מאמע ראטעווע מיך

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

שכוח, מען זעהט אז עס ליגט דא מורא'דיגע טאלאנטפולע ארבעט!
gagongan
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 16, 2010 3:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך gagongan »

Thank you very much, waiting for the next part. ;l;p- ;l;p- ;l;p-
נו געגאַנגען
אוועטאר
זכר באנדל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2010 11:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכר באנדל »

שכוח פאר'ן צוריק קומען!

שפאנונג ביסט דא?.... ווי? כזעה דיך נישט..... אה! אקעי פיין, מ'קען שוין גיין ווייטער!
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

געליינט אין איין אטעם!
נאך א מזל ס'איז אין פארזעצונגען אזוי קען איך כאטש אטעמען אינדערצווישען
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

הערליך!!
שכוח, ס'איז אזוי שרעקעדיג
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
tell.me.something
שר האלף
תגובות: 1250
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2010 11:43 am
לאקאציע: אין די קנא נייעס אפיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tell.me.something »

i follow האט געשריבן:אב מעכטיג
די גאנצע פארזעצונג ווערט געטייפט מיטן בלעקבערי ? אנבעליבעבל
מווייסט ניטמאל וואס פאר א ארבעט אונזער אב לייגט אריין

הא הא... דו מיינסט אז ער האט עס געטוהן פון גוטסקייט??? ער האט מורא געהאט פון ארעסט(עיין אנטלויפס פלאן)...

עניוועי. מיר ווייסן יא דעם אמת אב. ;l;p- מיר האבן "באמת" הנאה געהאט! קיפ איט אפ!!
In the end everything will be ok. if its not ok, its not the end!
אוועטאר
שמיי_דריי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים שרייב טישל ערגעץ ווי אין יודישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמיי_דריי »

שכח מיר ווארטן אויפן פארזעצונג
א חתימה ברויך מען האבן ?
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

Wow !! אנבעליוועבל דזאב אב!!!!
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

גוט שרעקדיג, יישר כחכם, און האלטס אן אייער ארבעט לטובת הרבים.
אוועטאר
קאר אינשורענס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 04, 2008 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאר אינשורענס »

שמיי_דריי האט געשריבן:שכח מיר ווארטן אויפן פארזעצונג
אוועטאר
אב זקן
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 27, 2009 12:07 am

פארזעצונג # 6

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב זקן »

ריטשארד האט געוואוסט ביי זיך אז דא ליגט מער אינטער דעם מענטש וואו די נאמען מיגעל. די שאלה איז נאר וואו אזוי מ'ווערט דאס געוואויר.

ריטשארד זאגט פאר סים זאל זיך גרייטן ווייל מ'גייט אפשטאטן א באזוך ביי מיגעל אינדערהיים..
ריטאשרד האט געוואוסט אז ס'איז נישט אינגאנצן לעגאל אריין צו גיין צו איינעם אינדערהיים אן א קאורט ארדער אבער דא האט ריטשארד געקלערט איז די מעשה צו קאמפלעצירט אז ער זאל יעצט גיין און ווארטן אויף די סיסטעם אז ער זאל מעגן לעגאל זיך אריין כאפן ביי אום. די צייט לויפט און מ'דארף טוען צו די זאך.

ריטשארד מיט סים האבן זיך אריין געזעצט און די קאר און געריכטעט זייער טריט צו מיגעל'ס הויז.

*

טאמי האט אנגערופן בען און דערציילט וואס ער איז געוואויר געווארן יעצט.

טאמי איז געווען גרייט צו מאכן א עק צו חיים'ס לעבן און מיט דעם שיקן א מעסעדזש פאר רפאל אז זיין חוצפה האט זיך אום נישט געלוינט.
אבער בען האט אום שטארק אפגערעדט דערפון, זאגענדיג אז נישט יעדן טאג מאכט זיך אזא גוטע געלעגנהייט צו מאכן און אזא קורצע צייט פינעף מיליאן דאללער,
ס'איז זייער שווער צו שלינגן דאס וואס רפאל האט נישט געפאלגט און אונז פארראטן אבער פאר פינעף מיליאן דאללער לוינט זיך צו שווייגן נאך א טאג.
און וואו נאר די אקציע איז פארטיג און אונז האמיר דאס געלט וועט מען דעמאלטס זעהן וואו אזוי זיך אן עצה צו געבן און לערנען טאנצן דעם רפאל פאר די חוצפה. אבער אויף יעצט זאלסטו גארנישט טוען.

טאמי האט אויסגעהערט און אפגעמאכט ביי זיך אז בען האט א פוינט, און ס'לוינט זיך טאקע אויסצוווארטן. אבער זאכן דארפן זיך אנפאנגן צו רוקן שנעל, פאר די פאליציי און דיטעקטיווס נעמט טאקע צייט וואו לאנג זיי שטעלן צוזאם עפעס, און נאכדערצו דא וואס זיי האבן נישט קיין אנונג וואו אנצופאנגן, און ווען זיי גייען שוין עפעס דערווישן גייט דאס זיין אינטערן נאמען מיגעל.... הא הא הא... אבער מ'קען קיינמאל נישט וויסן.

טאמי נעמט צוריק דאס ווארט און זאגט
פאר בען די פלאן יעצט איז אז איך גיי אום הייסן דורך פארן די רעכטע טאול באט ביים דזשארדזש וואשינגטן ברידזש, דארט וועט שטיין איינע פון מיינע חברה און ער וועט מיר איבער געבן צו נאך איינער זיצט אונעם קאר מיט רפאל, אויב הער איך פון אום אז ער איז אליין דאן גיי איך אום אפווארטן ביי די ערשטע רעסט עריע, פון דארט גיי איך אום נעמען און ארויף טראגן ביז ניו ג'ערסי און דארט וועלן מיר זיך טרעפן און הערשי'ס מאטעל.
פון דיר וויל איך אז די זאלסט זיכער
מאכן ארויסצונעמען א רום וואס די פענסטער קוקט אויפן פארקינג לאט.
זיי דארט מיט חיים, און קוק ארויס פון די פענסטער, איך וועל פארהאנדלן מיט רפאל, און ווען איך וועל דיר געבן א ווינק אז די סומע ליגט און מיינע הענט אדער בעסער געזאגט אז די טרענספער איז דורך, וועסטו אראפ ברענגן חיים, און מיר וועלן אנטלויפן פון דארט.

