ה'כולל-אברכים' באספקלריית רביה"ק מסאטמאר זצ"ל

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

אחת ואחת האט געשריבן:פון נייעס אין ק"י אשכול. אריבערגערענגט עפ"י בקשת זיידי בערל.

lebediger berel האט געשריבן:
מימוני האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט אז די רבי זי"ע האט געהאלטען אז ווי לענגער אין כולל אין נישט אויפן גאס איז אלס בעסער, אפי' ביי די נישט גרעסטע מתמידים.

אפשר קען הרב מיללער אדער אן אנדערער פין אונזערע באלערענדע ניקס ציצייכענען.

סאיז דא ערגעץ א אשכול דעריבער ביטע אהינפירן


א גוטן רב מימוני, איך האב אייך גלייך געוואלט זאגן אז לפי ידיעתי איז אינגאנצען קאפויער ווי די שרייבסט. אבער אריינקומנדיג אין דעם אשכול קענט איר אליין זען פון עלטערע ווי מיר. אז די רבי זי"ע פלעגט שיקען ארבעטען גלייך נאך די חתונה. ער האט געהאלטען אז ווער עס וויל זיך משלים זיין וועט עס טוען אן א כולל אויך. נאר שפעטער ווען ער האט געזען אז מען גייט צו פרעמדע פלעצער האט ער אויך געפענט.

אבער איך מיין אז היינט צוטאגס זאגן היינט אסאך ערלכע אידן (ווי איך מיין פארשטאנט זאגט אזוי) אז לויט די מצב אין די גאס איז יא ווערט ווי לענגער מען זיצט אין כולל. עכ"פ מען זאל נישט אריינפאלען גלייך פון די חתונה אין די רוישיגע ביזנעס וועלט.


אין יענע קרית יואל אשכול האט מען עס געמעקט
די תגובה מיינער איז געווען אז מענטשן רעדן זיך אפ אויף זיצן אין כולל, מיר האט א חשובע רב גענטפערט טאקע בנוגע די מאנראע כולל צו עס איז יא אדער נישט א תכלית פאר מיינער קרוב דאס זיצן אין כולל
האט דער רב מיר געזאגט אז נאך רבנים און עסקנים היינט זאגן עס אז אין יארע 2020 איז זייער וויכטיג פונקט ווי א תלמוד תורה דאס אויפהאלטן א כולל און מעודד זיין אינגעלייט צו זיין א תקופה אינעם כולל עס העלפט ארויס אינגעלייט צו שטיין אויף די פוס גראד.
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

שוין מיד פון הערן פון 'רבנים און עסקנים'

אויב עפעס ברויך מען דאס הערן נאר פון אזאלכע מורי דרך וואס באגלייטן אינגעלייט בפרטיות דורכאויס די ערשטע תקופה נאך די חתונה, און כ'בין נישט זיכער אז ס'איז דא א גרויסער פראצענט (אדער אפילו א קליינער) אינגעלייט וואס האבן בכלל אזא נאנטער קשר מיט א מורה דרך אז יענער זאל קענען מאכן אזא אבזערוואציע.

אבער אלעס אויסער דעם איז געבויט אויף לופט לדעתי העניה. ווער עס קען זאל ביטע מסביר זיין וויאזוי דאס פארברענגען א האלב יאר צי א יאר אין כולל מאכט א חילוק אין א אינגערמאן שפעטער. באגלייט מיט פאקטישע ביישפילן, א חילוק ביי דעם זעלבן אינגערמאן 2 3 יאר שפעטער, שוין נאכן זשוינען די ווארקפארס, וויאזוי איז ער אנדערש לכבוד זיין יא אדער נישט זיצן אין כולל פאר אביסל.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: ה'כולל-אברכים' באספקלריית רביה"ק מסאטמאר זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

איך האב היינט דורך געליינט די גאנצע אשכול פון אנהייב ביזן סוף
איך קען זאגן איך זייער הנאה געהאט פון אלעמען'ס תגובות הערות / הארות

אבער איך האלט אז די פותח האשכול הרב מיללער המתחיל במצוה אומרים לו גמור.
און אזוי ווי די האסט א גוטן פעדער, וויל איך בעטן זאלסט קלאר מסכם זיין די אלע נקודות וואס מ'האט ארום געשמועסט דא

א. א כולל בימים ההם, וואס איז געווען דעת רביה"ק זי"ע
ב. כולל בזמן הזה, פארוועם איז דעס געמאכט.
ג. ווען זאגט מען חדש אסור מן התורה, אל תטוש, כל המשנה ידו על התחתונה
און ווען זאגט מען אכשר דרא אין היינט קען מען פארבעסערן כל מיני דברים אין אידישקייט (וואו אריזאנע ווייץ)
ווען זאגט מען אז הוראת רבינו איז געווען הוראת שעה, און היינט איז פשוט אז ס'אנדערש

