Deep Breathing chalange: פראבירט עס אליינס אויס.

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

Deep Breathing chalange: פראבירט עס אליינס אויס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

ווי יעדער ווייסט איז היינט הימעל און ערד מיט פאטענטען ווי אזוי מען קען העלפען מענטשען. אין די לעצטע צענדליג יארן איז אפירגעקומען הונדערטער אינדוסטריעס וואס אנטשפרעכן צו פארבעסערן די קוואליטעט פונעם מענטשענס לעבן.

פראדאקטיוו און להשיג, האגער און פליישמאן, פראזעק און ווייטעמינען, פסיכאלאגן און סקייעטריסטען, CBT און היפנאזע, מחנכים און קאנסולטאנטס, פיטנעס קלאבס און דייעטעס, פריזעם גלעזער און דר. סארנא, קיזיענאלאזשי און ברעינזשים

די אלע זענען מיליאנערסקע אינדוסטריעס, וואס מארקעטען צו מענטשען. ווילסט פילן מער רואיג מיט דיר אליין? בעסער קאנצעטראציע? מער ענערגיע און מאטיוואציע? OK אונז גיימיר דיר העלפען. און אסך העלפען טאקע (און אסך נישט).

דער מיטל וואס איך גיי דא רעדן איז זייער זייער פאוערפול, ביודעי ומכירי קאמינא, עס האט נאר איין ריזן פראבלעם... עס קאסט נישט קיין ניקל סא קיינער וועט עס אייך נישט מארקעטען און שטופען אייך צו טוען....ווייל קיינער גייט נישט אויף דעם מאכן קיין ראציגען דאלאר... ממילא אין הדבר תלוי אלא בך.

המשך יבוא
לעצט פארראכטן דורך היימישער אינגערמאן אום דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 12:59 am, פארראכטן געווארן 6 מאל.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

זיי ממשיך!
דיפרענט
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2016 12:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיפרענט »

נאאאאאאא איך קען שוין ארויסבלאזען???

וואס פיעלט מען בעסער נאך דע עקסערסייז?
מעג מען מפסיק זיין אינמיטען די 15 מינוט מיט נערמאל אטעמען זיך צי אפריען?
קען מען פארלירען וואג אזוי?
שטייעדיג אדער זיצעדיג?
ביטע זיי ממשיך
כאפ נישט קיין הייסע לאקשען ווארט ביז סווערט ווארעם!!
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

איך פארשטיי נישט די חלק 4 וואס הייסט האלטן די לופט אינדרויסען נאכן ארויסבלאזן ביז מען הייבט אן נאכאמאל אריינאטעמען?

געהערט אמאל אריינאטעמען מיט די נאז און ארויסבלאזן מיט די מויל, געהערט דערפון?

עס איז דא צו באקומען א סי די פון חנוך ראזענבערג מיט א ביכל ווי ער רילעקסט דיר דורך די אטעמען עקסערסייז, די נאמען פון די סי די מנוחה כי טוב
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

דיפרענט האט געשריבן:נאאאאאאא איך קען שוין ארויסבלאזען???

וואס פיעלט מען בעסער נאך דע עקסערסייז?
מעג מען מפסיק זיין אינמיטען די 15 מינוט מיט נערמאל אטעמען זיך צי אפריען?
קען מען פארלירען וואג אזוי?
שטייעדיג אדער זיצעדיג?
ביטע זיי ממשיך

הייב אן צוביסלעך אביסל טיפער אריינאטעמען, בעסער דו זיצט אויף ריקליינער/בעט/קאוטש מיט פארמאכטע אויגן
א'מונה ב'טחון ג'עלט
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

ווי יעדער ווייסט איז היינט הימעל און ערד מיט פאטענטען ווי אזוי מען קען העלפען מענטשען. אין די לעצטע צענדליג יארן איז אפירגעקומען הונדערטער אינדוסטריעס וואס אנטשפרעכן צו פארבעסערן די קוואליטעט פונעם מענטשענס לעבן.

