ADHD שוועריגקייטן צו קאנצעטרירן, צופלויגן, אומ-איבערגעטראכט

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

א שטולער בחור
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2012 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שטולער בחור »

מ'קען מיך קאנטאקטן אין אישי. אשמח לשמוע מכם


באמת א ריזיגן שכוח פאר די גוטע ווערטער פון יעדעם דא. גדול המלבין שיניים לחבירו.

אויב האט ארויסגערינען די פולע ארטיקל און דערגרייכט צו איינעם דא, זאל ער ביטע נישט ווייטער פארשפרייטן די גניבה. און אויב איך מעג בעטן, זאל ער קאנטאקטן ווער ס'האט עם עס געשוקט, כ'האב נישט געגעבן רשות צו שוקן ווייטער. ס'איז טאטאל בלתי מוגה. , יענער זאל עס ביטע האלטן ביי זיך. איך וויל נישט דארפן אויפהערן טראסטן מיינע ברידער

כ'ווארט נאר צו הערן וועלכע סחורה די אויבנדערמאנטע אויסגאבע לאזט איבער פאר דא.
און איך וועל גלייך דא פאוסטן איבער גענוג. כ'האב גענוג סחורה.. יושר ממה שהתינוק רוצה...

ביטע האט געדולד... מ'האט שוין געהערט אזאנס.. גלייבט מיר... תודה מראש.
א *שטילער בחור כצ"ל
א שטולער בחור
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2012 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שטולער בחור »

[quote="ווינקל"]שלום עליכם רב שטולער (שטילער?) בחור!

ביזטאך גערעכט. צ"ל שטילער נישט שטולער

וויאזוי טוישט מען די יוזערנעם?
א *שטילער בחור כצ"ל
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

א שטולער בחור האט געשריבן:מ'קען מיך קאנטאקטן אין אישי. אשמח לשמוע מכם


באמת א ריזיגן שכוח פאר די גוטע ווערטער פון יעדעם דא. גדול המלבין שיניים לחבירו.

אויב האט ארויסגערינען די פולע ארטיקל און דערגרייכט צו איינעם דא, זאל ער ביטע נישט ווייטער פארשפרייטן די גניבה. און אויב איך מעג בעטן, זאל ער קאנטאקטן ווער ס'האט עם עס געשוקט, כ'האב נישט געגעבן רשות צו שוקן ווייטער. ס'איז טאטאל בלתי מוגה. , יענער זאל עס ביטע האלטן ביי זיך. איך וויל נישט דארפן אויפהערן טראסטן מיינע ברידער

כ'ווארט נאר צו הערן וועלכע סחורה די אויבנדערמאנטע אויסגאבע לאזט איבער פאר דא.
און איך וועל גלייך דא פאוסטן איבער גענוג. כ'האב גענוג סחורה.. יושר ממה שהתינוק רוצה...

ביטע האט געדולד... מ'האט שוין געהערט אזאנס.. גלייבט מיר... תודה מראש.

ניין, ניין, איר האט נישט פארשטאנען, נישט אייער גאנצע ארטיקל איז דארט אהין, מען האט געשטעלט דעם ערשטן ארטיקל וואס איר האט דא געלייגט אין דעם אשכול (די הקדמה).
די אימעיל גרופ איז א פריוואטע אייוועלט אימעיל גרופ געשטעלט פאר ניקים וואס האבן נישט קיין צוטריט צום פארום דאהי און ווילן מיטהאלטן וואס דא קומט פאר. איז דא וואס שטעלן דארט ארטיקלען וואס ווערן דא ארויפגעלייגט, זאגט ער אז אייער פריערדיגע ארטיקל וואס איר האט געלייגט דא, האט איינער קאפירט פון דא אהין, אבער גארנישט מער.

איך זע יעצט איך האב זיך נאכנישט באדאנקט פאר אייך, לאמיר אייך זאגן, מיר ווארטן אויפן המשך, עס קוקט אויס גאר אינטרעסאנט און אינפארמאטיוו.
--
אויף אייער שאלה וועגן פאררעכטן די נאמען פון א ניק, ניין, מען קען נישט פאררעכטן.
א שטולער בחור
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2012 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שטולער בחור »

זעה אנהייב פונם אשכול. א נייע ארטיקל געווארן ארויפגעלייגט. די אלטע איז פארשוואונדן..
די קאמפלימענטן אויף די אלטע ארטיקל דארף ד'רעולם ארפנעמען ווייל די ארטיקל איז צוליב "טעכנישע" סיבות אראפ
לעצט פארראכטן דורך א שטולער בחור אום פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 4:28 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א *שטילער בחור כצ"ל
א שטולער בחור
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2012 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שטולער בחור »

NEW YORK: Jetblue will reportedly be the first Airline to allow electronics the entire flight, the new rule effect today at 6pm.

