קאמענטאטאר האט געשריבן:האב איך שוין אלע פארזוכט און לתועלת הציבור וועל איך פרובירן צו מער ווייניגער מאכן א סך הכל פון די חילוקים וואס זענען מערסטענס נוגע, איך באצו זיך בעיקר צו די 8 פאסאנדשיר ווערסיעס פונעם סיענע עקס על אי, און די אדיסי אי עקס על וועלכע זענען אממערסטענס פאפולער ביים היימישן עולם.
שכח פאר דיין באריכט, זייער קלאר, (האסט נישט גערעדט פונם פאסיקע מיני ווען)
אלנפאנס, מיין ליעס לויפט יעצט אפ, מ'האמיר די לעצטע 3 מאל (קיימ"ל פון 9 יאר) געהאט א אדיסי, געצאלט ביז יעצט $329 דער דיעלער זאגט מיר אז א נייע ליעס וועט מיר קאסטן $425 א חודש, אדער זאל איך גיין מיט א פאסיקע פאר $375, וואס לוינט זיך ענדערש?
בכלל לוינט זיך ארומצוגיין שאפינג? איז שייך צו באקומען בעסערע פרייזן ביי איין דיעלער מער ווי ביי א צווייטן?
נאך 1 שאלה, די נייע אדיסיס קומען אויך אז די מאטאר לעשט זיך אויס ווען די פוס איז אויף די סטאפ ברעיק אדער נאר די אמעריקאנער קארס זענען אזוי?