באלי דייעט !!

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

איבערוואגיגער
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2018 5:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערוואגיגער »

ארכיטעקט האט געשריבן:I was told that it slows down the metabolism drastically and therefor you can easily gain all back and more....



איבערוואגיגער האט געשריבן:נ.ב. מיינוגען צו דייעט איז גוט אדער נישט, וכן קריטיק אויפ'ן דייעט איז דירעקט נישט וועלקאם
david3
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 2:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך david3 »

בת היענה#
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

איבערוואגיגער האט געשריבן:א גוטן
מ'האמיר ב"ה אנגעהויבן דעם באלי דייעט אין א מזל'דיגע שעה אין מ'האף מיר צו זיין פערטיג דערמיט ביז שבועות שפעטסטענס ביזן אפאנג זומער זיסען אי"ה בס"ד
איך בין זיכער אז כמה חבירים דא האבן שוין געטון דאס און היות די דייעט איז נישט אזוי גרינג הגם ס'נעמט היבש שנעל בעז"ה וואלט איך געקענט באשטיין צו הערן טיפס וויאזוי זיך צו מאכן עטוואס גרינגער, ש'כח
נ.ב. מיינוגען צו דייעט איז גוט אדער נישט, וכן קריטיק אויפ'ן דייעט איז דירעקט נישט וועלקאם היות איך ארבעט זייער שווער אין ס'גייט נישט טוישן אז איך זאל סטאפן



אז די האסט עס יא אנגעהויבן, מן הסתם האסטו באקומען תשובות אויף דיינע קשיות און די ערשטע תגובה. אויב אזוי ביטע ברענגען פאר די ליינער תירוצים אז אנדערע זאלן אויך הנאה האבן.

יישר כח .
דגל יהודה
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דגל יהודה »

אלס איינער וואס האט שוין פארלוירן איבער טויזענט פונט אין מיין לעבען אין נאך אין כיתה ג געטראגן פאר ריסעס עפל מיט ארענדזעס אין ציגעקיקט מיט פארוויינטע אויגען ווי די דארע יונגלעך עסן סופערסנעק.
איך בין שוין בערך 6 יאר צירוק געווען אויף די באלי דייעט אין צוויי יאר צירוק ב"ה געמאכט די סליוו (יא די ערשטע צוויי יאר אין מיין לעבען וואס איך פיל באקוועם).

וויל איך דיר ווינטשען אסאך הצלחה. דאס איז די בעסטע וואס איך קען דיר יעצט אנווינטשען.

נב. אין א יאר צוויי ווען די דארפסט אינפארמאציע וועגן די סליוו שיק מיר אריין אין אישי.
סייג לחכמה שתיקה- אין חכמה אליין איז ווען מרעדט אין מווייסט וואס מרעדט
דגל יהודה
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דגל יהודה »

גראדע וואלט געווען כדי אז אויב סאיז דא א עולם וואס דארף אינפארמאציע וועגן די באלי דייעט זאל מען עס גרייט אויסשמיסען דא. נישט ח"ו אינטערצירייסען הרב איבערוואגיג לאמיר עם לאזן הערליך פארלירען אין האפן אז ער וועט גאר זיין פין די געקליבענע וואס זענען סוקסעספעל דערפין
סייג לחכמה שתיקה- אין חכמה אליין איז ווען מרעדט אין מווייסט וואס מרעדט
איבערוואגיגער
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2018 5:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערוואגיגער »

דגל יהודה האט געשריבן:אלס איינער וואס האט שוין פארלוירן איבער טויזענט פונט אין מיין לעבען אין נאך אין כיתה ג געטראגן פאר ריסעס עפל מיט ארענדזעס אין ציגעקיקט מיט פארוויינטע אויגען ווי די דארע יונגלעך עסן סופערסנעק.
איך בין שוין בערך 6 יאר צירוק געווען אויף די באלי דייעט אין צוויי יאר צירוק ב"ה געמאכט די סליוו (יא די ערשטע צוויי יאר אין מיין לעבען וואס איך פיל באקוועם).

וויל איך דיר ווינטשען אסאך הצלחה. דאס איז די בעסטע וואס איך קען דיר יעצט אנווינטשען.

