Low Carb Diet: עצות מיט חיזוק

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

Low Carb Diet: עצות מיט חיזוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

הוי, די דאזיגע 'ברייטע' נושא וואס פיהל פון די ברייטערע צווישן אונז טרעפן זיך בעל כרחם אין דערינען....

די 'עטקינס' דייעט' האט במשך די לעצטערע יארן אנגעהויבן געניסן פון א שטארקן פראמינענץ ביים היימישן קרייז, הויפזעכטליך צוליב די שיעורים פון הרב הערשל מייזליש שליט"א מנהל מוסד רעים מתוקים, וועלכער אדוואקירט זייער דעם דייעט, פילע מענטשן שווערן זיך ביי דעם דייעט ווידעראום אנדערע קריטיקירן דאס, למעשה איז פאראן א שטארקער ציבור וואס זענען משתדל צו פארלירן וואג דורך דעם דייעט, און זענען ברוך השם מצליח.

עס ווייסט אבער יעדער אז דייעט - בכלל ובפרט - איז ווייט פון א גרינגע אונטערנעמונג און צוליב דעם איז פאראן א גרויסע פראצענט מענטשן וועלעכע זענען נישט מצליח עס אנצוהאלטן.

בעיקר איז דא צוויי שוועריקייטן וועלעכע פארשווערן דאס דייעטן:
1. נאכדעם וואס דער התחדשות וועפט אויס, דער סקעיל ווייזט שוין נישט אזא גרויסן מיינוס ווי אין אנהויב (ווייסיך מיין?), מען איז שוין 'זאט' פון צוקוקען ווי אנדערע עסן און מ'מוז זיך איינהאלטן, און די ליסטע גייט אן.

2. דער מעניו איז זייער א קליינער עס איז נישט פאראן קיין גרויסער אויסוואל, מ'האט שוין געגעסן אייער מיט שמאלץ נעכטן און 'אייער' נעכטן און דער טאג בעפאר, ווי מער ציקל דרייט זיך אלס מער איבלט זיך פון די עסנס.

דעריבער וויל איך ווידמען דעם אשכול אויף חיזוק מיט איידיעס וועלעכע זאלן פארגריגערן די באטרעפענדע 'דייעטערס' דעם שווערן 'עול הדייעט'.

היצטערט איז אזוי:
קןלעגע קרעטשמעריסטן וועלעכע זענען אדער קענען דעם דייעט ווערן געבעטן זיך ווארעם אנצורופן מיט חיזוק פון זייער ערפארונג, ווי אויך אויב האט איר בייפעלער פון א גוטן פרישטאג, מיטאג אדער וועטשערע, טיילט דאס ביטע מיט פאר אנדערע, ולמצווה גדולה ייחשב.

ויאכלו ענווים וישבעו....
........
ביטע נישט אריינהאקן מיט דעבאטעס איבער דאס ווירקזאמקייט פון די 'עטקינס' שיטה, אויף דעם איז שוין פאראן אן אשכול, ביטע האט פארשטענדעניש.
...................
נו, מי ומי ההולכים?????
לעצט פארראכטן דורך שטארק זיך אום מאנטאג מאי 03, 2010 4:23 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

איינע פון די שוועריקייטן פון יעדן דייעט איז דאס זיך אן עצה געבן מיט מאכלי שבת:

למעשה ביי א לאו קארב דייעט איז אביסל גרינגער, ווייל פיש (כמובן געקאכט אן צוקער) , פלייש, זופ און אפי' טשולענט (מער פלייש ווי בונדלעך) גיבט מען זיך גרינג אן עצה;

דער פראבלעם איז נאר. ביי: חלה, קוגלען, פערפל, מיט די צוגאבן ווי: חריין, טאמעיטא דיפ אדג.

לאמיר הערן פון די אנדערע:
וויאזוי גיבט איר זיך אן עצה מיט די כזיתים?
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה קארנפעלד »

איך גיי שוין א שטיק צייט אויף עטקינס, איך ווייס נישט אויב עס הייסט טאקע עטקינס איך האב קיינמאל נישט געליינט קיין בוך דערוועגן, אבער מער ווייניגער א דיעטע מיט א מינימום קארבס, פראטין פעטס וויפיל ס'גייט נאר.

