געזונטהייט נייעס

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

ייש"כ פאר אלע אייערע נייעס באריכטען, אבער ביטע ברענגט לינקס צום מקור.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

אנעים זמירות האט געשריבן:ייש"כ פאר אלע אייערע נייעס באריכטען, אבער ביטע ברענגט לינקס צום מקור.

איך ברענג קיינמאל קיין לינקס. אויב איינער וויל דוקא קען ער עס אליין טרעפען מיט עטוואס באקאנטשאפט אין "סירטש".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

מיין בקשה איז געוועהן אויף 'אלעמאל'. דער K9 סעירטש איז אזא חורבן אז איך נוץ עס נאר ווען איך מוז.

האט איהר א סבה פארוואס איהר ברענגט נישט קיין לינקס?
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31274
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

אנעים זמירות האט געשריבן:ייש"כ פאר אלע אייערע נייעס באריכטען, אבער ביטע ברענגט לינקס צום מקור.

כ'זע אז חילי וויל נישט ברענגען לינקס, כ'גלויב אז ער האט טעמים דערביי.
אבער מיין גוגל סערטש ארבעט יא און דא איז די רעזולטאטן.
http://www.nwahomepage.com/fulltext-new ... csKLXEXQdw
http://www.freep.com/article/20140327/N ... rates-soar
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

אנעים זמירות האט געשריבן:מיין בקשה איז געוועהן אויף 'אלעמאל'. דער K9 סעירטש איז אזא חורבן אז איך נוץ עס נאר ווען איך מוז.

האט איהר א סבה פארוואס איהר ברענגט נישט קיין לינקס?

כ'ברענג נישט קיין לינקס, ווייל כ'וויל נישט ארויסדעבן מיינע סארסעס....

ערענסט גערעדט. ווען איינער לייגט א לינק, איז כמעט ברור אז כמעט יעדער וועט אהין גיין. נא, וואס פעלט מיר אויס אז איינער זאל גיין אין א סייט, וואס קען זייער מעגליך זיין עפעס וואס איז נישט 100 פראצענט געאייגענט פאר יענעם. כ'ווייס דאך נישט וואספארא פילטער יענער האט וכדו', אמאל איז דא נאך ארטיקלען וואס איך וואלט נישט געליינט, פארוואס זאל עס א צווייטער טרעפען וועגן מיר.

אז איך ליין נייעס, ברענג איך עס אהער, ווייל כ'האב הנאה עס צו פארציילן (אגב, עס איז נישט ווייל ווי געוויסע זאגן אמאל "מען ליינט דא, אזוי דארף מען שוין נישט גיין ערגעץ נישט", דאס האט נישט קיין פשט, ווייל אין אומרים לאדם וכו', נאר אז כ'זעה שוין די נייעס שרייב איך עס ווייטער.) אבער קיין לינקס ווילעך נישט ברענגען. אז איינער וויל דוקא גיין זיכען לויטן ענין, קען ער טאן וואס ער וויל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

דוקטוירים אין די "מעיא קליניק" האבן באוויזען אויסצוהיילן א פרוי מיט "יענע מחלה" דורך געבן ............ די מיזעלס וואקסין!!

זי איז געווען שטארק קראנק, און ווי נעבעך אסאך אין די מצב, איז איר אימיון סיסטעם געווען גאר שטארק אפגעשוואכט, קיין אנדערע עצה האבן זיי נישט געהאט, האט מען "אריין געשאסען" אין איר די מיזעלס וואקסין גענוג וואקסין פאר ........... 10 מיליאן מענטשן!!!

וויבאלד איז אימיון סיסטעם איז געווען אזוי שוואך, האט עס נישט געפייט די מיזעלס וויירוס, און דאס האט געגעבן די וויירוס א טשאנס צו אטאקירן די קראנקע צעלן, און איר אינגאנצען אויסגערייניגט!!