נב. אין א יאר צוויי ווען די דארפסט אינפארמאציע וועגן די סליוו שיק מיר אריין אין אישי.

ש'כח הרב דגל פאר אייער חיזוק.... אבער ב"ה איך בין קיינמאל נישט געווען אויף אזא אויפ'ן ווי אייך דהיינו ס'מערסטע איבערוואג וואס איך האב געהאט איז געווען 60 פונט אין 45 דערפון טראג איך אויף מיר זייט שנה ראשונה ווען ס'איז די מנהג צו עסן טשאקלאד אין אייז קרים דעילי אין דאס וויל איך יעצט אראפ זען בעז"ה ממילא קומט נישט אריין קיין סליוו דא
א שיינע פאר יאר פאר מיין חתונה בין איך איינמאל געגאנגען אויף דייעט צו פארלירן סך הכל 25 פונט אין ב"ה דעמאלטס האט זיך עס אויסגעארבעט אין אנגעהאלטן א שיינע פאר יאר ביז מיין שנה ראשונה ווען איך האב ווי דערמאנט צוגענומען בערך 45-50 פונט אין יעצט האף איך עס אראפצוריקן בעז"ה, אין בכלל איך האב ב"ה געטון אביסל research דערוועגן אין געמאכט מיין דעסישן אז איך וויל עס נעמען ממילא איז נישט נוגע קיין עדווייס אויף דעם עבר, וואס איך האב געפרעגט דא איז בסך הכל אז היות ס'איז נישט אזוי גרינג אין ס'איז מסתם דא אידן וואס זענען געווען דערויף וואלט איך געוואלט הערן ווי אזוי זיי האבן דורך געשטופט טעג וואס מ'קען זיין אביסל הונגעריג.
ש'כח
איבערוואגיגער
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2018 5:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערוואגיגער »

shimon7323 האט געשריבן:
איבערוואגיגער האט געשריבן:א גוטן
מ'האמיר ב"ה אנגעהויבן דעם באלי דייעט אין א מזל'דיגע שעה אין מ'האף מיר צו זיין פערטיג דערמיט ביז שבועות שפעטסטענס ביזן אפאנג זומער זיסען אי"ה בס"ד
איך בין זיכער אז כמה חבירים דא האבן שוין געטון דאס און היות די דייעט איז נישט אזוי גרינג הגם ס'נעמט היבש שנעל בעז"ה וואלט איך געקענט באשטיין צו הערן טיפס וויאזוי זיך צו מאכן עטוואס גרינגער, ש'כח
נ.ב. מיינוגען צו דייעט איז גוט אדער נישט, וכן קריטיק אויפ'ן דייעט איז דירעקט נישט וועלקאם היות איך ארבעט זייער שווער אין ס'גייט נישט טוישן אז איך זאל סטאפן



אז די האסט עס יא אנגעהויבן, מן הסתם האסטו באקומען תשובות אויף דיינע קשיות און די ערשטע תגובה. אויב אזוי ביטע ברענגען פאר די ליינער תירוצים אז אנדערע זאלן אויך הנאה האבן.

יישר כח .

איך האב ממש איצט אנגגעהויבן ממילא פון מיין אייגענע עקספירענס קען איך אייך עכט נישט ענטפערן אבער וואס איך האב געהערט איז געווען מער ווייניגער פאזיטיוו, אוואדי האב איך געהערט נעגאטיוו אויך ווי איר קענט דא זען אויף אייוועלט אבער געהערט אסאך מער פאזעטיוו פון מענטשן וואס זענען אליין געווען אויף דעם אין נישט מענטשן וואס האבן א קרוב, שכן וכדו' וואס איז געווען דערויף
אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2225
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט שטיפער »

אפשר אפדעיטסטו וועכנטליךך וויפיל דו ביסט שוין אפגעפאלן?