אפשר קען מען משלב זיין די נייעס'ל צו די ארטיקל. נאר בדרך אפשר

דאכט זיך מיר די נאמען פונם ביכל פון וואו מיר האבן דאס איבערגעטייטשט, איז
THE GIFT OF ADD (ADHD)



די לעבנס געשיכטע פון דעיוויד נידעלמאן, גרינדער אין פירער פון
JetBlue עירליינס.

דעיוויד נידלמאן איז א אייגענארטיגע טיפ פון א מענטש. דער גרינדער אין פירער פון
JetBlue
. פון די גרעסטע שנעל וואקסנדע עירליינס אין אמעריקע, דעיוויד איז א טיפ וואס איז אויסגעשטעלט צו טרעפן שליכטונגען צו פראבלעמען וואס קיינעם פאלט נישט ביי. ער איז אויך דער זעלבער וואס האט דורגעבראכן עלעקטראניש געקויפטע טיקעטס, א וועג וואס האט פארקערצערט די לאנגע ווארטן אין ליינס ביים עירפארט. ער איז אויך דער זעלבער וואס האט פארגעסן צו פארלעשן די געז און איבערגעלאזט דעם טאפ אויפן פייער אין קאך, פארוואנדלענדיג די דירה אין א שווארצע קנויל רויעך אראפלויפענדיג צו פארן זיך קויפן א נייעם זייגער. דאס איז דער לעבן מיט אדד זאגט דעיוויד. צומאל ביסטו אין 'פייער' מיט אנערגיע און קריעטיוועטי... און צומאל, ווען די פארלירסט זיך צו מצמצם זיין און דיין קאנצעטראציע וואנדערט אוועק ערגעצוואו, איז עס די טאפ וואס בלייבט אויפן פייער.
דעיוויד איז געוואויר געווארן נישט מער ווי אפאר יאר צוריק אז ער האט אדד. פאר זיין דייאגנאוז האט ער נישט געקענט פארשטיין זיינע וואנדערדיגע מחשבות. יעצט קען ער מסביר זיין וויאזוי דער זעלבער מח קען טון אזויפיל און פארגעסן אזויפיל. דעיוויד זאגט אז ער וואלט נישט אייגעטוישט זיין אדד פאר קיין שום זאך אין די וועלט.

די גרעסטע דורכפאל אויפן פלאנעט
דאס מיינט נישט אז עס איז עם אלעמאל גרינג געווען צו זיין 'עם'. זייענדיג אין סקול איז ער געווען איבערגעצייגט אז ער איז נאריש. אין צוגאב צו אדד איז ער אויך חושד אז ער האט דיסלעקציע וואס האט עם געמאכט שווער זיך צו לערנען ליינען און שרייבן. ער האט שווער געקענט איינרוען און זיצן שטול פאלגען וואס די טיטשער הייסט עם טון.