נאכאמאל קלאר. דו גייסט אהין פארן מיט חיים צו הערשי'ס מאטעל דארט גייסטו זיין גרייט און ווארטן אויף מיין ווינק. אלעס פארשטענדליך?

יא אבער וואו איז די הערשי'ס מאטעל? וואו אין ניו ג'ערסי?

דאס איז און סיסיידהייטס ניו ג'ערסי, וועסט עס שוין טרעפן דארט.
לאז דיך ארויס גענוג צייטליך אז ווען איך קום אן זאלסטו זיין הינדערט פארצענט גרייט.
און פארגעס נישט מיטצונעמען דיין גאן!

גוט. איך פאר ארויס פון דא זעקסע צייט, דו קאלל מיך ווען די לאזט דיך ארויס פון די רעסט עריע.
פיין.

*

ריטשארד מיט סים קומען אן צו מיגעל'ס הויז, ריטשארד האט זיך פראבירט צו צובייגן הערן צו איינער איז אינדערהיים, הערענדיג אז ס'איז שטיל האט ער איבער געגעבן פאר סים צו טוען דאס איבריגע און נאך א מינוט איז די טיר אפען געווען..
אריינקומענדיג אין די הויז האבן זיך די צוויי צוטיילט, ריטשארד האט גענומען די פראנט הויז און סים איז געגאנגען פון די בעק. ביידע האבן זיך גענומען נישטערן און זוכן צו זיי קענען עפעס טרעפן...
דערווייל רוקט זיך די זייגער...
ס'האלט שוין ביי 3 אזייגער און דערווייל איז נאך נישט דא קיין פלאן...

*

חיים'ל זיצט צוגעבינדן צו זיין בענקל. זיין מוט איז צובראכן, זיין זעהל איז צוקלאפט. ער האט היינט נאכנישט אריין גענומען קיין זאך און מויל, א-חוץ די גלעזל וואסער וואס בען האט אום געגעבן, חיים פראבירט נישט צו טראכטן פון זיין שוקזאל ווייל דאס צוברעכט אום מער, און דאס ערגסטע איז נאך ווען בען איז צוזאמען מיט אום,
ווען בען איז נישט דארט איז כאטש שטיל, אבער ווען בען איז דא, מאכט ער זיכער זיך צו רייצן און אום צוברעכן דאס מערסטע וואס שייך.
בען דערמאנט אום יעדע פאר מינוט אז זיין מצב איז שמאל, און אז זיין טאטע מאכט זיך נישט וויסענדיג פון אום, וואס דאס מיינט אז זיין טאטע קימערט נישט מיט זיין לעבן, יעדעס מאל וואס בען רעדט פון דעם ווערט חיים מער צובראכן פיזיש און גיייסטיש.
חיים האט געוואוסט אז ס'איז נישט אמת זיין טאטע וועט אום נישט פארלאזן, אבער צו הערן יעדע פאר מינוט נאכאמאל און נאכאמאל איז זייער שווער.
בען האט נאך מסביר געווען פאר חיים אז ער האט שוין אוועקגעלייגט איבער פיפצן מענטשען... און ער וועט נישט האבן קיין שום פראבלעם וואו נאר ער באקומט די באפעל פון זיין בעל הבית דאס אויסצופירן...

חיים האט נישט געהאט קיין אנונג וויפיל אזייגער ס'איז, ווייל ניטאמאל דאס האט אום בען געוואלט זאגן.
אבער דאס האט חיים געזעהן אז ס'דארף ערגעץ זיין אינמיטן טאג,
זיצענדיג פארטראכט וואקט בען אריין ווילדערהייט און פרעגט אום וואס זיין טאטעס סעל נאמבער איז,
קודם האט חיים געקלערט נישט צו ענטפערן אבער ער האט געציטערט פון בען און אויך האט ער געקלערט ביי זיך אז ס'קען גארנישט שאדן מאכן ווייל לכאורה ארבעטן זיי אויף א פארהאנדלונג, האט ער געגעבן די נאמבער.
דאס האט אביסל אויפגעהויבן חיים'ס מוט,

חיים איז געזעצן אויף זיין פלאץ און געקלאצט, ער האט פראבירט זיך פארצושטעלן וואו היינט נאכט ליגט ער און זיין אייגן נארמאלע בעט, נישט מיט א הינט און זיין שטוב, און וואו זיין טאטע מאמע שטייען ביי זיין זייט און גלעטן אום... גריסן אום גוטע נאכט...
אוי וואו ער בענקט זיך צוריק צו זיין שוועסטערס......

חיים ווייסט נישט וואו לאנג ער זיצט שוין אזוי אויף די פאזיציע אבער אינמיטן האט ער אנגעפאנגן אויף צוכאפן אז בען איז עפעס זייער פארנימען מיט איינעם אויפן טעלעפאון,
חיים האט נישט געקענט הערן קיין גאנצע ווערטער אבער עפעס האט ער געהערט פינעף מיליאן דאללער...
ער האט געהאפט אז מ'רעדט נישט פון זיין טאטע...
חיים האט שטילערהייט צוגעריקט זיין בענקל נענטער צו די טיר צו קענען הערן מער...
ער הערט וואו בען איז מסביר פאר איינעם עפעס און יעדע פאר ווערטער איז פינעף מיליאן דאללער...
חיים בייגט צו זיין אויער נענטער צו די טיר....
איין זאך האט ער געהאפט אז בען גייט נישט געבן א וואק אריין יעצט אונעם צימער... ווייל אויב יא.....

חיים פראבירט אויפצוכאפן יעדעס ווארט..

ער הערט וואו די שמועס האט זיך אביסל פארשטילערט דאס מיינט אז די ארגומענט איז פאריבער, און ער הערט וואו בען פרעגט וואו די הערשי'ס מאטעל איז... וואו און ניו ג'ערסי....

חיים האט זיך איינגעחזרט די אינפארמאציע... היינט זעקסע פארט בען ארויס פון דא, איך ווייס נישט צו מיט מיר צו אן קלערט חיים, און מ'גייט קיין הערשיס מאטעל און ניו ג'ערסי.....

חיים הערט וואו די שמועס ענדיגט זיך... ער רוקט שנעל צוריק די בענקל צו די ערשטע פאזיציע...