ס'איז באקאנט די מעשה מיט איינע פון די ליטווישע גדולים (איך געדענק נישט ווער) וואס ווען ס'איז ארויס געקומען די שעדליכקייט פון רויכערן, האט ער זייער געוואלט אויפהערן, ער האט אבער מורא געהאט אז ער גייט נישט זיין גענוג שטארק ביי זיך, איז יענע טאג ווער עס איז אריינגעקומען צו איהם האט ער אים געפרעגט: "האסט געהערט אז איך האב אויפגעהערט רייכערן?"... אזוי האט ער זיך שוין פשוט געשעמט צו רייכערן נאכן זאגן פאר די האלבע שטאט אז ער האט אויפגעהערט...

במילא וואלט געווען א גוטע עצה צו אפדעיטן וויפיל דו בוסט אפגעפאלן כדי דו זאלסט פילן אז דו מוזט...
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

נכתב בצדו אין דעם הערליכן ליקוט ספר 'מעדנים לנפשך' האט ער א גאנצן שער וועגן אכילה, איז אפשר כדאי אין נויט פעלער צו בליקן דארט, מיר האט עס ארויסגעהאלפן בעניני אכילה
איבערוואגיגער
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2018 5:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערוואגיגער »

צייט שטיפער האט געשריבן:אפשר אפדעיטסטו וועכנטליךך וויפיל דו ביסט שוין אפגעפאלן?

ס'איז באקאנט די מעשה מיט איינע פון די ליטווישע גדולים (איך געדענק נישט ווער) וואס ווען ס'איז ארויס געקומען די שעדליכקייט פון רויכערן, האט ער זייער געוואלט אויפהערן, ער האט אבער מורא געהאט אז ער גייט נישט זיין גענוג שטארק ביי זיך, איז יענע טאג ווער עס איז אריינגעקומען צו איהם האט ער אים געפרעגט: "האסט געהערט אז איך האב אויפגעהערט רייכערן?"... אזוי האט ער זיך שוין פשוט געשעמט צו רייכערן נאכן זאגן פאר די האלבע שטאט אז ער האט אויפגעהערט...

במילא וואלט געווען א גוטע עצה צו אפדעיטן וויפיל דו בוסט אפגעפאלן כדי דו זאלסט פילן אז דו מוזט...

גראדע זאגט איר עפעס, איינער פון די תנאים פון דעם דייעט ווי איך גיי איז אז יעדע צופרי ברויך מען גיין אויפ'ן סקעיל, אין ס'ארבעט ווינדערליך ! ס'געט א מורא'דיגע שטופ פאר'ן טאג
דערווייל איז געגאנגען 2 פונט א טאג ב"ה די באשעפער זאל העלפן ווייטער
איבערוואגיגער
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2018 5:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערוואגיגער »

אדער יא האט געשריבן:נכתב בצדו אין דעם הערליכן ליקוט ספר 'מעדנים לנפשך' האט ער א גאנצן שער וועגן אכילה, איז אפשר כדאי אין נויט פעלער צו בליקן דארט, מיר האט עס ארויסגעהאלפן בעניני אכילה

לא זכיתי להבין דברי רב "אדער יא"
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

ווי באוויסט איבעריגע עסן אדער אומגעזינטע שטערן זייער פאר א מענטש ברוחניות ובגשמית צו גלייך, מאכט זיך אמאל צייטן אז די פאלשע הונגער מאנט עסנווארג אפי' געזונטע איבערהויפט נישט געזונטע (וכו') דארף א מענטש זיין גרייט דערויף מיט חיזוק און התעוררות לדבר זה, פארשטייט איר אדער יא?
איבערוואגיגער
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2018 5:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערוואגיגער »

אדער יא האט געשריבן:ווי באוויסט איבעריגע עסן אדער אומגעזינטע שטערן זייער פאר א מענטש ברוחניות ובגשמית צו גלייך, מאכט זיך אמאל צייטן אז די פאלשע הונגער מאנט עסנווארג אפי' געזונטע איבערהויפט נישט געזונטע (וכו') דארף א מענטש זיין גרייט דערויף מיט חיזוק און התעוררות לדבר זה, פארשטייט איר אדער יא?

גערעכט, יא איך פארשטיי
געדענקסט נאך
שר חמש מאות
תגובות: 540
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 25, 2017 3:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדענקסט נאך »

נא הרב איבערוואגיגער, געט'ס א באריכט וויאזוי ס'גייט . אייער ניק איז נאך אמת?....
איבערוואגיגער
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2018 5:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערוואגיגער »

געדענקסט נאך האט געשריבן:נא הרב איבערוואגיגער, געט'ס א באריכט וויאזוי ס'גייט . אייער ניק איז נאך אמת?....

