יאפאנעזע רפואות אן אייביגקייט

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
שופלאד
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 5:00 pm
לאקאציע: אראפ פון אמט

יאפאנעזע רפואות אן אייביגקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שופלאד »

מיטן הילף פונעם בורא, וועל איך ארויסהייבן א באגריף איבער די נאז קריכנדע טעמע פון קאראנא.

צוליב וואס איך האב ווייניג - אויב בכלל געזען רעדן דערוועגן, קלער איך אז דאס פאדערט אן אשכול פאר זיך:

דאס איז די יאפאנעזער רפואות, פאר אונזער באליבטן קאוויד'ל.
צו ווערט דאס גענוצט?
אויב יא: וואו?
זענען די צוריקגעשטאנענע לענדער אנדערש דערין?
און וואס איז אייער נאטורליכע מיינונג?

ווארטס פארן נעקסטן אפדעיט
’נישט פאר שוואכע הערצער’
אוועטאר
שופלאד
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 5:00 pm
לאקאציע: אראפ פון אמט

Re: יאפאנעזע רפואות אן אייביגקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שופלאד »

כבין פארזעקלט געווארן אינעם "יעזורו/חזק" אפטיילונג
גם זו לטובה
’נישט פאר שוואכע הערצער’
אוועטאר
שופלאד
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 5:00 pm
לאקאציע: אראפ פון אמט

Re: יאפאנעזע רפואות אן אייביגקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שופלאד »

דרייען זיך ארום מעשה'לעך אין די גאנצע וועלט איבער די יאפאנעזער באבסקע רפואות, לאמיר א בליק טוהן וואס זיי האבן אונז צו פארקויפן:

דיסקלעימער: דער שרייבער פון די שורות געבט נישט ארויס קיין שום שטעלונגען אין עניני רפואות, סאושל דיסטענסינג, בתי מדרשים, חדרים, מקוואות, מאסקעס, לאק דאון, שפיטעלער, און ניין. אויך נישט בענין וואקסינען, דאס איז בלויז אן "איבערבליק" אויף די - לכאורה - סאמע גרעסטע, טייערסטע, רעטונגס אפאראט זייט די וועלט שטייט.

קודם כל אלס נאנטער שכן מיט כינע איז יאפאן גאנץ באקאנט מיט זייער לעבנס שטייגער, מ'שטיינס געזאגט "פארלאז דיך אויף זיי..." זיי ווייסן גוט ווי צו באהאנדלען דעם קריזיס.

___________

קאפיטל 1

די וועלט איז געשפאנט, יעדן טאג נייע ציפערן, רפואות, ספיקות, שטודיעס, באשטעטיגונגען, אפווארפונגען,

קוים איז איינער אין שטאט געווארן אנגעשטעקט מיט א פאארקילעכטס ל"ע,
און די שטאט איז אויף רעדער, ביז ווילאנג עס ווערט באשטעטיגט אויף זיכער אז ער האט אונז נישט באשאנקען מיט קיין פארשפרייטונג פון אלדאס בייזן.

נאכער קומט אפיר א דאקטאר מיטן פראוויזארישן לעזונג פון צודעקן דאס אטעם ביז ווילאנג זאכן קלארן זיך אויס,
שוין אהער דערמיט! ווער וויל דען נעמען אויף זיין פיקל דאס לעבן פון גאנצעטע פעלקער?

פארשטייט זיך אז א חולה ווערט רח"ל אומקאנטראלירבאר, העלפט אים א רעספערעיטאר,
נו רבותי דער קאמפיין איז אין שוואונג, ספליען ארום ליפערונגען פון רעספערעיטארס מסוף העולם ועד סופו אין בלויז שעות פון ווען עס ווערט באשטעלט.

אפשר זאל מען אביסל צוריקציען די מאסן פון זיך אנשטעקן דערמיט?
הן! לו יהא כדבריך. 25% קאפעסיטי, מיט א מאקסימום פון כך וכך מענטשן. פארוויילונג? יא, אבער נישט אויפן חשבון פון א צווייטנס לעבן.

ביינאכט איז נישט וויכטיג?
לעטס גאו, קערפיו.

און ביזזננעעססס?????
עהם, ס'שווער, א ביטערער קלאפ פארן עקאנאמיע, אבער דאס לעבן איז אין געפאר! פשרה. עסענשאל יא נאן-אסענשאל נישט.