מיטן גיין אויפן דייעט איז אבער מיטגעקומען א באשלוס, איך בין זייער פאסיוו, ס''קומט שבת עס איך חלה מיט פיש זאפט, חריין, חריף וכו', אזוי האלט איך שוין אן א שטיק צייט אן קיין פרעשור, די פונטן פליען טאקע נישט אין די מאסן, עס גייט בלויז צוביסלעך, אבער ווער איך נישט דערדרוקט דערפון, און עס האלט אן לענגער ווי געפלאנט.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

ר' משה,

א שטארקע געדאנק, אז מען פרעשורט זיך צופיל איז שווער עס זאל אנהאלטן.

ביי מיר ארבעט עס נישט עפעס, אויב שבת לאז איך שטארק נאך דאווען איך זונטאג אום בויבעריק אזייגער, מטעמים המובנים, אסאך מאל נעמט לענגער ווי א זונטאג זיך אויסצוקורירן.

וואס איז פארט א פלאן?

מצה, הגם ס'איז קארבס, איז מיר גרינגער; אבער וואסערע פנים האט עס?

טאטי ברעכט אויף צוויי מצות אויף לחם משנה? ס'פאסט נישט...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהת »

לאמיר גיין ציביסלעך:

פערפל - ווער האט נאך פלאץ צו עסן פארפעל?

קוגלען - קען מען שוין היינט מאכען קארטאפעל קיגל מיט מער סקוואש ווי פאטעטוס. און רוב מאל קען מען זיך שוין נישט רירן ווען מען טיילט די קיגלען.

דיפס - א פשוטע עצה, טוה וואס דיינע זיידעס האבען געטוהן און עס נישט די אלע זאכען, אבער פארט זענען מיר בשר ודם.. איז דא א באוויסטע עצה אז מקויפט עס נישט. ווייל ווען מען קויפט נישט האט מען נישט. בדוק ומנוסה.

פיש זאפט - דאס איז דאך שוין בירושה און דאס קען מען נישט אוועקמאכען, אבער איין עצה איז דא ווען די מאכסט די פיש דאנערשטאג, פאק אריין הויט מיט ביינער וויסאך סלאדזיך אזוי ווען עס קימט צו די סעודה איז די פיש זאפט הארט ווי א שטיין וואס דאס ווערט אנגעריפען ביי אונז יודן "קאטשיניו" און אזוי קענסטו עס עסן מיט א גופל אבער משא"כ די מענטשן וואס מאכעו ווייעכע פיש זאפט איז א גרויסע פראבלעם מען דארף טינקען און טינקען מיט חלה ביז ס'מער גארנישט דא.

סדערמאנט מיר א מעשה אמאל האט איינער געהאט א גאסט און שטוב אויף שבת, שטייט זיך א אלטע בחור, לעץ מעיק די לאנג סטורי שורט, ווען עס איז געקומען צו די פיש זעט די בעל הבית ווי די בחור טינקט און טינקט און הערט נישט אויף צו טינקען און האט אפי' געבעטען נאך פיש זאפט און די זעלבע איז מיט די חלה געגעסען אן אויפהער כדי צו אויסטריקענען די טעלער, ריפט זיך די בעל הבית אן "פארוואס האט נישט די אייבערשטער געגעבען ביי קריעת ים סוף פאר יעדם איינעם א שטיקעל חלה און אזוי וואלט ער אויסגעטריקענט די גאנצע וואסער???" שטייזיך די בחור האט פארשטאנען די רמז און מער איז ער נישט געקומען עסן די סעודה דארט. און אוועקגעגאנגען מיט גרויסע בישות.

לאמיר צירוקגיין צום נושא:

נאר די פראבלעים הייבט זיך אן ביי די חלה, די עיקר פראבלעים איז אז עס איז אנפאנג סעודה, און די צייט ווען מ'וויל נאך אויפעסן די גאנצע וועלט.

איז דא איין עצה וואס איך האב איינגעפירט ביי מיר אינדערהיים אז מען גרייט שוין צו די פיש פאר מען וואשט זיך אזוי גלייך ווען מען עסט א כזית חלה האט מען שוין די פיש פאר דיין נאז, און אזוי דארף מען נישט סתם קייען חלה.