נ.ב. איך וואלט געוואלט צולייגן אז לעצטנס איז פארגעקומען א שמועס דורך אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) שליט"א פאר א כולל חתנים, וואס דארט האט ער זייער קלאר געשטעלט לגבי די כוללים וואס איז געווען דעת רביה"ק און וואס איז היינט צוטאגס
קהילת יקנה''ז
שר האלף
תגובות: 1289
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am

Re: ה'כולל-אברכים' באספקלריית רביה"ק מסאטמאר זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהילת יקנה''ז »

הרשמה להכולל אין די בראשית יארן.
אטעטשמענטס
הרשמה להכולל אין די בראשית יארן
הרשמה להכולל אין די בראשית יארן
69699-1.jpg (169.93 KiB) געזען 1683 מאל

"שיקט אריין" אלטע בילדער פון קרית יואל צו :
[email protected]


און מיר וועלן עס ארויפשטעלן אויפן וועלטל!
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: ה'כולל-אברכים' באספקלריית רביה"ק מסאטמאר זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

א גוט צעטעלע, ווי עס שיינט האט עס דער פאטער אדער שווער געברויכט אונטערשרייבן.
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8350
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: ה'כולל-אברכים' באספקלריית רביה"ק מסאטמאר זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

שיינע צעטל!

הלוואי היינט געזאגט...
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
rutledge
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

Re: ה'כולל-אברכים' באספקלריית רביה"ק מסאטמאר זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך rutledge »

אספקלריה לפי ידיעתי טייטשט א פורהאנג
כבין גערעכט ?
קהילת יקנה''ז
שר האלף
תגובות: 1289
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am

Re: ה'כולל-אברכים' באספקלריית רביה"ק מסאטמאר זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהילת יקנה''ז »

rutledge האט געשריבן:אספקלריה לפי ידיעתי טייטשט א פורהאנג
כבין גערעכט ?

עיין מס' סוכה מה:

"שיקט אריין" אלטע בילדער פון קרית יואל צו :
[email protected]


און מיר וועלן עס ארויפשטעלן אויפן וועלטל!
rutledge
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

Re: ה'כולל-אברכים' באספקלריית רביה"ק מסאטמאר זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך rutledge »

קהילת יקנה''ז האט געשריבן:
rutledge האט געשריבן:אספקלריה לפי ידיעתי טייטשט א פורהאנג
כבין גערעכט ?

עיין מס' סוכה מה:

אספקלריה: מחיצה שחוצצת ביניהם לשכינה מאירה: כמראה זו שרואין בה
סא סמיינט א שפיגל ?
בפשטות אידער וועי איז דער בעל האשכול זיך טועה סקוקט אויס ווי ער האט פארשטאנען אז סמיינט גלעזער...
א איד פון אמאל
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2020 5:30 am

Re: ה'כולל-אברכים' באספקלריית רביה"ק מסאטמאר זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א איד פון אמאל »

די ערשטע סאטמאר כולל איז געווען כולל יטב לב אין ירושלים, דאס האט ר' משה אריה פריינד ז"ל אויפגעשטעלט בהסכמת רבינו הקדוש פאר די נייע דור תלמידי הישיבה, וואס האבן דעמאלט'ס אנגעהויבן חתונה האבן,
ר' משה אריה פלעגט אסאך בעטן פארן רבין וועגן דעם, עס האט גענומען צייט ביז רבינו הקדוש האט מסכים געווען,
אבער דער רבי האט זיך אויסגענומען אסאך תנאים אפשר קען איינער אראפ ברענגען פון זיינע תלמידים אדער זיינע תולדות וועלכע הוראות ער האט באקומען פון רבין,
דאכט זיך איינע פון די תנאים איז געווען אז עס זאל זיין 8 שעה א טאג, אין אויכט פרייטאג
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1413
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

