״פראקטיש און געזינט״ א גרינגע מהלך אויף א געזינטע לעבן!

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

״פראקטיש און געזינט״ א גרינגע מהלך אויף א געזינטע לעבן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

דיסקלעימער: סיי וואספארא פריוואטע געזינטהייט ראט זאלט איר דורכרעדן מיט אייער לאקאלע געזינטהייט פראפעשענעל

זייער אסאך מאל טרעף איך מענטשן וואס זאגן אז, צו לעבן אויף א געזינטע לעבענס שטייגער איז שווער , אזוי וואו יארן צוריק פלעג איך אויסהערן הרב הערשל מייזעלס אין אדאנק אים האב איך אזאך געטוישט מיין לעבענס שטייגער ( איך פאלג נישט אלעס צוליב פריוואטע סיבות ) האביך מחליט געווען צו צאמשטעלן א קליינע און גרינגע ליסטע פון זאכן וואס מענטשן וואס ווילן לעבן ״ געזינט אבער נישט קאמפלעצירט״ מצד אחד הנאה האבן פונעם לעבן ומצד שני לעבן ווי א responsible מענטש מיט אן אחריות אויפן לעבן, ובזה הוחלו - יעדער קען מיטיילן זיין לעבענס שטייגער

איך בין געווען א פלעינע מענשט וואס פלעגט עסן מכל מה שבא לידי , איך בין נישט איבערוואגיג, און איך האב אין מיין לעבן נישט געליינט קיין Nutrition Facts Label
בקיצור א נארמאלע מענטש ... ביז איין טאג האביך שפאצירט אין גאס מיט א ידיד און יענער זעהט וואו איך בין זייער קאלט און נאך א קורצע שמועס פרעגט מיך יענער וואס איך עס במשך׳ן טאג.. פון דארט האט נישט גענומען לאנג ביז איך האב מיך געזעצט הערן הרב מייזעלס

צום פוינט
גלייך ביים אנהייבן לעבן א געזינטע לעבן האב איך מיטן כלל אז תפסת מרובה לא תפסת וממיילא האביך מחליט געווען זיך צו האלטן צו די יסודות און נישט ווערן פארשלעפט פון די קלענערע חלקים

קודם , וואס נישט ?
איך האב אויפגעהערט עסן בלויז 2 ingredients
1) High fructose corn syrup
2) Trans Fat

טרענס פעט ווערט היינט צוטאגס ווייניגער געניצט דורך פירמעס צוליב די פאקט אז אלע זענען היינט מודה אין די שעדליכקייט דערפון

HFCS (ווערט יא ברייט באניצט אין אסאך פרודאקטן אבער ב״ה עס איז דא אלטערנעטיווע פירמעס וואס ניצן נישט
HFCS און עס איז דא היינט צו קויפן אלע מינע מאכלים אם די שעדליכע ingredient

ב״ה אז די אייבישטער האט אונז געגעבן א יו״ט פסח וואס דענמאלטס קען מען קויפן אן קוקען אויף די לעבל צו עס האט HFCS , ווייל די קארן איז קטניות וממיילא ווערט עז נישט געניצט

מיין מנהג איז טאקע צו גיין נאך פסח און איינקויפן פארשידענע פראדוקטן גלייך נאך פסח פאר חצי בחינם און מען ניצט עס אגאנץ יאר ( קעטשופ, פארשידענע קענס פראדוקטן, סודה ועוד )

וואס מיז מען עסן ?

די עסן ברויך זיין באלאנסירט
א קליין פראצענט Carbs מיט אסאך Protein
לדוגמה א סענדוויטש פון געשעפט וואס האט א ריזיגע בייגל מיט אביסעל קארגע טונה ( פארשטייט זיך אז טונה קאסט מער וואו די אויפגעבלאזענע טייג...) איז נישט קיין פרישטאג
א קליגע מהלך איז עסן 3 אייער מיט איין ברויט א געשפירט מיט פיטער און אז מאיז נאך הינגעריג עסט מען נאך א סלייס ברויט

די נקודה איז פשוט , עס דיך קודם אן מיט Protein און אז די ביזט הינגעריג עס צו די carbs
די קארבס זאל נישט זיין אויפן חשבון פונעם protein

