די היסטאריע פון חזנים און חזנות

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

די היסטאריע פון חזנים און חזנות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

די פאלגענדע פאראגראף איז א ציטאט פון די משפחה מאגאזין, אין א אינטערוויא מיטן חזן איטשע מאיר העלפגאט, וואס באציהט זיך צו די פראגע צו די אמאליגע חזנים זענען נישט געווען ערליך.

"it's a misconception. While it's true that some of the famous ones, Kwartin, Moshe Oysher, and others were far from pious, there were many erliche chazzanim as well. The reason we don't know about them is because of the cherem."

פון וועלכע חרם רעדט ער?

"Many of the old chazzanim made a pact among themselves not to record their pieces. The reason was that there were many yidden who were forced to work on Shabbos, and these people would satiate their raging souls by listening to some pieces of chazzanus when they came home from work, thus 'connecting' with the spirit of the day. So the chazzanim decided amongst themselves not to record, so as to remove that temptation. That's why many of them are forgotten. Today, most of my contemporaries are wonderful, ehrliche yidden, in addition to being gifted chazzanim".

דא האמער שוין א שטיקל בילד, אז ס'פלעגט ארויסקומען מכשולות פון די חזנ'ישע רעקארדירונגען, אז מחללי שבתות פלעגן זיך פילן גוט דורך הערן די רעקארדירונגען, האבן זיך די ערליכע חזנים צוזאמגענומען און געמאכט א ''חרם'', א שרעקעדיגע ווארט, אז מען זאל נישט רעקארדירן פון זיי קיין חזנות.

איצטערט וויל איך בעטן פון אונזערע חברים איבער צונעמען דאס ווארט און אונז אביסל קלאר מאכן וואס דא איז פארגעגאנגען פונקטליך.

ווען איז דאס געווען? וואו איז דאס געווען? ווער האט דאס אנגעפירט? למעשה איז דאך דא רעקארדירונגען פון ערליכע אויך?

נ.ב. חלקים גענומען פון די קאווע שטיבל פון די ישיבה וועלט.
אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אךשמח »

אינטערעסאנט.

ווען איז געווען דער אינטערוויאו מיטן 'משפחה'?
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

nov 25
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דעם אשכול האב איך געטראפן וועלכע באהאנדלט די היסטאריע פון חזנים און חזנות, וועל איך דא אריינשטעלן וואס איך האב געטראפן אין 'המאור תשכ"ג' ווען הרה"ח החזן המפורסם ר' יהושע ווידער ע"ה איז אוועק אין מאנטריאל.

אפשר וואלט כדאי געווען צו שרייבען אבסיל מער איבער דעם חשובען חזן וועלכער האט זוכה געווען מעמיד צו זיין גאר ערליכע חסידישע דורות, לעצטנס איז אועק זיין זון הרה"ח ר' אלימלך ווידער ע"ה פון וומ"ס ויבדלח"ט זיין איידעם הרה"ח ר' אלי' בערקאוויטש פון קרית יואל.

אין דעם לינק איז פארהאן א לענגערע באשרייבונג איבער ר' יהושע ווידער אויף ענגליש
http://holocaustmusic.ort.org/places/ca ... -yehoshua/

אפשר א בילד פון זיין מציבה?
אטעטשמענטס
88f21d5567.jpg
untitled.JPG
untitled.JPG (31.82 KiB) געזען 7957 מאל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר-כח הרב מהר"ם קאפויער, פאלגענד איז א לינג צו א בלאג איבער חזנים, און דאס בלעטל איבער ר' יהושע ווידער באגלייט מיט זיין ביאגראפיע (ענגליש) און עטליכע הארציגע שטיקלעך.
http://cantorcenter.blogspot.com/search ... a%20Wieder

זיין האבן נישט דארט זיין 'אהבה רבה' וועלכע איז בוקע רקיעים.
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

דא איז זיין אהבה רבה
http://www.f2h.co.il/9932238389737

אהבת עולם
http://www.f2h.co.il/1444511683658
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

מיללער האט געשריבן:דעם אשכול האב איך געטראפן וועלכע באהאנדלט די היסטאריע פון חזנים און חזנות, וועל איך דא אריינשטעלן וואס איך האב געטראפן אין 'המאור תשכ"ג' ווען הרה"ח החזן המפורסם ר' יהושע ווידער ע"ה איז אוועק אין מאנטריאל.

