אלעס ארום די לעפ בענד און סליוו

געזונט און רפואה

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

יוחנן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 15, 2013 7:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן »

someone asked me he wants to do the sleave

who is good in brooklyn

to whom to talk

any info

thanks
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

NYU האט א עקסטערע סטעפ פאר דע זאכן lap bend, Sleave, ,,,,

-------
בדוו.. איך האב מיר געמאכט א לעפ בענד איך בין זייער ציפרידן...

איך האלט אז א בענד איז ענדערשט ווי פין א סליוו,
1, ווען איך וויל יא עסן, פסח (כזיתים) , קען מען עס עפענען אין זיין כאחר אדם.
2, א סליוו, פארוואס נאך 10 יאר זאל איך נישט צוריק זיין מיט די זעלבע פאנט? (די תאוות אכילה עסן גרויסע שטיקער האט מען נאך אלץ)
3, פארוואס אראפ שניידן א שטיק גוף?
קענטעלאופ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 4:19 pm

מאגן בענד, סליוו, והמסתעף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטעלאופ »

לעצטענס מאכט די עולם בענדס מיט סליווס אין גרויסען
קען איינער בארייכערען וואס עס איז, וואס איז די חילוק צווישען די צוויי, און וויזוי סארבעט?
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ביטע זיך יאווען צו געבן א זוך viewtopic.php?f=71&t=9879
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

למעשה האבן שוין כמה אידן געפרעגט דא איבער די בענד - סליוו - סטעיפל וכו', און קיינער האט נאכנישט געשריבן א קלארע תשובה, ברענג איך דא אראפ די לינק פון וויקיפידיע https://www.wikiwand.com/en/Bariatric_surgery וואו עס ווערט באריכות אראפגעלייגט וואס דאס איז.

אזוי אויך קען מען נעמען די קורס ביי NYU וועבסייט, וואו מען דארף זיך קודם איינשרייבן עס צו זעהן. http://nyulangone.org/locations/weight- ... on-session

אז איך וועל האבן צייט און געדולד, וועל איך עס איבערזעצן אין אידיש, אין א אנדערע געלעגנהייט.
תכלית הידיעה שלא נדע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 11:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תכלית הידיעה שלא נדע »

איינער מיט אינפא, אויף dr. herron פון mount sinai??
סאיז בעסער אז מווייסט נישט אלעס
תכלית הידיעה שלא נדע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 11:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תכלית הידיעה שלא נדע »

גרייט מיר זיך מיט די הילף פונעם בורא עולם צו מאכען די סליוו,
וואלט איך זייער געוואלט הערן פון אזאלכע וואס זענען דאס שוין אדוירעך געגאנגען. זייער עקספיריענס דהייינו פון א מינוט נאכדעם וואס מ'וועקט זיך אויף
וויאזוי מדיעלט מיט די געז פעין?
און נאכדעם לגבי די חלק האכילה וואס איז גרינגער צו עסן און וואס איז שווערער?
אין ווי אויך וויאזוי מ'געט זיך א עצה מיט די סעודות שבת מיט קידוש? וכו' וכו'

עני טיפ וויל בי אפרישיעיטעד

יישר כח
סאיז בעסער אז מווייסט נישט אלעס
אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנחס בן חיים »

תכלית הידיעה שלא נדע האט געשריבן:גרייט מיר זיך מיט די הילף פונעם בורא עולם צו מאכען די סליוו,
וואלט איך זייער געוואלט הערן פון אזאלכע וואס זענען דאס שוין אדוירעך געגאנגען. זייער עקספיריענס דהייינו פון א מינוט נאכדעם וואס מ'וועקט זיך אויף
וויאזוי מדיעלט מיט די געז פעין?