זיי גייען יעצט אנהייבן ברייטערע שטודיעס מיטן האפענונג אז דאס וועט קענען זיין א רפואה בקרוב.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:דוקטוירים אין די "מעיא קליניק" האבן באוויזען אויסצוהיילן א פרוי מיט "יענע מחלה" דורך געבן ............ די מיזעלס וואקסין!!

זי איז געווען שטארק קראנק, און ווי נעבעך אסאך אין די מצב, איז איר אימיון סיסטעם געווען גאר שטארק אפגעשוואכט, קיין אנדערע עצה האבן זיי נישט געהאט, האט מען "אריין געשאסען" אין איר די מיזעלס וואקסין גענוג וואקסין פאר ........... 10 מיליאן מענטשן!!!

וויבאלד איז אימיון סיסטעם איז געווען אזוי שוואך, האט עס נישט געפייט די מיזעלס וויירוס, און דאס האט געגעבן די וויירוס א טשאנס צו אטאקירן די קראנקע צעלן, און איר אינגאנצען אויסגערייניגט!!

זיי גייען יעצט אנהייבן ברייטערע שטודיעס מיטן האפענונג אז דאס וועט קענען זיין א רפואה בקרוב.

זייער אינטערסאנט!!
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

הו הא, דאס איז א דורכברוך, לאמיר האפן אויף גוטע נייעס.

-

ר' אלימלך בידערמאן האט עפעס אמאל דערציילט אז א אינגערמאן האט געכאפט א ביס פון א שלאנג און די גיפט האט אים פארהיילט פון די מחלה.

זאל השי"ת העלפן אלע אידישע קינדער
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

wow מנפלאות הבורא!
ממכה עצמה מתקן רטיה
נותן דבר המחבל לתוך דבר המתחבל
ברוך שנתן מחכמתו לבשר ודם
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

WOW געוואלדיג
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

דער הסבר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

What it means: This is the first study to show that this type of virotherapy may be effective when it comes to some types of cancers, says study coauthor Stephen Russell, MD, PhD, a Mayo Clinic hematologist and co-developer of the treatment. “Viruses naturally destroy tissue,” Russell explains. And the measles virus appears to cause cancer cells to group together and “explode,” which not only destroys them but also helps alert the patient’s immune system to their presence, says one of Russell’s coauthors on the study, Angela Dispenzieri, MD. While the second myeloma patient did not experience such a dramatic recovery, the virotherapy was still effective in targeting and treating sites of her tumor growth, the Mayo researchers say
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

זייער אינטערעסאנט
די measles טוט נישט בינתיים שאדן פאר די אנדערע וויכטיגע tissue?
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

שטוינענדע אנטוויקלונג אין די מלחמה קעגן קענסער. יה"ר על החולים שיתרפאו ועל הבריאים שלא יחלו.

http://news.nationalpost.com/2014/06/09 ... -in-years/
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3237
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

מיין פילטער לאזט מיר נישט זעהן די אנטוויקלונגען, שיק מיר עס אדער לייג עס דא ארויף
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

Some have been bold enough to call it a cure for cancer.

Those of a more conservative bent point to early signs of dramatically extended survival. But whoever you ask, an experimental treatment known as immuno-oncology (IO) is the most exciting development in cancer care for years.

A small mountain of evidence is building for this once marginal area of cancer research. Nowhere was this clearer than at the annual jamboree for the great and good in cancer care, the American Society of Clinical Oncology (ASCO), where attendees last week were bowled over by a wealth of promising clinical trial results.

IO is set apart from other forms of cancer treatment because it harnesses the body’s natural defences to fight off tumours. The other approaches — chemotherapy, radiotherapy and surgery — bring in outside weapons, such as powerful drugs, high-energy radiation and scalpels.

IO works by undermining the evasion tactics used by tumours, which can “hide” from the body’s immune system by disguising themselves as normal cells. Some IO treatments work by unmasking tumours, allowing the body’s disease-fighting cells to find and attack them. Others reinforce the immune system’s weaponry in various ways, so that its killer cells can fight off the cancer more powerfully.

