ווישוואש האט געשריבן:48 אווערנייט פאר א רעגולער קאר איז נישט קיין גרויסע מציאה בכלל.
די מעלה פון זיפקאר איז געווען אז דו האסט געקענט נעמען עני סייז קאר\ווען פאר די פרייז, געז איז אריינגערעכנט, און מ'קען עס צוריקברענגען אינמיטן נאכט אנשטאט דארפן אוועקגעבן נאך א שעה צופרי.
נישט קיין מציאה? אדרבה, ברענגטס עפעס ענדליך. דערוילעם זיכט עפעס ביליגער....
די מעלה פון זיפ קאר איז
געווען ס׳איז מער נישטא... נעקסט, יעצט לאמיר זעהן וואס איז יא דא...
און אז די האסט שוין אויסגערעכנט די מעלות פון זיפ, איז אזוי.. האסטו אויסגערעכנט 1) געז. מיט דעם זענט איר גערעכט. 2) עני סייז קאר. גאנץ שווער געווען צו באקומען א מיני ווען אין וויליאמסבורג... 3) צוריקגעבען ווען מען וויל. די אויבן דערמאנטע רענטעלס האבן אויך א סערוויס פון איבערלאזן די קאר אין די פאר בלאקס ארום זייער פלאץ מיט א קי דראפ אף. טאקע נישט אזוי באקוועם ווי זיפ, אבער ווי אויבן געשריבן זיפ אווערנייטאיז א פארגאנגענהייט א חוץ אויב די ווילסט צאלן 90.
יעצט נאך איין מעלה פון זיפ וואס איז נישטא דא, זיפ קארס זענען עפ״ר נישט זויבער און מערערע מעל ארבעטן נישט וויכטיגע פיטשורס אין די קאר.. זענען אלטע קארס מיט געווענליך עטליכע צענדליגע טויזענט מייל דערויף. אבער ביי געהעריגע קאר רענטעלס זענען די קארס געווענליך זויבער, מער ניי און אין א גוטע קאנדישען.
די אלע קאר רענטעלס בעטן נישט קיין יערליכע/חודשליכע אפצאל