ביז היינט וואס איך פלעג טוהן איז וואס רוב יודישע שטיבער מאכט מען אזוי, אז מען שנייט זיך איין שטיקעל חלה ביי די המוציא שטייט זיך אזוי גרויס ווי ספאסט פאר א בעלאבאס, און די פיש קומט נישט אן, און די גרויסע שטיקעל חלה איז שוין געענדיגט וואס טוט מען? מען קען נישט קלאטצען... שניידט מען נאך א שטיקעל, שטייטזיך אויך א גרויסע ווייל סיז א שאד צו שניידען צוויי קליינע ווען מען קען שניידען איין גרויסע, און מ'עסט און מ'עסט און מ'עסט און מ'עסט א.א.וו. ביז די פיש קימט שוין ענדליך אריין.

מיר ווארטען צו הערן אייערע עצות וועגן חלה.
Normal is just a setting on the washing machine
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

קהת,
חחח..

הערה:
דו טענה'סט, ווער האט נאך כוח צו עסן פערפל, קוגל וכו' ווען איז געשטאפט ווי א גאנז...

התינח ווען מען רוקט חלה כדבעי למהוי, אבער ווען מען איז שפארזאם אדער מען עסט מצה, קען מען רוהיג אריינרוקן קוגל מיט פערפל וכהנה וכהנה.

סאו וואס טימער?
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

ר' משה עס איז ממש א שאד אויפצוגעבן די דייעט אויף שבת, וויבאלד איינמאל די פארלירסט די קי-טאונס וועט עס נעמען נאך צוויי טעג עס זאל צוריק אנהייבן צו ארבעטן, סאו די דערלייגסט מער ווי שבת.

א פשוט'ע עצה קלער איך, ס'איז דא די 2 קארב ברויט פון כף'ס בעקערי, אז די ווילסט דוקא טינקען אין די פיש זאפט, נאכן אויסטיילן די מוציא'ס פאר אלע קינדער שאר דיר צו צוויי רעפטלעך ברויט.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

צוויי קארבס ברויט? ווי שאפט מען דאס אין אפסטעיט?
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

ישר כח שטארקזיך פאר עפנענעם דעם געהענגל.

איך האף מען וועט נישט צוקומען צו גילוי.

קהת, מיין בענקל שאקלט זיך נאך... איך האף אז מען וועט נישט פארלירן די הומאר וואס קומט מיט פעטקייט...
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה קארנפעלד »

bailout האט געשריבן:ר' משה עס איז ממש א שאד אויפצוגעבן די דייעט אויף שבת, וויבאלד איינמאל די פארלירסט די קי-טאונס וועט עס נעמען נאך צוויי טעג עס זאל צוריק אנהייבן צו ארבעטן, סאו די דערלייגסט מער ווי שבת.


גלייב מיר איך האב נישט די מינדענסטע השגה מה זה קי-טאונס, אפשר זאגסטו מיר אין קורצן וואס דאס איז?

אבער דאס יא, מיטן עסן שבת פארדין איך זייער אסאך, אז איך האלט אין מיין דייעטע שוין פאר א לענגערע צייט, איך בין בכלל נישט געדרוקט, און מיט די צייט פאלט אראפ נאך א פונט און נאך א פונט.

איך מיין נישט בדווקא שבת, נאר אפילו ווען עס מאכט זיך א וואך נאכט שלינג איך אראפ א סלייס קוגל, אלעס נישט צו זיין אינטער פרעשור.

אזויפיל יא, נאכן עסן א גאנצע וואך ווייניגער קארבס, קען איך שוין שבת נישט אריין פאקן דאס וואס איך האב געקענט אין די פארגאנגענהייט.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט
אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה קארנפעלד »

אוי און שיעור פארגעסן, די געדאנק פונעם צוויי קארב ברויט איז נישט קיין שלעכטע געדאנק, מען דארף נאר זען מ'זאל עס מאכן אויך אין פארעם פון א חלה, אפשר גאר קען מען עס אליינס מאכן אינדערהיים.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

KETONES אין קורצן איז די נאמען וואס קאטאגאראזירט די פעט וואס דער מענטש פארברענט אנשטאט צוקער.

