס מער ווי 7.000 אין ווממ"ס באשטייט טאקע פון ארום 9000 משפחות וואס די איבריגע 1500-2000 איז טאקע אנדערע קהילות.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

גוט ווארט:
היינטיגע מספרים פארנעמען א נושא פאר זיך, ס'האט קיין [שום] שייכות מיט די פארגאנגענהייט
לאמיר נישט פארקריכן
אז מ'לעבט דערלעבט מען
א גוט ווארט
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 3:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוט ווארט »

איך וויל טאקע אריין גיין אין דעם נושא - היינטיגע מספרים - צו פארשטיין בפרטיות.

צוטייל די שטאט לויט די קהילות-פארטייען-חסידות'ער

אין וויליאמסבורג זענען דא בערך 9,000 משפחות קע"ה

סאטמאר - אלע פראקציעס אינאיינעם איז בערך 7,000 לויט ווי עס האט מיר געזאגט איינער פון די מעילינג ליסטעס
פאפא 400
ויזניץ ב"ב (סראל, מענדל) 120
וויזשניץ מאנסי 300
בעלזא מאכניפקע 40
בעלזאירושלים 100
קלויזענבורג 150
קרית צאנז 30
סקווירא 130
אדרבה לייגט צו די בריגע מיט (אומ)פונטליכע מספרים...
תכלית הידיעה אשר לא נדע
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

אין דעם געהענגעל פון דעם חקל יצחק האבן מיר געשריבן וועגען דעם גרויסן עולם חסידים,
וואס זענען געפארן צו די רבי'ס אין אונגארן - ראמעניא, צווישן די צוויי וועלט מלחמות,
מיר וועלן אצינד אהער ברענגען וואס עס איז נוגע לענינינו,
ביקסאד האט געשריבן:אינדערהיים האט מען געשמועסט אז אויף שבועות איז דא אין סעליש ביים ספינקא רבי טויזענט אידן און אין מונקאטש טויזענט אידן און אין סאטמאר צוועלף הונדערט אידן, דאס איז שוין געווען מיט די אפענע גרעניצן [אין וויזשניץ איז געווען דער עיקר עולם ראש השנה] אבער די אנדערע ימים טובים ווי ראש השנה צו די צווייטע טעג סוכות האט מען אויך באדארפט צו ניצן דעם סאלאש.


כאטש נישט יעדער האט מיטגעשטימט מיט די ציפערן, האט אבער קיינער נישט גע'טענה'ט אז עס זענען געווען מער.
ועמך כולם צדיקים
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

badatz האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:יעצט לאמיר הערן וויפיל סק. פיס איז דער סאטמארער ביהמ"ד אויף ראדני סט. און וויפיל זיצן איז דארט דא, און וויפיל סק. פיס איז דא אינעם סאלאש

ציא וויסען וויא גרויס דאס סאטמערער ביהמ''דר איז
פליעס קאנטאקט די ראשי וופני הקהילה זייא וועלין דיר קענען זאגען בעסער

עס איז דא אינגערמאן וואס דרייט זעך אין וויליאמסבורג, און ער זאגט די ציפערען מיט א פונקטליכען חשבון,
יאך האב אים נאך געקוקט און געזעהן אז עס שטימט, אדרבה איר קאנט גיין און זעך זעלבסט אויך איבער צייגן,
וזה חשבונו :
אין וויליאמסבורג - ראדני,
איז אין בימ"ד העכער די מחיצות פון ווייבער שול לויפן פלארעסענט לעקטער,
אמאל פלעגט נאר זיין איין פיקסטשע"ר העגער די פלאץ פון די רביצין לרפו"ש, די לעקטער לויפן פון מזרח צו מערב,
עס זענען דא צוועלף אכט פיסיגע פיקסטשעיר"ס, א קיימא לן פון זעקס און ניינציג פיס (96),
חוץ די דריי ברייטע שטאנגען, סך הכל איבער הונדערט פיס, פון מזרח צו מערב אן די פאליש,
די ברייט פון צפון צו דרום איז פיר הייזער אביסל ווייניגער פון אכציג פיס,
קאן מען נאך צו רעכענען די בית שני [נדבת ר' ליפא קויפמאן] וואס איז פון הינטען ברייטער וואו פון פארנט,
איז אביסל מער וואו ניינציג פיס פון צפון צו דרום,
אצינד די פאליש איז פון מזרח צו מערב, מיט די שטיקל וואס שטעקט זעך אריין אין בימ"ד קרוב צו דרייסיג פיס,
די ברייט פון דעם פאליש פון צפון צו דרום איז אביסל ברייטער וואו דעם חלל הבימ"ד, דהיינו באלד זעכציג פיס.

