א גרויסן שכח נשמה
ישר, כ'האב מיך טאקע זייער געפלאגט אויף דעם תגובה.
לפי מיין ערשטע בליק אויף די זאך,
ערשטע בליק, ב"ה אז דו האסט נישט געליטן דערפון, ווייל די וואס ליידן דערפון איז עס נישט זייער ערשטער בליק. די וואס "ליידן" דערפון, טוט עס וויי אז ס'איז דא אזא זאך ווי ADHD. די וואס ליידן דערפון האבן שוין אזויפיהל געכאפט דערפאר, אבער ס'דא וואס ליידן דערפון אבער זייער טאטע מאמע און רבי'ס און השפעה אויף זיי, האט זיי פארשטאנען.
ווייל פון דעי ארטיקל קומט אויס אז אויב א ערוואקסענע מענטש האט 5 פון 19 סימפטאמען, מיינט דאס אז ער האט די מחלה (קעמיקאל אימבאלאנס אין די מח) וואס רופט זיך ADHD,
לויט ווי איך געדענק זאגען זיי נישט אז ס'איז א קעמיקעל אומבאלאנס, און איך פערזענליך האלט אז או סי די איז אויך נישט א קעמיקעל אומבאלאנס, דע קעמיקעל אומבאלאנס וואס זיי זעען ביי או סי די איז לפי עניית דעתי, דע איבער-ארבעט וואס קומט פאר אין יענע ערטער אין מח. אבער נישט פון די עצם OCD. אפשר היינט ווייסן זיי שוין מער.
לויט ווי איך פארשטיי די חילוק פון א ערוואקסענע מענטש און א קינד, ווייל א ערוואקסענע מענטש דארף שוין צו האבן קאנטראל אויף זיך, וממילא אפי' א קליינע אפנויג פון די נארמאלע סדר איז שוין א סימן אויף א מחלה.
אן ערוואקסענער האט שוין פראבירט צו האבן קאנטראל, סאו ארום טאנצן ווי א קינד וועט ער נישט, אבער פיהלן אינערליך ווי ס'וויל זיך איהם טאנצן וועט ער יא.
קודם כל, וואלט מען געדארפט באטראכטן די היסטארי פון דעם מענטש, וויאזוי איז געווען זיין חינוך אין זיינע אינגע יארן?
שוין איינמאל דארף מען באטראכטן. לויט ווי ס'ליגט מיר אין קאפ האט עס גארנישט מיט די חינוך. טאטע מאמע קומען צום טערעפיסט, מיר האבן אלעס געטוהן לויט וויאזוי אונז האב מיר אזוי געוואלט, אונז האב מיר געוויינט און געבעטן און געטוהן אלעס אזוי ווי א יודישע טאטע מאמע, אבער דאס קינד האט ADHD.
צו איז ער איינגעוואוינט געווארן צו האבן אביסל סעלף קאנטראל?
איך בעהט דיך ברחמים, א קינד מיט ADHD זאלסטו נאר נישט פייניגען מיט זעלבסט-קאנטראל. ס'דא א וועג וויאזוי מ'באגייט זיך ברחמים מיט א ADHD קינד, און בכלל דע גאנצע ענין פון איינגעוואוינען צו זעלבסט-קאנטראל פאסט פאר סאלדאטן אין וועסט פוינט. ביי א יוד איז די נפש נישט אזאך וואס דארף ווערן בלויז קאנטראלירט, ס'דארף ווערן אויסגעארבעט. די חילוק איז, איינער וואס קאנטראלירט זיך וועט שרייען "איך האלט מיך שוין איין צוויי שעה פון זיך רעגען אויף דיך"
אפשר איז זיין גאנצע סיבה פארוואס ער האט די פינף סימפטאמען, נאר ווייל עס פעלט אים אביסל סעלף קאנטראל!?,
יא, נו, פון דעם רעד איך, דאס מיינט ADHD, ס'פעהלט זעלבסט קאנטראל, די נפש האט נישט דע כח פון אטענשאן זיך אליין צו קאנטראלירן, אבער דאס מיינט נאכנישט אז מ'קען זיך קאנטראלירן ווי מ'קאנטראלירט א מאשין, איינער וואס האט נישט ADHD מיינט אז ער קאנטראלירט זיך, ער קאנטראלירט זיך נישט. ער מיינט אזוי. ער האט זיך אויסגעארבעט.
איינער וואס האט נאך קיינמאל נישט געהעריג אויסגעלערנט זיך צוריקגעהאלטן פון טוהן א זאך וואס איז נישט גוט פאר אים, מאיזה סיבה שיהי', וועט אויך האבן די סימנים פון ADHD,
סימנים? יא! אבער ADHD נישט! ADHD מיינט אז ס'איז נישדא די כח פון אטענשאן. אויפן זעלבן אופן ווי ביי א צווייטער. לויט ווי איך פארשטיי דארף מען ADHD קינדער מער אכטונג געבן זיי זאלן זיך פיהרן ערליך.
