עספערגער'ס סינדראום ASPERGERS SYNDROME

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

עספערגער'ס סינדראום ASPERGERS SYNDROME

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע-גדולה »

דער אשכול איז אוועקגעשטעלט פאר עספערגער'ס סינדראום .
מסביר צו זיין און אפהאנדלען
וואס דאס איז ,
וויאזוי מען דערקענט עס,
ווי שטארק מצוי איז עס,
וואס איז שייך צו טון דערוועגן,
וועלכע מומחים ספעציאליזירן דערין,
און סאפפורט, עצות והדרכה פאר די מענטשן און די ארומיגע.
(און אינטערעסאנטע מעשיות וואס מען האט בייגעלעבט אין די נושא)

איך ווייס אז אפיציעל איז דער דיאגנאז און נאמען געווארן איינגעפאקט אין איין קאטעגאריע אין די לעצטע DSM, אלץ ASD, פונדעסטוועגן מיין איך אז דער אלטער נאמען עספערגער'ס ברענגט בעסער ארויס ביי רוב מענטשן פון וואס מען רעדט.

שמעתי אז דער שינוי מהותי הנקרא עספערגער'ס, איז גאר שטארק מצוי, און ממילא קלער איך אז דער אשכול קען זיין שטארק בייהילפיג מיט עצה והדרכה.

איך קלער נאך אריינצוקומען מיט אן אריינפור צום ענין, אבער ביזדערווייל איז יעדער וועלקאם צו פרעגן שאלות און שרייבן דערוועגן.
לעצט פארראכטן דורך גרויסע-גדולה אום מאנטאג פעברואר 04, 2019 2:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
mi a nagy ügy
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7070
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

די אנזעענדע זאכען אין אספערגערס זיינען ווי פאלגענד:
זיי ווייסען זייער שטאנד
זיי האבען פארט נישט קיין קאמיוניקעישאן סקילס
די געוויסע זאכען וואס זיי קאנען נישט פארנעמען איז ממש שווער ווען עס בארירט זיי, צ.ב.ש.
נויז
געוויסע גערוכען
אבער מען קאן זיי אויסלערנען צו שפילען נארמאל
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע-גדולה »

לויט Mayo clinic איז די יסוד פון דיר סינדראום
developmental disorder affecting ability to effectively socialize and communicate

למעשה אבער, ברענגט דאס נישט גוט ארויס דעם ענין, ע''כ וועלן מיר פראבירן דאס מבאר צו זיין כפי מיטב יכולתי.

חלק פון די התפתחות פון א בר נש איז זיין social development.
פון ווען מען איז א קינד, לערנט מען זיך אויס אפצוטייטשן וואס יענער מיינט, און נישט נאר וואס יענער טוט אדער זאגט. פון ווען א קינד איז פיצל, קען ער שוין אפטייטשן פנימ'ער צו וויסן אויב יענער איז פרייליך אדער טרויעריג. ווען ער ווערט עלטער, פארשטייט ער שוין וואס יענער מיינט ווען ער ווינקט. ער פארשטייט שוין ווען יענער מיינט ערנסט אדער מאכט זיך נער'יש. אדער א וויץ. ווען ער ווערט נאך עלטער איז זיך מפתח זיין פארשטאנד צו פארשטיין און ארויסגעבן שפראך. דעמאלטס לערנט ער זיך אויך אויס צו פארשטיין וואס יענער מיינט צו זאגן , נישט נאר וואס ער זאגט. למשל ווען איינער זאגט ער דרייט זיך און פרייט זיך, מיינט עס נישט כפשוטו... עס מיינט נישט קיין דרייעדיגקייט און עס מיינט נישט דווקא שמחה, עס האט אן אנדער באדייט.
די מענטשן מיט עספערגער'ס, דעוועלאפען זיך אנדערש, מחמת שינויים אין זייער מוח. זיי קענען דערגיין שפראך, אבער נישט יענעמס כוונה. זיי וועלן האבן שוועריקייטן אפצוטייטשן א צווייטענס פנים אויסדרוקן, און וועלן נישט וויסן וויאזוי יענער שפירט זיך. און וועלכע גיסטע ער איז. זיי וועלן אויך האבן שוועריקייטן צו פארשטיין וואס יענער מיינט צו זאגן, און וועלן נאר פארשטיין וואס ער האט פאקטיש ארויסגעזאגט פון מויל.
זיי האבן אויך שוועריקייטן צו דערגיין א צווייטענס דעות און בליקן, און וועלן נישט קענען קלערן פון א צווייטענס פערספעקטיוו. דאס רופט זיך theory of mind .
דאס אלעס צעזאמען (מיט נאך ענינים אשר עוד חזון בל''נ) זענען גורם
developmental disorder affecting ability to effectively socialize and communicate
מען קען גרינג פארשטיין, אז ווען איינער קען נישט ליינען די פנימ'ער, און נישט ארויסהאבן די מצב ארום, און נישט פארשטיין וואס יענער מיינט צו זאגן , און כאפט נישט וויאזוי יענער קוקט איהם אן, וועט ער האבן שוועריקייטן צו סאשעלייזן און קאמיוניקירן. און טאקע, איינע פון די הויפט סימנים פון עספערגער'ס, איז אז זיי שטייען בעסער ווען זיי זענען אליינס, און נישט אין מצבים וואס פאדערט צו ארבעטן אדער זיך דורכקומען מיט אנדערע מענטשן.
לעצט פארראכטן דורך גרויסע-גדולה אום זונטאג פעברואר 03, 2019 11:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
mi a nagy ügy
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7070
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