א נארמאלע מענטש מיט א נארמאלע דיעטע פארברענט קארבס פאר ענערדזשי, ווען דער מענטש האט נישט קיין קארבס אין זיין קערפער מוז די קערפער זוכן א נייע קוואל פאר ענערגיע, דא קומט אריין די פארברענען פעט איידיע, די קערפער נעמט זיך פארברענען פעט כדאי צו פונקציאנירן, דאס איז זיכער נישט די נארמאלע וועג פון פונקציאנירן אבער פאר א דייעט איז עס פונקט גוט, עס איז נישט באשטימט אז עס ברענגט צו סיי וועלכע סייד-עפעקטס, אבער זיי זאגן אז פרויען אין ספעציעלע אומשטענדן זאלן דאס נישט טוהן.

איינע פון די גאר באקאנטע סימנים אויב מען פארברענט פעט KETONES, איז די גערוך וואס שפירט זיך פון די מויל, וואס אויף דעם האב איך נאך קיין עצה נישט געהערט.

איצט ווען דער קערפער האט געמאכט דעם יו-טארן און פארברענט שוין פעט צום גוטן, אויב מען באשליסט איין טאג צו טשידן, וועט די קערפער זיך תיכף צוריקכאפן דערצו אין איבערלאזן די פעט פאר א צווייטע מאל צו פארברענען, יעצט צוריקצושטעלן די פריערדיגע סיסטעם ווייטער צו פארברענען פעט וועט געדויערן בערך צוויי טעג.
אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהת »

לאמיר צולייגענן וועגן קיטונס.

וועגן דעים נאכן פאסטען הערסטו אייביג ווי מענטשן זאגען "עס מיט רחמנות", ווייל די גוף האט נישט באקומען ציקער א גאנצע טאג הייבט אן די (איך מיין די) לעבער אן צו פראדעצירען ציקער וואס דאס ווערט אנגעריפען קיטונס און וועגען דעים באקומט מען צו נאך א תענות דאפעלט פונט

ציפיל קיטונס איז זייער נישט געזינט

אויב איך בין נישט גערעכט ביטע פאריכט מיר.
Normal is just a setting on the washing machine
אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2009 7:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנאגרעמס »

ווי ווייט איך ווייס איז בונדלעך נישט אזוי שלעכט ווי פאטעיטא-קארן-ברויט וכדו'.
דער עיקר שוועריגקייט איז נאר די ערשטע פאר וואכן ווען די 'זכרנו את הדגה' מחשבות קומען ארויף יעדעס מאל מען זעט א גוט שטיקל בופשטיק.

כריין [צוויקל] איז א שטיק צוקער. נעם עני אנדערע דיפ אנשטאטס כריין.

עס קומט טאקע אן זייער שווער, אבער מען פילט זיך ווי א תינוק שנולד (איך וואלט גראדע אויסגעקליבן צו ווערן א זעכצן יעריגער בחור...) נאכן זיין אויף דעם דייעט פאר א שטיק צייט.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

מען קען נישט אוועקמאכן משה'ס טענה אז א דייעט האלט לענגער ווען עס איז אן פרעשור, והכל לפי מה שהוא האדם.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

קארבס אין אלקאהאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

ווער קען ארויסהעלפן?

וואס טוט זיך מיט וויין אויף קידוש, יי"ש נאך די פיש און ביי קידושא רבה, ביר נאך די טשאלענט?

וועלעכער וויין האט די ווייניגסטע קארב'ס? וויפיל קארבס איז דא אין אכט אונסעס 'קאבארנעי' וויין?

וויפל קארבס איז דא אין וואדקע?

ביר, בפשטוך וועל מיר מוזן מוותר זיין אויף דערויף, ווייל ס'איז רייך אין קארבס.

רבותי, טיילט מיט אייערע ידיעות..
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהת »

קודם כל אלע טריקענע וויינען האבען ווייניג קארבס, און אויב די דארפסט א וויין וואס האט ווייניג קארבס און ווייניג אלקוהול דאן קענסטו קויפן די וויין פון קעדעם עסטעיטס ארויסגעגעבן דעיע יאר, סהאט וויניג קארבס און ווייניג אלקאהאל,

אויב די האסט ליב שיסע וויין קענסטו האבען נעטשורעל סוויט וואס איך גלייב סהאט ווייניגער קארבס.
Normal is just a setting on the washing machine
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

ייש''כ שטארק זיך פאר'ן עפענען דעם וויכטיגן אשכול יעצט צום ענין:

ס'איז דא אן אימעיל חיזוק און עצות גרופע פאר די וואס גייען אויף א לאו קארב דייעט אנגעפירט דורך הרב מייזליש, זיך איינצושרייבן דארף מען שיקן אן אימעיל צו [email protected]

שטארק זיך האט געשריבן: ווי אויך אויב האט איר בייפעלער פון א גוטן פרישטאג, מיטאג אדער וועטשערע, טיילט דאס ביטע מיט פאר אנדערע, ולמצווה גדולה ייחשב.

