בעסיק קאר מעינטענעס פרייזען אין די היימישע געגענטער

טעכנישע הילף פארן קאר אייגנטומער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

בעסיק קאר מעינטענעס פרייזען אין די היימישע געגענטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

אזוי ווי מיין קאר דארף גיין צו א אינספעקשן, און איך ווייס אז דער דילער גייט פארלאנגן נייע רעדער און ברעיקס {מיט רעכט, איך דארף עס טוישן}
עפן איך די אשכול ווי מען זאל זיך אויטוישען אינפערמאציע ווי מען גייט געווענליך, און וויפל מען צאלט אייטעם ביי אייטעם.

די אשכול איז פאר וומסב"ג, ב"פ, קר"י, מאנסי, לעקוואד.

יעדער וואס האט די צייט זאל אריינצשרייבען וופיל געלט ער צאלט ביי זיין דילער, בין כך ובים כך וועלן מענטשן נהנה האבן באקימענדיג אינפערמאציע ווי מען קען באקימען די סערוויס פאר ביליגער,

טרם כילה אדבר וויל איך צולייגען נאך א פוינט, די ערשטע 4 - 5 יאר וואס איך האב געהאט א קאר פלעג איך גיין צי איין געוויסע מעקאניק - א איד, און ער פלעגט מיר אלץ הייסען טוישען ראטערס ווען אימער איך האב נאר געטוישט ברעיקס, איך האב נישט געוויסט פון בעסערס און געצאלט ווי א טאטעלע, יענער מעקאניק פלעט ממש חתונה מאכען אויף מיר פון טוישן מיינע ראטערס על לא דבר, ביז איך בין געוואר געווארען אז לא זו הדרך און יענער ריפט מיר אפ, און אז מען קען טוישן ברעיקס אן ראטעס..

פארוואס זאך איך אייך דאס? ווייל איך האב שוין באמערקט נאך יונגעלייט וואס האבן געמאכט די טעות און געטישט ראטערס ביי יענעם על לא דבר..

קיין לשה"ר טאר מען נישט רעדן, ביטע נאר אויסשמיעסן ווער עס איז יא גוט, א איד אדער א גוי.
דא איז נישט די פלאטץ צי זאגען צי וועם נישט צי גיין - אויב ער איז א איד, וויבאלד עס איז לשה"ר.
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

מחותן האט געשריבן:קיין לשה"ר טאר מען נישט רעדן, ביטע נאר אויסשמיעסן ווער עס איז יא גוט, א איד אדער א גוי.
דא איז נישט די פלאטץ צי זאגען צי וועם נישט צי גיין - אויב ער איז א איד, וויבאלד עס איז לשה"ר.


עס איז דא הל' לה"ר, ובפרט אין אזא נושא וואס כידוע ליו"ח - ווי דו אליינס שרייבסט - קען מען אסאך אריינפאלען מיט אומגעווינטשענע מעקעניקס וואס האבן זייער ליב דיין געלט. ממילא, ווען עס שטומט מיט הל' לה"ר ווען מען מעג זאגען און עס שטימט מיט אלע כללים וואס דער ח"ח שרייבט ווען מען מעג זאגען לה"ר, דהיינו, מען האט אינזין 'ריין' לתועלת, און מווייסט 'קלאר' אז יענער בא'גנב'עט, און מזעהט ווי איינער וויל גיין, אדער איינער פרעגט בפירוש אויף א געוויסע מעקעניק, מעג מען פרארשטייצעך 'באופן אישי' - נישט ברבים, מגלה זיין פאר יענעם ווי מזאל אדער נישט גיין.

איך געדענק נישט יעצט אויסעווייניג אלע פרטים (די אויבערדערמאנטע פרטים זענען פון די וויכטיגסטע), איז אולי כדאי אז איינער זאל געבן א שיעור אין הל' לה"ר פאר דעם ספעצישען אשכול.
אויב דער עולם איז אינטרעסירט, וועל איך אפשר שפעטער ווען איך וועל האבן די פאר מינוט ליידיג, נאכוקוקען אלע פרטים, און עס פארלערנען פארן עולם.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אני מאמין
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 3:38 pm
לאקאציע: אין סידור, נאך תפילת שחרית.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני מאמין »

יישר כח מחותן פאר'ן עפענען אזא אשכול.

איך האב לעצטענס גענומען מיין ערשטע ליעס, כ'האלט שוין ביי פינף טויזענט מייל צום גוטן, און איך בין געווען ביים מעקעניק פאר א אויל טשענזש, זאגט ער מיר אז עס קאסט פינף און פערציג דאלער.