‘This is one of just two instances in my life when I would say: This is a breakthrough’
David Hafler has spent decades, first at Harvard University and now at Yale, working out how scientists can harness the immune system to fight off disease of all kinds, not just cancer. “The word breakthrough should be taken very seriously, but this is one of just two instances in my life when I would say: this is a breakthrough,” he says.

He calls some of the trial results “mind-blowing,” especially in the treatments that attack a tumour’s stealth tactics. “It’s been absolutely dramatic to watch play out. The cat-and-mouse game that goes on between tumours and the immune system — I didn’t know it was that important. No-one did.”

The idea of using immunotherapy against cancer first emerged in the early ’90s
Dr. Roy Baynes, senior vice-president of clinical research at Merck, says he believes the field is going through a “watershed” moment. “The volume of material [on IO at ASCO] this year was almost unprecedented,” he says.

The idea of using immunotherapy against cancer first emerged in the early ’90s, but the present generation of treatments only surfaced in the past few years.

Bristol-Myers Squibb (BMS) is so far the only company to get a drug of this type approved, but many of the world’s major drug-makers have joined the race for a slice of a market thought to be worth tens of billions of dollars a year.

Other companies are hopeful that newer drugs, targeting a different part of the cancer “stealth cloak,” might prove less risky than BMS’s drug, known as Yervoy, which has some serious side effects. BMS also has alternative drugs in its pipeline.

The eventual size of the IO market hangs on two crucial factors: by how much it can increase survival and how many types of cancer it can work on. Last week’s meeting of ASCO showed promise on both fronts.

Several drug-makers unveiled early data showing dramatic improvements when IO was used in combination with other drugs.

BMS said 79% of the 53 melanoma patients treated with a combination of Yervoy and another immunotherapy survived for at least two years.

AstraZeneca plans to launch clinical trials testing various combinations of its most advanced IO drug with its other cancer medicines later this year.

There was also a wave of trial results suggesting that IO could be used to treat tumours in the bladder, head and neck. If scientists can build on this evidence, it would mark a significant expansion of the potential for the treatment, which has so far focused on melanoma and kidney cancer.

‘This is by far the most exciting treatment that I’ve tested on bladder cancer’
The Swiss drug giant Roche provided the first evidence that IO could work in advanced bladder cancer. Its experimental treatment shrank tumours in 13 of the 30 patients in the trial. The tumours completely disappeared in two patients.

“This is by far the most exciting treatment that I’ve tested on bladder cancer,” said Dr. Thomas Powles, a medical oncologist at Barts Hospital in London, who led the clinical trial. “It worked much faster than we expected and much more dramatically.”

Merck showed off data on its leading immunotherapy treatment, from trials on advanced head and neck cancer, in which 11 of the 56 patients responded to the treatment.

But most exciting of all are signs that immunotherapy could work in lung cancer, the biggest killer of all with an annual death toll of 1.5 million.

Roche has already started a large-scale clinical trial on lung patients using the same drug that has shown promise in bladder cancer.

Merck and Bristol-Myers Squibb are also leading the charge on this front.

The pair of U.S. companies both unveiled data at ASCO showing that their respective “checkpoint inhibitor” drugs had an effect on lung cancer.

Merck’s MK-3475 treatment shrank tumours in 28 of the 35 patients on which it tested the drug.

BMS also demonstrated that its drug, nivolumab, might work in lung cancer. The best results were in 20 patients known to have a particular type of cancer cell, half of whom responded to the treatment.

AstraZeneca is not far behind. Its experimental immunotherapy, known as MEDI4736, produced such promising results in lung cancer patients that it was fast-tracked to late-stage testing only 18 months after the first tests in humans.

Justin Stebbing, professor of cancer medicine at Imperial College London, is running clinical trials using IO on patients with lung cancer and says the results look “really hopeful” already. “If we can take some of those patients and induce long term remission, that will change everything,” he said.