עעעההה, סקומען אפיר באריכטן איבער שוידערליכע ארימקייט סטאנדארטן,
געגאנגען. פלגא עלי ופלגא עלך, די פעדעראל מיט די סטעיט וועלן זיך צוטיילן מיט אן אומדערטרעגליך פעקל פון טריליאנען אפצוראטעווען זייערע איינוואוינער.

אאאהה, מענטשן פאלגן עפעס נישט אויס די נייע געפירעכצער.
פאליציי! ארויס אויף די גאסן צו פארסירן די מופקרים וועלע שטעלן איין דעם לאנד אין א סכנה, פארשטייט זיך מיט רחמנות, נישט קיינע ארעסטן וכדו'.


איר קענט אליין וועבן אלע פאקטן ווייטער. אבער באמערקט מיט וואספארא שטוינענדע שנעלקייט זאכן האבן פאסירט, העראאיש איז נישט דאס ווארט!

דערנאך כאפט א בליק ווי פאליסיס זענען קוים אויפגעברענגט געווארן, איידער מ'האט נאך געוואוסט סיי וועלכע אינפארמאציע, און בליץ שנעל אריבער אלע אקעאנען, ביז - ווי מען שטייט יעצט - איז מען געבליבן מיט נייע לאנג טערמיניגע סטאנדארטן, פארוואס? אלץ צוליבן געזונט און לעבן. אל"ל לייוו"ס מעטטע"ר!


[align=center]***המשך יבא***[/align]
לעצט פארראכטן דורך שופלאד אום דינסטאג יאנואר 12, 2021 5:15 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
’נישט פאר שוואכע הערצער’
אוועטאר
שופלאד
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 5:00 pm
לאקאציע: אראפ פון אמט

Re: יאפאנעזע רפואות אן אייביגקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שופלאד »

קאפיטל 2

קוק אהער. אונז האמיר טאקע א שווערע דזשאב היינט, בעסער געזאגט דעם סעזאן אבער, דא אויפן בארג איז נישטא צופיל אויסוואלן, מ'האמיר צו א קלארן בליק אויפן האריזאנט אויף צו טראכטן עפעס אויסערארדנטליך...הערשט שפעטער נאכן ליידיגן וועג, אה דענצמאלט איז צרות! די חברה זענען ביטערע עקשנים. אוי ווי כ'ציטער פון זיי.
דארטן אין די הויכע פענסטער זענען זיי פיין צופרידן, זיי האבן א קלארן ידם על העליונה, און "היסטאריע וועט זיי נאך אפלאדירן". אבער די פאר פאנדלס אויפן שאך באורד, ווער קוקט בכלל אויף זייער זייט? וויפיל פון זיי ס'וועלן נאך גערעכנט ווערן אויפן מאפע די וועלן באקומען א קלאפ אין פלייצע - און נישט קיין ברעקל ריכטיגע קרעדיט, דאס ווערט צוטיילט בלויז צווישן די גענעראלן.

סאו כ'מיין אז די בעסטע אפציע איז אויב האבעך נאר סיי וועלכע מעגליכקייט דאצובלייבן... א..איין סעקאנד, וואס?
דאס איז נישט קיין וואולקאן בארג. אבער פון וואו שיסן זיי, די יאפאנעזער?

וואו איז מיין מאשין געווער?גיב עס אהער - אבער שנעל! כ'מוז...אבער וואו?? ... ? ??


[align=center]* * *[/align]

-זאל מען אהין שיקן דעם צווייטן פאראשוט?

-זיי נישט משוגע, די ערשטע האט געמאכט אומגעראכטענע חורבנות, דער פיילאט עטעס נישט האבן קיין גאוטס צו דורכפירן, קוק נאר דעם ערשטן פילאטס עמאציאנאלע געזונט צושטאנד.

-קוק אהער, נישטא קיין ברירה. דו זעהסט נישט ווי זיי סורפרייזן אונז כמעט טעגליך? מ'האמיר געוואוסט אז זיי זענען עקשנים, חכמים, און נאך אסאך שוועריקייטן. אבער אזעלכע "סופרייזעס"? מ'מוז זיי אוטערברענגען, אבער שנעל, און מאסיוו!

דער פיילאט, די פלעק אויפן לאנד, די וועלט וועט שטורמען קעגן די רציחה, אבער נישטא קיין ברירה. דעם עלעמנט פון "שאק" קענען זיי בעסער, די דזשעפעניס, ס'האט אונז שוין געקאסט צופיל, און פארגעס נישט פון "פוירל הארבאר". ס'קומט זיך זיי נאך א לעקציע. די פאשיסטישע אקס זאל נאר האבן נאך צוויי אזעלכע שותפים, און היטלער איז מושל בכיפה, יא. אויך איבערן אקעאן ווייט אוועק פון זיין א.ג. אייראפע פעסטונג...