ארויס פון די שווערע קינדער יארן
אין די ערשטע געלעגענהייט וואס ער האט געהאט צו פארלאזן קאלעדזש האט ער זיך צוגעכאפט דערצו. ער האט זיך געשפירט 'באפרייט' און זיך געזעגנט פון קלאס צימער. זיין פאטערס א חבר האט זיך געמיטשעט צו פארדינגען זיינע הייזער אין האוואי. דעיוויד האט עם אנגעטראגן א ביזנעס פלאן. וואוסנדיג אז דער מענטש צאלט 150$ מעינטענענס חודש'ליך אויפצוהאלטן א הויז, האט ער פארגעשלאגן אז פאר יעדע דירה וואס ער טרעפט א רענטער, זאל ער עם צאלן 150$. זייענדיג חתונה געהאט האט ער געהאט דעם אינערליכען פייער אנגעצינדן צו מאכן אפאר דאלער. "איך האב פארדינגען איינס אדער צוויי דירות א טאג, איך האב דעריבער געמאכט צוויי, דריי, פיר הינדערט טאלער א טאג. איך האב געטראכט 'גארנישט אזא שלימזל'." אין איינע פון די רייכע "אדד מחשבות" מאמענטן האט דעיוויד געטראכט "לאמיר פרובירן צו צוזאמשטעלן די רענטלס מיט א גיטן פלי רייזע דיעל." וואוסנדיג אז אפאר נייע עירליינס קומען אריין אין די געגנט האט ער זיי אנגעריפן און און אראגנזירט אפצוקויפן טיקעטס פאר דיסקאונט פרייזן. גאר שנעל האט ער געהאט זיין 'פעקעדזש' פון האוואי רענטלס מיט עראפלאן טיקעטס.
ווי דער טיפ פון אסאך אדד'ערס, האט דעיוויד מיטגעמאכט מיט זיין אקעדעמישן ארבעט, אבער האט אויפגעשיינט איינמאל ער איז געווען אינדערויסן פון קאלידזש. ווען ער האט געקענט אנהייבן ארבייטן מיט די ''גרויסע בילד'' סארט פון זיין מח. ער האט, זאגט ער, א ''נאטורליכע מעגליכקייט צו וויסן וואס איז וויכטיג,'' א טאלאנט פון איבערשפרינגען די מינדערוויכטיגע ביוקראטיעס און גיין ''גראד צום פינטל.'' קאנצעטרירנדיג זיך אויף ''די אינטערשטע שורה'' און רוקנדיג זיך ווייטער אפמאכנדיג אז די איבעריגע איז ''סתם גערידער'' . ווי אסאך מענטשן מיט אדד קוקן אן ווי זייער 'גרעסטע טאלאנט'.
אין די ערליין וועלט
ביים צווייטן יאר וואס דעיוויד האט געפעקעדזשט האוואי טרעוול מיט די קאנדא רענטלס האט ער געהאט צוואנציג ארבייטערס. "איך האב באקומען נאך קאנדאס און ס'האט געקלינגען" אבער דאן אין א איינצלענעם סעקונדע איז דער גאנצער ביזנעס געגאנגען שלאפן. "די ערליין האט מיך אנגעריפן איין טאג און זאגט מיר 'מיר זענען פערטיג'. און איך האב געזאגט 'וואס הייסט מיר זענען פערטיג?' די ערליין איז ארויס פון ביזנעס און מיטגענומען מיין גאנצע געלט וואס איז דארט געליגן. איך בין געווען 21 יאר אלט און געשפירט ווי מיין לעבן איז מיר איינגעפאלן."
זיכענדיג א צווייטער געלעגענהייט פאר עפעס ניי איז ער געריפן געווארן ביי א קרוב צו ארבעטן אין א סוקסעספולע טרעוול ביזנעס. דעיוויד האט אויפגעארבעט די קאמפעני פאר א זעלבסשטענדיגע ערליין און ניין יאר שפעטער האבן זיי פארקויפט די קאמפעני צו סאוט-וועסט ערליינס פאר 130 מיליאן דאלער.
פון דארט איז ער געגאנגען ארבעטן פאר סאוטוועסט ערליינס וואו ער האט דורכגעבראכן איינצופירן עלעקטעראנישע טיקעטס. איבערצייגענדיג די קאמפעני אנצונעמען קרעדיט קארד באצאלונגען האט ער פארשפארט די לאנגע ליינס וואס פאסאדזשירן האבן ביז דאן געדארפט ווארטן. "פארפארענדיג מיליאנען דאלערן."

ארויסגעווארפן פון זיין ארבעט
זיין אומפולסיווע נישט איינרואינדע פערזענליכקייט האט עם געקאסט חברים דארט. זיין אומגעדולדיגקייט און שוועריקייט צו ארבעטן מיט זאכן וואס ער האט באטראכט אלס "א שאד די צייט" "מינדערוויכטיגקייטן" האט עם פארשאפט שונאים. בשעת טייל פירער אין סאוט-וועסט ערליינס האבן עם געוואלט צוטיילן א העכערע פאזיציע אין די קאמפעני האבן אנדערע געדריקט עם ארויסצוזעהן פון די קאמפעני. ביז זיי האבן גע'פועל'ט. די פרעזידענט פון די קאמפעני האט געזאגט פאר דעיוויד "צופיל מענטשן רעדן זיך אפ אויף דיר."
"איך געדענק דאס אלס איינס פון מיינע שווערסטע צייטן אין לעבן" זאגט דעיוויד. "ער האט מיך פשוט און פראסט ארויסגעווארפן." אין יענע שווערע צייט האט דעיוויד געליינט א בוך וועגן אדד. ער האט אויפגעשפרינגען "דאס איז מיר!" זיך פארבינדענדיג מיט א פסיכאטריסט האט ער געפינען אז ער האט ווירקליך אדד.
מיט די דיאגנאוז און אביסל הדרכה, האט דעיוויד אנגעהויבן צו פארשטיין פארוואס ער האט געהאט אזא שווערע צייט ביי סאוט-וועסט ערליינס און פארוואס ער איז פון דארט געפלויגן. ער האט איינגעזעהן אז זיין אומפולסיווקייט האט עם געקאסט צו זיצן ביי א מיטונג און אויספלאצן מיט וואס ס'פאלט עם נאר איין אין מחשבה. דעיווויד זאגט "די אלע ארבעטערס דארטן האבן געקענט זיצן ביי א טיש און איך זאל זאגן עפעס ווי "חברה, איך קען נישט זיצן וועגן מאכן איין נארישע 'רעמפ' שעות אויף שעות! מען דארף זיך ריקן צו עפעס וויכטיג! פארוואס דארפן מיר האנדלען מיט די קלייניקייטן?" זיך קאנצעטרירענדיג אויף די זאכן וואס ער האט געהאלטן פאר וויכטיג האט דעיוויד לגמרי נישט געהאט קיין געדולד פאר זאכן וואס ער האט באטראכט פאר 'קליינע פאטעטאס'. ער זאגט יעצט אז ער וואלט פרובירט זיך אפצושטעלן, אבער האט פשוט נישט געוואוסט וואס צו טון מיט זיין שטארקע אנערגיע און געפילן פון ''באורד'' און אומגעדולדיגקייט.