איך האב נישט קיין פראבלעם צו עסן קארבס ( איך בין נישט איבערוואגיג) מיין פראבלעם איז נאר ווען נאכן עסן קארבס בין איך פיל און כהאב נישט פלאץ אין מאגן פאר protein

Saturated Fat
ע״פ שיטת הרב מייזעלס ברויך מען עסן פון די געזינטע נאטירליכע פעטענס
דא האט איר א ליסטע פון עסן וואס פארמאגט א שיינע דאזע saturated fats
פעטענס פון בשר עוף ובהמה , גריבין, פיטער, קעז
Sour cream , American cheese
פארשידענע סארט מילכיגע פראדוקטן וואו רויטע מילך, יוגורט - נישט די Low fat

ווייטעמינען
ווייטעמינען איז א שווערע נושא אין איך בין נישט קיין ריזן מומחה אין איך נעם נישט אלעס וואס ער איז מציע צו נעמען ( א שטייגער וואו מולטי ווייטעמין און אמעגא 3 פיש אויל)
דאז איז אבער הכול מודים אז חסידישער אידן דארפן נעמען D3 און כדאי די D3 זאל ארבעטן גוט ברויך מען עס נעמען מיט Calcium + Magnesium

וויפיל mg ברויך מען ברויך נעמען - זאל יעדער דורכרעדן מיט זיין געזינטהייט מומחה לויט יעדעמס בלוט טעסט
למעשה איז דא מענטשן וואס עסן אזאך פראדוקטן מיט Calcium און די מענטשן מיזן הישט עקסטער נעמען א טאבלאט פון Calcium

Vitamin K האט אויך אסאך מעלות און דעריבער נעם איך עס - רעדט מיט א מומחה צו איר מעגט עס נעמען איידער איר הייבט אן

איבונגען- Physical Exercise
יעדער מענטש אין סיי וואספארא עלטער מיז מאכן פיזישע עקערסייז , יעדער זאל זיך וועלן א פראקטישער מהלך לויט וואו ער זעהט זיך טוהן עפעס למעשה
אטעטשמענטס
Practical & Healthy.JPG
Practical & Healthy.JPG (8.5 KiB) געזען 1150 מאל
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: ״פראקטיש און געזינט״ א גרינגע מהלך אויף א געזינטע לעבן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

זייער א גוטע און וויכטיגע נושא, פארברייטער דעם שמועס און אלע פרטים ביטע.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: ״פראקטיש און געזינט״ א גרינגע מהלך אויף א געזינטע לעבן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

וואס עפעס? האט געשריבן:איבונגען- Physical Exercise
יעדער מענטש אין סיי וואספארא עלטער מיז מאכן פיזישע עקערסייז, יעדער זאל זיך וועלן א פראקטישער מהלך לויט וואו ער זעהט זיך טוהן עפעס למעשה

האסט א גרינגע מהלך אויף דעם? דאס איז פון די עבודות הקשות שבמקדש, צו טרעפן צייט, געדולד, פלאץ, און אפאר מאל געלט, צו מאכן איבונגען.
הרב מייזעלס (און אלע דאקטורים) האלטן אז דאס איז ממש קריטיש וויכטיג בפרט פאר עלטערע מענטשן. ספעציעל היינט ווען מען קוועטשט רוב טאג דעם בענקל אין אפיס און דער עולם פארט מיט קארס.

אין די המספיק גאזעטט איז געווען עטליכע מאל באשריבן קלייניקייטן וואס מען קען טון וואס יעדע ביסל העלפט! אפילו למשל רוקן די פוס בשעת'ן זיצן.
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: ״פראקטיש און געזינט״ א גרינגע מהלך אויף א געזינטע לעבן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

ס'איז דא א אשכול פאר עקסעסייז יבואו המלקטים וילקטו
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: ״פראקטיש און געזינט״ א גרינגע מהלך אויף א געזינטע לעבן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: ״פראקטיש און געזינט״ א גרינגע מהלך אויף א געזינטע לעבן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

עז איז אויך דא א באזינדערע אשכול איבער די Low Carb Diet

viewtopic.php?f=71&t=11180&p=343018&hilit=חיזוק#p343018
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”