ב"ה דער באשעפער זאל העלפן ווייטער, ס'ווערט גרינגער אין בעסער ב"ה
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

איבערוואגיגער האט געשריבן:
געדענקסט נאך האט געשריבן:נא הרב איבערוואגיגער, געט'ס א באריכט וויאזוי ס'גייט . אייער ניק איז נאך אמת?....

ב"ה דער באשעפער זאל העלפן ווייטער, ס'ווערט גרינגער אין בעסער ב"ה

נא ווי אזוי גייט עס וויפיל פונט שוין אפגעפאלען ?
אוועטאר
שטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 28, 2018 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיין »

איינער קען מאזבער זיין וואס די באלי דייעט איז אין ווי א זוי ווען מען דרייט א באלי ווערט מען דאר
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

איבערוואגיגער האט געשריבן:
דער פאני מענטש האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:וואספארא באלי ריבוינעשעלעוילעם? קען איינער אריינקומען קלאר


איז דאס די באליס וואס מען דריידט העכער די אויער?

יא

וויפיל האסטע שוין פארלוירן?
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3642
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

אוי באשעפער! געדענק איך אין ישיבה האב איך "געהאט" א חבר... פון די "וכל בני בשר יקראו בשמך" חבורה, און ב"ה היינט האב איך אים שוין צוריק. ווייל נאכן דרייען די באלי'ס פאר א משך זמן האב איך אים ממש "פארלוירן"... זיין גוף איז בליץ שנעל ממש ווי פארשווינדן געווארן פונעם האריזאנט!...
[שפעטער שוין נאכן צוריק מגולגל ווערן האט ער מיר פארשטיין געגעבן אז דאס איז - ווי מיינסטנס דייעטן - גוט בלויז פאר אן אבן הפינה.. און וויבאלד ער האט זיך נישט ווייטער געהיטן האט ער צוריקגענומען בכפליים...]
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

יאך בין געגאנגען אויף דעם דייעט פון א וואך נאך פסח, און מען האלט שוין ב"ה ביי 30 פונט אראפ.

ס'איז דא שווערערע טעג, אבער און דזשענעראל פילט עס זייער גיט און ארבעט גיט.

איבערוואגיגער
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2018 5:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערוואגיגער »

ברוינע באנאנע האט געשריבן:
איבערוואגיגער האט געשריבן:
דער פאני מענטש האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:וואספארא באלי ריבוינעשעלעוילעם? קען איינער אריינקומען קלאר


איז דאס די באליס וואס מען דריידט העכער די אויער?

יא

וויפיל האסטע שוין פארלוירן?

כבין געווען דערויף 11 טעג אין פארלוירן 11 פונט בלי גוזמא, הגם ס'איז א פונט א טאג וואס איז א געוואלד אין איך קען עס שטארק ניצן אבער איך בין כמעט אינגאצען אראפ דערפון, נישט אינגאנצען אראפ פון די דייעט ממש, דא און דארט גיי איך נאך דערויף, למשל נעקסטע וואך זונטאג, משיח זאל אוודאי פריער דא זיין ,איז שטארק מעגליך אז איך גיי גיין אויף דעם דייעט, און נאך דא דארט במשך פונעם יאר, אבער מער ווייניגער בינעך נישט דערויף
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

אלע דייעטס זענען עפ"ר סיזענעל אייטעמס
Start fresh
דר. לידער
מייזליש
וכו'
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

maybeeynot האט געשריבן:אלע דייעטס זענען עפ"ר סיזענעל אייטעמס
Start fresh
דר. לידער
מייזליש
וכו'

דארף קומען א קלוגער איד און מאכן א סך הכל וועלכע האט סייד עפעקטס וועלכע האלט אן וועלכע איז נארמאל און וועלכע איז איבערגעטריבן וכו' וכו'
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