יאסל האט געשריבן:בנוגע דער גרינדונג פון דעם סאטמארען כולל איז ווי הרב מיללער האטו שוין ציגעצייכענט נישט געווען אויך די אגענדע פונעם רבין אין די ערשטע יארן,
סאיז דא א שארפע מימירה פונעם רבין וואס ער האט געזאגט דעם בעסערמינער רב ז"ל אז ענדערש זאלען אוועק פאלען 10 וואס וואלטען ווען יא געקענט אויסשטייגען ווי איידער מאכן א כולל אין איינער וואס באלאנגט נישט דארט ווייל גיין ליידיג ברענגט צי צי דאס ערגסטען,
אבער אין די שפעטער יו"ד יארן ווען די אינגעלייטלעך האבן אנגעהויבן פאשען אין די פרעמדע פלעצער מיט פרעמדע השקפות האט ער יא געזען דאס נחיצות צי עפענען דעם כולל דאכט זיך אים שנת תשכ"ב.
אגב זעט מען פון דעם אז דער רבי האט לויט די נתיבות הזמן געקענט טוישן זיין מיינונג ווען סהאט זיך אויסגעפעלט, כאטש אז מזעט ווי שארף ער האט זיך אויסגעדריקט פארן בעסערמינער רב.
היינט צי טאג האלט איך אז סאיז דא נאך א טעם וואס א אינגערמאן דארף אפשר צי בלייבען אין כולל עכ"פ אפאר יאר וויל נישט ווי אמאל ווען מאיז ארויסארבעטען האט דאס געמיינט א נייען מאשין אדער ערגעאנדערשווי אין א פעקטארי איז ליידער היינט דער מצב אז דאס מיינט קאמפיוטער מיט די היינטיגע נאכוויען וואס דאס ברענגט, אז כבין שוין גארנישט זיכער וואס איז ערגער צי גיין ליידיג אין כולל אדער ארויסגיין אין די גאס דאיז ליידער א מצב וואס איבעראל איז ביטער.



תשכ’’ב מיינעך איז היבש שפעטער ווי די ירושלימער כולל האט געפענט תחת הג’’ר מ’’א פריינד זצ’’ל הגאב’’ד
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

Re: ה'כולל-אברכים' באספקלריית רביה"ק מסאטמאר זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

הנאה געהאט פון מיללער'ס ארטיקל (א שפראך איינס אינדערוועלט)

איינער ווייסט ווען און ווי ס'האט זיך אנגעהויבן די מין אינסטיטוציע וואס מ'רופט היינט כולל?

ווי ווייט איך ווייס (און איך ווייס גאר ווייניג) האט פארן קריג כמעט נישט עקזעסטירט אזא זאך, ווער ס'האט געוואלט בלייבן לערנען האט עס געטוהן, אבער איז דאס געווען אינסטיטושענעלייזט?
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1413
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: ה'כולל-אברכים' באספקלריית רביה"ק מסאטמאר זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

סמארט גאי האט געשריבן:הנאה געהאט פון מיללער'ס ארטיקל (א שפראך איינס אינדערוועלט)

איינער ווייסט ווען און ווי ס'האט זיך אנגעהויבן די מין אינסטיטוציע וואס מ'רופט היינט כולל?

ווי ווייט איך ווייס (און איך ווייס גאר ווייניג) האט פארן קריג כמעט נישט עקזעסטירט אזא זאך, ווער ס'האט געוואלט בלייבן לערנען האט עס געטוהן, אבער איז דאס געווען אינסטיטושענעלייזט?

א מקום צו שיקן מיידלעך פאר חינוך איז דען יא געווען?
א חוץ ישיבות איז אלעס געווען אזא סארט אויסשטעל ווי דער אמאליגער כולל אינגערמאן
כהיום איז אלעס אינסטיטושענעלייזט און ס’האט אסאך געראטעוועט.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: ה'כולל-אברכים' באספקלריית רביה"ק מסאטמאר זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

ישיבות איז דאך אויך לכתחילה נישט געווען אינסטיטושענעלייזד נאר אין אונגארן און ליטע
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אהבת ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 3:25 pm

Re: ה'כולל-אברכים' באספקלריית רביה"ק מסאטמאר זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת ישראל »

Programming האט געשריבן:ישיבות איז דאך אויך לכתחילה נישט געווען אינסטיטושענעלייזד נאר אין אונגארן און ליטע

אויך נישט געהעריג, און נישט נחלת הכלל...
איזהו חכם
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 23, 2020 1:39 am

Re: ה'כולל-אברכים' באספקלריית רביה"ק מסאטמאר זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזהו חכם »

איך האב געהערט אמאל פון א גרויסע תלמיד חכם וואס איז א האלבע טאג א מגיד שיעור און א האלבע טאג א ראש הכולל אז די סיבה פארוואס סאטמאר רבי האט קודם געשיקט זיין עולם ארבעטן איז געווען ווייל ער האט געקענט זיין עולם נאך די מלחמה וואס פלעגן זיך אויפוועקן אין מיטן די נאכט מיט קולות און ווען זיי זענען זיך צוזאמען געקומען אדער געגאנגען ליידיג האבן זיי גערעדט און געטראכט פון די מלחמה האט ער נישט געוואלט זיי זאלן זיצן צוזאמען א גאנצען טאג און כולל אבער שפעטער ווען עס האט אנגעהויבן אויפציוואקסען די ערשטע דור נאך די מלחמה איז ער געווען זייער ווארעם פאר די כולל (איך ווייס נישט אויב ער האט עס געזאגט אייגענס אדער נאכגעזאגט פון איינעם אבער עס איז א אינטערסאנטע נקודה)
אמונה פשוטה
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 2:13 am