אין קרית יואל,
איז דא אויף די דאך טייל"ס - דרא"פ סילינג"ס, יעדע איינס איז צוויי ביי פיר פיס,
איז אזוי אין חלל הבימ"ד דא פון מזרח צו מערב צוואנציג רייעס פון טייל"ס, דהיינו אכציג פיס,
און פון צפון צו דרום איז אין חלל הבימ"ד דא דרייסיג רייעס פון טייל"ס, דהיינו זעכציג פיס,
אונטער די ווייבער שול איז דא די קלענערע טייל"ס פון צוויי אויף צוויי פיס יעדע איינע,
איז פון יעדע זייט באזונדער דא פון צפון צו דרום צעהן רייעס פון טייל"ס, דהיינו צוואנציג פיס,
סך הכל פון צפון צו דרום פונקטליך הונדערט פיס,
אצינד די פאליש [ווען זיי זענען אלע אפען] איז פון מזרח צו מערב דא פערציג פיס,
מיט נאך אביסעלע בערך צוויי פיס די ברייטקייט פון די שטאנגען,
און די ברייט פון דעם פאליש פון צפון צו דרום, איז פונקטליך וואו די ברייט פון דעם חלל הבימ"ד זעכציג פיס.

אדרבה אויב איר זעהט אז עס אנדערש, קאן מען מיר דא לאזן וויסן.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

פינקט היינט שמוסענדיג מיט אן עלטערן אידן
האט ער מיר געזאגט אז אינעם ספר פון די תולדות פון ר' שמעלקע צום סוף ברענגען זיי א בריוו פון עימיצער וואס איז געווען ביים רבין ר' שמעלקא זי"ע יענער ברענגט אראפ די הייליגע דברי תורה, אין אזוי אויך ברענגט ער אז סאיז געווען עולם גדול כמעט מאה אנשים,
ווידער איז ביי דער שמועס אויך געווען נאך א אידן אין דער ריפט זיך אן אז דער הייליגער קאמארנער ברענגט אז ביים רבין ר' הערשעלע זדיטשויבער איז געווען בערך דער מספר (כדענק נישט פונקטלעך כ'וועל אים בל"נ בעטען אז ער זאל מיר דאס ווייזען אינעווייניג) וואס דאס איז מיר שוין יא געווען א חידוש וויל דער עטרת צבי איז געווען מיא אסאך יארן גערקט שוין א תלמיד פונעם חוזה,
נאך אן אינטערסאנטע זאך האט מער דער איד פארקויפט אז ער האט גערעדט מיט א פוילישען אידל אין יענער זאגט אים מפארקויפט אז אין גור איז געווען רבבות אידן אויף יו"ט,דער אמת איז אבער אז גור איז געווען א קליין שטעטל אין אז עדר עולם איז דעקומען מיט פערד אין וואגען אין סאיז געווען אנגעלייגט א האלבן מייל מיט וועגעלעך, האט זיך פארן חסידישען דמיון זיך ציגעדאכט אז מרעדט דא פון ריזיגע מספרים, ע"כ.
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

ביקסאד האט געשריבן:
badatz האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:יעצט לאמיר הערן וויפיל סק. פיס איז דער סאטמארער ביהמ"ד אויף ראדני סט. און וויפיל זיצן איז דארט דא, און וויפיל סק. פיס איז דא אינעם סאלאש

ציא וויסען וויא גרויס דאס סאטמערער ביהמ''דר איז
פליעס קאנטאקט די ראשי וופני הקהילה זייא וועלין דיר קענען זאגען בעסער

