לעיזער אפערעישאן אויף די אויגן (LASIK)

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
בלעקבארד
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 21, 2013 5:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעקבארד »

לאמפ האט געשריבן:איידער מען שרעקט אן דעם ציבור איז כדאי צו וויסן אז די סטאטיסטיקס צייגן אז דער ריסק פאר אינפעקציע אדער אנדערע אויגן קרענק איז פינעוו (!) מאל מער ביי די וואס טראגן לענסעס איבער די וואס גייען דורך דעם לעיסיק פראצעדור. ביי לענסעס איז א ראטע פון 1 פער 2000 און ביי לעיסיק איז עס אויף א ראטע פון 1 פער 10,000!

די חילוק איז אז ביי לענסעס ווען מ'באקומט א אינפעקשן איז די עצה עס פשוט אויסצוטון פאר א פאר טאג... זייער זעלטן צו האבן אזא irreversible מחלה אדאנק לענסעס. דא רעדט מען פון א אירעווערסיבל זאך, טאמער ארבייט זיך עס נישט אויס איז נישטא קיין ועג צוריק.

ליין די לינק. די ריסק אז ס'ארבייט זיך נישט אויס אזוי גוט (איך רעד נישט פון די סכנה חלק, נאר פשוט אז ס'לאזט איבער שלעטכע רושם) איז יא באדייטנד.

איך קלער נאך עס צו מאכן אפשר. ס'איז מעגליך א ריסק וואס לוינט זיך צו נעמען אבער צו אראפשפילן די ריסק איז א עוולה אין מיי טומבל סאוס אפיניאן
אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמפ »

די סטאטיסטיקס וואס איך האב נאכגעברענגט איז פון מענטשן וואס האבן פארלוירן דער חוש הראי' נאכן דעוועלאפען אן אינפעקציע פון לענסעס אדער לעיסיק.

דער לינק וואס איר ברענגט נאך פון די FDA האט טאקע א ליסטע פון ריזיקעס אבער גיבט נישט אן קיין סטאטיסטיקס וואס זאל צייגן דער טשענס אדער ראטע. אין פאקט זענען מיליאנען מענטשן אריבער דעם פראצעדור און ממש געציילטע האבן פארלוירן דעם זעה קראפט דירעקט פון דעם אפעראציע, דעריבער איז טאקע גאר וויכטיג צו גיין צו א גוטע דאקטאר און נישט איינשטעלן די אויגן דורכ'ן שפארן אפאר דאלער.
חאצאצקע רבי
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 21, 2015 9:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצאצקע רבי »

נא_שכל האט געשריבן:, וואס לגבי הלכה און סכנה רעכענט מען זיך אפילו מיט אזא קליינע פראצענט.

מי היגיד לך?
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

מיסטעריעז, דיין תגובה איז מיר נישט פולשטענדיג מוסבר, ביטע ברייט אויס אביסל.
הק' איש ימיני
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

איך שפיר אז ס'איז א שאד מסביר זיין די טובה דערפון, פאר איינער וואס פארשטייט נישט אז ער גייט מיט א באנדאזש אויפן אויגן וואס קוועטשט אויפן נאז און די אויערן.
אבער! טעמו וראו כי טוב, אסאך לחץ, קלארקייט, שינוי לטובה ווערט געטון דורך דעם, וואס טאמער איינער האט נישט ליב קיין טויש, בעסער געזאגט, ער ווייסט נישט וואס קען אלץ זיין בעסער, זאל זיך איינרעדן אלע אויסריידן, אבי עס נישט צו מאכן, און איך פארדין נישט און דערלייג נישט דערפון צו נאך מענטשן מאכן עס צו נישט.
גראדע נעכטן האב איך געדארפט עקטן אויף א זאך וואס מ'האט געדארפט משלים זיין, פון ווען כ'האב נאך געטראגן גלעזער, און כ'האב מיך איבערצייגט, אז אפילו גלעזער מיט זערא נומער, איז אויך נישט די וועליו שארפקייט ווי ממש אן דעם.
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