פראדאקטיוו און להשיג, האגער און פליישמאן, פראזעק און ווייטעמינען, פסיכאלאגן און סקייעטריסטען, CBT און היפנאזע, מחנכים און קאנסולטאנטס, פיטנעס קלאבס און דייעטעס, פריזעם גלעזער און דר. סארנא, קיזיענאלאזשי און ברעינזשים

די אלע זענען מיליאנערסקע אינדוסטריעס, וואס מארקעטען צו מענטשען. ווילסט פילן מער רואיג מיט דיר אליין? בעסער קאנצעטראציע? מער ענערגיע און מאטיוואציע? OK אונז גיימיר דיר העלפען. און אסך העלפען טאקע (און אסך נישט).

דער מיטל וואס איך גיי דא רעדן איז זייער זייער פאוערפול, ביודעי ומכירי קאמינא, עס האט נאר איין ריזן פראבלעם... עס קאסט נישט קיין ניקל סא קיינער וועט עס אייך נישט מארקעטען און שטופען אייך צו טוען....ווייל קיינער גייט נישט אויף דעם מאכן קיין ראציגען דאלאר... ממילא אין הדבר תלוי אלא בך.

וועמיל דא אנהייבן מיט א הקדמה, א מימרא פון איינעם וואס ווערט גערעכענט פון די גרעסטע עקספערטען איבער געזונט אין אמעריקא, DR. WEIL. ער טועט אסך אין נוטרישאן און אלטערנאטיווע מעדעצין בנוסף צו געהעריגע מעדעצין.

Famous health guru, Dr. Andrew Weil, says that if he could only give one tip for better health, it would be to breathe properly

לאמיר עס מאכן בקיצור אן אריינגיין אין די הקדמות והסברים וכולי, וועל איך מיטטיילן מיטן עולם אן אטעמען עקסערסייז וואס איך טוע, און איך קען זאגן אז יעדע איינציגע מאל וואס מאך דעם עקסערסייז שפיר איך א חילוק. איך זע באמת נישט פארוואס עס זאל נישט העלפען פאר אנדערע פונקט אזוי.

וואס איך האב פארן אנהייבן דעם עקסערסייז

-15 ליידיגע מינוט
-א טיימער
-א העט פאון צו קענען הערן עפעס בשעת מעשה (ראטזאם אז מען זאל נישט ווערן באורד)

די עקסערסייז

דאס אטעמען באשטייט פון 4 חלקים, אריינאטעמען, האלטען די לופט אין די לונגען, ארויסאטעמען די לופט, האלטען די לופט אינדרויסען ביז ווען מען הייבט אן נאכאמאל אריינאטעמען. ווען מען אטעמט פון זיך אליינס,דויערט איין אטעם (אלע פיר חלקים צוזאמען) 5-7 סעקונדעס, אבער בשעת איך מאך דעם עקסערסייז געדויערט איין אטעם צווישען 45 סעקונדעס און א מינוט.

די ערשטע און וויכטיגסטע חלק איז דאס ארויסאטעמען, מען אטעמט ארויס שטייט דורך "די מויל" און מען וויל מאכן זיכער אז מען שטופט ארויס די מאקסימום לופט וואס ליגט אנגעזאמעלט אין די טיפעניש פון די לונגען אויסגעמישט מיט קארבאן מאנאקסייד, אזוי עס זאל קענען אריינקומען ווי מער פון די פרישע אקסיגאן לופט. ווען איך מיין אז מען האט שוין ארויסגעשטופט די מערסטע לופט גיט מען נאך א עקסטערן שטופ ארויס נאך אביסל לופט, די חלק נעמט ביי מיר 15-20 סעקונדעס.

די צווייטע חלק איז דאס האלטן די לופט אינדרויסען (די הפסק צווישען ארויסאטעמען און אריינאטעמען). ביי מיר נעמט די חלק 2-3 סעקונדעס, עס איז מיר פשוט זייער שווער אנצוהאלטען לענגער נאכן האבן ארויסגעאטעמט אזוי פיל לופט.