פאר מיטאג: דר. גאלדמאנ'ס CARB ONE מאפינס, א סענדוויטש פון צוויי סלייסעס קעז דערצווישן לייגט מען ALMOND BUTTER אדער PEANUT BUTTER.

שטארק זיך האט געשריבן:לאמיר הערן פון די אנדערע:
וויאזוי גיבט איר זיך אן עצה מיט די כזיתים?

איך האב געהערט אז אויף די רעים בריאים פראגראם נוצט מען האל וויט מצה איך ווייס אבער נישט צי זיי האלטן אז מצה איז ענדערש ווי חלה אדער מען קען פשוט בעסער אויסרעכענען די כזיתים אדער גאר ווייל ס'איז גרינגער זיך איינצוהאלטן פון מצה ווי חלה. אני כשלעצמי האלט און פיר זיך בשיטת משה קארנפעלד נאכצולאזן שבת אביסל פונעם דייעט און איך האלט עס שוין ב''ה אן א לענגערע צייט לאנג נאכ'ן אנקומען צו מיין goal weight , לגבי חלה וואס איך טו איז אז מען עסט א קליין שטיקל חלה דערנאך עסט מען נישט ווייטער חלה ביז מען ענדיגט די גאנצע פיש (א פעטן פארציע סעלמאן) דעמאלטס איז מען שוין נישט אזוי אויסגעהונגערט. אמאל העלפט עס און אמאל נישט...

המשך יבא אי''ה
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

יש"כ קהת פאר די עצות איבער וויין, איך טרינק טרוקענע געווענליך, איך וויל וויסן ביי די טרוקענע זעלבסט צו ס'איז א נ"מ וועלעכע מען טרונקט.

וואס טוט זיך מיט בראנפן... נו מ'איז דאך עפעס דא אין קרעטשמע...
....
פארשער טייערער,
דו זאגסט גוטע געדאנקן, שכוח פאר די לינקס.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

דא קענסטו זען א טיילווייזע ליסטע פון קארבס אין וויין. http://friendswithdiabetes.org/files/pd ... eChart.pdf
און דא קענסטו טרעפן אסאך אינפארמאציע איבער קארבס אין וויין אנגעפאנגען פון זייט 6. http://www.friendswithdiabetes.org/file ... esach9.pdf
ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך »

איך האב נאכנישט אלעס דורכגעליינט, אבער ווי נישט ווי, האביך איך א שטיקל עקספיריענס, פאראיאר נאך פסח האביך באשלאסן אז עס איז שוין גענוג געווען א יעדעס יאר ארויפצוגיין מיט א סייז.

האביך אן א ספעציעלע דייעט אנגעפאנגן צו עסן האלל-וויט ברויט א גאנצע וואך אויף פרישטאג, אבער סאלאטן און אנדערע ציגעהערן איז נאר ציגעקומען. אזוי אז איך האב כמעט נישט געברויכט קיין לאנטש און נאכטמאל האט מען אנגעפאנגן צו עסן ווי פריער מעגליך, דהיינו 5:30-6 סאו הונגעריג בינעך נישט געווען, העכסענס האט מען צוגעגעסן א פרוכט ביינאכט.