וויל איך פרעגן, איך האב נאך קיינמאל טאקע נישט געהאט קיין אייגענע קאר, אבער איך געדענק אז כ'האב אמאל געטון א טובה פאר מיין חבר, און געטראגן זיין קאר פאר א אויל טשענזש, ווי ווייט מיין זיכרון פירט מיר, האט עס געקאסט דעמאלט בערך זיבעצן דאלער.

איז מיין שאלה צו איך האב סתם א שוואכע זיכרון, אדער איז די פרייז ארויף אין די צייט (וואס עס גלייבט זיך נישט אז עס איז ארויף צו מער ווי דאפעלט), אדער זאל איך זשאסט גיין צום מעקעניק אריין די קארנער?
אני מאמין איך גלייב - אני מאמין איך וויל גלייבן - אני מאמין באשעפער העלף איך זאל קענען גלייבן! (קרעדיט: ר' דוד וועבער)
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

אני מאמין האט געשריבן:איז מיין שאלה צו איך האב סתם א שוואכע זיכרון, אדער איז די פרייז ארויף אין די צייט (וואס עס גלייבט זיך נישט אז עס איז ארויף צו מער ווי דאפעלט), אדער זאל איך זשאסט גיין צום מעקעניק אריין די קארנער?


לכאורה איבערגעטריבן.
א רעגעלמעסיגע אויל טשעינדזש דארף צו קאסטען אין די רעינזש פון 25 דולר. סינטעטישע אויל קאסט שוין טייערער, בערך 60 דולר. מיין לעצטע אויל טשעינזש האב איך געמאכט ביי מיין דילער נישט ביים מעקעניק (היות דער מעקעניק איז נישט געווען אזוי באהאווענט וועלעכע אויל מדארף אריין לייגען אין א 2014 אלטימע מיט די נייע רעגאלאציעס פון 5000 מייל) און עס האט געקאסט 35 דולר (דו באקומסט פאר דעם מער סערוויס). אבער 45 דולר איז נישט אהין און נישט אהער.
איך בין אין מאנסי, אולי אין דיין פלאץ איז אנדערש, אבער לכארוה דארף נישט זיין קיין נפק"מ.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
נישט אלעס איז אמת
שר חמש מאות
תגובות: 983
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:45 pm
לאקאציע: אין א וועלט פון שקר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט אלעס איז אמת »

מיט 3 וואכן צוריק האב איך געמאכט מיין ערשטע אויל טעשנש אויף מיין סיענע נאך 5000 מייל
ביי newburg Toyota אן קיין שום קאסט. פלאס א קאר וואש
געדענק!! צייט קומט נישט צוריק
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

מחותן האט געשריבן:אזוי ווי מיין קאר דארף גיין צו א אינספעקשן, און איך ווייס אז דער דילער גייט פארלאנגן נייע רעדער און ברעיקס {מיט רעכט, איך דארף עס טוישן}
עפן איך די אשכול ווי מען זאל זיך אויטוישען אינפערמאציע ווי מען גייט געווענליך, און וויפל מען צאלט אייטעם ביי אייטעם.

די אשכול איז פאר וומסב"ג, ב"פ, קר"י, מאנסי, לעקוואד.

יעדער וואס האט די צייט זאל אריינצשרייבען וופיל געלט ער צאלט ביי זיין דילער, בין כך ובים כך וועלן מענטשן נהנה האבן באקימענדיג אינפערמאציע ווי מען קען באקימען די סערוויס פאר ביליגער,

טרם כילה אדבר וויל איך צולייגען נאך א פוינט, די ערשטע 4 - 5 יאר וואס איך האב געהאט א קאר פלעג איך גיין צי איין געוויסע מעקאניק - א איד, און ער פלעגט מיר אלץ הייסען טוישען ראטערס ווען אימער איך האב נאר געטוישט ברעיקס, איך האב נישט געוויסט פון בעסערס און געצאלט ווי א טאטעלע, יענער מעקאניק פלעט ממש חתונה מאכען אויף מיר פון טוישן מיינע ראטערס על לא דבר, ביז איך בין געוואר געווארען אז לא זו הדרך און יענער ריפט מיר אפ, און אז מען קען טוישן ברעיקס אן ראטעס..

פארוואס זאך איך אייך דאס? ווייל איך האב שוין באמערקט נאך יונגעלייט וואס האבן געמאכט די טעות און געטישט ראטערס ביי יענעם על לא דבר..