אפשר וואלט כדאי געווען צו שרייבען אבסיל מער איבער דעם חשובען חזן וועלכער האט זוכה געווען מעמיד צו זיין גאר ערליכע חסידישע דורות, לעצטנס איז אועק זיין זון הרה"ח ר' אלימלך ווידער ע"ה פון וומ"ס ויבדלח"ט זיין איידעם הרה"ח ר' אלי' בערקאוויטש פון קרית יואל.

נאך א איידעם איז געווען ר' אברהם חיים כהנא פון מאנסי [בן החסיד המפורסם רבי נחום הירש הי"ד פון סיגעט (חותן רבי יונה האלפערט זז"ג)].
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

גאר אן אינטערעסאנטע באשרייבונג איבער דעם לעגענדארער חזן ר' ברוך שור ע"ה פון לעמבערג

http://www.mediafire.com/?dumwqnmm2jw

(קרעדיט; פורום לשמוע אל הרנה)
http://bhol-forums.co.il/topic.asp?topic_id=2776168
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

א דאנק אייך מילער פארן ברענגען אינטרעסאנטע לינקס. (די לעצטע לינק פון א באשרייבונג אויף ר' ברוך שור, ארבעט נישט מיט דזשעי נעט).
(און כאטש איך קען נישט קיין פליסיגן ענגליש און ס'געדויערט מיר לאנג צו ליינען, האב איך נאכאלץ הנאה געהאט פון די ארטיקלען)

איך שרייב דא א עפיזאד וואס כ'האב אמאל געהערט פון א אייניקל פון ר' יושע ווידער, און כ'האב עס אנגעגרייט פארן קראך אריינצולייגן אין "היכל הנגינה" אינעם אשכול "כ"ה ניסן יאסעלע ראזענבלאט", אבער אינצווישן האט זיך דער שטן פארלייגט, און דערנאך בין איך נישט אנגעקומען עס אריינצולייגן ביז איצט.
אבער איצט טראכט איך אז ס'איז טאקע מער פאסיג דא צושרייבן.

אין איינע פון די לעצטע יארן (מעגליך די לעצטע יאר -תשל"ט- אבער איך געדענק נישט אויף זיכער) פון סאטמארן רבין זצ"ל ווען ער האט שוין געוואוינט אין ק"י, איז דארט געווען אויף שבת צוגאסט דער באקאנטער חזן ר' יושע ווידער, און מ'האט אים מכבד געווען מיט קבלת שבת. נאכן קדיש פון ה' מלך פאר כגוונא איז דער רבי ארויסגעגאנגען אויף אפאר מינוט. נו וואס טוט מען אינצווישן? האט ר' יושע אנגעהויבן צו זאגן דעם באקאנטן רזא דשבת וואס איז פארשפרייט געווארן דורך פינטשיק. (און אז דער עולם האט געהאט גרויס הנאה, דאס דארף מען נישט צו זאגן).
בקיצור, אינמיטן העפטיגן זאגן, איז דער רבי צוריק אריינגעקומען. און ווי פארשטענדליך האט ער גלייך אויפגעהערט זיך צו גארגלען. אבער דער רבי האט אים גלייך געוויזן מיט די הענט ער זאל ווייטער ממשיך זיין. און ער האט זיך אויסגעדרייט צו אים, און אים אריינגעקוקט אין פנים די גאנצע צייט, ביז ער האט געענדיגט.
ע"כ המעשה.
מען קען זעהן פון דעם אסאך נקודות. אבער איינס וואס מ'האט דארט באהאנדלט, צו ער האט יא געמעגט דאווענען פארן עמוד צו נישט, זעהט מען דא אז שפעטער האט ער יא געדאוונט. (מעגליך אז ער האט שוין דעמאלט געהאט א בארד, אבער לדברי "סעלעדס" אז ערשט די לעצטע יאר האט ער זיך עס געלאזט וואקסן שטימט עס נישט).
ער איז נפטר געווארן, י"ד אלול שנת תשכ"ג. יהא זכרו ברוך.
אוועטאר
זאמלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 12, 2010 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאמלער »

נאך א באשרייבונג איבער ר' ברוך שור ע"ה פינעם ביכל "די געשיכטע פון חזנות"
אטעטשמענטס
20100920170207.pdf
(221.83 KiB) געווארן דאונלאודעד 266 מאל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

טאבאקא האט געשריבן:אין איינע פון די לעצטע יארן (מעגליך די לעצטע יאר -תשל"ט- אבער איך געדענק נישט אויף זיכער) פון סאטמארן רבין זצ"ל ווען ער האט שוין געוואוינט אין ק"י, איז דארט געווען אויף שבת צוגאסט דער באקאנטער חזן ר' יושע ווידער, און מ'האט אים מכבד געווען מיט קבלת שבת. נאכן קדיש פון ה' מלך פאר כגוונא איז דער רבי ארויסגעגאנגען אויף אפאר מינוט. נו וואס טוט מען אינצווישן? האט ר' יושע אנגעהויבן צו זאגן דעם באקאנטן רזא דשבת וואס איז פארשפרייט געווארן דורך פינטשיק. (און אז דער עולם האט געהאט גרויס הנאה, דאס דארף מען נישט צו זאגן).
בקיצור, אינמיטן העפטיגן זאגן, איז דער רבי צוריק אריינגעקומען. און ווי פארשטענדליך האט ער גלייך אויפגעהערט זיך צו גארגלען. אבער דער רבי האט אים גלייך געוויזן מיט די הענט ער זאל ווייטער ממשיך זיין. און ער האט זיך אויסגעדרייט צו אים, און אים אריינגעקוקט אין פנים די גאנצע צייט, ביז ער האט געענדיגט.
ע"כ המעשה.
מען קען זעהן פון דעם אסאך נקודות. אבער איינס וואס מ'האט דארט באהאנדלט, צו ער האט יא געמעגט דאווענען פארן עמוד צו נישט, זעהט מען דא אז שפעטער האט ער יא געדאוונט. (מעגליך אז ער האט שוין דעמאלט געהאט א בארד, אבער לדברי "סעלעדס" אז ערשט די לעצטע יאר האט ער זיך עס געלאזט וואקסן שטימט עס נישט).
ער איז נפטר געווארן, י"ד אלול שנת תשכ"ג. יהא זכרו ברוך.



ר' יושע ווידער - איז ווי איר שרייבט - אוועק תשכ"ג, ווען קרית יואל איז נאך ניטאמאל געווען אין חלום, און דא קומט ער קיין קרית יואל זאגאר דאס לעצטע יאר תשל"ט צום רבי'ן, האיך יתקיימו שניהם? ולית נגר ובר נגר דיפרקיניה.
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

לויט ווי כ'האב מקובל האט ער נישט געדאווענט פאר עמוד ביים רבי'ן זי"ע. שטיקלעך און געזינגעכצער יא.

