חלה לכבוד שבת האט געשריבן:חלה לכבוד שבת האט געשריבן:Jobless האט געשריבן:What's better a Toyota Highlander or a Honda pilot or some different SUV. ?
?How about kia Telluridevor and Ford explorer
אין די לעצטיגע רעוויאוס אנליין אין די KIA די בעסטע און געשמאקסטע, איינס נאכדעם איז די פיילאט.
די היילענדער פארט געשמאק אבער איז גאנץ קליין. די עקספלארער איז זייער נישט גוט. נאך ערגער ווי די פריערדיגע. נאך נישט געזען קיין גוט ווארט אויף די נייע עקספלארער, אלע זאגן אז עס איז גאר שוואכע קוואליטעט און א הארטע רייד.
די וואס שרייבן אז זיי גלייכן נישט קיע לעבן אין לעצטן גלגול, קיע איז געגאנגען פון גאר א שוואכע פלאץ אמאל צו כמעט די בעסטע, זיי קענען זיך רואיג פארגלייכן מיט טאיאטע.
שאלה,
ס'איז מיר לעצטענס אויסגעקומען צו דרייוון די KIA Sorento , און די די געז פעדל דריקט זיך זייער שווער, אנדערש ווי די Ford Explorer, Highlander, Nissan pathfinder וכו' וואס דריקט זיך סאך גרינגער און געשמאקער [כ'רעדט נישט פון די פיק אפ נאר פון דריקן די פעדל]
איז וואס טוט זיך מיט Kia Telluride איז עס אווי די Sorento אדער גרינגער?
כ'פרעג ווייל ס'איז שטארק נוגע, כ'זוך יעצט [נישט ממש יעצט, שוין עטליכע וואכן..] צו ליעסן א עס יו ווי אבער כ'קען נישט דיסיידן וועליכע,
כ'האב לעצטענס געדרייווט אלע אויבענדערמאנטע חוץ די Telluride
די Explorer איז אראפ פון מיין ליסטע צוליב די נייע סארט Shifter צו וואס כ'קען מיך נישט צו געוואוינען, די זעלבע מיט די Pilot בלייבט מיר לכאורה נאר איבער די פאלגענדע:
Toyota Highlander -
Kia Telluride -
INFINITI QX60 -
Pathfinder גלייך איך נישט
Traverse וועט לכאורה נישט ארבעטן פאר מיר
ס'איז מיר נישט קיין גרויסע נפקא מינה די space די עיקר וואס כ'זוך איז,
- א 3 רייע עס יו ווי
- א 2 יאריגע ליעס
- לעדער סיעטס
- פאדערשטע 2 זיצן זאלן זיין ווי בקוועמער
- פארן געשמאק [פיל אליינס אויס וואס כ'מיין, דוגמה וואס נישט: Sorento, Pathfinder]
- האבן ווי מער סענסערס, [ווי למשל אויב די קאר ווערט צי נאנט צו די דערנעבענדיגע אינמיטן ליינען אייוועלט זאל זיך עס נעמען דריזלען אדער פייפען..]
- פארשטייט זיך די פרייזן זאלן נישט לויפן העכער $400 הלוואי ביליגער [גרייט אראפ צו לייגן א down]
נו, ווער קען ביטע אריינקומען און אויסקלארן די זאך,
אין שמחה כהתרת הספקות!
כ'בין גרייט צו צאלן פאר די ריכטיגע שדכן