קיין לשה"ר טאר מען נישט רעדן, ביטע נאר אויסשמיעסן ווער עס איז יא גוט, א איד אדער א גוי.
דא איז נישט די פלאטץ צי זאגען צי וועם נישט צי גיין - אויב ער איז א איד, וויבאלד עס איז לשה"ר.

יישר כח מחותן פאר עפענען אזיין וויכטיגע אשכול!

איך בין אויך א געליטענע פון די גניבה וואס הייסט 'ראוטער'ס'

כ'האב אסאך געלט באצאלט ביז כ'האב דיסיידעד אז געניג איז געניג און מען טוישט די ברעיק'ס אהן די ראוטער'ס, כ'אטש די מעקעניק זאגט מיר אז ס'איז זייער וויכטיג, און ב"ה כ'האב קיין פראבלעם מיט די ברעיק'ס
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

איך מעג לאכן פון די נאאיוויטעט דא?
פארשלאפן לאכסט מיט מיט מיר?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

הכלל וואס איז די פרייז פאר ברעיקס פאר א סיענע?
און ווי טרעף איך די בעסטע פרייז פאר רעדער?
אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליידיג גייער »

אויל טשענדזש אין ווילי קאסט צווישן צוואנציג און דרייסיג
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

א נקודה וואס איז כדאי צו וויסן, די נייערע אויטא'ס ארבעטן מיט סינטעטישע אויל, און כאטש זענען טאקע אפ פאר "מעינטענענס" נאך 5,000 מייל, אבער דאס איז נאר צו טוישן די "פילטער" נישט די אויל, די אויל דארף מען הערשט טוישן נאך 10,000 מייל! כ'ביניש באקאנט צפעציפיש וועלכע מעיקס/מאדעלס/יארן גייען אין דעם כלל, אבער ס'איז כדאי צו פרעגן א דילער דערוועגן.

_____

אני מאמין, די פרייז איז זיכער אביסל ארויף פין עטליכע יאר ביז יעצט, די שאל איז אויך וואספארא סארט אויטא איר האט, און וויפיל/וועלכע אויל עס נוצט. אויב סינטעטישע, איז עס פשוט - ווי מתבונן שרייבט שוין - טייערער, אבער אפי' ווען נישט איז כדאי צו פרעגן דעם מעקעניק פאר'ן זיך באקלאגן, ס'איז לכאורה א פשוט'ע חילוק אין מציאות, כמיטב ידיעתי בעט קיינער (סיטי/אפסטעיט) עכ"פ נישט מער ווי 30 דאלער פאר א פשוט'ע אויל טשעינדזש.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערקא »

מיין קאר (וועלכע? נאוואדע א אדעסי...) איז איצט ביים מעקעניש פאר א אויל טשעינדזש ביי דעם ארערבער (?) אויך מעין סטריט קאר. 59 איך צאל 25 פאר רעגולארע אויל
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

געצאלט נעכטן 32.00 פאר אויל טשענטש (געהעריגע אויל) ביי מענהעטאן ברידטש קאר וואש
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אויך מיר
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 3:48 pm
לאקאציע: נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויך מיר »

רעדלעך אין ראקלענד איז דא איינער טאמבער נייע און געניצטע רעדער
לעצטענס געשטוישט ביי אים א רעדל פאר $55, א גוטע רעדל (יוזד) אריינגערעכנט לעיבאר
נאך א מעלה ער קומט אראפ, ער טוט אויך פלאגס און פעטשעס

אויל טשענדש האמיר געצאלט לעצטע מאל אין די געגענט פון 30 טאלער
איי א וועלט!
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

געצאלט צוואנציג אדער פינף און צוואנציג דאלער פאר א אויל טשעינדזש ביי משה'ס אויף פענן סט

ביזדערווייל האט ער מיר יעדעס מאל געזאגט אז מיינע ברעיקס זענען נאך גוט, איך האב די קאר בערך א יאר
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
אינוועסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 1:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינוועסטער »

איך צאהל פאר אן אויל טשעינדזש (סינטעטיק אויל) פינעף און פערציג דאלער ביי Harriman Auto Spa אויפן 17-m. צאהל איך איבער? אויב יא, ווער אין מאנרא איז ביליגער און גוט?
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

כ'האב געצאלט פאר א פעטש 20 טאלער, מן הסתם האב איך איבערגעצאלט, אבער כ'האב נישט געהאט קיין ברירה כ'האב געמוזט קענען פארן ווייטער.

