Low Carb Diet: עצות מיט חיזוק
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
- אינטעליגענט
- שר חמש מאות
- תגובות: 877
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

שטארק זיך. איך קען פערזענליך איינעם וואס איז אויף די דייעט פאר 4 חדשים. און ער'ט שוין פארלוירן איבער 80 פונט!!
ער זאגט אויך אז די ערשטע פאר וואכן האט ער פארלוירן אסאך. נאכדעם האט ער אויפגעהערט צו פארלירן פאר א שטיק צייט, האט ער זיך איינגעקויפט א גאנצע נייע שטאפיר לכבוד פסח. און יעצט איז ער נאך 2 סייזעס קלענער!

איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
הרב קרעמער, שטארק זיך בעט זיך פאר חיזוק אויף דעם אז ער פארלירט נישט אזוי שנעל קיין וואג אבער אין 'סייז' זעהט ער יא א חילוק, זאגסטו איהם וועגן דעם קאפעל וואס האט פארלוירן אכציג 'פונט'...
שטארק זיך, שטארק זיך! יא, אין דעם דייעט קען מען שנעלער פארלירן אינטשעס ווי וואג, ס'דא וואס פארלירן ביידע אבער ס'רוב פונעם עולם פארלירט קודם אינטשעס.
בכלליות דיין גאנצע דייעט האראוואניע איז דאך 'נאר' וועגן אינטשעס, שטעל זיך פאר אז דיין סקעיל ווייזט 750 פונט אבער די ביזט דאר, הו קעירס, רייט?
אשר ע"כ קיפ איט אפ, סאו פאר איז דאס דער בעסטער אויסוואל פאר פארלירן וואג און פילן זאט און גיט.

שטארק זיך, אנטשולדיגט פאר'ן נישט ענטפערן ביז יעצט איך האב נישט געהאט געהעריג קיין צוטריט צו א קאמפיוטער מיט א היברו קיבאורד די לעצטערע טעג, איך האף אז דו האסט נאך נישט אויפגעגעבן דעם דייעט...
איז אזוי ווי ס'איז דיר מסתמא באקאנט פארלירט מען אין די ערשטע פאר וואכן בעיקר וואסער דערנאך אין די קומענדיגע וואכן פארלירט מען פעטנס פונעם בויך און דער כרס גייט איין אבער מען פארלירט נישט קיין סאך פונטן, רב מייזליש גלייכט צו די פעטנס פונעם בויך צו קאטן באלס וואס וועגן נישט קיין סאך אבער נעמען אויף אסאך פלאץ, שפעטער הייבט מען אן צו פארלירן אויך פונטן. דאס איז בדרך כלל אבער בדרך פרט איז דער אופן ווי אזוי מען פארלירט וואג/פעטנס נישט אייניג ביי יעדן איינעם פארהאן מענטשן וואס וועלן פארלירן אויף א קביעות'דיגן אופן יעדע וואך און אפילו יעדן טאג בערך די זעלבע צאל פונטען בעת ביי אנדערע וועט עס גיין ווי א סייקל עטליכע וואכן וועלן זיי פארלירן בעיקר וואג און דערנאך עטליכע וואכן בעיקר אינטשעס און יא עס זענען אויך פארהאן אזעלכע וואס דער וואג און אינטשעס פארלוסט וועט זיך ביי זיי אפשטעלן פאר א שטיק צייט און דערנאך וועט עס ווייטער פארזעצן, ממילא איז נישט שייך צו זאגן צי ''איז דאס נארמאל אדער עפעס?'' ווייל ס'איז דא מער ווי איין נארמאל. בכל אופן אפשר איז כדאי זאלסט זיך אפטער אפוועגן אזוי וועסטו קענען געוואויר ווערן צי ס'איז דא ספעציפישע מאכלים וואס שטערן דיר פון פארלירן, פארשטייט זיך נאר אויב דאס וועט דיר נישט מאכן פארגיין דעם אפעטיט פון דייעטן אזוי ווי עס עפעס האט שוין אויסגעשמועסט.
הצלחה רבה און ניין געב נישט אויף!!

- משה קארנפעלד
- שר האלף
- תגובות: 1689
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm
שטארק זיך זיכסט נאך חיזוק?
איך האב פאריגע וואך צוגענומען 4 פונט, יא פיר פונט.
איך האב טאקע געטשידט צוויי מאל אינמיטן וואך, אבער נישט גענוג צו באקומען פרישע פיר פונטלעך.
איז מיר בייגעפאלן, אויב מיטן עסן געהעריג אנע גיין אויף דייעט באקום איך נישט קיין פיר פונט א וואך, און מיטן גיין אויף דייעט און טשידן צוויי מאל באקומט מען פיר פונט, לוינט זיך שוין אפשר צוריק צו גיין צום אלטן?
דערווייל האמיר עס נאך נישט אויסגעפירט, העמיר זען וואס דער וואך וועט ברענגן.

©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט
אלע רעכטן רעזערווירט
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7783
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
- לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל
משה איך שפיר דיין ווייטאג; בעת איך קען דיר נישט אנטשיידן דעם אבסודואלע מציאות, וואלט איך דיר גע'עצה'ט אפצולייגן דעם באשלוס אויף א צוויי וואכן, דערווייל נעם דיך צוריק צום דייעט.
ערגעץ אין מיין זכרון איז פארוואגלט א ווארט (אנע מקור...): פרישע פונטן פאלט מען שנעל אפ.

דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
- משה קארנפעלד
- שר האלף
- תגובות: 1689
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm
יאך האב שוין געהאט געקויפט א גרויסע לאבעל ברויט גרייט אריין צו שטיפן אין מיר אן קיין הפסק, ווער ווייסט ווען נישט די חיזוק דא אויב עס וואלט נאך געלעבט, דערווייל איז עס געלייגט געווארן אין א זייט פאר א רעגענדיגע טאג...
פארשער, זייער אינטערסאנט וואס דו שרייבסט וועגן די אינסאלן, אויב מעגליך אביסל מער דערוועגן, אדער אנצייגן ווי מען קען ליינען איבער דעם.
פארשער, זייער אינטערסאנט וואס דו שרייבסט וועגן די אינסאלן, אויב מעגליך אביסל מער דערוועגן, אדער אנצייגן ווי מען קען ליינען איבער דעם.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט
אלע רעכטן רעזערווירט
נאך א סיבה זיך צו האלטן אויפן דייעט אפילו אויב די וואג פארלוסט גייט שווער.
http://www.ivelt.com/forum/index ... ic#p357716

א גיטן טאג אלע הויעכגעשעצטע דייעטערס זויווי איך האב ב"ה שיין מצליח געווען איך האב ב"ה געהאט א שיינע ירידה סיי אין די נומבערס אין ווי אויך אינעם סייז ווי איך גיי פרעגן מיך מענטשען האסטעך געבענדט? אין איך ענפער זיי מיט שטאלץ (גאווה חלילה?!) עה!! וואס עפעס? קיינער וויל מיר נישט גלייבן. עניוועי גענוג גערעדט , כ'האב אבער א פראבלעם ביז נישט צי לאנג פלעג איך עסען אסאך אייער יא יא א קיימעלאן פין זעקס בייעם פאר פרישטיג אין דאס פלעגט מיך זאט האלטן אזש ביז סאפער טיים, אקעי איך פלעג הערשט עסען פרישטיג אימגעפער אים צענע, אבער וואס זאל איך טין אז איך קען שוין נישט קוקן דערויף, קוים קוים שבת כדי מקיים צי זיין די מצוה פין שבת בייעם תויכל שטרענג עך מעך אן טויעם צי זיין, א קיצער בינעך אויסגעלאפן פין מעניוס וואס צי עסן. כמיין סעהעט ווען געווען א גלייכע זאך אז דער עוילם דא זאל מיטיילן ווי זוי מגעט זיך דא אנייצה מיט די אכילה סיי וואס מ'עסט אין ווי אויך וויאזוי , איך מיין אז אסאך אירע מיטשען זיך מיט דעם פרובלעם. דאס וועט אסאך פריווענטן טשידען. א גרויסן יישר כח
- אייער_קיכל
- שר האלפיים
- תגובות: 2402
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm
הופס... די בובל הייבט אן פלאצן!...
ליינט דא: http://www.vosizneias.com/63802/2010/09 ... eath-risk/ א שרעק!
ליינט דא: http://www.vosizneias.com/63802/2010/09 ... eath-risk/ א שרעק!
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7783
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
- לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל
שכוח אייער קיכל פאר'ן ארויפברענגן דעם גאר וויכטיגן נושא, טאקע אין אזא קריטישע צייט וואס מען עסט אן א סדר, אין מען מוז בהכרח עסן קארבס, און מען איז עלול חלילה אראפצופאלן פונעם דייעט.
בנוגע די סטאדי וואס vin ברענגט:
קודם לערן דיך אויס אז יעדער קאנטראלירטע שטודיע דארף מען גרונטליך איבער קוקן, די פונקטליכע ציפערן, וועמען מען האט אלס באנוצט אין די שטודיע, וועלעכע ספעציפישע דיעטע זיי האבן נאכגעפאלגט, מיט וויפיל העכערט עס די ריזיקע און פון די אנדערע זייט, וואספארא ריזיקעס עס פארמינערט וכו' וכו'
בקיצור: ווער נישט אזוי איבערגענומען פון אן אומערקלערטע שטודיע...
כתיבה וחתימה טובה.
בנוגע די סטאדי וואס vin ברענגט:
קודם לערן דיך אויס אז יעדער קאנטראלירטע שטודיע דארף מען גרונטליך איבער קוקן, די פונקטליכע ציפערן, וועמען מען האט אלס באנוצט אין די שטודיע, וועלעכע ספעציפישע דיעטע זיי האבן נאכגעפאלגט, מיט וויפיל העכערט עס די ריזיקע און פון די אנדערע זייט, וואספארא ריזיקעס עס פארמינערט וכו' וכו'
בקיצור: ווער נישט אזוי איבערגענומען פון אן אומערקלערטע שטודיע...
כתיבה וחתימה טובה.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 334
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 12:32 pm

פריילאך האט געשריבן:נו, מען האלט שוין איבער א האלבע יאר זייט די אשכול איז אפען, עני אפדעיטס?
וויפיל מען האט פארלוירן?
האלט מען נאך בכלל אן?
לוינט זיך אנצוהייבן יעצט ממש פאר פורים-פסח?
ביטע ענטפערט
36 פונט!!! אין 4 חדשים
איך האלט נאך אן ממש ווי די ערשטע וואך,נאך נישט געטשיט(אחוץ איינמאל אויף אפאר שטיקלעך סושי)
איך פיל זיך פריש געבוירן,מיין מאגן ברענישן איז אוועק מיטן ווינט(פונט),איך בין רוהיג,איך שלאף רוהיגער,נא וואס נאך?....
איך וויל מאכן בקרוב א בלוט טעסט,צו זעהן די גיטע רעזולטאטן
פאנג אהן זיי נישט קיין נער!! פסח-פורים-חנוכה-סוכות....ס'אלס דא א תריץ
"וויליאמסבורג, א מחי’ גאר, וואוינען דארט פיינע אידן, אויך מיר אזא יאר"