בען קומט אריין צו חיים.
חיים האט שוין לאנג נישט געזען אזא שמייכעל אויף בען... עפעס גאר גוט דארף פארקומען אז בען זאל זיך אזוי פרייען. חיים קלערט צו זיך, לאמיך אום פרעגן, אפשר וועט ער מיר זאגן,

וואס גייט פאר וואס ביסטו אזוי גוטמוטיג?
איך וועל דיר זאגן די אמת זאגט בען,
איין זאך קען איך דיר זאגן דיין טאטע איז גרייט צו צאלן אסאך געלט פאר דיין אויסלייז...
ער שטעלט צו דאס געלט שנעלער וואו געראכטן....
מאך דיך גרייט ווייל מעגליך באלד וועסטו אום שוין קענען טרעפן...!!!

חיים האט זיך נישט געוואלט פרייען... ער האט געקענט בען, ס'שטייט שוין איינמאל אויס פון אום אנצושטעלן א גוט פנים און דערנאך אום צוברעכן...
חיים האט נישט געוואלט געבן די גוטע געפיל פאר אום...
איך גלייב דיר נישט האט חיים גענטפערט.
די גלייבסט מיר נישט האב בען זיך צושריגן?
דא האסטו רופ דיין טאטע און פרעג אום און דא האט בען געווארפן די טעלעפאון פאר חיים....

די טעלעפאון האט אראפגעטראסקעט, חיים האט עס נעבעך נישט געקענט כאפן ווייל ער איז געווען געבינדן.
בען האט זיך אויפגעשטעלט און מיט א שמייכעל געפרעגט חיים דו ווילסט רעדן צו דיין טאטע?

יא האט חיים גענטפערט מיט א געשטיקטע שטומע,

דא האסטו. איך גיי האלטן פאר דיר די טעלעפאון און די קענסט רעדן צו אום פאר איין מינוט אויפן זייגער...

חיים הארץ האט זיך גענומען קלאפן מיט א שנעלקייט...
ער גייט רעדן צו זיין טאטע.....

חיים'ס מח האט זיך גענומען האסטיג ארבעטן...
וואו פאנג איך אן? וואס זאג איך אום..?
וואו שטארק חיים האט זיך געוואלט צוריק האלטן און נישט וויינען האט עס נישט געארבעט, טרערן האבן זיך גענימען פליסן....
קוים וואס חיים האט געקענט קומען צום ווארט און ענטפערן פאר בען זיין טאטעס נאמבער..

נאך צוויי קלינגעס האט חיים געהערט זיין טאטעס שטומע..
חיים האט נישט עספיעט צו זאגן מער וואו די ווארט... טאטי....
און ער האט אויסגעבראכן און א געוויין.....

רפאל האט גלייך געכאפט וואס דא גייט פאר. און זיך גענימען מיטוויינען...

רפאל האט פראבירט צו בארואיגן זיין חיים'ל אז ער טוט אלעס און די וועלט אום צו ראטעווען...
היינט נאכט קען זיין וועט זיך עפעס א רוק טאן, דער אייבערשטער וועט העלפן..
האלט דיך שטארק האט רפאל מיטגעוויינט...
מיר אלע דאווענען פאר דיין וואוילזיין...
ס'גייט זיין גוט...
גלייב מיר אז מיר פארגעסן נישט פון דיר קיין רגע...

בען שטייט און די זייט און שמייכעלט סאדיסטיש.. ער פארשטייט טאקע נישט קיין אידיש, אבער פון די טרערן פארשטייט ער אז מ'רעדט נישטא פון קיין שמחות... ער האט געקענט אריבער הערן רפאל'ס געוויין...
ער גלייכט אזאנע סצענעס,

טאטי...
זאגט חיים כליפעדיג, איך ווייס אז דו טוהסט...
חיים האט נישט געקענט רעדן ווייטער ווייל די געוויין האט אום געשטיקט...
נאך 40 סקונדעס האט בען געווינקן פאר חיים זיך צוצויאגן ווייל זיין מינוט איז כמעט פארטיג...
חיים האט געוואוסט אז ער האט נאך איבערצוגעבן א וויכטיגע זאך פאר זיין טאטע...
אבער ער האט נישט געקענט קומען צום ווארט.....
בען שטייט און די זייט און ווייזט אום אז ער האט נאך צעהן סקונדעס צו רעדן....

חיים שטארקט זיך און זאגט,
טאטי... געב אבאכט... היינט נאכט און צבי'ס שלאף קוואטיר גייען זיי דיך אפווארטן...
קנאק!!
ס'איז דורך די צעהן סקונדעס און בען האט פארקנאקט דעם טעלעפאון.

*

אויף די אנדערע זייט שטייט רפאל און פראבירט צו שרייען חיים.. אבער אויף זיין סקרין זעהט ער 'דיסקאנעקטעד'

רפאל האט נישט געהאט קיין אנונג וואו אזוי אפצולערנען זייו זוהן'ס לעצטע ווערטער...
וואס איז דאס צבי'ס שלאף קוואטיר?
וואס גייט היינט דארט זיין?

רפאל קלערט נישט צו לאנג און רופט אן ריטשארד צו דערציילן וואס ער האט יעצט געהערט, און צו ער קען אום ארויסהעלפן.

*

ריטשארד האט שוין דורך גענישטערט די גאנצע הויז אבער גארנישט געפינען, אינמיטן צוקלינגט זיך זיין טעלעפאון רפאל איז אויפן ליין...

ריטשארד הערט אויס וואס רפאל זאגט און די גאנצע מעשה שמעקט אום נישט...
ער זאגט פאר רפאל אז ער קומט אריבע צו אום אבער רפאל זאל ארויסקומען אויפן גאס אזוי אז ער זאל נישט דארפן אריין גיין און די הויז.

ריטשארד קומט אן צו רפאל, ריטשארד הערט אויס יעדעס ווארט וואס רפאל זאגט, יעדע פאר ווערטער מאכט זיך ריטשארד א נאוט אויף א פאפיר,
ווען רפאל איז פארטיג געווארן האט ריטשארד אנגעפאנגן איבער צוגיין שטאט יעדעס ווארט.
פונקטליך, וואו לאנג די קאלל האט גענומען, יעדעס ווארט וואס חיים האט געזאגט, דערנאך האט ריטשארד געבעטן אז רפאל זאל פראבירן צו טראכטן. צו ער איז שוין אמאל געווען מיט חיים ביי צבי'ס שלאף קוואטיר, אפשר איז דאס זיין חבר צבי'ס הויז?
אבער אויב יא פארוואס האט ער געזאגט שלאף קוואטיר? פארוואס נישט הויז?
דאס איז זיכער אז ער האט דא געוואלט געבן א מעסעדזש די שאלה איז נאר וואו אזוי מ'ליינט עס.