איבערוואגיגער האט געשריבן:כבין געווען דערויף 11 טעג אין פארלוירן 11 פונט בלי גוזמא, הגם ס'איז א פונט א טאג וואס איז א געוואלד אין איך קען עס שטארק ניצן אבער איך בין כמעט אינגאצען אראפ דערפון, נישט אינגאנצען אראפ פון די דייעט ממש, דא און דארט גיי איך נאך דערויף, למשל נעקסטע וואך זונטאג, משיח זאל אוודאי פריער דא זיין ,איז שטארק מעגליך אז איך גיי גיין אויף דעם דייעט, און נאך דא דארט במשך פונעם יאר, אבער מער ווייניגער בינעך נישט דערויף


הרב איבערוואגיגער, וואלט געווען מעגליך אריינצוקומען מיט א באריכט? האט זיך עס געלוינט?
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
איבערוואגיגער
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2018 5:19 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערוואגיגער »

ישוב הדעת האט געשריבן:
איבערוואגיגער האט געשריבן:כבין געווען דערויף 11 טעג אין פארלוירן 11 פונט בלי גוזמא, הגם ס'איז א פונט א טאג וואס איז א געוואלד אין איך קען עס שטארק ניצן אבער איך בין כמעט אינגאצען אראפ דערפון, נישט אינגאנצען אראפ פון די דייעט ממש, דא און דארט גיי איך נאך דערויף, למשל נעקסטע וואך זונטאג, משיח זאל אוודאי פריער דא זיין ,איז שטארק מעגליך אז איך גיי גיין אויף דעם דייעט, און נאך דא דארט במשך פונעם יאר, אבער מער ווייניגער בינעך נישט דערויף


הרב איבערוואגיגער, וואלט געווען מעגליך אריינצוקומען מיט א באריכט? האט זיך עס געלוינט?

א באריכט ?
איז אזוי, באמת איז געווען אין פלאן צו שרייבן א לענגערע באריכט אבער הערשט נאכן פארטיגן די דייעטע, אבער אז איר בעהט אזוי שיין וועלן מיר זאגן אין קורצן מיין עקספירענס.

איז די תגובה וואס איר צוטירט איז פון קנאפע צוויי יאר צוריק, אויב איר קוקט וועט איר זעהן אז די אשכול האביך געפענט פונקט צוויי יאר צוריק למספרם, און יענער דייעט האט זיך אוועקגעראלט טאקע ווי א באלי, און ווי איך שרייב און די תגובה ווי איר צוטירט מיך, האט עס אנגעהאלטן א נישטיגע עלף טעג.
אבער ! דא קומט דער גרויסער אבער (גראבער), וואס איז ווייטער געשעהן מיט הרב איבערוואגיגער, איז אזוי.

ווי אלע וואס זענען איבערוואגיג ווייסן, גייט די סייקל בערך אזוי, מען ווערט איבערוואגיג, מען ווערט נמאס, מען גייט אויף א שטרענגע דייעט, מען פארלירט זייער שטייטעלך, מען האט א נאנטע משפחה שמחה אדער קומט אינטער א יו"ט און מ'דראפט די דייעט און מ'זיכט שנעל אויף די אראפגעריקטע פונטן און מיט כעס כאפט מען עס צוריק ארויף אויף זיך מיט לכה"פ כפל.
אין אט דאס איז האט מיך איבערהויפט נישט איבערגעהיפט נאר מיר האבן ווי ערווענט נאך 11 טעג געדראפט די דייעט און פון דארט און ווייטער איז עס געפארן על הסדר, געגעסן כבשנים כתיקונן, צוריק גענומען אביסל מער ווי כפל אין אזוי האב איך שטארק פראקטעצירט מיין ניק, נעמליך איבערוואגיגער.

דאס האט אזוי אנגעהאלטן ביזן פארגאנגענעם נאוועמבער 28 למס' ווען איך האב מעך געטראפן שטיין ביי א רויט לייט פונקט פארענט פון א סאדקינס דייעט סענטער ( דאס איז די ריכטיגער נאמען פון די אזוי גערופענער באלי דייעט), קלאצענדיג ביים לייט און אפלייענדיג די סיין פארענט פון מיר, האביך געגעבן א זעץ אויף מיין סטירינג וויל פארענט פון מיר, גענוג ! גענוג זיך געפלאגט מיטן צומאכן דאס רעקל וואס גייט נישט, גענוג געוואקסן ווי אויף הייוון עס איז צייט צו גיין אויף דייעט נאכאמאל.