(אפשר שוין געשריבן געווארן דא ערגעץ) כ'הערט פון א אייניקעל אז דער רבי זי"ע איז פונקט געווען אין מאנטריאל ווען ר' יושע איז אוועק און דער רבי האט אים באגלייט אפאר בלאקס. ע"כ.
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

אין ווי מיללער זאגט איז ער שוין נישטא געווען פאר קרית יואל'ס גרינדונג סא די מעשה איז מעיקרא ליתא. ער האט נישט געדאווענט פארן ברעטל און ער איניש געווען אין קרית יואל. (א סתירא אייניקל על אייניקל..)
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

זאמלער, אויב ס'איז מעגליך מאכט עס אביסל גרעסער און קלארער. אויך ביטע לאזט אונז וויסען מער פרטים אויף דעם ביכל, פון וואו עס קומט, ווער האט עס געשריבן און וואו מען קען עס באקומען. (שוין געשיקט א אנפראגע צו פארשריבן, העמער זעהן צו ער ווייסט עפעס דערוועגן).
מיללער האט געשריבן:
טאבאקא האט געשריבן:אין איינע פון די לעצטע יארן (מעגליך די לעצטע יאר -תשל"ט- אבער איך געדענק נישט אויף זיכער) פון סאטמארן רבין זצ"ל ווען ער האט שוין געוואוינט אין ק"י, איז דארט געווען אויף שבת צוגאסט דער באקאנטער חזן ר' יושע ווידער, און מ'האט אים מכבד געווען מיט קבלת שבת. נאכן קדיש פון ה' מלך פאר כגוונא איז דער רבי ארויסגעגאנגען אויף אפאר מינוט. נו וואס טוט מען אינצווישן? האט ר' יושע אנגעהויבן צו זאגן דעם באקאנטן רזא דשבת וואס איז פארשפרייט געווארן דורך פינטשיק. (און אז דער עולם האט געהאט גרויס הנאה, דאס דארף מען נישט צו זאגן).
בקיצור, אינמיטן העפטיגן זאגן, איז דער רבי צוריק אריינגעקומען. און ווי פארשטענדליך האט ער גלייך אויפגעהערט זיך צו גארגלען. אבער דער רבי האט אים גלייך געוויזן מיט די הענט ער זאל ווייטער ממשיך זיין. און ער האט זיך אויסגעדרייט צו אים, און אים אריינגעקוקט אין פנים די גאנצע צייט, ביז ער האט געענדיגט.
ע"כ המעשה.
מען קען זעהן פון דעם אסאך נקודות. אבער איינס וואס מ'האט דארט באהאנדלט, צו ער האט יא געמעגט דאווענען פארן עמוד צו נישט, זעהט מען דא אז שפעטער האט ער יא געדאוונט. (מעגליך אז ער האט שוין דעמאלט געהאט א בארד, אבער לדברי "סעלעדס" אז ערשט די לעצטע יאר האט ער זיך עס געלאזט וואקסן שטימט עס נישט).
ער איז נפטר געווארן, י"ד אלול שנת תשכ"ג. יהא זכרו ברוך.



ר' יושע ווידער - איז ווי איר שרייבט - אוועק תשכ"ג, ווען קרית יואל איז נאך ניטאמאל געווען אין חלום, און דא קומט ער קיין קרית יואל זאגאר דאס לעצטע יאר תשל"ט צום רבי'ן, האיך יתקיימו שניהם?

סארא בעהיימישע קאפ!, איך בין באמת נישט משיג ווי אזוי איך האב געקענט שרייבן אזא זאך. (ווי פלעגט יענער זאגן, איך האב א ריכטיגע "אייזערנע קאפ", ס'גייט גארנישט אריין דערין...)
דאס אז ס'איז מעגליך געווען תשל"ט האב איך געשריבן מדעת עצמי פון מיין אייגענע סברא. און אז ער איז נפטר געווארן תשכ"ג האב איך גענומען פון ר' בערל שווארץ'ן, מילא עפעס שטימט דא נישט, אבער איך געדענק קלאר ווי ער האט געזאגט אז עס האט פאסירט אין ק"י, ער האט אפי' דערמאנט די בעיקערטאון גאס.

מיללער האט געשריבן:ולית נגר ובר נגר דיפרקיניה.