קודם האט ריטשארד געוואלט וויסן וואס א שלאף קוואטיר איז,
רפאל האט פראבירט מסביר צו זיין אז דאס איז אזוי וואו א דארמעטארי געמאכט צום שלאפן, דאס האט אבער נישט געהאט קיין באדייט, נאכן זיך פלאגן אפאר מינוט איז בייגעפאלן פאר ריטשארד און געפרעגט רפאל צי צבי האט נאך א באדייט האט ער געזאגט יא און יודיש מיינט עס הערש, און דאס איז עס בייגעפאלן פאר ריטשארד אז דאס איז עס...
ס'איז דא א מאטעל און ניו ג'ערסי וואס הייסט הערשי'ס מאטעל, איך מיין אז דארט איז די פלאץ וואו דיין פארהאנדלונג גייט פארקומען....
פארוואס איך טראכט אזוי איז ווייל איך האב אפאר אפענע קעיסעס פון מיסטירעזישע אקציעס וואס זענען דארט פארגעקומען אבער די קאמפלענער איז קיינמאל נישט צוריק געקומען....
אויב בין איך גערעכט איז דער מיט וועם די האנדלסט א וועלטס טעראריסט וואס האט צענדליגע מענטשענס בלוט אויף זיין הענט.
איך בין אויסן אום צו כאפן היינט נאכט פאר יעדע פרייז!!

איך גיי שוין אריינגעבן א קלעים ביי די לאקאלע עפ בי איי, אז איך דארף זייער הילף פאר היינט נאכט.

וואס איך וויל פון דיר איז א בילד פון דיין חיים'ל. איך וויל דאס קענען צושפרייטן פאר אלע אגענטן וואס גייען אנטייל נעמען און די אקציע.
און דא האסטו דאס, טוה און די קייטל אויף דיין פיס אזוי וועלן מיר קענען מיטהאלטן יעדע ריר וואו די דרייסט דיך.

רפאל איז שנעל אריין געלאפן ביי זיך אינדערהיים ברענגן א בילד פון חיים און האט דאס איבערגעגעבן פאר ריטשארד.

*

די זייגער צייגט אויף פינעף צו זעקס בען הייסט חיים זיך צו גרייטן ווייל מ'גייט ערגעץ פארן..
חיים האט גלייך געכאפט אז די רעדע איז די מאטעל פון וואס ער האט פריער אינטער געהערט די טעלעפאון קאלל...
ער האט נאר געהאפט אז זיין טאטע האט געכאפט זיינע לעצטע פאר ווערטער און וועט וויסן וואו אזוי דאס אפצוטייטשן, חיים האט שטארק געצווייפלט דערין, אבער א ווערים פון האפענונג איז געקראכן און זיין מח.

פארן ארויסגיין איז בען צוגעקומען צו אום און אום פארבינדן די אויגן דערנאך אום געבינדן הענט און פיס און מיט די גרעסטע מאס קאלטקייט אום אריין געווארפן אונעם טראנק....
פארן פארקנאקען די טראנק האט ער געווארנט חיים אז אויב מאכט ער סיי וואסערע גרידער אדער ער פראבירט צו באנטעווען וועט ער אום איבער לאזן אונעם טראנק און פארקן די קאר און אום לאזן אויסגיין...

רוה איין האט ער געשריגן, ס'איז בעסער און פאר דיין טובה...
און מיט די ווערטער האט ער פארקנאקט דעם טראנק....

*

רישטארד מיט סים זענען געזעצן מיט די קאפ איבערגעבויגן אויף א סקעטש פון די מאטעל, זיי האבן אויסגעארבעט א פונקטליכן פלאן....
ווען די פלאן איז באשטעטיגט געווארן האבן זיך ביידע צושיידט, סים האט זיך אריין געזעצט און זיין קאר, אום האט ריטשארד געהייסן ארויספארן פאר יעדעם און אויסשמעקן דאס פלאץ, אויך האט ער געדארפט ארויסנעמען א רום אונעם מאטעל וואס פון דארט גייט געפירט ווערן די אקציע, דארט וועט זיין די נערוו סענטער...
סים האט זיכער געמאכט אז ער איז אנגעלאדענט ביזן ציין.. און געפארן....

*

רפאל זעהט די זייגער און מאכט אפ ביי זיך אז ער גייט זיך ארויסלאזן גענוג פרי אזוי אז טאמי זאל קיין טענות נישט האבן אויף אום.
נאך צעהן מינוט פארן האט זיך זיין סעלפאון צוקלינגן, אויף די אנדערע זייט איז געווען טאמי...
טאמי האט אום געפרעגט צו ער האט זיך שוין ארויסגעלאזט, אויף דעם האט רפאל גענטפערט יא,
גוט זאגט טאמי, איך וויל אז ביי די דזשורזש וואשינגטאן ברידזש זאלסטו דורך פארן די רעכטע טאול בוט...
פארשטאנען!?
יא, זאגט רפאל דערשראקן..
פיין, עמער זיך זעהן ביי די רעסט עריע..

---

סים איז אויפן וועג.
בען איז אויפן וועג.
רפאל איז אויפן וועג.
וואס גייט דא זיין ווייטער?
---


פארזעצונג אי"ה.
הנאה געהאט?
לאזט אייך הערן!
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

יוש...... פינקט דא האסטי דיך געדארפט אפשטעלן,

ביזט אנבעליוועבעל מעכטיג,

האלט אן
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
i follow
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 28, 2009 8:46 am
לאקאציע: מען געט נישט ארויס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך i follow »

א שכח
עפנסטו אויף א טרעידינג acc.ביי Robinhood?
ביטע ניץ מיין לינק, עס איז זה וזה נהנה

http://join.robinhood.com/joelf26

פאר WeBull ניץ
https://act.webull.com/ne/E11BIxckwGWT/ ... 1452_A_pop
police
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך police »

thanks u r amazing
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

יוש!!! די מעשה איז ממש לעבעדיג!
אוועטאר
זכר באנדל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2010 11:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכר באנדל »

אלטער, דיינע פאנטאזיעס זענען מורא'דיג!!