דער דריטער חלק איז דאס אריינאטעמען די לופט, דאס איז אויך גאר א וויכטיגער חלק, מען אטעמט אריין שטייטליך דורך די נאז, טיעף אריין, און מען פראבירט אריינצונעמען נאך און נאך. אסך מאל פראביר איך אריינצונעמען די מאקסימום לופט ממש, אבער אסך מאל קוק איך מער אויפן טיימער ווען עס ווערט 15 סעקונדעס שטעל איך מיך אפ ביי כמעט מאקסימום. נעמט געווענדליך 15-20 סעקונדעס

דער פערטער חלק איז דאס האלטען די לופט אינעווייניג. אויך גאנץ א וויכטיגער חלק. דאס נעמט געווענדליך 10-15 סעקונדעס.

פון דא און ווייטער איז חוזר חלילה צוריק צום ערשטען חלק.

יעצט עטליכע נקודות.

-עס איז דא פארשידענע אטעמען עקסערסייז וואס זענען נישט אזוי אגרעסיוו, דהיינו נישט אזוי סך ארויס און נישט אזוי סך אריין. אין מיין עקספיריענס האט דאס ווייט נישט די עפעקט וואס אן אגרעסיוו עקסערסייז האט.
-ווען איר גייט אנהייבען וועט איר נישט קענען ארויסאטעמען פאר 15-2 סעקונדעס, ווייל דער לונג איז נישט צוגיוואוינט זיך אזוי אויסצוליידיגען און אנצופולען, דאס איז נארמאל. עס וועט אויסקוקען מער אזוי. ארויס: 6-8 סעקונדעס, אריין 8-10 סעקונדעס, האלטען לופט אינעווייניג אפאר סעקונדעס. אבער נאך אפאר מאל וועט איר שוין קענען לענגער.

און צןם שלוס, איר האלט פילייכט אז איך טרייב איבער, נישט מסתבר אז אביסל אטעמען אהער און אהין זאל מאכן אזוי גרויסע דיפערענץ.. בפרט אז עס קאסט נישט קיין גראשען.

סא דאס איז מיין טשעלענזש צו אייך, פראבירטס עס אויס פאר איין וואך, אויב איר זעט נישט קיין חילוק שרייבטס דא א תגובה אז איר האט פראבירט און עס האט גארנישט געהאלפען. דעטס סימפעל, איר דארפט אינוועסטירען אינגאנצען 105 מינוט (7X15) און איר קענט אפילו הערן א שיעור בשעת מעשה. אבער איין זאך מאכטס דעם עקסערסייז בכל כחו...

ווער איז אין??
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: אונטערן מעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודי »

איך בין גרייט ? מען מעג זיין אויף איי וועלט דערווייל ?
א פשוטע איד.
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

יהודי האט געשריבן:איך בין גרייט ? מען מעג זיין אויף איי וועלט דערווייל ?


וואס מיינסטו, בשעתן עקסערסייז?
דיפרענט
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 01, 2016 12:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיפרענט »

איך בין אין. איך האף אז סגייט אנהאלטען לענגער ווי דייעט
כאפ נישט קיין הייסע לאקשען ווארט ביז סווערט ווארעם!!
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: אונטערן מעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודי »

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
יהודי האט געשריבן:איך בין גרייט. מען מעג זיין אויף איי וועלט דערווייל ?


וואס מיינסטו, בשעתן עקסערסייז?

דזשאסט קידינג
א פשוטע איד.
אוועטאר
נערישער אינגרמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2016 11:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נערישער אינגרמאן »

ש'כח היימישער,
איים אין...

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:איר דארפט אינוועסטירען אינגאנצען 105 מינוט (7X15)


minutes back guarantee, no questions asked? :grin:
איוולת אדם תסלף דרכו ועל ה יזעף לבו (משלי י"ט ג')
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

יישר כח היימישער. למעשה וואס גייט דאס אלץ טוישן אין מיר?
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

מה פתאום??? האט געשריבן:יישר כח היימישער. למעשה וואס גייט דאס אלץ טוישן אין מיר?

