ערשטנס.
א must have ענדרויד עפפ פאר ווער עס האט א Blackvue דעשקעם. עס ערפילט א גרויסע חלל פון די ארגינעלע עפפ. Veiwer for Blackvue
וויכטיג ווען מען נוצט די עפפ; די קעמערע IP address (ווען עס איז נישט קאנעקטעד צו א ווייפיי נעטווארק, נאר די פאון דירעקט צום דעשקעם) איז 10.99.77.1.
צווייטנס.
ווען די קעמערע איז קאנעקטעד צו ווייפיי קען מען זייער גרינג זען די קעמערע, אראפלאדן קליפס פון די קעמערע פון א קאמפיוטער, אדער דיווייס פון די נעטווארק.
מען דארף וויסן די דעשקעמ'ס IP address. (גרינג צו טרעפן דורך advance IP scanner)
לייג אריין די URL אזוי:
צו זען די פראנט קעמערע IPaddress/blackvue_live.cgi
צו זען די בעק/אונעווייניגסטע קעמערע IPaddress/blackvue_live.cgi?direction=R
צו זען די ליסט פון רעקאָרדירטע פיילס IPaddress/blackvue_vod.cgi
דערנאך צו דאונלאדען א פייל קאפי די פייל נאמען, די דאטום און צייט און MP4 עקסטענשאן. למשל
קאוד: וועל אויס אלע
20171202_103459_NF.MP4
לייג אריין די URL IPaddress/Record/20171202_103459_NF.MP4
והנה די פייל וועט זיך דאונלאדען.
איינער האט מער, איז מכובד מיטצוטיילן.