נייעס איבער דיזיזעס וויירוסעס און וואקסינען "נישט קיין דעבאטעס"

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

Tahares hakodesh
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 13, 2019 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Tahares hakodesh »

here is a link to the claim entered today.

https://childrenshealthdefense.org/wp-c ... 7-2019.pdf
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

די וועלט געזינטהייט ארגעניזאציע מעלדט אז סרי-לאנקא האט עלימינירט מיזעלס, דאס קומט נאך דריי יאר וואס איז נישט געווען קיין מיזעלס אויסברוך (עס איז נישט געווען קיין קעיס וואס האט זיך געצויגן פון אן אנדערע קעיס, איינצעלע פעלער ווערן נישט גערעכנט)

די פינפטע מדינה אין דרום מזרח אזיע, נאכפאלגענדיג צפון קאריע פאריגעס יאר.

http://www.searo.who.int/mediacentre/re ... 9/1712/en/



(איך בין נישט קלאר פארוואס דארט האט געמוזט זיין 3 יאר און אין אמעריקא נאר 12 חדשים https://www.cdc.gov/measles/about/faqs.html)
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

די CDC ווארנט איבער א שעדליכע מחלה מיטן אקראנים AFM וואס מיינט acute flaccid myelitis. די מחלה איז ענליך צו פאליא, אבער האט נישט קיין רפואה און אויך נישט וואקסין עס פארמיידן

די CDC זאגט אן דאקטוירים זיך צו באקענען מיט סיפטאמען דערפון, עס צו קענען באצייטענס אידענטיפיצירן און אזוי אויך באריכטן.

https://www.cdc.gov/media/releases/2019/p0709-afm.html

https://www.cdc.gov/acute-flaccid-myeli ... ation.html
אץ קוצץ
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אץ קוצץ »

קימט אריין נייעס אז די judge האט ארויסגעווארפען די פארלאנג פין די אנטי חברה
אץ קוצץ
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אץ קוצץ »

איינער מיט פרטים ?
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

די סאלליוואן בעצירק געמיינדע-געזונטהייט איינגעשטעלטע ארבעטן ביינאזאם מיט די ניו יארק געזונטהייט אויספארשער איבער א בעשטעטיגטע פאל פון מאזלען אין א בודקע קאלאניע אויף דזשוילענד ראוד (ווארשיינליך נחלי אמונה) אין די שטעטל טהאמפסאן.
די רעגירונס איינגעשטעלטע ארבעטן אויף צו אויסגעפונען די אימוניטעט שטאנד פון די ארטיגע איינוואוינער און אויך וויפיל מענטשן זיינען מעגליך אויסגעשטעלט דערצו, אזוי אום צו קאנען פערזיכערן אז יעדער איינער איז בעשיצט.
די בעצירק איינגעגעשטעלטע זאגען, אז דער געשלאגענער מיט די מאזלען איז שוין מיט א צייט צוריק צו זיין היים אוועק פון דעם סאלליוואן בעצירק.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע-גדולה »

אץ קוצץ האט געשריבן:קימט אריין נייעס אז די judge האט ארויסגעווארפען די פארלאנג פין די אנטי חברה

ווי געווען באריכטעט?
יישר כח
mi a nagy ügy
אוועטאר
גיט
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיט »

גרויסע-גדולה האט געשריבן:
אץ קוצץ האט געשריבן:קימט אריין נייעס אז די judge האט ארויסגעווארפען די פארלאנג פין די אנטי חברה

ווי געווען באריכטעט?
יישר כח

נישט ארויסגעווארפן די קלאגע נאר ארויסגעווארפן די פארלאנג פאר א סטעי אזוי באריכטן די אנטי'ס אויף זייער האטליין
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

די צאל מיזעלס אין די פאראייניגטע שטאטן האלט ביי 1123, ארויף מיט 14 פון א וואך בעפאר.

עס געווען די וואך די ערשטע מיזעלס פאל אין אהייאו.

https://www.cdc.gov/measles/cases-outbreaks.html
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

די צאל מיזעלס אין נוא יארק סיטי האלט ביי 623 ארויף מיט 3 פון פאריגע וואך, עס איז צוגעקומען איינס אין קראון הייטס, און צוויי אין וויליאמסבורג.

פאר די חודש JUNE האלט מען ביי 1 קעיס.

https://www1.nyc.gov/site/doh/health/he ... asles.page

---

די צאל מיזעלס אין ראקלענד קאונטי האלט ביי 280.

http://rocklandgov.com/departments/heal ... formation/
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

דער פרעזידענט איז ערווארטעד צו איטערשרייבן אן עקזעקוטיוו ארדער צו פארבעסערן די פלו וואקסין, און פארמערן די באנוץ דערפון.

https://news.yahoo.com/exclusive-trump- ... 31218.html
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

צוליב פארמערטע מיזעלס קעיסעס וועט דייטשלאנד מאכן די מיזעלס וואקסין "מענדעטארי", און קינדער וואס זענען נישט וואקסינירט קענען נישט גיין אין קינדערגארטן, און עלטער קינדער קענען די עלטערן אויסשטיין א פיין פון 2500 יורא

https://www.apnews.com/f0096e94178444898470819658aca8da
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

דממה דקה האט געשריבן:עס געווען די וואך די ערשטע מיזעלס פאל אין אהייאו.