ווען דארף מען מאכן די ערשטע אויל טשעינדזש אויף א נייע קאר?


ס'איז כדי צו וויסן אז טיאטא גיבט אומזיסטע אויל טשעינדזש די ערשטע 2 יאר פון א ליעס.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אן פרעשער
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 02, 2015 11:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן פרעשער »

געמאכט א oil change ביי קלמן לאנדא'ס געז סטעשן ער בעט פאר סענטעטיק 49.99 אין פאר א רעגולער 34.99 , האבעך געפרעגט דעם ערל פארוואס ער בעט אזוי טייער ווען אנדערע בעטן ארום 20 פאר א רעגולער אין 40.00 פאר סענטעטיק?
זאגט ער אז די וואס בעטן די ביליגע פרייזן לייגן recycled oil וואס קאסט ביליגער.
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

און גאז לייגן זיינע שכנים אויך ריסייקלטע?...

---

לענינינו, וויפיל דארף צו קאסטן א HOSE פאר די סטירינג פלואיד, און וויפיל דארף קאסטן דאס אריינצולייגן?

איז $225 איבערגעצאלט?
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
קארן טשיפ
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 17, 2014 8:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארן טשיפ »

שנאפס האט געשריבן:און גאז לייגן זיינע שכנים אויך ריסייקלטע?...

:lol: :lol: :lol:


איך האב שוין 3 יאר מיין קאר, קיינמאל נאנישט געדארפט טוישן די ברעקס.

מיין קאר דארף איך מאכן א אויל טשעינדש יעדע 3000 מייל.
20 דאלאר אין ווילי.
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

די וואך געמאכט א אויל-טויש ביי משה אויף פענן סט פאר 25 דאלער, און ס'ווייזט נאך אלס אז מ'ברויך סערוויסן דעם וויהיקל

ער האט ריסעט די אויל טיימער

וואס קען דאס מיינען?
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

שנאפס האט געשריבן:די וואך געמאכט א אויל-טויש ביי משה אויף פענן סט פאר 25 דאלער, און ס'ווייזט נאך אלס אז מ'ברויך סערוויסן דעם וויהיקל

ער האט ריסעט די אויל טיימער

וואס קען דאס מיינען?

ריסעטן די אויל טיימער קען מען אן טוישן אויל אויך, די פרייז ווייזט אויף ריסייקלט אויל.
הק' איש ימיני
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35249
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

שנאפס האט געשריבן:די וואך געמאכט א אויל-טויש ביי משה אויף פענן סט פאר 25 דאלער, און ס'ווייזט נאך אלס אז מ'ברויך סערוויסן דעם וויהיקל

ער האט ריסעט די אויל טיימער

וואס קען דאס מיינען?

קויף דיר אן obd reader אין ליין עס אליין, ר' גוגל וועט דיר גערן איבערטייטשן וואס די קאוד באדייט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

גערעכטער האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:די וואך געמאכט א אויל-טויש ביי משה אויף פענן סט פאר 25 דאלער, און ס'ווייזט נאך אלס אז מ'ברויך סערוויסן דעם וויהיקל

ער האט ריסעט די אויל טיימער

וואס קען דאס מיינען?

ריסעטן די אויל טיימער קען מען אן טוישן אויל אויך, די פרייז ווייזט אויף ריסייקלט אויל.


ביז יעצט פלעגט עס נישט שטיין, איך האב שוין אפאר מאל געמאכט ביי אים
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

farshlufen האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:די וואך געמאכט א אויל-טויש ביי משה אויף פענן סט פאר 25 דאלער, און ס'ווייזט נאך אלס אז מ'ברויך סערוויסן דעם וויהיקל

ער האט ריסעט די אויל טיימער

וואס קען דאס מיינען?

קויף דיר אן obd reader אין ליין עס אליין, ר' גוגל וועט דיר גערן איבערטייטשן וואס די קאוד באדייט.


איז מעגליך מסביר צו זיין בקיצור (באריכות איז אויך גוט) וואס דער מאשינקע טוט? וואו פלאגט מען דאס איין?

איך זעה אויף עמעזאן פאר צוואנציג דאלער און פאר פופציג, וועלכע דארף צו זיין גוט?
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35249
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

שנאפס, בקיצור נמרץ, זוך אויף ערגעץ אונטערן סטירינג וויהל א מאדנע אויסזעענדע ברייטע פלאג דארט שטעקט מען דאס איין.

פאר מער, גוגוליר how to read obd ii
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “קאר הילף”