און נאכדעם לגבי די חלק האכילה וואס איז גרינגער צו עסן און וואס איז שווערער?
אין ווי אויך וויאזוי מ'געט זיך א עצה מיט די סעודות שבת מיט קידוש? וכו' וכו'

עני טיפ וויל בי אפרישיעיטעד

יישר כח


צר לי אחי דיר מודיע צו זיין שלעכטע נייעס, אבער זיי וויסען אז די סליוו מאכט נישט דאר, די סליוו מאכט נישט אפאלען וואג, איך קען דיר געבן א ליסט פון מענטשן וואס א יאר נאכען סליוו זענענן זיי נאך א גראב ווי א שטאט טראץ די סליוו, און דערצו פעלט זיי א האלבע מאגען און זיי גייען שוין אזוי בלייבען, זיי זענענן אפגעפאלען 50 - 60 פונט און זיי זענענן אזוי בין השמשות׳דיג, נישט זיי עסן און נישט זיי זענענן דין..

וואס יא? יעצט קומט די גיטע נייעס, די סליוו איז טערעפי טול צו העלפן דעם מענטש אויספירען זיין רצון צו לעבן אויף א העלטי דייעט... די גאנצע אדייע פון די סליוו איז אז וויבאלד מענטשן האבן נישט די כוח זיך איינהאלטען פון עסן, קומט די סליוו און מאכט שווער דאס עסן, אויטעמאטיש פארלירט מען דעם רצון צו עסן, און אזוי פאלט מען אפ וואג און מען לעבט אויסגערעכענט ווי א מענטש.

דיין גאול יעצט דארף זיין צו טרעפן א ריכטיגע העלטי דייעט, א דייעט אן קארבס, א סארט דייעט וואס דאס עסן קלאפט מיטען סליוו, און אזוי - און נאר אזוי וועסטו מצליח זיין, דו דארפסט אין מוח באשליסען אז דו ווילסט מער נישט עסן נאר ווייניג און געזינט, אוו די סליוו וועט דיר העלפן מיט גיין באשלוס...

איך שרייב עס ווייל איך ווייס אז עס איז דא מענטשן וואס ווייסען עס נישט.

הצלחה, א גרינגע ריקאווערי
ידידך
----

נ.ב. עני הילף דו דארפסט קענסטו מיר נישט פרעגן ווייל איך האב נישט געמאכט די סליוו נאר באגלייט א חבר וואס האט עס געמאכט און נישט מצליח געווען צילוב די א״ד סיבה.
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

ס'איז מער ווי עס מאכט שווער דאס עסען, עס אונטערדרוקט אויך דעם אפעטיט (ווייל דער חלק וואס מ'שניידט אויס איז אן אפעטיט פארגרעסערער), ווי אויך פילט מען זאט נאך אביסעל עסען. דאס מיינט אז עס איש שוין נישט קיין מי יעלה לנו השמימה זיך איינצוהאלטען פון פרעסען, אבער זיך איינהאלטען מוז מען פארט.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

אבער נאך א וויילע, בערך א יאר אדער מער, ווערט דער מאגן פארהיילט, און צוזאמען מיט דעם קומט צוריק דער אפעטיט הארמאנען פאבריצירער.
געשטימט פאר ראשעק הול
יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב צוקערמאן »

ביזט אבער מודה, אז אפילו עמיצער וואס האלט זיך נישט צום סיסטעם פארלירט 50-60 פונט, דאס איז א שיינע צאל פונט.
אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנחס בן חיים »

יעקב צוקערמאן האט געשריבן:ביזט אבער מודה, אז אפילו עמיצער וואס האלט זיך נישט צום סיסטעם פארלירט 50-60 פונט, דאס איז א שיינע צאל פונט.