קיפ אפ!
gagongan
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 16, 2010 3:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך gagongan »

You are the right guy to make someone feel like he is there, but please don't let us wait so long for the next course ;l;p- ;l;p- ;l;p-  
נו געגאַנגען
אוועטאר
דזשעב 012
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2010 6:52 am
לאקאציע: על אדמת אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשעב 012 »

יישר כח אב! ביסט דאך געוואלדיג!
ווי שרייט נאר יענער? !!!we want more
אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1079
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jkup50 »

ישר כח אב סאיז גיוואלדיג
כבין געפארן נעכטן אויפן g w b איך אזוי געציטערט פין טאמי מיין קישקעס האבן זוך איבער געדרייט
יאנקעל די פופציגער
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

מעכטיג שבמעכטיג, הגם פון דא וואלט זיך שוין די מעשה געקענט ענדיגן צום גוטן, ווייס מיר אבער אז נישט מיט אב זקן, ביי אים זענען די עף בי איי קארופטירט און גרויסע שלימזלעך, און מ'קען זיך נאכנישט פרייען.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

אאאבבב.... אאאיךךך קקקעעעןן נננאאככככככככניששששטטט צצצצצצצוווו זזזזזזזיךךךך קקקוממממעעעעןןן.... ממממיייינננעעע פפפפינננגעעערר'''ססס דדררריזזזזלללללעעעעןןןן נננאאךךךך פפפוןןןן פפפפחחחדדדד....
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יעצט געליינט, גוט הנאה געהאט, פארשטייט זיך אליינס.
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

thanks you sound like a real professional
אוועטאר
אב זקן
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 27, 2009 12:07 am

פארזעצונג # 7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב זקן »

בען איז געווען דער ערשטער אנצוקומען צום דעסטענאציא, אנקומענדיג צו די האטעל האט ער אריין געפארקט זיין קאר פארשטעקט אינטער א בוים נאכן זיכער מאכן אז קיינער קוקט נישט און זיין דירעקציע איז ער צוגעגעאנגן עפענען די טראנק. פלינקערהייט האט ער ארויסגעשלעפט חיים פון דארט, חיים האט אויסגעזען האלב פארחלישט אבער דאס האט גאנץ קנאפ געבאדערט פאר בען.
נאכן אויפבינדן חיים האט בען ארויסגעצויגן זיין גאן און עס צוגעלייגט צו חיים'ס קאפ און אום געזאגט וואו פאלגאנד:
זאלסט וויסן חיים אז יעצט איז די צייט, אויב גייט אלעס דורך וועסטו זיין אינדערהיים היינט נאכט, אבער -און דא האט בען געהויבן זיין שטימע מיט אפאר טענער- אבער אויב פלאנסטו צו מאכן סיי וואספארא קינצן זאלסטו וויסן אז איך וועל נישט קלערן צוויי מאל פארן אריין שיקן א קויל און דיין מח. זאלסט וויסן אז סיי וואספארא שלעכטע ריר דו געסט דיך וועט דיר דאס קאסטן דיינס און דיין טאטעס לעבן! דיין טאטע איז געווען א חכם און נישט געפאלגט וואס מיר האבן אום געהייסן, דאס אליין וואלט מיר שוין בארעכטיגט דיך צו דערמארדן, אבער צוליב דיין וואוילע אויפגעפיראכטס האב איך מיך איינגעהאלטן און מסכים געווען דיך צו פארשוינען, אבער דאס אלעס גייט זיך אויפהערן די רגע וואס דו גייסט טוען סיי וואס! פארשטאנען!!!??

חיים האט זיך געווארפן וואו א בלעטל, זיינע אויגן האבן זיך געדרייט אונעם לאך פארלוירענערהייט. זיין מויל איז געווען פארקלעבט און אויסגעטריקענט נישט קענענדיג ארויסרעדן א ווארט..
די איינציגסטע זאך וואס ער האט געקענט איז געווען שאקלן מיטן קאפ אלס א צייכן פון הסכמה.

איך גיי דיך יעצט אויפבינדען און דו גייסט מיטוואקן מיט מיר אריין אונעם מאטעל, מאך זיכער אז קיינער זאל נישט באמערקן גארנישט, און צוזאמען וועלן מיר אריין גיין אונעם צימער און פון דארט וועל איך דיר ווייטער זאגן וואס צו טוען. נאך איין מאל, פארשטאנען!!!??
חיים האט ווידער געשאקלט מיטן קאפ. און ביידע האבן זיך גענומען שפאנען צום פראנט דעסק. די זייגער ווייזט אויף זיבן דרייסיג...

בען גייט צו צום דעסק און באשטעלט א רום, ער בעט א רום וואס די פענסטער איז אויף די זייט פונעם פארקינג לאט, די סעקרעטאר ביים דעסק האט אום געפרעגט צו ער דארף צוויי בעטן אדער איינס, אויף וואס בען האט גענטפערט אז ס'איז אום גענוג איין בעט, נאכן באצאלן פאר איין נאכט מיט קעש האט ער באקומען זיינע שליסלעך צו זיין צימער. חיים האט נאכגעוואקט בען צום צימער, חיים'ס קאפ איז געווען אראפגעלאזט, ער האט זיך נישט ערלויבט צו קוקן אויפן סעקרעטאר וויסענדיג אז ער קען מעגליך אויסברעכן און א געוויין און דאס וועט אריין לייגן זיין לעבן און א סכנה..

וואו נאר בען האט אריין געוואקט אונעם עלעוועיטאר האט די סעקרעטאר אויפגעהויבן די טעלעפאון און אנגערופן די נאמבער וואס איז געלעגן אפגעשריבן אויפן געילן נאוט פעד.....


בען איז אנגעקומען צו זיין רום, ער האט ווילדערהייט אריין געשלעפט חיים, נאכן פארהאקן די טיר אינטער זיך האט ער געבינדן חיים'ס הענט צו א בענקל און פארבינדן חיים'ס מויל.
פארטיג געווארן מיט דעם האט ער אריין געשטופט חיים מיטן בענקל און קלאזעט און פאמאכט די טיר אויף אום.
בען האט זיך אראפגעשטעלט ביים פענסטער און באטראכט די פאנאראמע.
ער האט זיך געפרייט אז ס'איז ליידיג די פארקינג לאט אזוי וועט ער אלעס קענען זעהן. זיינע מחשבות האבן שוין אנגעהויבן צו לויפן... היינט נאכט גייט זיין בעל הבית האבן און באזיס צעהן מיליאן דאללער... און וואו פארשטענדליך גייט ער באקומען עטוואס מער דא..
אזוי זיצענדיג זעהט ער א קאר אריין קומען און פארקינג לאט, דער דרייווער איז א ריז, א ברייט ביינערדיגע פארשוין, יענער קוקט זיך ארום..
נעמט ארויס עפעס א קליין מאשינקע פון טאש און נאכן זיך שפילן א מינוט דערמיט לייגט ער דאס צוריק,
ער זעהט וואו יענער לאדנט אן זיין גאן און הענגט עס אויף אויפן הויזן....
און נאכדעם טוט זיך יענער אן א בעק פעק און קומט אריין אונעם מאטעל..
בען האט געקלערט צו זיך, איך האף אז איך בין סתם איבער געשראקן און באמת מיינט יענער גארנישט, ווייל אויב איז יענער געקומען וועגן מיר ציטיר איך... איך וועל מיך און מיין לעבן נישט קענען שלאגן מיט אום...
בען רופט אן טאמי אום צו דערציילן וואס ער האט געזעהן. זאל טאמי זאגן צו ער זאל עס איגנארירן אדער נישט.