Re: ה'כולל-אברכים' באספקלריית רביה"ק מסאטמאר זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמונה פשוטה »

איזהו חכם האט געשריבן:איך האב געהערט אמאל פון א גרויסע תלמיד חכם וואס איז א האלבע טאג א מגיד שיעור און א האלבע טאג א ראש הכולל אז די סיבה פארוואס סאטמאר רבי האט קודם געשיקט זיין עולם ארבעטן איז געווען ווייל ער האט געקענט זיין עולם נאך די מלחמה וואס פלעגן זיך אויפוועקן אין מיטן די נאכט מיט קולות און ווען זיי זענען זיך צוזאמען געקומען אדער געגאנגען ליידיג האבן זיי גערעדט און געטראכט פון די מלחמה האט ער נישט געוואלט זיי זאלן זיצן צוזאמען א גאנצען טאג און כולל אבער שפעטער ווען עס האט אנגעהויבן אויפציוואקסען די ערשטע דור נאך די מלחמה איז ער געווען זייער ווארעם פאר די כולל (איך ווייס נישט אויב ער האט עס געזאגט אייגענס אדער נאכגעזאגט פון איינעם אבער עס איז א אינטערסאנטע נקודה)

ער האט עס געזאגט אלס אייגענע הסבר, אדער אלס שמועה אז אזוי האט געזאגט דער רבי זצ"ל אליין
לעצט פארראכטן דורך אמונה פשוטה אום פרייטאג יולי 09, 2021 3:38 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אמונה פשוטה
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 2:13 am

Re: ה'כולל-אברכים' באספקלריית רביה"ק מסאטמאר זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמונה פשוטה »

אהבת ישראל האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:ישיבות איז דאך אויך לכתחילה נישט געווען אינסטיטושענעלייזד נאר אין אונגארן און ליטע

אויך נישט געהעריג, און נישט נחלת הכלל...

האט מען עס נישט געקענט פויעלן ביי עולם
אבער די מנהיגי ישראל האבן געוואלט און געארבעט שווער אז עכ"פ רוב בחורים זאלן קומען צו די ישיבות
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

Re: ה'כולל-אברכים' באספקלריית רביה"ק מסאטמאר זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

אמונה פשוטה האט געשריבן:
אהבת ישראל האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:ישיבות איז דאך אויך לכתחילה נישט געווען אינסטיטושענעלייזד נאר אין אונגארן און ליטע

אויך נישט געהעריג, און נישט נחלת הכלל...

האט מען עס נישט געקענט פויעלן ביי עולם
אבער די מנהיגי ישראל האבן געוואלט און געארבעט שווער אז עכ"פ רוב בחורים זאלן קומען צו די ישיבות

ווייס איך נישט פון ווי דו נעמסט עס.

אויב עפעס זענען די אמאליגע ישיבות געווען אויף א סטאנדארט וואס האט בעיקר אפעלירט צו די מצויינים,
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אהבת ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 3:25 pm

Re: ה'כולל-אברכים' באספקלריית רביה"ק מסאטמאר זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת ישראל »

סמארט גאי האט געשריבן:
אמונה פשוטה האט געשריבן:
אהבת ישראל האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:ישיבות איז דאך אויך לכתחילה נישט געווען אינסטיטושענעלייזד נאר אין אונגארן און ליטע

אויך נישט געהעריג, און נישט נחלת הכלל...

האט מען עס נישט געקענט פויעלן ביי עולם
אבער די מנהיגי ישראל האבן געוואלט און געארבעט שווער אז עכ"פ רוב בחורים זאלן קומען צו די ישיבות

ווייס איך נישט פון ווי דו נעמסט עס.

אויב עפעס זענען די אמאליגע ישיבות געווען אויף א סטאנדארט וואס האט בעיקר אפעלירט צו די מצויינים,

דעיס איז היינט ליידער אויכעט, שוין אן עקסטערע שמועס. בד"וו דעמאלטס א מצויין האט געמיינט זיך פארהערן בלעטער,נישט סתם א גוטע בחור וואס וועט ברענגן אביסל כבוד פארן ישיבה. שוין כבין אביסל פארפארן .
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”