דעיוויד עפנט סוקסעספול זיין אייגענעם עירליין
------ חסר
אפאר פון דעיווידס קינדער האבן גע'יורש'נט פון עם אדד און נעמען מעדיקעישנס. דעיוויד וויל פאר אלע געלטער אז זיי זאלן א בעסערע צייט און שולע ווי ער האט געהאט. "איך וואלט געטוען אלעס" זאגט ער, זיי צו פארמיידען פון שפירן נאריש ווי ער האט געשפירט, אבער ס'איז נישט גרינג . זיי זענען באמת קליגע קינדער, באמת קריעטיוו, אבער מוטשענען זיך. זיין בעסטע עצה צו אלע קינדער מיט אדד איז זיי צו זאגן צו חלום'ען גרויס. "און וויסן אז מיט גיין יעדן טאג א טריט נאך א טריט פאראויס, וועלן זיי אנקומען ווייט און נאך ווייטער".
לעצט פארראכטן דורך א שטולער בחור אום פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 4:34 pm, פארראכטן געווארן 6 מאל.
א *שטילער בחור כצ"ל
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

שיין שיין.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

לכאורה האט געשריבן:שיין שיין.
א שטולער בחור
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2012 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שטולער בחור »

איינער קען מברר זיין אויב דער דעיוויד ניעדלמאן איז נאך היינט דער פרעזידענט פון
JET BLUE.?
נייגעריג אויב מיין סברה משלב צו זיין די לעצטע נייעס וועגן זייער זיך צוכאפן די ערשטע צום נייעם געזעץ הנ"ל האט אפילו א ספק אמת צו האבן שייכות מיט זיין א.ד.ד. יא, כ'ווייס ס'א א.ד.ד. סברה...
א *שטילער בחור כצ"ל
א שטולער בחור
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2012 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שטולער בחור »

hell yes!!!
זאל דאס זיין א חיזוק פאר מיינס גלייכן.

געסוירטש אין וויקי

http://en.wikipedia.org/wiki/David_Neeleman


David Neeleman
From Wikipedia, the free encyclopedia
David G. Neeleman
Neeleman.jpg
Born October 16, 1959 (age 54)
São Paulo, Brazil
Nationality Brazilian-American
Occupation CEO Azul Brazilian Airlines
Known for Commercial airline entrepreneur
Religion The Church of Jesus Christ of Latter-day Saints (Mormon)
Spouse(s) Vicki Neeleman
Children 9
David G. Neeleman (born October 16, 1959) is a Brazilian-American[1] entrepreneur who has founded three commercial airlines, Morris Air, JetBlue Airways and Azul Brazilian Airlines.
Contents [hide]
1 Biography
2 Personal
3 Notes
4 External links
Biography[edit]

Neeleman was born in São Paulo, Brazil, and raised in the United States, to a family of Dutch and North American descent. He lived in Brazil until he was five.[2] He attended Brighton High School in Cottonwood Heights, Utah, and attended the University of Utah for three years before dropping out. He served a mission for The Church of Jesus Christ of Latter-day Saints in the Northeast Region, Brazil.[3]
He co-founded (with June Morris) Morris Air, a low-fare charter airline, and from 1984 to 1988, he was executive vice president of the company. In 1988 Neeleman assumed the helm of Morris Air as its president. Then when Morris Air was acquired by Southwest Airlines for $20 million in 1993, he worked for a short time on their Executive Planning Committee. [4]
After leaving Southwest, Neeleman became the CEO of Open Skies, a touch screen airline reservation and check-in systems company, later acquired by HP in 1999. At the same time, he helped with another upstart airline, WestJet. JetBlue was incorporated in Delaware in August 1998 and officially founded in February 1999, under the name "NewAir." by Neeleman.[5]
As the CEO of JetBlue Airways, his 2002 salary was $200,000 with a bonus of $90,000. Neeleman donated his entire salary to the JetBlue Crewmember Crisis Fund, which was established for JetBlue employees who had fallen on hard times.[6]
On May 10, 2007, David Neeleman was replaced by David Barger as CEO of JetBlue[7] and on May 21, 2008 he was replaced as chairman of the board by Joel Peterson.[8]
On March 27, 2008 Neeleman officially announced plans to launch a new airline, Azul (Portuguese for "blue"), a domestic carrier in Brazil.
Personal[edit]