דו גייסט ווערן רילעקסט! דאס מיינט צופרידען מיט זיך. די דאגות וועלן זיך נישט באזעצן אין דיר. גייסט נישט נערוועז ווערן אזוי שנעל. די כראנישע ווייטאגען וועלן זיך אפטון.

און מיט די צייט וועט דאס היילען אלטע פארגעסענע אנגעלייגטע וואונדען.
א'מונה ב'טחון ג'עלט
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

מה פתאום??? האט געשריבן:יישר כח היימישער. למעשה וואס גייט דאס אלץ טוישן אין מיר?

וואס גייט אלס טוישען פרעגט איר? איר גייט ווערן די בעסטע סעילס מאן ביי אייער קאמפאני, איר גייט האבן קאנפידענס ביזן הימעל, אייביג זיין פרייליך, זיין די בעסטע טאטע פאר אייערע קינדער, וכולי וכולי וכולי בקיצור אן אדם השלם... :shock:

ניין איך אייך נישט פארקויפען קיין באבקעס..וויל איך מאך נישט קיין געלט דערויף..

וואס יא, איך בין 99.9% זיכער אז איר וועט זען א פאזיטווע טשעינזש וואס די צייט וועט זיך האבן געלוינט. פראבירט עס. אביסל לשבר את האוזן, האט איר שוין אמאל געמאכט עיראביק עקסערסייז פאר א האלבע שעה- א שעה, און געפילט די ענערזשי נאכדעם? אטעמען עקסערסייז איז אסך מער פאוערפול.

וואס עס האט געהאלפן ביי מיר? דראמאטיש געהעכערט ענערזשי, בעסערע קאנצעטראציע, רואיגער, די סינסעישאנס אין די לונגען האט זיך געטוישט פון אנגעלייגט און אנגעצויגן צו באקוועם און רואיג. די זאכן האט פארשידן ארטיגע פאזיטיווע סייד עפעקטס אויף גאר אסך זאכן.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

גיי מיר טרייען...
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

איידער איך טובל זיך פרוביר איך ארויסצובלאזן מיין גאנצע לופט פון די לונגען, כדי אז די טבילה זאל מיר אנקומען לייכט און איך זאל זיך נישט דארפן מוטשען זיך אראפצובייגן אונטער די וואסער. וואסי פשט אז די ערשטע זאך ווען איך קום ארויף פון די וואסער דארף איך און איך האב נאך וואס ארויסצואטעמען. פון וואנעט איז מיר נולד געווארן נייע לופט אין די לונגען?
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

נאך א וויכטיגע נקודה איז "ווען" צו מאכן די עקסערסייז.

די ערשטע זאך איז, מאכן דעם עקסערסייז אויף א ליידיגען מאגן. ווען דער מאגן איז אנגעפילט, קענען זיך נישט די לונגען אזוי שטארק אויפבלאזן און ארייננעמען אזוי פיל לופט.

נאך א נקודה, מאך דעם עקסערסייז פאר דו הייבסט אן די עקשאן פונעם טאג, עס וועט צוהעלפן די זאך זאל פארן. (נישט למשך ביינאכט פארן שלאפן אדער פאר סאפער).

איך מאך געווענדליך די עקסערסייז פאר פרישטאג, אדער טאמער ארבעט איך פאר פרישטאג דעמאלס הארט פאר די ארבעט.
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

יידישע קהילות האט געשריבן:איידער איך טובל זיך פרוביר איך ארויסצובלאזן מיין גאנצע לופט פון די לונגען, כדי אז די טבילה זאל מיר אנקומען לייכט און איך זאל זיך נישט דארפן מוטשען זיך אראפצובייגן אונטער די וואסער. וואסי פשט אז די ערשטע זאך ווען איך קום ארויף פון די וואסער דארף איך און איך האב נאך וואס ארויסצואטעמען. פון וואנעט איז מיר נולד געווארן נייע לופט אין די לונגען?