*

סים קומט אן צום פארקינג לאט פונעם מאטעל, ער האט זיך געוואונדערט אז ער זעהט נישט קיין קאר געפארקט, ער האט זיך געפריידט אז ער גייט דא זיין די ערשטע צו קענען אבזעווירן יעדער וואס קומט און גייט.
סים האט געוואלט ארויסנעמען זיין קאמיוניקאציע מאשינקע איינצומעלדן פאר ריטשארד אז ער איז אנגעקומען און דערווייל איז ער דא אליינס, אבער ארויסנעמענדיג האט ער באמערקט אז ס'ארבעט נישט..
ער פראבירט צו דריקן און ריקן קנעפליך אבער גארנישט האט נישט געהאלפן, זיין מאשין איז טויט!

סים לאדנט זיך אן מיט זיין גאן אויפן פאסיק, און מאכט זיכער אז ער האט אלע קלאפער געצייג און פין דארט האט ער געריכטעט זיינע טריט צום הויפט אריינגאנג.
סים האט נישט באמעקרט אז איינער ביי די פענסטער שטייט און באטראכט יעדע ריר.....

*

ריטשארד איז נישט געשלאפן, נאכן אפשיקן סים צום מאטעל האט ער זיך אריין געזעצט און זיין קאר און געפארן צי די פב"א הויפט קוואטיר, נאכן זיך אראפ זעצן מיט צוויי אגענטן און זיי האבן געהערט פון וואס מ'רעדט דא זענען ביידע געווארן אנגעצינדן, זיי האבן אויסגעפרעגט יעדע דעטאל פון ריטשארד און נאכן האבן די בילד און ריטשארד'ס פלאן וואס ער האט אנגעגרייט האבן זיי ביידע צוגעשטימט דערצו און זיי האבן ארויסגעוויזן גרייטקייט מיט יעדע זאך.

די ערשטע זאך האבן זיי אנגערופן די בעל הבית פונעם מאטעל און פארלאנגט פון אום אז ער זאל זיכער מאכן צו זיין גרייט ווייל ס'איז מעגליך אז היינט נאכט גייט עפעס פארקומען ביי אום און מאטעל, פב"א האבן אום נישט געוואלט דערציילן קיין דעטאלן אבער זיי האבן פארלאנגט אז ער זאל זיין אויף די וואך אז אויב איינער קומט היינט אריין בעטן פאר א צימער פון איין שטיב און ער קומט מיט א חסידיש אינגל זאל ער זיך נישט זוימען נאר גראד איינמעלדן אויף דעם נאמבער וואס זיי האבן אום געגעבן.
די בעל הבית האט פארשטאנען און ער האט צוגעזאגט פאר די פב"א אז ער גייט שוין איבער געבן די מעסעדזש פארן סעקרעטאר.

פון דארט האט זיך ריטשארד אריין געזעצט אונעם פב"א קאר און זיי האבן זיך ארויסגעלאזט קיין ניו ג'ערסי..

*

רפאל קומט אן צום דזשארדזש וואשינגטאן ברידזש. ס'ליגט אום גוט און די ביינער דאס וואס טאמי האט אום אנגעזאגט אז ער זאל זיכער מאכן דורך צו פארן אויפן רעכטן טאלל באט, אפילו ער פארשטייט נישט פארוואס אבער יעצט איז נישט די צייט צו פארשטיין יעצט איז די צייט צו פאלגן.

נאכן דורך פארן האט רפאל געמאכט די בלינקערס ארויסצופארן ביים ערשטן עקזיט...

*

טאמי זיצט און די רעסט עריע און ווארט אויפן טעלעפאון קאלל פון זיין אגענט אונעם טאלל באט.
די פאון קאלל האט נישט געשפעטיגט צו קומען, און זיין אגענט האט קאנפוירמד אז נאר איינער זיצט און די קאר. טאמי האט זיך געריבן דעם בייכל.. ער קלערט צו זיך, היינט נאכט פארט אריין צעהן מיליאן דאללער און מיין אקאונט.. יאא.. מיט צעהן מיליאן דאללער קען מען מאכן א לעבן..
אינמיטן זיין פארנומען מיטן קלערן וואו גוט היינט נאכט גייט זיין צוקלינגט זיך זיין טעלעפאון. אויף די אנדערע ליין רעדט בען און דערציילט אז ארויסקוקנדיג פון פענסטער האט ער געזעהן איינער זייער פארדעכטיג אנקומען יעצט צום האטעל.

איך גלייב זייער שווער אז זיי זאלן וויסן, אבער גוט אז דו זאגסט מיר אזוי וועל איך וויסן אז איך דארף זיין מער פארזיכטיג.

אקעי, מיין קלייענט קומט יעצט אן דא אונעם רעסט עריע, מיר וועלן רעדן שפעטער.