וואס הייסט דאס? מיר לעבן נאך און דאס אייניקל לעבט דאך נאך, וועלן מיר פרובירן צו כאפן א שמועס מיט אים און אויסקלארן די מיספארשטענדענישן.
לאז געמאכט האט געשריבן:לויט ווי כ'האב מקובל האט ער נישט געדאווענט פאר עמוד ביים רבי'ן זי"ע. שטיקלעך און געזינגעכצער יא.

נו אז איר האט מקובל, וואס איז שייך זיך צו דינגען... און ערנסט גערעדט, דאס איז דאך דער חידוש צוליב וואס ער האט מיר פארציילט די מעשה.
לאז געמאכט האט געשריבן:(אפשר שוין געשריבן געווארן דא ערגעץ) כ'הערט פון א אייניקעל אז דער רבי זי"ע איז פונקט געווען אין מאנטריאל ווען ר' יושע איז אוועק און דער רבי האט אים באגלייט אפאר בלאקס. ע"כ.

האט איר א אויסצוג פון ר' בערל שווארצ'ן:
"עס איז אויך מערקווירדיג, אז ווען רבינו מסאטמאר זי"ע איז געווען אין מאנטרעאל סוף זומער פון יאר תשכ"ג, איז ר' יושע שוין געווען א מסוכנ'דיגער קראנקער ל"ע. דער רבי איז אים געגאנגען מבקר חולה זיין אין שפיטאל, און געזעצן א שטיקל צייט נעבן זיין קראנקן בעט. דאס איז געווען בלויז געציילטע טעג פאר זיין פטירה" עכ"ל.
אלזא האמיר דא א ערנסטע סתירה צווישן "לאז געמאכט", און "ר' בערל שווארץ". קען עמיצער ארויסהעלפן?
אוועטאר
זאמלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 12, 2010 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאמלער »

טאבאקא האט געשריבן:זאמלער, אויב ס'איז מעגליך מאכט עס אביסל גרעסער און קלארער. אויך ביטע לאזט אונז וויסען מער פרטים אויף דעם ביכל, פון וואו עס קומט, ווער האט עס געשריבן און וואו מען קען עס באקומען.
דאס ביכל איז ארויס דורך דעם אגודת החזנים דאמריקה כ''ה שבט תרפ''ד וואס דאן איז פארגעקימען א גרויסע פייערונג לרגל דעם 30 יאר פון דעם אגודה עס ענהאלט און זיך מאמרים פון די געשיכטע פון חזנות ווי אויך די ביאגרפיה פון די חזנים און אמעריקה . איך גלייב שווער אז איר קענט עס באקומען חוץ און לייברעריס אדער און 2 האנט בוק סטארס.גרעסער קענט איר עס מאכען אליין אויף אייער קאמפיוטער
לעצט פארראכטן דורך זאמלער אום מיטוואך אקטאבער 06, 2010 12:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

שכוח זאמלער פאר די אינפארמאציע, אוןן אויב איר וועט אונז מיטטיילן מער, צ.ב.ש. פון וועמען עס איז אלס דארט באשריבן ביאגראפיעס, וויפל בלעטער דאס אנטהאלט, ווי אויך א אדרעס פון א צווייטע האנט בוך סטאר וואו איר קלערט אז מען קען דאס טרעפן א.א.וו. איי וויל עפרישיעט.

לגבי די מעשה וואס איך האב אויבן צוגעברענגט, און דערנאך פארשפראכן איבערצופרעגן. ב"ה איך האב געהאט די זכי' צו מקיים זיין מוצא שפתיך תשמור, און פארגאנגענעם חוה"מ האב איך געטראפן דעם אייניקל, און ער האט מיר פארראכטן אויף מיין פארדריסליכן טעות, נעמליך די גאנצע מעשה איז ריכטיג נאר איין וויכטיגער פונקט האב איך פארזעהן, אז דער חזן איז נישט געווען ר' יהושע, נאר זיין זון הרה"ח ר' אלימלך וואס איז אוועק א פאר יאר צוריק.
איך האב געהאט די זכי' צו הערן ר' אלימלך א פאר מאל דאווענען ביי פארשידענע געלעגנהייטן, ווי אויך זינגען ביי חופות, קיין חזנישע שטימע האט ער טאקע נישט פארמאגט, אבער א גוטע בע"ת איז ער געוועזן, יהא זכרו ברוך.
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