“The [old] idea of where immunotherapy might work has been shattered,” added Michael Giordano, head of oncology at BMS. Its Yervoy, which at present is only approved for use in so-called metastatic melanoma, is a case in point. BMS presented a string of data at ASCO indicating that the drug could help to beat off a return of melanoma after it has been surgically removed.

‘Natural T-cells are good but you can enhance them by putting more weapons on them’
The drug-maker is also testing out nivolumab on patients with kidney, blood, breast, gastric, brain, colorectal and pancreatic cancers.

Big Pharma has largely focused on the stealth-cloak busting approach, but drug-makers are exploring other approaches too. Novartis is developing a treatment which involves taking blood out of a patient and re-programming the “killer cells,” or T-cells, to make them even more powerful. It has tested this approach in approximately 40 patients with a deadly blood cancer known as acute lymphoblastic leukaemia and found that tumours completely disappeared in 80% of cases.

Alessandro Riva, head of oncology development at Novartis, says this kind of response had never before been seen in this disease.

“It’s like creating an armed robot,” said Paul Highams, chief executive of immatics — a private German company working in IO. “Natural T-cells are good but you can enhance them by putting more weapons on them.”

Immatics’ specialty is cancer vaccines which is a related branch of IO.

The way these treatments work is to train the body’s immune system to recognize the subtle differences between cancer cells and normal cells that it might not otherwise pick up on.

The company is in the advanced stages of developing a cancer vaccine for kidney cancer and has several more candidates in the pipeline.

Last year, it signed a deal with Roche in which the Swiss drug giant will take on the development of some of immatics’ early stage research and develop new joint products.

Scancell, a company spun out of Nottingham University in 1997, is also developing cancer vaccines.

Cancer immunotherapy has the potential to create many winners among drug companies big and small — Andrew Baum at Citi believes the market could swell to $$35-billion annually, and that IO will play a part in at least 60% of cancer cases.

But whoever emerges among the leading pharmaceutical players, one thing seems almost certain: patients will start benefiting hugely from these advances.

Hafler says that, in melanoma at least, there is “no question these drugs now provide the hope to patients for disease-free remission.”

Powles is also hopeful. “At times the oncology community can get over-excited. But this does look like some of that optimism is justified.”
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
פיטום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3237
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיטום »

שכח!!! האסט א זכות אין החזקת מיין פילטער! א גרויסער זכות
איפה פייביש
שר האלף
תגובות: 1621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפה פייביש »

אין אידיש בקיצור פליז
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

דער הויפט פראבלעם מיט קענסער געוואוקסן איז עס באהאלט זיך פונעם אימיון סיסטעם און דער סיסטעם מיינט אז ס'איז געזונטע חלקים אין גוף וואס דארף וואקסן, און דער אימיון סיסטעם העלפט עס וואקסן רח"ל. אלע ביז היינטיגע צוגאנג פון היילן קימאו, רעידיעישן, סורדזשערי, איז צו אטאקירן די געוואוקסן - און אויך דעם אימיון סיסטעם.
דער נייער סיסטעם -אימיונאו אנקאלעדזשי - טוישט דעם צוגאנג ווייל עס צילט אויף איז אויסצוגעפונען וויאזוי דער קענסער באהאלט זיך, און עס פרובירט אויפצודעקן זיין קראנקען פרצוף אזוי אז דער אימיון סיסטעם וועט כאפן אז עס באלאנגט אין גוף און עס ארויסשטופן פונקט ווי ער שטופט ארויס אלע אנדערע מחלות.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
איפה פייביש
שר האלף
תגובות: 1621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפה פייביש »

ישר כח!
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

א נייע מעדעצין צו היילען הארץ פראבלעמען איז געמאלדען געווארן דורך די דראג קאמפאני נאווארטיס.