[align=center]* * *[/align]

און אזוי איז באשאפן געווארן די - דערווייל - איינציגסטע, אבער דאפלטע ריזיגע אטאמישע אטאקע, מאסיוו איז נישט דאס ווארט!

ווייל צום "שאק" עלעמענט איז קיין צווייטער ענטפער נישט פארהאנען ווי "שאק" - סינאנים מיט "מאסיוו". יעדע זייט אין מלחמה וואונטשט זיך צו שאקירן דעם שונא מיט א פלוצלונגדיגע מאסיווע אפאראציע, די ווערד פון א מאסיווע אפאראציע ווערט באמת געשאצט לויט וויפיל שאק און אומגעראכטנקייט עס ליגט דערין, און צו אזעלכע שאק מומחים ווי די יאפאנעזער, איז נישט געווען קיין רפואה נאר א דאפלטע אטאם באמבע.

[align=center]***המשך יבא***[/align]
לעצט פארראכטן דורך שופלאד אום דינסטאג יאנואר 12, 2021 5:17 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
’נישט פאר שוואכע הערצער’
אוועטאר
שופלאד
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 5:00 pm
לאקאציע: אראפ פון אמט

Re: יאפאנעזע רפואות אן אייביגקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שופלאד »

עפילאג וועט נאכפאלגן
’נישט פאר שוואכע הערצער’
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: יאפאנעזע רפואות אן אייביגקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

פארט פיין
זיי ממשיך
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
שופלאד
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 5:00 pm
לאקאציע: אראפ פון אמט

Re: יאפאנעזע רפואות אן אייביגקייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שופלאד »

האפנטליך האט שוין דער עולם דא געכאפט אז דער באהאנדלונג צום קאראנא שטאמט פון די יאפאנעזער מנהגים.

לדוגמא: מאסקעס.
איז דאס טאקע די ערשטע וויירוס אויפן כדור העולם וואס פארשפרייט זיך דורך'ן אטעם?
איז דאס טאקע שנעלער ווי אנדערע וויירוסן? למשל "מיזעלס" קען מען כאפן בלויז דורך זיך געפונען אין א צימער וואס יענער איז שוין נישט דארט פאר צוויי שעה! וואו זענען די מאסקעס?

קערפיו.
האט סיי וועלכער דאקטאר באשטעטיגט די ווירקזאמקייט דערפון? ביז אהער האט מען נאר געהערט ווי סייענטיסטן לאכן פון דעם.

און אזוי ווייטער, אטו כי רוכלא נחשוב וניזיל...
אבער איך פערזענליך פארשטיי זיי - ווי אויבן דערמאנט, ווייל: צום "שאק" עלעמענט איז קיין צווייטער ענטפער נישט פארהאנען ווי "שאק" - סינאנים מיט "מאסיוו". די וועלט איז געשאקט, מען ווייסט נאך גארנישט, לאמיר שיסן פון אלע זייטן! דאס איז נישט קיין מחלה און נישט קיין רפואה, דאס איז א שאק!

דערפאר זעהט מען א מערקווירדיגע ערשיינונג, טעגליך קומען ארויס שטודיעס און רפואות פון אלע סארטן. און נאר די לחומרא'דיגע ווערן באשטעטיגט אין געזעץ.
א דירעקטע סימפטאם פון שאק און צומישעניש...

_____________

עפילאג

די פראגע שטעלט זיך נאר. צו זענען זיי טאקע נאך אלץ געשאקט?
שוין אדורך א יאר פון מאסיווע פארש ארבעט, ס'זענען פארהאנען וועגן צו באקעמפן עפידעמיעס, און נישט פון היינט, צו מוזן טאקע די יאפאנעזער שאק מיטלען דינען אלץ אן אייביגקייט?
שאק איז א מיטל קעגן דעם שונא. דער שאק פאר זיך האט זיך שוין לאנג געענדיגט, די שאק מיטלען האלטן אן בכל התוקף, אלזא. וואס? וויאזוי זאל איך דאס ערקלערן?

איך האב באמת נישט קיין הסבר דערויף, אפשר קען איינער אויפקומען מיט א ריכטיגן ענטפער?
ביזדערווייל בלייבט דער ארטיקל סטאק.
’נישט פאר שוואכע הערצער’
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”