מסתם רעדסטו צו א אייניקעל פון ר' מיילעך נישט ר' יושע'ס אייניקעל נאר אור-אייניקעל.
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

וואס איז א חילוק, אייניקל איז אייניקל.
בני בנים הרי הם כבנים.
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

א עפנטליכן דאנק פאר הרב טאבאקא פארן זיך נעמען די מיה מיר צו צוצייכענען דעם אשכול.
איך האב שטארק הנאה געהאט פון די לינקס דא, ומכאן מודעה רבא אז ווער עס האט סיי וואספארא לינק וואס האט צוטוהן מיט חזנות, זאל מיר טוהן דאס געפעליגקייט און עס מיר אריינשיקן. איך וועל עס שטארק דאנקבאר זיין.

און טאקע אויך א הערצליכן דאנק פאר זאמלער פאר די אינפארמאציע אויפן בוך פון די אגודת החזנים.
מיר פארמאגן א שטארקע אינטרעסע עס צו פארמאגן אין אונזער באזיץ, דעריבער וואלטן מיר הנאה געהאט צו הערן מער אינפארמאציע דערוועגן.

דרך אגב, טאבאקא האט דערמאנט ר' אלימלך ווידער ע"ה. ווייסט איינער צו עס איז געבליבן עפעס טעיפס ווי מ'קען אים הערן?
ווי אויך צו מ'קען הערן ערגעץ א טעיפ פון דאס דאווענען - אדער זינגען - פון ר' משה יוסץ שווארץ ע"ה, וועלכער פלעגט דאווענען אין סאטמאר ביים בעל דבר"י אין די לעצטע יארן אום ר"ה און יו"כ.
(פון ר' נפתלי אינדיג ווייס איך אז ס'איז דא, און כ'האב עס שוין געהערט).
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

יא ס'דא טעיפ'ס פון ר' אלימלך און אויך פון ר' יושע. איך האב עס געזען אמאל ביי גמ"ח יוסף שלמה אין ווימ"ס.
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

פון ר' יושע ווייס מיר (און ווער ווייסט דען נישט פון זיינע בארימטע שטיקלעך?).
אלענפאלס א דאנק פאר די אינפארמאציע.
אוועטאר
זאמלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 12, 2010 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאמלער »

פארשריבן האט געשריבן:און טאקע אויך א הערצליכן דאנק פאר זאמלער פאר די אינפארמאציע אויפן בוך פון די אגודת החזנים.
מיר פארמאגן א שטארקע אינטרעסע עס צו פארמאגן אין אונזער באזיץ, דעריבער וואלטן מיר הנאה געהאט צו הערן מער אינפארמאציע דערוועגן.

).

טאבאקא האט געשריבן:שכוח זאמלער פאר די אינפארמאציע, אוןן אויב איר וועט אונז מיטטיילן מער, צ.ב.ש. פון וועמען עס איז אלס דארט באשריבן ביאגראפיעס, וויפל בלעטער דאס אנטהאלט, ווי אויך א אדרעס פון א צווייטע האנט בוך סטאר וואו איר קלערט אז מען קען דאס טרעפן א.א.וו. איי וויל עפרישיעט.

.

דאס ביכל האט בערך 270 בלעטער, ס'איז מיר שווער צו מאכן א רשימה פון אלע חזנים וואס זענען דערמאנט דארט, אויב איר זיכט אינפורמציה אויף א חזן וואס איר טראכט אז ער איז דערמאנט דארט שיק מיר אין אישי איך וועל זיך משתדל זיין דאס ארויף לייגען,דא האט איר א ליסטע פינעם ביכל פון חזנים וואס האבען געדינט מער ווי 10 יאר אינעם זעלבען בהמ''ד
אטעטשמענטס
Zamler 01.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ייש"כ זאמלער, העכסט באלערנד.