Neeleman lives with his wife Vicki in New Canaan, Connecticut, United States. They are the parents of nine children.[9] In 2000, he disclosed to CNN that he has adult attention-deficit disorder.[10] He is the 2005 recipient of the Tony Jannus Award for outstanding leadership in the commercial aviation industry.[11] He also speaks fluent Portuguese and holds both U.S. and Brazilian citizenship. In the early years of JetBlue, founder David Neeleman said he always sat in the last row (row 27) of each Airbus A320 aircraft when flying on his company's airplanes, to demonstrate that pleasing the customer is more important than pleasing the CEO (at the time, seats in the 27th row – since removed from JetBlue's A320 airplanes – did not recline).[12]

ער איז אין ,08 ארויס (טיפיקל?) און געעפנט נאך א סוקסעספולע עירלייין אין בראזיל
http://en.wikipedia.org/wiki/Azul_Brazilian_Airlines


Azul Brazilian Airlines
From Wikipedia, the free encyclopedia
Azul Brazilian Airlines
Azul Brazilian Airlines logo.svg
IATA
AD ICAO
AZU Callsign
AZUL
Founded 2008
Hubs Campinas-Viracopos
Secondary hubs Belo Horizonte-Confins
Frequent-flyer program TudoAzul
Fleet size 130
Destinations 104
Headquarters Barueri, Brazil
Key people David Neeleman, (Chairman and CEO)
Revenue Increase US$ 2.2 billion (2012)
Net income Decrease - US$ 187.3 million (2012)
Website http://www.voeazul.com.br
Azul Linhas Aéreas Brasileiras S/A (Azul Brazilian Airlines; or simply Azul) is a Brazilian domestic low-cost airline based in Barueri.[1] It was established on May 5, 2008 by Brazilian-born David Neeleman, co-founder of WestJet and JetBlue, and former president of Morris Air. The airline began service on December 15, 2008[2][3] and has ordered a fleet of 76 Embraer 195 jets.[4] The company was named Azul ("Blue" in Portuguese) after a naming contest in 2008, where "Samba" was the other popular name.[5]

According to the National Civil Aviation Agency of Brazil (ANAC) in March 2013 Azul had 17% of the domestic market share in terms of passengers per kilometre flown.[6]

Azul currently serves more than 103 destinations with an operating fleet of 130 aircraft.[7] The company's business model is to stimulate demand by providing frequent and affordable air service to underserved markets throughout Brazil.
א *שטילער בחור כצ"ל
אוועטאר
פשוט'ער אידל
שר חמש מאות
תגובות: 941
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 02, 2013 9:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשוט'ער אידל »

ער געפעלט מיר. נאר איינער מיט ADHD האט די אפענקייט צו פארציילן פאר די מידיע אז ער, דער גרויסער קנאקער האט ADHD....
written using the Meshimer web filter
צעיר באלפי ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 07, 2010 12:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעיר באלפי ישראל »

מה נשאר עם מאמריך, בחור שקט?

ביסט שוין צו שטיל.
אוועטאר
פשוט'ער אידל
שר חמש מאות
תגובות: 941
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 02, 2013 9:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשוט'ער אידל »

המספיק גאזעט החודש: שטודיע: ADHD ביי קינדער ארויף צו 11%.
written using the Meshimer web filter
פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאמיליעמירעלס »

וואס איז גיווארן שטילער בחור מיט דיין ארטיקל.
ביסט זיך דורכגעקומען מיט יענע אויסגאבע?
א שטולער בחור
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2012 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שטולער בחור »

מיר רעדן דא viewtopic.php?f=54&t=21910 וועגן אן ארטיקל אין "חזק" (מעלות. אדר א' דהאי שתא) אויפן זעלבן שניט פון וואס מיר האבן געשריבן. מיר זענען געווען אינסטרומענטאל דערין ביז ס'איז יצא לאור העולם. איך עגרי מיט כמעט אלעס וואס ס'שטייט דארט.
משם תקחנו. קנה את ה'חזק. חזק חזק ונתחזק.
לעצט פארראכטן דורך א שטולער בחור אום זונטאג פעברואר 09, 2014 2:36 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א *שטילער בחור כצ"ל
פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאמיליעמירעלס »

פיין
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ס'איז מיר אזוי אינטערעסאנט, איך זעה קלאר אויף מיין יונגעלע ADHD נאך ווען ער איז געווען גאר קליין, און יעדע תנועה זיינע ווערט שטודירט דורך מיר און אוועקגעלייגט, ס'איז אזוי אינטערעסאנט, יא, איך בין געווען גערעכט דאס קינד 'איז' אנדערש, איך שוין איהם פשוט, מן הסתם פיהלט ער אז ער איז אנדערש, סאו, דאס אז ADHD DOES EXIST, ס'עקזיסטירט, אפילו אלע שרייען אז נישט, איז עס דא, די אופן פון זייערע תנועות, די אופן וויאזוי זיי באטראכטן אזאך עס שפעטער נאכצופארציילן, דאס איז דאך א פאקט, דאס קינד איז נאך גאנץ יונג, וועלן מיר זענען ווען ער וועט אויסוואקסן, אבער וואס מיינע אויגן זעהען, איז אזוי אינטערעסאנט, אין גאר שטארקן קאנטראסט צו מיין אנדערע, זעה איך קלאר, די אינערליכע פראצעסן וויאזוי זיין מח'ל פראצעסירט אינפארמעשאן, וויאזוי זיין מח'ל לעשט זיך פלוצים אויס, און ס'ווערט דיסטרעקטעד, "וואו האביך נאר געהאלטן?"
וויאזוי דאס קינד, שאקעלט זיך און רוהט נישט איין,

טייער קינד, איך לייג אריין אין דיר אלעס, אלע זעלבסט זיכערקייטן וואס א צווייט קינד וואלט שוין א בעל גאווה געווען, אבער וואס זאל איך טון ביסט א חלק פון מיר, און אז די טאטע איז אזוי וואס קענסטו דען טון,

ביסטו געבוירן צו ליידן? טייער קינד ווען איך זאג דיר 'דאווען', דו מיינסט איך ווייס נישט פארוואס דו ווילסט ענדערש קלאצן, ס'ליגט אין דיינע דזשינס, איך ווייס וואס דו פיהלסט אינסייד, איך ווייס אז די וועלט איז פאר דיר ווי א צעווארפענע זאך, בלי ראשית בלי תכלית, איך ווייס אויך אז ס'דא מענטשן וואס וועלן קיינמאל נישט מודה זיין אין דיין אנדערשקייט, איך ווייס אז דו פיהלסט געקלאפט, און איך ווייס פארוואס, איך זעה דיין גוטן קאפ אבער אויך שוין איך דיך..

ס'איז אזוי אינטערעסאנט, און אפילו איך האב עס שוין פריער דערמאנט, זאג איך עס נאכאמאל, אפילו איך וויל אזוי שטארק זיך איינרעדן אז ADHD DOES NOT EXIST
און ס'איז דזשאסט א לעק אף דיסציפלינען, אדער א נומער אינעם עניאגראם, אוי פאטשט מיר דאס מציאות אין פנים, ניין מיין קינד ביסט נישט ווייניגער ווי אנדערע, ביסט אנדערש, אנדערש! דו נעמסט אריין אינפארמעשאן מיט אנדערע טאאלס, דו נוצט דיין אינטואישן אנשטאט די דורכשניטליכע פינף חושים, דו רעדסט, און דו סטאפסט, קלאצט און דו טאנצט, און וואו האביך געהאלטן? אוי מיין טייער קינד, וועט דיך די סביבה פארשטיין? וועלן דיך די מלמדים נישט שלאגן צופיל?

וועט שטארק זיך קומען און שרייבן אז דו ביסט יא נארמאל? און מיט דעם אוועקמאכן דיינע ליידן אדער מינומיזירן. מיין קינד איך פארשטיי דיך. אבער דאך קוק אריין אין סידור אין דאווען... הייליגער באשעפער העלף איהם, איך פראביר נאך אלץ צו אריינלייגן מיטב כוחותי אז מיט חינוך קען מען אויסלערנן קאופן, אבער...
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