אין מיין משפחה זענען דא עטליכע וואס האבן געמאכט די לעיזער אפערעישאן, און דאס האט זיי גארנישט געשאדט (חוץ אפאר דאלער צום בערזל)
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס א חילוק »

מעדיקעיד באצאלט דאס (נאכ)נישט?
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..
אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמפ »

ניין. עס איז קאנסידערט ווי א קאסמעטיק אפעראציע.
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

כ'בין היינט געווען ביים דאקטאר נאך דריי וואכן, זייט די פראצעדור.
ער איז מיר מחדש א פרישע חידוש. דאס אז מ'מאכט קליא די אויגן דורכן לייענען אין די טונקל, איז אויסגעזויגן פונעם פינגער!!!
פארקערט, זאגט ער, אז די אויגן וואס קענען לייענען אין די טונקל, זענען אויגן מיט אסאך עקסערסייז.
מיין וויזשען רעזולט איז געווען פאר די פראצעדור, בערך נומער זעקס מיינעס, אינעם קאטעגאריע פון 20\20 וויזשען, איז עס געווען 20\30 און יעצט איז עס 20\25, און ביז די ניינציגסטע טאג פונעם היילונג, וועט עס זיין 20\20, לויט דעם פראפעסארס זאג. בעזרת השם.
ער ערקלערט, אז דאס היילונג נעמט צייט, און לייענען איז א שווערערע היילונג, דערפאר איז דאס לענגער צו אויפכאפן פארן אויג, און בכלל איז דא דערין אסאך סארטן אפעראציעס, וואס קיין איין פאציענט איז נישט גלייך גענוי, און אז איינער האט אנדערע אויסקומפטן, איז עס געווענליך ווייל זיין פראצעדור איז געווען א צווייטע סארט אפעראציע.
אין מדרש בלא חידוש.. חח
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

איך זע יעצט עפעס א נייע זאך, ''קוואנטום וויזשען סיסטעם''. האט איינער געהערט [און פארשטאנען די זאך] ??
א פיינע מענטש
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 3:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיינע מענטש »

האט איינער אינפארמעשאן אויף דר. KEN MOADEL אויף לעיזער זיין אדרעסס איז 110 E 40 אין מאנהעטן ?
אמסטערדאם
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 11:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמסטערדאם »

איך האב זייער א הויכע נומבער (איבער 900) איך בין געווען פרייטאג אין קאנטרי און מיין גלעזער האט זיך צובראכען און פארשטייט זיך אז איך קען גארנישט טוהן ביז היינט אינדערפרי!

ווען איך וועל דארפן באצאלן טבין ןתקילין איך טראכט ערענסט פון מאכען די לעזער אפעראציע!

ווער איז גוט און ביליג?
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

איך בין נישט זיכער אז ביי א הויכע נאומבער קען מען מאכען
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

סידיראם האט געשריבן:אין מיין משפחה זענען דא עטליכע וואס האבן געמאכט די לעיזער אפערעישאן, און דאס האט זיי גארנישט געשאדט (חוץ אפאר דאלער צום בערזל)


ועכשיו נודעתי... געהערט יעצט פון א חבר וואס האט געמאכט לעיזער און זינט דעמאלס קען ער בשום אופן נישט דרייווען ביינאכט, ער זעהט בלורי.

מען האט שוין בעצם דאס אויסגעשמועסט אויבן, אבער איך לייג דא צו אן עקספעריענס פון א חבר
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

סידיראם האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:אין מיין משפחה זענען דא עטליכע וואס האבן געמאכט די לעיזער אפערעישאן, און דאס האט זיי גארנישט געשאדט (חוץ אפאר דאלער צום בערזל)


ועכשיו נודעתי... געהערט יעצט פון א חבר וואס האט געמאכט לעיזער און זינט דעמאלס קען ער בשום אופן נישט דרייווען ביינאכט, ער זעהט בלורי.