פשוט ווייל ער קען זיך נישט קאנטראלירן! נישט ווייל זיין מח איז עפעס אנדערש ווי א צווייטנ'ס...
ניין! ער קען נישט, ווייל למעשה איז זיין אטענשאן שוואך, א קינד פון ער איז געבוירן זעהט מען שוין קלאר אז ער האט ADHD, פון ווען ער איז געבוירן!!! מ'זעהט ווי ער פאר'חלומ'ט זיך! ווי ער מוז שוין האבן זיין קארעלע, און אזוי אלע צער גידול ADHD. און ביי א קינד וואס האט נישט ADHD זעהט מען ווי זיי זענען טאקע רואיג.
לדוגמא: איינע פון די סימנים איז אז 'דו זעהסט אז ער פארפעהלט אפט צו כאפן די דיטאלן פון די זאך וואס איז צומאל וויכטיג אויפצוכאפן, ביים לערנען איז עס זייער שייך, מ'מיינט מ'האט עפעס פארשטאנען און ביז דערווייל האט מען פארפעהלט א וויכטיגען דיטאל וואס שטייט קלאר ארויס וואס מאכט די גאנצע זאך אנדערש'. - אבער, ווער זאגט אז דאס איז Attention deficit? אולי האט ער פשוט א שוואכע קאפ???
א שוואכע קאפ פארשטייט נישט דעם גאנצן ענין קלאר! אויב אלעס פארשטייט ער, אבער דאך פארשטייט ער אן אנדערע מכוון, ווייל ס'פעהלט די אטענשאן צו א דיטאל, דאס איז איינע פון די סמנים פון ADHD.
אולי איז אים די זאך נישט אזוי וויכטיג צו פארשטיין... ווייל ער האט נישט ארויס די חשיבות פון די נושא וואס ער לערנט, און ממילא לייגט ער נישט צו זיין קאפ צו דעם אינגאנצן?
איך פערזענליך האב שוין אליין געזעהן אז ADHD, דארפן זייער זייער זייער שטארק וועלן פארשטיין אזאך צו וועלן צולייגען קאפ, און זיי דארפן גאר שטארק ארויס האבן די חשיבות פון א נושא וואס מ'לערנט, ואולי האי וכולי האי וועט ער צולייגען קאפ, אבער איינער וואס האט ב"ה א געזונטע אטענשאן דארף נישט אזוי שטארק ארויסהאבן דאס חשיבות פון וואס ער לערנט. ער דארף נארמאל וויסן די חשיבות פון תורה בדרך כלל
און זאכן פארן א מחי'. אבער א ADHD קינד צו בחור דארף
פפפפאאאאארררשששטטטייייןןןן די חשיבות פון נושא וואס ער לערנט, און ער דארפ אויסטערליש האלטן קאפ, כדי אולי האי וכולי האי זאל ער קענען האבן די זכי', צו קענען צולייגען אפשר קאפ וואס האלב דערפון טראכט וועגען באלד נעמען א קאווע.
דאס מוז נישט זיין א מחלה...
ADHD איז נישט ח"ו א מחלה. ס'איז א שוואכקייט, אבער זיי זאגען אז ס'קומט מיט בענעפיטן, (?)
אויב דו ווילסט זאגן, אז 5 זאכן פון דעם איז שוין א צד השוה... אז 'זיין' פראבלעם איז ADHD, בין איך נאכנישט איבערצייגט ווייל אויף מער ווי 5 זאכן וואס ווערט דא אויסגערעכנט, קען זיין אז עס קומט פון פארשידענע אנדערע סיבות אויסער Attention פראבלעמען,
שאר, אוודאי, ס'קען קומען פון ווייסעך וואס אויך, אבער איינער וואס ליידט פון adhd, וועלן עצות פאר ADHD העלפן שנעלער צוקומען צום לערנען, אז מ'זאל נישט אין די מין טיים פארפאלן גיין, און אויסוואקסן אן עם הארץ מדאורייתא ומדרבנן.
און ממילא איז זייער שווער צו פארשטיין וויאזוי מען קען פון א טריקענע פאר 'סימנים' דייעגנאזן א מענטש מיט א געוויסע 'פיזישע' מחלה...
א סימן איז א סימן, אבער ס'דארף זיין
דעם סימן, אויס ס'איז נאר אזוי האלב וועגס, איז עס נאכנישט דעס.
ס'איז נישט ח"ו פיזיש, מ'קען עס אויסארבעטן, מ'קען! אל תתייאש. טויזענט מהלכים, מ'דארף נאר טוהן ב"ה.
מען קען נאך אסאך מאריך זיין אבער אין לי זמן להאריך, און איך בין נאך גוט צומישט, ללמוד אני צריך, ואשמח לשמוע ביאורים שמתקבלים על הלב.
איך מיין אז איך קען דיך אלעס פארענטפערן בטוב טעם ודעת בעזר השי"ת אז ס'זאל באמת נתקבל ווערן על לבך.