א גוטן נשמה,

פילייכט האט איר אימער וואו געזעהן אז איך זאל אוועקמאכן ADHD?
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ניין. איך האב געמיינט צו זאגן אז דו וועסט איהם זאגן אז סוף כל סוף מוזטו זיך צושטעלן צום 'נארמאלן' מענטש. "איך ווייס אז ס'שווער, אבער דו מוזט. און איך וועל דיר העלפן און אנווייזן וויאזוי דו קענסט דיך צופאסן צום נארעם" דאס הייסט אז ADHD איז טאקע אנדערש אבער פארפאלן, וואס האב איך פון רחמנות האבן אדער דיך לאזן זיין אומערצויגען, איך האב נישט געמיינט דיך אזוי ווייט ווי דער אינטעליגענטער פסיכאלאג וואס רעדט.
איך האב נאר געמיינט אז אזוי איז אנגענומען אין די וועלט פון טערעפיסטן, אנדערש ווי למשל נעמען א נארמאלן מענטש וואלט מען באשריבן זיינע מהלכים, זיין עניאגראם נומער, און דער וואלט געקענט בלייבן אזוי ווי ער איז אן טוישן, אן טוישן מהלכים, בקיצור אן פילן. נאר ביים אדהד, איז אייביג די אויספיהר "גראד צוצוגיין צום עצה וויאזוי דיך צו מאכן פאר א מענטש" און דאס איז אזוי בהכרח, און דאס האב איך געמיינט, אז עמפאטיע מוז בהכרח ווערן מינומיזירט, דער עצם מענטש איז אנדערש וואס דארף ווערן אדער קואפן מיטן נארם.

יעצט איך ווייס נישט ווער דו ביסט, איך האב דיר נאר גענוצט אלץ סימבאלישער בנפש האדם

אבער איך אליין גיי אויך צו, צו ADHD מיט אזא צוגאנג, נישדא קיין ברירה. א מענטש מוז קאופן. דיין נאמען, נאכאמאל, איז מער סימבאליש.

למשל, א נארמאלער מענטש וועט זאגן פאר א ADHD, "ביסט א משוגע'נער און איך וויל נישט האבן צו טון מיט משוגעים, דו דארפסט ווערן א נארמאלער מענטש קודם"
א שטולער בחור
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2012 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שטולער בחור »

א באהאלטענע מתנה - ADHD
viewtopic.php?f=71&t=24518
א *שטילער בחור כצ"ל
עבד השם
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 11:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עבד השם »

נשמה האט געשריבן:ס'איז מיר אזוי אינטערעסאנט, איך זעה קלאר אויף מיין יונגעלע ADHD נאך ווען ער איז געווען גאר קליין, און יעדע תנועה זיינע ווערט שטודירט דורך מיר און אוועקגעלייגט, ס'איז אזוי אינטערעסאנט, יא, איך בין געווען גערעכט דאס קינד 'איז' אנדערש, איך שוין איהם פשוט, מן הסתם פיהלט ער אז ער איז אנדערש, סאו, דאס אז ADHD DOES EXIST, ס'עקזיסטירט, אפילו אלע שרייען אז נישט, איז עס דא, די אופן פון זייערע תנועות, די אופן וויאזוי זיי באטראכטן אזאך עס שפעטער נאכצופארציילן, דאס איז דאך א פאקט, דאס קינד איז נאך גאנץ יונג, וועלן מיר זענען ווען ער וועט אויסוואקסן, אבער וואס מיינע אויגן זעהען, איז אזוי אינטערעסאנט, אין גאר שטארקן קאנטראסט צו מיין אנדערע, זעה איך קלאר, די אינערליכע פראצעסן וויאזוי זיין מח'ל פראצעסירט אינפארמעשאן, וויאזוי זיין מח'ל לעשט זיך פלוצים אויס, און ס'ווערט דיסטרעקטעד, "וואו האביך נאר געהאלטן?"
וויאזוי דאס קינד, שאקעלט זיך און רוהט נישט איין,

טייער קינד, איך לייג אריין אין דיר אלעס, אלע זעלבסט זיכערקייטן וואס א צווייט קינד וואלט שוין א בעל גאווה געווען, אבער וואס זאל איך טון ביסט א חלק פון מיר, און אז די טאטע איז אזוי וואס קענסטו דען טון,

ביסטו געבוירן צו ליידן? טייער קינד ווען איך זאג דיר 'דאווען', דו מיינסט איך ווייס נישט פארוואס דו ווילסט ענדערש קלאצן, ס'ליגט אין דיינע דזשינס, איך ווייס וואס דו פיהלסט אינסייד, איך ווייס אז די וועלט איז פאר דיר ווי א צעווארפענע זאך, בלי ראשית בלי תכלית, איך ווייס אויך אז ס'דא מענטשן וואס וועלן קיינמאל נישט מודה זיין אין דיין אנדערשקייט, איך ווייס אז דו פיהלסט געקלאפט, און איך ווייס פארוואס, איך זעה דיין גוטן קאפ אבער אויך שוין איך דיך..