עס איז דא אינגערמאן וואס דרייט זעך אין וויליאמסבורג, און ער זאגט די ציפערען מיט א פונקטליכען חשבון,
יאך האב אים נאך געקוקט און געזעהן אז עס שטימט, אדרבה איר קאנט גיין און זעך זעלבסט אויך איבער צייגן,
וזה חשבונו :
אין וויליאמסבורג - ראדני,
איז אין בימ"ד העכער די מחיצות פון ווייבער שול לויפן פלארעסענט לעקטער,
אמאל פלעגט נאר זיין איין פיקסטשע"ר העגער די פלאץ פון די רביצין לרפו"ש, די לעקטער לויפן פון מזרח צו מערב,
עס זענען דא צוועלף אכט פיסיגע פיקסטשעיר"ס, א קיימא לן פון זעקס און ניינציג פיס (96),
חוץ די דריי ברייטע שטאנגען, סך הכל איבער הונדערט פיס, פון מזרח צו מערב אן די פאליש,
די ברייט פון צפון צו דרום איז פיר הייזער אביסל ווייניגער פון אכציג פיס,
קאן מען נאך צו רעכענען די בית שני [נדבת ר' ליפא קויפמאן] וואס איז פון הינטען ברייטער וואו פון פארנט,
איז אביסל מער וואו ניינציג פיס פון צפון צו דרום,
אצינד די פאליש איז פון מזרח צו מערב, מיט די שטיקל וואס שטעקט זעך אריין אין בימ"ד קרוב צו דרייסיג פיס,
די ברייט פון דעם פאליש פון צפון צו דרום איז אביסל ברייטער וואו דעם חלל הבימ"ד, דהיינו באלד זעכציג פיס.

אין קרית יואל,
איז דא אויף די דאך טייל"ס - דרא"פ סילינג"ס, יעדע איינס איז צוויי ביי פיר פיס,
איז אזוי אין חלל הבימ"ד דא פון מזרח צו מערב צוואנציג רייעס פון טייל"ס, דהיינו אכציג פיס,
און פון צפון צו דרום איז אין חלל הבימ"ד דא דרייסיג רייעס פון טייל"ס, דהיינו זעכציג פיס,
אונטער די ווייבער שול איז דא די קלענערע טייל"ס פון צוויי אויף צוויי פיס יעדע איינע,
איז פון יעדע זייט באזונדער דא פון צפון צו דרום צעהן רייעס פון טייל"ס, דהיינו צוואנציג פיס,
סך הכל פון צפון צו דרום פונקטליך הונדערט פיס,
אצינד די פאליש [ווען זיי זענען אלע אפען] איז פון מזרח צו מערב דא פערציג פיס,
מיט נאך אביסעלע בערך צוויי פיס די ברייטקייט פון די שטאנגען,
און די ברייט פון דעם פאליש פון צפון צו דרום, איז פונקטליך וואו די ברייט פון דעם חלל הבימ"ד זעכציג פיס.

אדרבה אויב איר זעהט אז עס אנדערש, קאן מען מיר דא לאזן וויסן.

היבש ראנג מיט די נומערען פון די ביהמ"ד אין קרית יואל
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

פון זכרון אדער פון ציילן ?
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

ביקסאד האט געשריבן:פון זכרון אדער פון ציילן ?

פון וויסען
אגב אין וומ"ס ביסטי אן טארגעט דאס ביהמ"ד ווען נישט דער שטיקלעך וואס קימט אריין אין בית שני סיי ביי מזרח אין סיי ביי מערב וואלט געווען עקזעקט 10.000 סקווער פוס פארשטייט זיך אן דער פאליש.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

נאך א מאל איר האט אין קרית יואל געציילט, אדער מפי השמועה אז דער דברי יואל האט געהייסן בויען גרעסער.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

ביקסאד האט געשריבן:נאך א מאל איר האט אין קרית יואל געציילט, אדער מפי השמועה אז דער דברי יואל האט געהייסן בויען גרעסער.

כזע אז אן א פינקטליכער מקור גייט עס (כהאף אז ביי דיר האסטי אויך די זעלבער סטענדערד)
כהאב עס געהערט פון עימיצער וואס פלעגט הענגען ליילעכער(סיינס)אין ביהמ"ד
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

יאסל האט געשריבן:כזע אז אן א פינקטליכער מקור גייט עס (כהאף אז ביי דיר האסטי אויך די זעלבער סטענדערד)

ביקסאד האט געשריבן:יאך האב אים נאך געקוקט און געזעהן אז עס שטימט, אדרבה איר קאנט גיין און זעך זעלבסט אויך איבער צייגן,

עס איז שוין א שטיק צייט פאריבער קאן מעגליך זיין אז יאך שרייב נישט פונקטליך,
אבער וועגען וויליאמסבורג זעה יאך אז איר האט מיר געפאלגט און אליין געקוקט.
יאסל האט געשריבן:כהאב עס געהערט פון עימיצער וואס פלעגט הענגען ליילעכער(סיינס)אין ביהמ"ד

טראנספארטאנטן, עפעס אזוי דאכט זעך פלעגט עס ר' סענדר אנרופן.
ועמך כולם צדיקים
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

ס''ה ק''י 9600 אן די פאליש + 2400 די פאליש = 12000
ראדני 8200+ 1500 די פאליש = 9700
14 הופפער מיט די סטעידזש 12800
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”