מען האט שוין בעצם דאס אויסגעשמועסט אויבן, אבער איך לייג דא צו אן עקספעריענס פון א חבר

אז מ'שרייבט עקספיריענס, איז גוט צו שרייבן ווער איז געווען דער דאקטאר וכדומה, הן לטוב והן להיפוך, און אז איין דאקטאר האט גוטע ראטע און א צווייטער נישט, האסטו דעם ענטפער
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 746
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

די לעסיק אפערציע העלפט אויך אז מ'זאל קענען זעהן געהעריג מיט א lazy eye ?
אמסטערדאם
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 11:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמסטערדאם »

איך האב געמאכט לעזער ביי דר. פעראן פאריאר זומער איך קען אייך איין זאך זאגן רבותי איך האב קיין מינוט חרטה געהאט דערויף, איך האב צוויי שעה נאכדעם געזעהן בעסער ווי מיט דער גלעזער (וואס איז אייביג געווען שמוציג)

א כפרה פאר די געלט וואס איז ווערט געווען יעדע פעני, אפי' ווען עס איז דאפעלט די פרייז

איך האב מיר געמאכט די חשבון אז ווען איך קויף גלעזער יעדעס יאר צאל איך אין א פאר יאר די פרייז פון לעיסיק


רבותי פאלגסט מיר, עטץ וועסט נישט קיין חרטה האבן
(מען קען מיר אישי'ן פאר הילף)
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

מער דיטעלס פליז
מעלות?
חסרונות ?
וויפל געלט?
עני סייד עפעקטס?
ישר כח
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

איך בין געגאנגען פאר א איוואליואציע.
דער דאקטאר זאגט מיר אז זיי פיקסען וואס די בריל העלפט ארויס.
איצטערט איז אזוי. ווען איך האב אים געזאגט אז איך טוה אויס די ברילען אויף צו ליינען פון דער נאנט, האט ער מיר געזאגט אז דאס גייט מיר די סורדזשערי נישט העלפן און איך וועל דארפען ליינען ברילען ווען איך וועל עלטער ווערן.
אויב ברויך איך סיי וואספארא ברילען, דאן בלייב איך מיט מיינע איצטיגע ברילען און פארטיג
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
finkl
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 04, 2016 3:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך finkl »

אמסטערדאם האט געשריבן:איך האב געמאכט לעזער ביי דר. פעראן פאריאר זומער איך קען אייך איין זאך זאגן רבותי איך האב קיין מינוט חרטה געהאט דערויף, איך האב צוויי שעה נאכדעם געזעהן בעסער ווי מיט דער גלעזער (וואס איז אייביג געווען שמוציג)

א כפרה פאר די געלט וואס איז ווערט געווען יעדע פעני, אפי' ווען עס איז דאפעלט די פרייז

איך האב מיר געמאכט די חשבון אז ווען איך קויף גלעזער יעדעס יאר צאל איך אין א פאר יאר די פרייז פון לעיסיק


רבותי פאלגסט מיר, עטץ וועסט נישט קיין חרטה האבן
(מען קען מיר אישי'ן פאר הילף)

פאר די וואס קלערן פון גיין צי דר. פעראן וואס איז די ביליגעסט דר, וואס בעהט נאר $1000 אן אויג
איז כדי צו נעמען אין באטראכט אז עס איז לעצטענס געווען פריש באריכטעט אין די נייעס עקעגען דר. פעראן וואס האט געמאכט די לעסיק פאר א היימישע יונגערמאן פון וויליאמסבורג (לויט ווי עס שטעלט זיך ארויס זענען זיינע אויגען נישט געווען א קאנדידאט) . און דר. פעראן האט אים ל"ע געשעדיגט די אויגען .
להבא
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להבא »

איך קלער פון מאכן די לעסיק, איך האב געוואלט וויסען צי עס איז דא לעצטנעס פרישע קעינגענערס אז עס איז א סכנה ? איז דא איינער פון די ליינערס וואס האבן חרטה געהאט פון מאכן לעסיק ?
שנלר
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 11:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנלר »

להבא האט געשריבן:איך קלער פון מאכן די לעסיק, איך האב געוואלט וויסען צי עס איז דא לעצטנעס פרישע קעינגענערס אז עס איז א סכנה ? איז דא איינער פון די ליינערס וואס האבן חרטה געהאט פון מאכן לעסיק ?