אבער די אפראציע איז נישט ווערט צו מאכען פאר 50 - 60 פונט,
עס איז צו א גרויסע זאך עס אינטערצונעמען פאר אזא קליינע בענעפיט.
יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב צוקערמאן »

וואס באמת רופסטו אן נישט מצליח געווען.
כ'פארשטיי באמת נישט
וואס מיינט ביי דיר הצלחה און וואס נישט.
מענטשן האבן עפעס חלומות.
ליסטען, מיי פרענד, א חתן קען אפפאלן 40 פונט ווי גארנישט, א אינגערמאן פון 30 יאר, סאך סאך סאך שווערער, א איד פון 40 יאר, א פרוי, סאך סאך סאך סאך סאך סאך סאך שווערער.
דעריבער
אפילו פאר 20 פונט....
יא יא יא
אפילו פאר 20 פונט
לוינט די אפעראציע. מאך נישט דאס זיין גראב אזוי געשמאק און דאס זיין א געסליווטער אזוי מיזרעיבל צו זאגן אז פאר 50-60 פונט האט זיך עס נישט געלוינט און עס הייסט נישט קיין הצלחה. קוקט אויס דו ביזט א דארער מענטש אז דו רעדסט אזוי.
הכותב וחותם. א געבענדעטער.
יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב צוקערמאן »

מר. תכלית הידיעה. רוף מיך אין אישי, כ'בין גערן גרייט דיר צו געבן הדרכה. איך בין שטארק ממליץ זאלסט עס מאכן, עס איז טאקע נישט קיין גרינגע דורכגאנג, אבער וועסט הנאה האבן. אז מען ווערט נישט פטור פונעם בויך באצייטענס שלעפט מען דאס מיט ביז'ן קבר אריין. ודו"ק כי קצרתי (הקצרת הבטן) במקום שאמרו להאריך...
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

פנחס בן חיים האט געשריבן:
יעקב צוקערמאן האט געשריבן:ביזט אבער מודה, אז אפילו עמיצער וואס האלט זיך נישט צום סיסטעם פארלירט 50-60 פונט, דאס איז א שיינע צאל פונט.


אבער די אפראציע איז נישט ווערט צו מאכען פאר 50 - 60 פונט,
עס איז צו א גרויסע זאך עס אינטערצונעמען פאר אזא קליינע בענעפיט.


אלס איינער וואס איז זינט אנהייב יאר אפגעפאלען צירקע 55 פונט קען איך דיך זאגען אז אפפאלען א פופציגער איז גארנישט אזא קליינע בענעפיט. מען שפירט זיך אן אנדערע מענטש.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
פעפערקארן
שר האלף
תגובות: 1661
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 08, 2013 8:06 am
לאקאציע: אויפן עולם התוהו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעפערקארן »

אנעים זמירות האט געשריבן:
פנחס בן חיים האט געשריבן:
יעקב צוקערמאן האט געשריבן:ביזט אבער מודה, אז אפילו עמיצער וואס האלט זיך נישט צום סיסטעם פארלירט 50-60 פונט, דאס איז א שיינע צאל פונט.


אבער די אפראציע איז נישט ווערט צו מאכען פאר 50 - 60 פונט,
עס איז צו א גרויסע זאך עס אינטערצונעמען פאר אזא קליינע בענעפיט.


אלס איינער וואס איז זינט אנהייב יאר אפגעפאלען צירקע 55 פונט קען איך דיך זאגען אז אפפאלען א פופציגער איז גארנישט אזא קליינע בענעפיט. מען שפירט זיך אן אנדערע מענטש.

אנעים איך בין פולי מיט דיר, 50 פונט איז זייער אסאך בפרט ווען מען האלט העכער 300 פונט
care all the time
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2017 9:14 pm
לאקאציע: usa

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך care all the time »

א נייע וועג צי מאכן א סליוו אהן א אפעראציע, דורך די מויל
נייע וועג פון מאכן א סליוו
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

אנעים זמירות האט געשריבן:אלס איינער וואס איז זינט אנהייב יאר אפגעפאלען צירקע 55 פונט קען איך דיך זאגען אז אפפאלען א פופציגער איז גארנישט אזא קליינע בענעפיט. מען שפירט זיך אן אנדערע מענטש.