שבת, איך פלעג האבן א דריי פיר מינים פון דיפס, עס פלעג אויסגיין א מונימום פון צוויי גרויסע חלות א שבת, און די ווייב האט צוגעקוקט מיט ווייטאג ווי איר שווערע הארעוואניא גייט און מיסט. האט מען געסטאפט צו קויפן די דיפס, און שטייצעך געגעסן ווייניגער חלה, אזוי אפילו די פלייש טעלער מיט עטליכע מיני קוגלן זענען נישט אפגעשוינט געווארען, א מנהג טוב, נאך די סעודה כאפן א שפאציר ארויף און אראפ די בלאק, ביינאכט ניט די רעבעצן און צופרי מיט די קינדער,מען האט זיכער געמאכט יא צו עסן קעיק שבת (און אפילו ער"ש) און ווינדער, פרייטאג צו נאכטס שנייד מען אויף א חלה, און עס בלייבט ביז זונטאג נאך פרישטאג, שבת צופרי עפענט מען א מצה (פאר די אייער שטייצעך) פון די חלה עסט מען פרייטאג צו נאכטס שבת צופרי שלש סעודות מלוה מלכה און זונטאג פאר פרישטאג, מאנטאג איז צוריק האלל-וויט.
20-25 פונט און איין יאר איז גוט?
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

ר' ברוך,
צוואנציג פונט א יאר איז מן הסתם דער געזונסטער וועג פון פארלירן וואג, צו שנעל איז אויך נישט געזונט.
...
צוריק צו עטקינען,
שכוח פארשער פאר די וויין אינפא.
....
ווי איך זעה איז דא אן עולם וואס איז אינטערסירט אין די נושא;

אפשר האט איינער אן עצה וויאזוי צו האלטן דעם אשכול אקטיוו ער זאל זיך נישט אריינקוילערן אין קעלער ווי פיל פון זיינע פארגייער?
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

געשמאקע לאו קארב טשיס קרעקערס רעסיפי:

Cheesy Flax Cracker


2 cups shredded cheese*
1 cup flax seed meal
1/2 cup butter, softened

In a bowl, combine cheese, flax seed meal and butter. Mix until mixture forms a ball. Roll into a 1-1/2″ cylinder; wrap in waxed paper and store in the refrigerator for 30 minutes until firm. Using a sharp knife, slice cylinder into 1/8″-1/4″ segments and place 3″ apart on ungreased cookie sheet. Bake in 400 degree oven for 6 minutes. Let rest for a minute or two on the pan if too difficult to move. Cool on a rack. Store in a bag on the counter. Makes roughly 36-48 crackers.

Nutritional Information 1/6 recipe: Calories: 383, Carb: 10, Fiber: 7 Net Carb: 3, Protein: 13, Fat: 33




Cheesy Cheese Crackers


2 cups shredded cheese*
1 cup grated Parmesan cheese
1/2 cup butter

In a bowl, combine cheeses and butter. Mix until mixture forms a ball. Roll into a 1-1/2″ cylinder; wrap in waxed paper and store in the refrigerator for 30 minutes until firm. Using a sharp knife, slice cylinder into 1/8″-1/4″ segments and place 3″ apart on ungreased cookie sheet. Bake in 400 degree oven for 6 minutes. Let rest for a minute or two on the pan if too difficult to move. Cool on a rack. Store in a bag on the counter. Makes roughly 36-48 crackers.

Nutritional Information 1/6th recipe: Calories: 317, Carb: 1, Fiber: 0, Net Carb: 1, Protein: 14, Fat: 29




Confetti Spread: Mix softened cream cheese with finely chopped red and green bell peppers and carrots. Can top garnish with added, minced vegetables.




Dill Spread: Mix softened cream cheese with dill. Can add dill for extra color.




* While any cheese will work here, I used mozzarella.
אטעטשמענטס
א טאץ קרעקערס
א טאץ קרעקערס
crackers-tray.jpg (27.15 KiB) געזען 8256 מאל
אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1689
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה קארנפעלד »

יש"כ פארשער פאר די רעסעפי, דאס איז פון די זאכן וואס קען זיין א ריכטיגע הילף, צו האבן רעסעפיס פון לאו קארב עסן וואס רוב פון אונזערע נשים צדקניות זענען נישט ערצויגן געווארן דערמיט.

אבער, און א גרויסע אבער... איך האף אז ס'איז גוט, ווייל די קעז קוכן וואס ס'רעבעצין מיינער האט פראבירט עטליכע מאל צו מאכן מיט ספלענדע איז געווען נישט... איך וויל נישט זאגן ווייטער... כא מורא זי האט א ניקטע דא..
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

אה שכוח פארשער פאר די מילכיגס; ס'קומט דאך שבועות.
.....
רבותים האלטס דעם אשכול לעבעדיג, שרבים צריכים לה.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”