*

ריטשארד פארט און די קאר מיט די צוויי פב"א אגענטן די זייגער ווייזט שוין אויף זיבן פינעף און דרייסיג, ער ווייזט פאר די פב"א אגענטן אויפן קאמפיוטער אז ער קען זעהן וואו רפאל געפינט זיך יעצט דורך די קייטל וואס ער טראגט אויף זיין פיס, זיי האבן ביידע געקוקט און געזעהן וואו רפאל פארט ביים דזשארדזש וואשינגטאן ברידזש. זיי זענען געווען אביסל אינטער שטעליג אבער זיי האבן געוואוסט אז ס'איז נישטא וואו זיך צו יאגן ווייל רפאל גייט נאך מאכן א סטאפ און די רעסט עריע.
אינמיטן האט זיך ריטשארד'ס טעלעפאון ציקלינגן, די סעקרעטאר פונעם מאטעל האט אום איינגעמאלדן אז דער בחור איז אנגעקומען.
ריטשארד האט געוואלט הערן א פונקטליכע דיסקריפשאן ווער דער מענטש איז, וואס ער האט געטראגן אויף זיך, וועלכע רום ער האט ארויסגענומען, און בעיקר וואס די קינד מאכט, די סעקרעטאר האט אום איבער געגעבן אלע אינפארמאציע דאס מערסטע וואס שייך, וועגן דאס קינד האט ער נישט קיין סאך געוואוסט צו זאגן ווייל די אינגל האט נישט געקוקט אויף זיין ריכטונג נאר מיטן קאפ אראפ אויף די פלאר.

ריטשארד האט איבער געגעבן ווייטער אלע אינפארמאציע פאר די צוויי אגענטן אזוי אז זיי זאלן דערווייל קענען און האכן א קלארערע בילד.

ווען ריטשארד האט אראפגעלייגט פונעם סעקרעטאר האט ער גלייך אנגערופן סים אבער סים האט נישט צוריק גענטפערט, זיין מאשין קוקט אויס אויסגעלאשן האט ריטשארד זיך אנגערופן בייזערהייט, יעצט האב איך נישט קיין וועג צו קאמיוניקעטן מיט אום, פריוואטע טעלעפאונס לאז איך קיינמאל נישט מיטנעמען אויף קיין קאלס און יעצט בין איך און גרויס טראבל...

ס'איז שטיל געווארן און די קאר יעדער האט פראבירט צו טראכטן פון א וועג וואו אזוי מ'קען יעצט אנקומען צי סים.
אבער ריטשארד'ס טעלעפאון האט צישטערט די שטילקייט, די מאטעל סעקרעטאר האט צוריק גערופן אז נאך איינער איז נארוואס ארויף געפארן און יענער האט אויך אויסגעזען זייער פארדעכטיגט, ריטשארד האט געפרעגט דעם סעקרעטאר ווער דער יענער איז האט די סעקרעטאר געזאגט אז ער האט נישט מער דיטאלן אויסער אז יענער איז א ברייטביינערדיגע ריז..
ריטשארד האט זיך צושמייכעלט און געבעטן די סעקרעטאר צו ער קען אום אפשר צוריק רופן ווייל ער וויל זייער וויכטיג רעדן צו יענעם.
ער איז יעצט ארויף צו זיין צימער איך וועל אום פעידזשן און א מינוט ארום ווען ער וועט שוין זיין און זיין רום אז ער זאל צוריק אראפקומען.

*

סים קומט אן און זיין רום, ער האט נאכנישט עספיעט צו זיין דארט צוויי סקונדעס און זיין רום טעלעפאון צוקלינגט זיך, די סעקרעטאר ביים פראנט דעסק זוכט אום זייער וויכטיג..
סים ווערט אביסל אנגעצויגן..
ער נעמט זיין גאן און לייגט עס אריין און זיין טאש, און אזוי מיט די הענט און טאש וואקט ער צוריק אראפ צום הויפט דעסק.
אנקומענדיג זאגט אום די סעקרעטאר אז איינער האט אום זייער וויכטיג געזוכט. די סעקרעטאר רופט צוריק ריטשארד און געט די טעלעפאון פאר סים. סים האט זיך צוגעריקט צום וואנט אזוי אז מיט די אויגן זאל ער קענען זעהן אלעס וואס טוט זיך ארום אום און קיינער זאל נישט קענען קומען פון אינטער אום, סים האט נאך אלס מורא געהאט אז דאס איז א טרעפ.
און אזוי מיט איין הענט און טאש צוגעריקט צום וואנט האט סים איבער גענומען די טעלעפאון, סים האט זיך בארואיגט גלייך ווען ער האט געהערט אז דאס איז זיין בעל הבית ריטשארד.
ריטשארד האט געוואלט פארשטיין פארוואס סים ענטפערט נישט אויף זיין קאמיוניקאציע מאשין, סים האט זיך פארענטפערט אז ס'האט זיך צובראכן.
אקעי איך האב נישט קיין צווייטע ברירה, בעט פון די סעקרעטאר אז ער זאל דיך בארגן זיין פריוואטע סעל פאון און רוף מיך צוריק פון דיין רום, מאך עס שנעל ווייל מיר דארפן רעדן און ס'ווערט שפעט.
סים לייגט אראפ די טעלעפאון און פרעגט די סעקרעטאר צו ער וואלט געבארגט זיין פריוואטע טעלעפאון, די סעקרעטאר האט אן קווענקלן איבער געגעבן זיין סעלפאון פאר סים. די סעקרעטאר האט עס פשוט געטוען ווייל זיין בעה"ב האט אום אנגעזאגט מיטן לעבן אז אלעס וואס די חברה גייען אום בעטן זאל ער טוען אן קיין פיפס.

סים איז צוריק ארויפגעלאפן צו זיין רום און פון דארט צוריק גערופן ריטשארד. ריטשארד האט געפרעגט סים צו ער האט די פלעיטס פון די קאר מיט וואס מ'האט געברענגט חיים. סים האט אבער נישט געהאט קיין אנונג אז חיים איז שוין און די מאטעל, לויט וואו אזוי ער האט געזעהן איז קיין שום קאר נישט געווען געפארקט אונעם פארקינג לאט.

ריטשארד האט אנגעפאנגן צו כאפן אז אפשר גאר איז דאס א טרעפ, אפשר ווייסן זיי אז מיר זענען אויף זייערע טריט אויב יא איז סים יעצט אויף גרויסע צרות..

הער אויס סים האט ריטשארד זיך אנגערופן נערוועזערהייט, מיר קומען צו פליען צו דיר, מאך זיכער היט אויף דיין לעבן ווייל איך האב מורא אז זיי ווייסן אז דו ביסט דארט...
מיר זענען נישט ווייט פון דיר אבער מאך זיכער אז דו היטס דיך..

איך בין גרייט אויפן ערגסטן. אבער גלייב מיר אז איך גיי נישט שטארבן אליינס היינט. אויב דארף איך שטארבן גיי איך מיטנעמען אפאר פון זיי האט סים געזאגט אויפגעברויזטערהייט...