מערקט;
*דעם חילוק פון 'חזן' און 'קענטאר' געוואנדען אינעם ערליכקייט פון די קהילות
*לינקס דאס דריטע פון אויבן איז 'קהל אוהב צדק וועסט 126סטע סט. ווי חזן ר' יאסעלע ראזענבלאט איז, זינט ער איז אין אמעריקא' דער איינציגער מיטן טיטול ר'
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

א ריזיגן דאנק זאמלער.
עס זעהט אויס ווי דער ביכל איז זייער אינטרעסאנט, מיר וועלן מוזן מאכן א זוך אין די לייבערעריס. (און אויב עמיצער האט אביסל צייט, ביטע זוכט עס פאר מיר אויף די נעץ. עס דארף לכאורה זיין ערגעץ. מיר וועלן אייך דאנקבאר זיין).
פון די ליסטע קען איך כמעט קיינעם נישט. אויסער די דאזיגע דריי, צום ערשט פארשטייט זיך יאסעלע, א. זינגער (אויב עס איז טאקע דער באקאנטער קאמפאזיטאר, וואס האט געמאכט אסאך אידישע לידער פאר לייבעלע וואלדמאן), און משה שעכטער.
אייער פראגע פון וועם איר זאלט ארויפלייגן איז מיר גאר שווער צו ענטפערן, ווייל פון וועם וויל איך דען נישט הערן אינפארמאציע? איך וועל זיך מוזן איבערטראכטן וועם איך באפארצוג.
(אויב די 'חזנות ווינקל' וועט באשטעטיגט ווערן, וועט מען עס קענען דארט ארויפלייגן צוביסלעך).

איך וויל צוגעבן אויף הרב מילער'ס ווערטער, אז ס'זענען געווען נאך אסאך ערליכע חזנים אין יענע צייט וואס האבן פארדינט א ר', און טייל אפי' הרה"ג. איך וועל דערמאנען אפאר געציילטע וואס איך געדענק אויף די מינוט. ר' ישראל שור, ר' ברוך שור, ר' דוד משה שטיינבערג, ר' אלתר יחיאל קרנאיל, ר' זיידל ראוונער (נישט זיין עכטע נאמען), ר' פיניע מינקאווסקי, און נאך. נאר זעהט אויס נישט אלע האבן געהאט א קביעות'דיגער פאסטן.
(עס זעהט אויס ווי עס איז געווען א מכת המדינה צו נעמען יעדעס יאר א פרישער חזן, אז מ'האט געדארפט קאמפיינען און ארויסהויבן מיט א "עהרן ליסטע" פון די וואס זענען געווען צען יאר רצופים אויף איין פלאץ).

איך שטעל זיך צו צו פארשריבן'ס פראגע איבער א טעיפ פון ר' משה יוסל'ס קלינגעדיגע שטימע.
דאכט זיך אז ער איז געווען א מוהל, מילא קען זיין אז מ'האט ערגעצוואו אפגעכאפט ווי ער זאגט דעם זה הכסא. (אויף מיין אנפראגע צו 'קרן שמואל ישעיה', האבן זיי געזאגט אז זיי ווייסן נישט פון עפעס).
אגב, זיין עלצטע זון ר' לוי יצחק זז"ג איז אויך א גאר גוטער בע"ת.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

טאבאקא,
זענט איר זיכער אז ר' ישראל ב"ר ברוך שור איז געווען ערליך, אדער מיינט איר אן אנדערען ר' ישראל שור?

ר' יונה לאנדא אין זיין בוך 'מאקארוב' ווידמעט ער א קאפיטל איבער ר' זיידל ראוונער, מיט בילדער פון ר' זיידל, אנאנסן פון צייטונגען ביים ההם און א בילד פון זיין מציבה.
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”