געזאגט און געטון, איך בין אריין און אפיס, געסערטש פאר אפאר סאדקינס דייעט סענטערס, און גערופן יעדן וועלענדיג הערן די חילוקים און ווי אויך די פרייזן.

איז איך וויל מיך דא אפשטעלן און פארענטפערן א פראגע וואס פרעגט זיך פון זיך אליין, פארוואס ביסטו נאכן דראפן מיט אזא כעס די זעלבע פראגראם א קנאפע איינס א האלב יאר פריער נאכאמאל אריין און לייבן גרוב און פראבירט די זעלבע דייעט ?

די תירוץ איז פשוט, איך האב טאקע מורא געהאט, אבער זעהענדיג און קענענדיג צענדליגער מענטשן פערזענליך וואס זענען יא געווען סוקסעספול און בעיקר נאך גרויס דריק פון מיין מיטעלסטע קנעפל אויף מיין בעקטישע וועלכער האט געסטראשעט מיטן ערגסטן אזש ביזן אנטלויפן פון מיר, האביך מיך געבויגן צום דריק און יא קאנסידערט די דייעט, אבער נישט פארן מאכן ריסערטש און פערזענליך גערעדט צו אפאר אזוי געריפענע דאקטורים, פראקטעצירער פון די דייעט, און זיי געשטעלט מיינע פראגען און ווי אויך זיי פארציילט מיין עקספירענס מיט אט דעם דייעט און ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט בין איך פשוט נישט געווען ביים ריכטיגער מענטש און דאס האט עס מיר געמאכט אפלאזן.

נאך אפאר פאון קאלס האמיר געסעקדזשעלט אן אפוינטמענט ביים דייעט סענטער ווי גאר אסאך היימישע אידן גייען, ער האט א אפיס און מאנסי ווי אויך און Englwood NJ, וואס איז זייענדיג נענטער צו וויליאמסבורג, ווי איך וואוין איז דאס געווארן אויסגעקליבן פארן אפיס ווי מען גייט אויף מיר ארויף קלעבן די באליס בשטומ"צ.

פונקטליך וויאזוי די דייעט ארבעט און וואס איז די חילוק צעווישן דעם דאקטאר און די ביי וועם איך בין געגאנגען צוויי יאר צוריק גיי איך נישט אריינגיין מחמת חוסר הזמן, און ווער עס וויל מער אינפארמאציע קען מיך פרעגן אין אישי און איך וועל אים גערן געבן מיין טעלפאון נאמבער מיך צו קאנטעקטן, אבער וואס איז געווארן מיט די דייעט וועל איך יא זאגן.

מען האלט היינט כמעט פינף חדשים נאכן אנהייבן די דייעט, איך בין ב"ה געגאנגען אויף דעם ערליך ביז נאך פורים ווען די וויירוס קריזיס האט זיך אנגעהויבן וואס האט האט צושטערט דעם נארמאלן סדר היום און אפגעשטעלט גאר אסאך זאכן אריינגערעכנט מיין סוקסעפולער דייעט, ווען מיר האבן ווי אסאך אנדערע נישט געקענט געהעריג עסן, און דערנאך איז געקומען פסח בין איך ממילא דערפון אראפגעפאלן, אבער פיר חדשים בין איך יא ערליך געאנגען דערויף, געפאלאויט די פראגראם, געפארן יעדע 10 טאג אויף Englwood, און איך האב ב"ה פארלוירן 40 פונט ! יא עס האט זיך געלוינט, מיינע בעקעטשיעס שרייען עס איז נישט יושר, פארוואס ביזטו אוועקגעלאפן צו די אלטע קלענערע סייזעס, אבער איך לאך פון זיי, ביז יעצט האבן די קנעפלך געלאכט אבער יעצט לאך איך, יא ב"ה מיר שפירן ווי ניי געבוירן און האפן אין די טעג צוריק ארויף צו גיין און ווייטער פארלירן בעז"ה.
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”