*

רפאל איז אנגעקומען אונעם רעסט עריע, טאמי איז געקומען צו וואקן פון אינטער און צוגעגאנגען צו די פאסאנזשיר זייט פון רפאל'ס קאר, און געבעטן רפאל צו עפענען די טיר.
רפאל זעהט וואו א גוי מיט זין גלעזער און א הוד אויפן קאפ, רפאל האט גלייך פארשטאנען אז דאס איז דער טאמי, ער האט אום געפענט די טיר און טאמי האט זיך אריין געזעצט.
אן א באגריסונג האט טאמי געזאגט פאר רפאל אז ער זאל זיך נעמען פארן וואו ער וועט אום הייסן..
טאמי האט זיכער געמאכט אז רפאל באמערקט די גאן וואס איז געציהלט צו זיין ריכטונג.
איך וועל דיר זאגן ווען זיך צו דרייען, מאך זיכער אז דו פאלגסט אלעס וואס איך הייס ווייל לויט וואו איך פארשטיי איז שטארבן נישט פון דיינע פלענער היינט, אבער אויב וועל איך שפירן סיי וואס אז עפעס רוהרסטו דיך נישט וואו מיר געפעלט וועסטו דארפן טוישן דיינע פלענער, אדער בעסער געזאגט דו וועסט שוין נישט דארפן קיין פלענער...

רפאל פארשטייט זיך האט נישט געפלאנט צו טוען קיין זאך אנדערש, טאמי האט אום געהייסן זיך דרייען רעכטס און לינקס און אזוי אום ארום געפירט, ביז ביי א קליין שטילע גאס האט טאמי אום געהייסן זיך שטעלן און א זייט....

*

בען זיצט און זיין רום און ווארט צו זעהן וואו אזוי טאמי'ס קאר רוקט זיך אריין אונעם פארקינג לאט און די זאך נעמט זיך רוקן. בען האט שוין נישט געהאט קיין געדולד צו די שלעפערייען, זעהנדיג סים איז אום אריין א שטיקל קאלטקייט און ער האט זיך געוואלט זעהן פארטיג דערמיט.

סים איז געזעצן און זיין רום, זיין אויער איז געווען אנגעשפיצט אויפצופאסן יעדע שראך,
סים האט אויפגעשפרינגן ווען זיין טעלעפאון האט זיך צוקלינגן, ריטשארד האט אום דערציילט אז ער איז שוין פינעף מינוט אוועק און ער איז דא מיט נאך צוויי געשולטע אגענטן.

יעצט די פלאן איז אזוי האט ריטשארד אנגעפאנגען. מיר זענען דריי און מיט דיר זענען מיר א טיעם פון פיר, זיי זענען דערווייל צוויי, אבער די פראבלעם איז אז זיי האבן משכונות, דאס מיינט אז יעצט איז סיי רפאל און סיי זיין זוהן חיים פאר'משכונ'ט און פארכאפט, און דאס איז די שווערסטע חלק. און נאך א זאך, איך דארף זייער שטארק אז די פירער -וואס אויף דערווייל ווייסן מיר אז דאס איז איינער מיגעל- זאל מען כאפן לעבעדיג. איך דארף אסאך אינפארמאציע פון אום.

איז די בעסטע וואס מיר האבן באשלאסן איז אז איך גיי דיר געבן א געז מאסק און דערנאך גייסטו אריין שפריצן אונעם עירקאנדישן סיסטעם די גאז וואס שלעפט איין, וואו נאר דאס גייט ארבעטן גייען מיר פארדינען אז איין משכון און איין פארכאפער גייען קיין שטער מער נישט זיין. און וואו נאר דאס ארבעט וועסטו אריין גיין דארט אונעם צימער און קייטלן דעם מאפיאנער און אריבער ברענגן חיים אינטער דיין שיץ.
און פאר רפאל און מיגעל וועלן מיר דארפן שפילן א ענליכן שפיל, נאר דארט וועט זיין אביסל שווערער, און ערגסטן פאל וועט מען אום שיסן און די פיס און מיר וועלן ארויסטאנצן אויף אום..

פארשטייסט די פלאן? פרעגט ריטשארד,
יא.

איין מינוט זיי שטיל.....
איך זעה עפעס.....

זיי וואקן יעצט צוריק ארויס צו די פארקינג לאט....

ווער שרייט ריטשארד אריין אונעם טעלעפאון,

חיים מיט זיין פארכאפער.... ענטפערט סים.

זיי גייען אינטער ביימער....
זאל איך אום אראפ שיסן שרייט סים פאר ריטשארד?

ניין...!!!

דו קענסט נישט יעצט שיסן...

פארוואס שרייט סים צוריק.... איך קען אום יעצט ערלעדיגן מיט א קויל...

טוה עס נישט!!
אז דו שיסט אום פארלירן מיר די שאנס צו כאפן זיין בעה"ב און ער וועט נקמה נעמען און רפאל...

שיס נישט!!!!

קוק וואו ער גייט...

יעצט זעה איך א קאר באהאלטן צווישן די ביימער...
ער זעצט זיך אריין און די קאר...

איין מינוט איך האב א ביפ שרייט ריטשארד פאר סים.

--

דאס איז געווען די סעקרעטאר, ער האט מיך יעצט געקאלט זאגן אז ביידע האבן פארלאזט די מאטעל אן א ווארט, נישט אגעבענדיג צו ער קומט צוריק צו נישט.

אקעי... די קאר איז יעצט ארויסגעפארן... די קאר איז ליידיג...
חיים איז לכאורה אונעם טראנק....

חיות....

*

בען נעמט ארויס זיין פאון און רופט אן טאמי.
טאמי איך גלייב אז אונזער שרעק איז איבערגעטריבן אבער ס'איז אייביג בעסער אויף די סעיף סייד וואו מ'זאגט.
איך בין יעצט אויפן וועג צום נייעם דעסטענעישאן, עמער דארט רעדן..
גוט, זאגט טאמי. איך פאר אויך יעצט אהין.


פארזעצונג אי"ה
הנאה געהאט?
לאזט אייך הערן!
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

איך קען מיך באמת נישט כאפן די אטעם!!!!!!!!
די דראמאטיע וואס די לייגסט אריין דערין איז עפעס מוראדיג!!
איך פיעל ממש ווי איך האלט עס מיט לעבעדיג!

א ריזיגן יישר כח הרב אב!! מיר ווארטן מיט גרויס שפאנונג אויף די קומענדיגע, ביטע ביטע לאז אונז נישט לאנג ווארטן, שכוח
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”