ס'איז אזוי אינטערעסאנט, און אפילו איך האב עס שוין פריער דערמאנט, זאג איך עס נאכאמאל, אפילו איך וויל אזוי שטארק זיך איינרעדן אז ADHD DOES NOT EXIST
און ס'איז דזשאסט א לעק אף דיסציפלינען, אדער א נומער אינעם עניאגראם, אוי פאטשט מיר דאס מציאות אין פנים, ניין מיין קינד ביסט נישט ווייניגער ווי אנדערע, ביסט אנדערש, אנדערש! דו נעמסט אריין אינפארמעשאן מיט אנדערע טאאלס, דו נוצט דיין אינטואישן אנשטאט די דורכשניטליכע פינף חושים, דו רעדסט, און דו סטאפסט, קלאצט און דו טאנצט, און וואו האביך געהאלטן? אוי מיין טייער קינד, וועט דיך די סביבה פארשטיין? וועלן דיך די מלמדים נישט שלאגן צופיל?

וועט שטארק זיך קומען און שרייבן אז דו ביסט יא נארמאל? און מיט דעם אוועקמאכן דיינע ליידן אדער מינומיזירן. מיין קינד איך פארשטיי דיך. אבער דאך קוק אריין אין סידור אין דאווען... הייליגער באשעפער העלף איהם, איך פראביר נאך אלץ צו אריינלייגן מיטב כוחותי אז מיט חינוך קען מען אויסלערנן קאופן, אבער...
איצטער געללינט און איך זעה זייער שטארק מיין יונגל אין דעי אלע זאכן וואס דו זאגסט למשל ער צוקלאצט זיך פלוצלונג /באטראכט שטארק רא זאך צו קענען שפעטער איבערזאגן / אאמממ...וואס האב איך געהאלטן אינמיטן זאגן../אמינוט פריליך טאנצט ביזן הימל ווייל ער גייט באקרמען א גוטע נאש וכדו' און אמינוט שפעטער בבב....בבב... רעגט זיך און שרייט ון בלאזט
סאו דאנט טעל מי הי איז לייק מי
אוטש
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

לייג אריין כוחות. זעה צו מאכן דאס מערסטע פראפיט פון דעים קינד. והשם יעזורך. איך האלט אינמיטן אויספיגורן. דאס אז ס'דא אזא זאך ווי ADHD דאס איז א פאקט,.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

יש תקוה פאר ליים דיזיס 1347-389-5963

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

יעצט זעה איך אין די מעלות נאך א סיבה וואס ס'קען זיין א שורש צו סימפטאמען וואס קוקן אויס ווי ADD "ליים דיזיס" קויפט און לייענט עס א דאנק.

די אונטערשטע שורה פון דעם ארטיקל איז "זייט אויפמערקזאם אויב א קינד איז פארשלאפן, פאר'חלומ'ט, צוגעלייגט, פרעגט אויס די עלטערן אויב ער אדער זי איז אלעמאל אזוי געווען. אפילו אויב דער טויש איז פארגעקומען יארן צוריק, דארף מען פארדעכטיגן די שטילע מחלה וואס מאכט חרוב "אזויפיל" לעבענס ה"י."

איך מוז דא צוענדיגן מיט א וואונטש אז דער אייבערשטער זאל געבן שכל און מ'זאל מיר עס נישט האבן נישט אונז און נישט אונזערע קינדער.
עבד השם
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 11:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עבד השם »

אמן
אבער פון שיינע ווינטשן וועלן מיר גארנישט האבן
מען דארף טון למעשה
איך בין פשוט פויל זיך אויף צוהיייבן און גיין זיך אויסטשעקן (פאר מיר) ביי א דאקטאר דערוועגן מיין שטארקע סימפטאמען זענען...

1 איך האלט טינמיטן א שמועס פון איין נושא און פלוצלינג אפפסס... האסט געהערט אז .... איין מינוט מען האלט אינמיטן עפעס א נושא לאז ענדיגן
2.עטליכע מענטשן האבון זיך שויןו אפגערעדט אז ווען איך האלט אינמיטן רעדן צו זיי און זיי האלטן אינמיטן סטעטמענט א הסבר וואס זיי ווילן מיר מסביר זיין האק איך גלייך אריין און איך לאז נישט יענעם קומן צום ווארט
3. איך בין שראעקליך צופלויגן
4. איך בין אייביג שפעט
ועוד
גראדע לעצטנס האב איך אנגעהויבן צו נעמן ADULT FOCUS פון ZAHLERS און איך מיין אז עס איז היבש בעסער (אפשר איז עס סתם אן איינרעדעניש).
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

גיי ווייס. ס'טוט מיך וויי אויף ADHD איך זעה מיין קינד האט עס, מ'קען אבער דערמיט קאופן, כאפסט? גיי ווייס, ס'א ווייטאג.
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

Phosphatidylserine פאר קינדער אדער teens מיט ADHD-ADD.

איינער מיט עקספיריענס?
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”