Jobless האט געשריבן:איך וויל עס אזוי שטארק טין. באט איך האב נישט ארויס פינקליך ווי אזוי
די אשכול איז זייער אינפארמאטיוו אבער עס האט איין פראבלעים אז עס מאכט דאס פאר דעים פשוט'ן מענטש אויסזעהן היבש קאמפליצירט און ווייניגער סימפל.
ווען חנוך ראזענבערג האט ארויסגעגעבן זיין סידי מנוחת הנפש, האט ער געהאט אן אינטערוויו אויף קול מבשר מיט שמעון ראלניצקי, וואס האט אים געפרעגט אויף פארשידינע זאכן פארוואס ער לייגט דאס נישט צו אויף זיין סידי, למשל פארוואס ער זאגט נישט אז מען זאל האבן העדפאנ'ס בשעת מעשה און אז מען זאל דוקא בלאזן אזוי צו אזוי.
דער תירוץ בכלליות וואס ער האט דאן געגעבן איז געווען, אז די עיקר ציל פון די סידי איז צו ברענגען מנוחת הנפש, און מיט'ן צולייגן אזויפיל תנאים נעמט דאס גאר אוועק די מנוחת הנפש, אינדערצייט וואס עס איז אויסטערליש עפעקטיוו אויך אויב מען טוט דאס אויף א פשוט'ע וועג.
סאו למעשה, אויב די ווילסט טוהן די פראגרעם לויט די הדרכה פון אן אןיסגערופענע עקספערט, קויף דיר דעים סידי פון חנוך ראזענבערג און פאללאו אלע זיינע הדרכות, און חוץ מזה לאדיך נישט פארדרייען דעים קאפ פון קיינעם.
ער לערנט דארט אויס די גאנצע מהלך וואס מען דארף טוהן, אויף א הערליכע שיינע סיסטעם, דיך באגלייטענדיג סטעפ ביי סטעפ ביז די דערגרייכסט דעים ציל פון מנוחת הנפש