איך האב עטליכע חברים וואס האבן עס געמאכט, און קיינער פון זיי האט נישט חרטה.
ער איז דא א קליינע שאנס אז עס וועט נישט געלונגען, און דו וועסט טאקע הערן בלויז דיע מעשיות.

עס איז טאקע דא דער אויבנדערמאנטע מעשה מיט דער אינגערמאן, אבער יעדער וואך האט דר' פעראן לכה''פ 10 אידן וואס מאכן דער אפאראציע. און דאך הערסטו בלויז איינמאל אין עטליכע יאר אז ס'איז נישט געלונגען ביי איינעם. פארשטייט זיך אז מען ברויך אליין איבערקלערן פאר זיך, און מען קען גיין צו עטליכע דאקטוירים צו זעהן אויב אלע זענען מסכים אז מען איז א קאנדידאט. זיי בעטן נישט קיין געלט פאר טשעקן.
finkl
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 04, 2016 3:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך finkl »

להבא האט געשריבן:איך קלער פון מאכן די לעסיק, איך האב געוואלט וויסען צי עס איז דא לעצטנעס פרישע קעינגענערס אז עס איז א סכנה ? איז דא איינער פון די ליינערס וואס האבן חרטה געהאט פון מאכן לעסיק ?

עס איז אלץ געווען און עס וועט אלץ זיין קעינגנערס און דאס זענען די פאלגענדיגע
#1 די גלעיזער סטארס
#2 די אויגען דאקטוירים
#3 די לענזעס און סעלאשענס קאמפעניס
#4 און פארשטייט זיך איינער וואס איז געגאנגען צו א ביליגע דאקטער וואס דארף זיין געלט און ער טוט די לעסיק פאר עימעצער וואס זיינע אויגען זענען נישט קיין קאנדידאט ווי זיי ריפען דאס , און טייל מאל האבן זיי נישט די ריכטיגע טייערע טעכנעלאגישע מאשינען .
לעצט פארראכטן דורך finkl אום זונטאג נאוועמבער 24, 2019 3:03 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4166
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

להבא האט געשריבן:איך קלער פון מאכן די לעסיק, איך האב געוואלט וויסען צי עס איז דא לעצטנעס פרישע קעינגענערס אז עס איז א סכנה ? איז דא איינער פון די ליינערס וואס האבן חרטה געהאט פון מאכן לעסיק ?

אין מאנסי געגנט איז דא איינער דר. גארדאן אין פאלעסייעדס איי סענטער, געהערט פון אפאר חבירים וואס זענען געווען זייער צופרידן פון אים. זיין פרייז ווייסעך נישט.
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
finkl
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 04, 2016 3:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך finkl »

שנלר האט געשריבן:
להבא האט געשריבן:איך קלער פון מאכן די לעסיק, איך האב געוואלט וויסען צי עס איז דא לעצטנעס פרישע קעינגענערס אז עס איז א סכנה ? איז דא איינער פון די ליינערס וואס האבן חרטה געהאט פון מאכן לעסיק ?


איך האב עטליכע חברים וואס האבן עס געמאכט, און קיינער פון זיי האט נישט חרטה.
ער איז דא א קליינע שאנס אז עס וועט נישט געלונגען, און דו וועסט טאקע הערן בלויז דיע מעשיות.

עס איז טאקע דא דער אויבנדערמאנטע מעשה מיט דער אינגערמאן, אבער יעדער וואך האט דר' פעראן לכה''פ 10 אידן וואס מאכן דער אפאראציע. און דאך הערסטו בלויז איינמאל אין עטליכע יאר אז ס'איז נישט געלונגען ביי איינעם. פארשטייט זיך אז מען ברויך אליין איבערקלערן פאר זיך, און מען קען גיין צו עטליכע דאקטוירים צו זעהן אויב אלע זענען מסכים אז מען איז א קאנדידאט. זיי בעטן נישט קיין געלט פאר טשעקן.

ווען מען רעדט פון א באקוועמליכקייט אדער לוקסוס ווי מען קען עס אנריפען . איז ל"ע 1 אימגליקלעכע פאל גענוג סיבה נישט צי גיין צו דעם דר. פעראן, ובפרט ווען עס איז דא מערער שלעכטע rewios עקעגן אים .
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”