דאס איז דאך די זאך, דיינע לונגען זענען צוגעוואוינט נאר ארוסיצובלאזן א קליינע חלק פון די לופט. די איבריגע בלייבט זיצן דארט, דעטס די פוינט פונעם עקסערסייז.
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

האמיר סך הכל פיר אידן דא, @דיפערענט, יהודי, נערישער, מה פתאום. אויסער דעם עטליכע וואס האבן מיר געשיקט אין אישי, זעט אויס זיי ווילן נישט קומען ארויס עפענטליך, ווייס איך נישט פארוואס. וועט זיין אינטרעסאנט וואס די אידן וועלען צוריקקומען נעקסטע וואך.

(במאמר המוסגר פריי איך מיך צו זען אז דער עולם דא אויסער די עוליכע ניקס זענען פולי מסודר און קענען נישט נוצען אביסל מער ענערזשי-רואיגקייט.. :lol: )
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:האמיר סך הכל פיר אידן דא, @דיפערענט, יהודי, נערישער, מה פתאום. אויסער דעם עטליכע וואס האבן מיר געשיקט אין אישי, זעט אויס זיי ווילן נישט קומען ארויס עפענטליך, ווייס איך נישט פארוואס. וועט זיין אינטרעסאנט וואס די אידן וועלען צוריקקומען נעקסטע וואך.

(במאמר המוסגר פריי איך מיך צו זען אז דער עולם דא אויסער די עוליכע ניקס זענען פולי מסודר און קענען נישט נוצען אביסל מער ענערזשי-רואיגקייט.. :lol: )

האפמיר צי פראבירן קומענדיגע וואך בעזהשי"ת.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

עס איז דא א סידי צו באקומען פון חנוך ראזענבערג וואס לערנט אויס די מענטש צו רילעקסן מעט די אויבנדערמאנטע מיטל. עס איז דא צו באקומען אין די געשעפטן
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

סידיראם האט געשריבן:עס איז דא א סידי צו באקומען פון חנוך ראזענבערג וואס לערנט אויס די מענטש צו רילעקסן מעט די אויבנדערמאנטע מיטל. עס איז דא צו באקומען אין די געשעפטן

נישט די זעלבע זאך פון וואס מען רעדט דא ווייל;
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:עס האט נאר איין ריזן פראבלעם... עס קאסט נישט קיין ניקל

__

איך מאך נאר א וויץ, יישר כח פאר די אינפא.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

אז מטוט עס בלויז עטליכע מאל, נישט 15 מינוט, איז עס אויך ווערט?
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

נודה לך האט געשריבן:אז מטוט עס בלויז עטליכע מאל, נישט 15 מינוט, איז עס אויך ווערט?

5 מינוט קען אויך העלפען, אבער בתנאי אז מען אטעמט שטארק ארויס.
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

איינע פון די סאמע וויכטיגסטע זאכן אויב נישט די וויכטיגסטע זאך צו זען עכטע שינוים איז צו זייער שטארק ארויסאטעמען, און די שאלה ווי אזוי מען מאכט דאס. ווי אנדערע האבן אנגעמערקט ווען מען אטעמט ארויס נאך 5 סעקונדעס קען זיך שוין דאכטען אז מען האט ארויס געאטעמט די גאנצע לופט און די צייט וואס איז לא דובים ולא יער, די לונגען זענען נאך אנגעלייגט מיט די אלטע קארבאן מאנאקסייד לופט וואס לאזט נישט צו די פרישע לופט.

און דאס איז א זאך וואס מען דארף נוצען אביסל סקיל, הגם דאס ווערט בעסער מיט פראקטיק ברויך מען נאך אלס אין מיין עקספיריענס פארשידענע פאטענטען וויאזוי ארויסצושטופען די מאקסימום לופט.

סא וועל איך מיטטיילן אביסל פון מיין עקספיריענס.



המשך יבוא.
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”