און די ערשטע אין אלאסקע

https://www.anchoragepress.com/bulletin ... 0b91c.html
אוועטאר
covfefe
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 2:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך covfefe »

.
אוועטאר
covfefe
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 2:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך covfefe »

יישר כח פאר די כסדרדיגע באריכטן
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

קאנגרעס פארלאנגט די דיפענס דיפארטמענט אינספעקטאר דשענעראל צו אינוועסטיגעיטן אויב ליים דיזיעז איז באשאפן געווארן דורך די מיליטער אלץ א בייאלאגישער וואפן, און די אינפעקטירטע טיקס האבן בטעות ארויסגעוואנדערט פון "פלאם איילענד" ווי מען האט אנגעבליך געמאכט די ביאלאגישע טעסט, און אזוי פארשפרייט ליים דיזיעז צו דאס מענטשהייט.

https://www.cnn.com/2019/07/17/politics ... index.html
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

דממה דקה האט געשריבן:עס געווען די וואך די ערשטע מיזעלס פאל אין אהייאו.

די טעסטס זענען צוריקגעקומען נעגעטיוו, עס איז נישט געווען קיין מיזעלס.

https://www.fox19.com/2019/07/19/test-r ... -negative/
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

מיזעלס אין די פאראייניגטע שטאטן האלט ביי 1148.

צוויי סטעיטס זענען צוגעקומען צו די ליסט אהייאו און אלאסקע

https://www.cdc.gov/measles/cases-outbreaks.html
man
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 15, 2018 2:02 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך man »

אהייאו איז יא מיזעלס אדער נישט?

(נ.ב. א גרויסען שכויעח פארן ברענגען כסדר די נייעס מיט אזא שיינע שפראך).
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

man האט געשריבן:אהייאו איז יא מיזעלס אדער נישט?
.

די נייעס דארט איז זייער נישט קלאר, עס זעהט מיר אויס אז עס איז געווען צוויי קעיסעס, איינס אין סינסינעטי, און איינס אין סטארק קאונטי, און די אין סינסינעטי איז נעגעטיוו.
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

די צאל מיזעלס אין נוא יארק סיטי האלט ביי 637, ארויף מיט 14 פון א וואך פריער, מיט 10 נייע קעיסעס אין בארא פארק, און 4 נייע קעיסעס אין וויליאמסבורג.

פאר די גאנצע חודש JULY האלט די צאל מיזעלס קעיסעס ביי 4, דאס הייסט עס זענען צוגעקומען די וואך 3 קעיסעס, (די איבעריגע 11 קעיסעס זענען אלטע קעיסעס)

https://www1.nyc.gov/site/doh/health/he ... asles.page

---
די צאל מיזעלס אין ראקלענד קאונטי האלט ביי 282

http://rocklandgov.com/departments/heal ... formation/
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

דאקטוירים זענען באזארגט איבער די שפעטיגונג פון די פלו וואקסין אויפן קומענדיגע יאר, דאס שפעטיגונג קען ברענגן אז עס זאל זיין צו א קורצע צייט פון ווען מען הייבט אן געבן די וואקסין ביז צו אנפאנג פונעם פלו סעזאן.

די שפעטיגונג איז צוליב די אמעריקאנער און די וועלטליכע געזונט ארגעניזאציעס ארבעטן נאך אויף קלארע אנווייזונגען אויף די פלו וואקסין פארן קומענדיגע יאר, די סיבה איז וויבאלד די פלו וואקסין איז נישט עפעקטיוו אויף יעדע מין פלו, נאר אויף די סטרעין וואס עס איז געמאכט געווארן, וואס ווערט פאראויס געשאצט לויט אזיע און אוסטראליע, דאס יאר איז סוף ווינטער אנגעקומען א שטארקע סטרעין H3N2 און די וואקסין איז נאר געווען 9% פראצענט עפעקטיוו קעגן די סטרעין. ווי געברענגט אין די פריערדיגע תגובות viewtopic.php?p=1950865#p1950865

https://www.news10.com/news/doctors-war ... lu-season/

https://www.telegraph.co.uk/news/2019/0 ... ie-strain/
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

צאל מאמפס קעיסעס דאס יאר האלט ביי 1799.

https://www.cdc.gov/mumps/outbreaks.html
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

ראקלענד קאונטי וועט "נישט" באנייען די סטעיט אוו עמערדשענסי, די סטעיט אוו עמערדשענסי איז געווארן איינגעמאלדן אין מארטש, און איז באנייט געווארן 3 מאל, און וועט עקספייערען היינט נאכט 12:00.

די קאונטי עקזעקעטיוו עד דעי וועט מארגען אדרעסירן די מידיע צו ערקלערן זיין יעצטיגע באשלוס.

https://www.lohud.com/story/news/local/ ... 812940001/
לעצט פארראכטן דורך דממה דקה אום מיטוואך יולי 24, 2019 5:28 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
HelpMe
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך HelpMe »

דממה דקה האט געשריבן:צאל מאמפס קעיסעס דאס יאר האלט ביי 1799.

https://www.cdc.gov/mumps/outbreaks.html

אסאך אדער ווייניג כלפי דעם עבר?
התגרות באומות איז יהרג ואל יעבור!
אפילו די ביזט גערעכט!
כי אתה השם באש הצתה ובאש אתה עתיד לבנותה!
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”