ארבעטנדיג מיט א אספערגער קינד אין די פערגאנגענהייט, האמיר באמערקט דאס פאלגענדע:
זיי ווייסען יא וואס יענער וויל, אבער ער וויל א קאנקרעטע ווארט אויף צו וויסען זיכער אז טאקע דאס האסטו געמיינט.
און אויב האסטו געזאגט עפעס וואס קאן ווערן געטייטש אויף צוויי אופנים, דאן וועלט ער וואס קומט אים אויס גוט, אפילו ער ווייסט פאר זיכער אז דו האסט געמיינט די אנדערע זאך (איך רעד נישט איצטערט פון די ווייבער סינדראם)
א זאך וואס זיי לערנען, וועלן זיי היבש גוט פארשטיין, ווייל זיין מחשבה קאן זיך קאנצעטרירן אויף א איינצעלנע זאך, און ער טראכט דאן נישט פון אנדערע זאכען
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע-גדולה »

מענשטן מיט עספערגער'ס זענען נאטורליך נישט גוט אדער באקוועם מיט זאכן וואס זענען נישט קלאר. זיי קענען שווער פארשטיין א gray area. זיי ווילן וויסן, איז עס אזוי צו אזוי? למשל, זאג פאר אן עספערגער'ס אז דו וועסט קומען ערגעץ נאך 9'נע.. וועט ער זאגן ''דו וועסט קומען 9:01''? און ער וועט נישט וויסן פארוואס דו ביזט נערוועז אויף איהם..
אויב דו וועסט איהם מסביר זיין וואס דו האסט געמיינט (אז דו ווייסט נישט פונקטליך ווען) וועט ער וועלן וויסן פארוואס דו האסט נישט געזאגט אז דו ווייסט נישט... ער וועט אויך נישט זיין באקוועם מיט די נישט וויסן ווען דו קומסט, ער ווען ווערן נערוועז און זאגן אז ער מוז וויסן פונקטליך ווען דו קומסט.
mi a nagy ügy
גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע-גדולה »

צו געזונט האט געשריבן:די אנזעענדע זאכען אין אספערגערס זיינען ווי פאלגענד:
זיי ווייסען זייער שטאנד
זיי האבען פארט נישט קיין קאמיוניקעישאן סקילס
די געוויסע זאכען וואס זיי קאנען נישט פארנעמען איז ממש שווער ווען עס בארירט זיי, צ.ב.ש.
נויז
געוויסע גערוכען
אבער מען קאן זיי אויסלערנען צו שפילען נארמאל

עספערגער'ס מענטשן, האבן גאר אפט שוועריקייטן מיט sensory processing disorder.
עס איז נישט קלאר וויאזוי דאס איז פארבינדן מיט די שוועריקייטן אין די סאשעל פארשטאנד, אבער עס איז כדאי צו וויסן דערוועגן. ערשטענס ווייל מען קען בעסער פארשטיין די מצב, און צווייטענס ווייל מען קען דאס בעסער מאכן מיט די ריכטיגע אינטערווענשאן בס''ד
mi a nagy ügy
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6407
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

צו געזונט האט געשריבן: (איך רעד נישט איצטערט פון די ווייבער סינדראם

:lol: :lol:
כ'לאך שוין פינעף מינוט און כ'ען נישט בארוהיגען........
גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע-גדולה »

ווען מען קען איינער וואס איז עספערגער'ס, האט מען אפט א געפיל אז יענער איז זייער ''אינטערעסאנט'' און אייגנארטיג. ער האט אן אינטערעסאנטער וועג פון טראכטן, און לעבט זיך אביסל אין זיין אייגן וועלטל.
און דאס קען זיין בו בזמן וואס מען האלט יענעם פאר ''בעצם א נארמאלע מענטש''. נישט קיין משוגע'נער, נאר ''אינטערעסאנט''.
mi a nagy ügy
מקבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2014 6:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקבל »

איך פארשטיי, אז די סאשעל פראבלעמען איז שטארק פארבינדן און א דירעקטע הוצאה פון די סענסארי אומבאלאנס,
לאמיר נוצן די זעלבע משל, ווען די זאגסט אז דו וועסט קומען ערגעץ נאך 9'נע מיט א שטיקל טאן, וועט א געווענליכער מענטש כאפן לויט די טאן וואס די בערך מיינט, אבער ווען די שיינסט מיט א שטארקע פלעשלייט און די שרייסט אויף אים אז דו וועסט קומען ערגעץ נאך 9'נע קען ער ווערן סטרעסד און קאנפיוזד, און וועלן וויסן פונקטליך.
און די זעלבע איז מיט נישט פארשטיין פעשיל עקספרעשענס וכדו', היות זיי זענען אונטער א געפערליכע דרוק פון אלע סארט סענסארי אינפוט צומישעניש וואס גייט פאר ארום זיי, קענען זיי נישט געהעריג פאוקוסן און זיך אויסלערנען געווענדליכע social development.
גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע-גדולה »

מקבל האט געשריבן:איך פארשטיי, אז די סאשעל פראבלעמען איז שטארק פארבינדן און א דירעקטע הוצאה פון די סענסארי אומבאלאנס,
לאמיר נוצן די זעלבע משל, ווען די זאגסט אז דו וועסט קומען ערגעץ נאך 9'נע מיט א שטיקל טאן, וועט א געווענליכער מענטש כאפן לויט די טאן וואס די בערך מיינט, אבער ווען די שיינסט מיט א שטארקע פלעשלייט און די שרייסט אויף אים אז דו וועסט קומען ערגעץ נאך 9'נע קען ער ווערן סטרעסד און קאנפיוזד, און וועלן וויסן פונקטליך.
און די זעלבע איז מיט נישט פארשטיין פעשיל עקספרעשענס וכדו', היות זיי זענען אונטער א געפערליכע דרוק פון אלע סארט סענסארי אינפוט צומישעניש וואס גייט פאר ארום זיי, קענען זיי נישט געהעריג פאוקוסן און זיך אויסלערנען געווענדליכע social development.

עס איז דא גאר אסאך עספערגער'ס וואס האבן נישט קיין פראבלעמען מיט sensory processing . ממילא איז קלאר אז די סאשעל דעוועלפמענט איז באזונדער פון די sensory processing.
ווי אויך זענען זיי געווענליך שטארק אין שפראך, און אין נאך תחומים. דאס ווייזט אז זיי האבן א געוויסע ניוראלאגי, און עס איז נישט א תוצאה פון די סענסארי פראסעסינג.
mi a nagy ügy
מקבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2014 6:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקבל »

Well
If you've met one person with autism, you've met one person with autism

אבער פון וויפיל איך האב געליינט און געהערט איז עס געווענליך זייער שטארק קאנעקטעט.
א שנעלע סירטש ברענגט דאס:
https://community.autismsupportnetwork. ... 70#pi346=2

My daughter talks well,and didn`t seem to have to much trouble with meltdowns,until she started school,and started having some learning issues,which seem to be related to her extreme sensitivity to lights.Flourescent lights and computer monitors.Frustration from not being able to do the work,can cause meltdowns.


My daughter is 15 and can now notice things that contribute to her sensory overloads... and yes, computor lights, flourecent lights are one of the few, the other things is crowds, alot of different noises at once,(like kids hearding through the halls at bell time) anxiety, confusion, (my daughter's brain goes to mush when she gets confused and overwhelmed and then she has to find a place that is completely mute until she can put her little brain back together. Its really about things that trigger it, my child would be golden and wouldn't be considered anything other than average if she could live in a world without confusion, anxiety, stress, crowds, noise, but could live a life of complete and total calm schedules and everything was seen her way. LOL


I have to agree with the concensus here. Sensory issues are emergent with neural development. My son's sensory overload issues were also very mild at the age of 3. By the age of 5 it's a different story. Pay attention to the triggers because they aren't the same for everyone. His 'mini' melt-downs may seem out of the blue, but I bet you there's a pattern there.


https://wrongplanet.net/forums/viewtopic.php?t=260359

I would like to voice a disagreement...

I believe that we all (and this is based on MUCH research) do have sensory issues of one type or another. Please note that this statement is based on us compared to NTs... Most sensory issues are minor, and as such, are not really an impairment and may not be noticed at all.

Q: "How could they not notice?"
A: Because they are minor enough that they aren't impairing AND it is the way we have been our entire lives... Further, without the frame of reference of being an NT WITHOUT sensory issues, we don't realize that it is not considered "normal".



I think many autistics just don't talk about their sensory issues in real life or aren't even aware of them. I've many sensory issues. I can't imagine autism without any sensory issues, but autism isn't the only dx where sensory issues can occur. They are also very common in ADHD, dyslexia and so on.

גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע-גדולה »

הייבט זיך אן די שאלה.
וואס טוט מען ווען אן עספערגער'ס פארשטייט נישט וואס מען רעדט?
mi a nagy ügy
מקבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2014 6:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקבל »

[image][/image]
אטעטשמענטס
59F3BF02-F743-4507-BB7E-ABB730BC254D.jpeg
59F3BF02-F743-4507-BB7E-ABB730BC254D.jpeg (238.46 KiB) געזען 2098 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”