לויט די געזונטהייט עקספערטן, איז עס איינע פון די סארט "אויסטרעפונגען" וואס וועט טוישען די וועג ווי מען היילט הארץ פראבלעמען, א דורכברוך וואס מאכט זיך איינמאל אין צענדליגער יארן! עס איז 20 פראצענט מער עפעקטיוו ווי די ביז יעצטיגע מעדעצינען! און עס פארבעסערט די "קוואלעטי אוו לייף" פון הארץ לאדנדע מענטשען. עס פארמינערט די סימפטאמען, עס פארמינערט די פראצענט פון האספיטילייזעשאנס אין ריזאלאט פון הארץ פראבלעמען.

די מעדעצינישע וועלט איז זייער "עקסיידעט" דערפאר, "א זעלטענע דורכברוך" רופן זיי עס.

הארץ פראבלעמען איז די גרעסטע סיבה פאר טויטפעלער אין אמעריקע.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2011 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך private »

געוואלדיגע נייעס. ברענג נאך און נאר אזוינע.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

זייער טריקן געשריבן. לייג צו זאפט, וואס, וואו, ווען? וויאזוי ארבעט עס? וואס טוישט מען?
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

געלעגער האט געשריבן:זייער טריקן געשריבן. לייג צו זאפט, וואס, וואו, ווען? וויאזוי ארבעט עס? וואס טוישט מען?

זיי זענען נישט צופיל מסביר, און די ארטיקל אין די מעדעצינישע אויסגאבע האבעך נישט געזעהן.

בעיקר איז עס א צוויי פאכיגע אויפטו. עס טוט פארבעסערן די ארבייט פון די ביז יעצטיגע דראגס, וואס האבן בעיקר זיך געשלאגען אז עס זאל נישט געשען וואס געשענט פון הארץ פראבלעמען, ווי אנזאמלען וואסער אינעם קערפער ח"ו, וואס קומט פון א פארשוואכטע בלוט סורקעלאציע, צו די לעבער וכדו'.

דאס איז איינס, עס פארבעסערט פילפאכיג די פונקציע, עס שלאגט זיך שטערקער און מער סוקסעספול מיט די גורמים פאר די פארשוואכטע בלוט צורקעלאציע.

די צווייטע אויפטו איז - דאס איז ניי אין די מעדעצין - אז עס פארשטערקעט די פארקערטע רעאקציע. בשעת ביז היינט האט מען זיך נאר געשלאגען מיט די נאגעטיווע רעאקציעס צו הארץ פראבלעמען, טוט די נייע מעדעצין פארבעסערן די פונקציעס פון גוף, וואס פארבעסערט בלוט צורקעלאציע, און מיט דעם פארקלענערט עס די פראבלעמען וואס קומען פון הארץ פעלער.

סא עס איז נשיט נאר א בעסערע "סור מרע" טול, נאר אויך עקסטער א ערפאלגרייכע "עשה טוב" מיטל.

עס איז אזוי סוקסעספול געווען אין קליניקל טריילס, אז מען האט אפגעשטעלט די טריילס פריצייטיג, ווייל עס איז אזוי אופאלענד אז עס ארבייט. און זיי האפן שוין - צוליב די אויסערארענטליכע סוסעס פון די טריילס - צו בעטן אן עפרווועל נאך היי יאר.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

הודו לשם, ברוך שחלק מכחמתו, זאל עס העלפן אידן
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

קרישקעלעך איבער געזונטהייט נייעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

כ'טרעף נישט קיין אשכול כללי פאר סתם געזונטהייט עמער יעצט גיין פתיחה.

גוגל ארבעט אויף א פיל וואס דאס זאל דיטעקטען צו א מענטש האט יענע מעשה רח"ל בעפאר ער האט סיי וואסערע סימפאטן. אויב ארבעט זיך דאס אויס וועט דאס זיין אן אויסטערלישן געווינס פאר די מענטשהייט. ווי דאקטורים זאגן איז צומאל ווען מ'שפירט שוין די סימפאטן צו שפעט זיך צו שלאגן מיט די ביטערע מחלה, אבער אויב ווייסט מען בעפאר קען מען זיך תיקף נעמען ארבעטן דעראויף.

דער אייבערשטער זאל העלפן אז זיי זאלן מצליח זיין
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”