איך האב געהאט אזא חשש, אויף זיין אוועטער דערקענט זיך שטארק דעם אפפאל לעצטנס.
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

איז דא אינשורענס וואס צאלט עס ?
care all the time
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2017 9:14 pm
לאקאציע: usa

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך care all the time »

maybeeynot האט געשריבן:איז דא אינשורענס וואס צאלט עס ?

יא איך האב עס געמאכט אונטער fidelis medicaid
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

care all the time האט געשריבן:
maybeeynot האט געשריבן:איז דא אינשורענס וואס צאלט עס ?

יא איך האב עס געמאכט אונטער fidelis medicaid

ווי אזוי ווערט מען אפראווט ?
אוועטאר
Borough Park
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borough Park »

maybeeynot האט געשריבן:
care all the time האט געשריבן:
maybeeynot האט געשריבן:איז דא אינשורענס וואס צאלט עס ?

יא איך האב עס געמאכט אונטער fidelis medicaid

ווי אזוי ווערט מען אפראווט ?

ווי וואונסטו?
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5441
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

ק י
אוועטאר
Borough Park
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borough Park »

maybeeynot האט געשריבן:ק י

דארט ווייס איך נישט און מאנסי האב איך גענוצט dr.jacobs ער איז רפואה העלט סענטער אין ער האט מיך אלעס אלערדיגט
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1
עסן עסט זיך
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 2:29 pm

Re: אלעס ארום די לעפ בענד און סליוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עסן עסט זיך »

בע"ה קלער איך וועגן מאכן די סליוו, איך האב שוין דורך געמאכט אלא 'פרי אפ' פארלאנגען, אבער יעצט שטייענדיג פאר'ן ענדגילטיגן החלטה דאס צו טוהן אדער נישט, האב איך כמה ספיקות וואס עס וואלט מיר גיווען זייער א גרויסע טובה אויב איינער וואס האט שוין דורך געמאכט אזא פראסידשער וואלט מיר געקענט קלאר מאכען מיט דעם.
אדער אפשר קען איינער אנוייזען ווי עס איז באשריבען דא א דיטעילד באריכט פון איינעמס עקספיריענס, בעיקר פון נאך די פראסידשער.

א) שטימט בכלל דער געדאנק, פאר א מענטש וואס איז ברוך ה' געזונט, נישט קיין צוקער, בלוט דרוק וכו' ב"ה, דאס הייסט פאר עכטע געזונטהייט פראבלעמען פעלט דאס נישט אויס, נאר וואס דען, ווי נישט ווי, טוט איבער וואגיגקייט זייער שווער מאכען די טאג טעגליכע אהנגיין, מיט'ן זיין אפגעמוטשעט, נישט אויס געשלאפען, וכו' וכו', בקיצור צום ווייניגסטען, שטערט דאס צום פראדקטיווקייט פונ'ם לעבן, און קען אריינגיין אין די פראבלעם פון האבן זייער א נישט אהנגענעהמע און באקוועמע לעבן, אבער ב"ה אהן קיין עכטע געזונט קאמליקאציעס. איז ריכטיג זיך צו לאזען אפערירען נאר פאר אזעלעכע סיבות.

ב) וואס קען איך ערווארטען אין די תקיפה פון נאך די פראסידשער, דאס הייסט די דורך גאנג תקופה, הן מצד ווי אזוי פיהלט מען, הן מצד ווי אזוי עסט זיך.

ג) וואס קען איך ערווארטען נאך די פראסידשער, אלס לאנג טערמינען אדער לעבנסלענגליכע שינויים הן אין זיך גיט פיהלן, שוואך, קאלט וכו', און הן מיט די שינויים פון סדר האכילה,

און בכלל וואס ווארט מיך דא אפ, און סדר החיים וכו'

אויב איינער קען מיר קלאר מאכען און די נושא, פון זיין עקספיריענס, אדער פון א נאנטע וואס ער האט באגלייט, וואלט דאס גיווען א גרויסע טובה.
שרייב תגובה

צוריק צו “געזונטהייט”