דאס הייסט געטרויערט? - (בין המצרים)

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

דאס הייסט געטרויערט? - (בין המצרים)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

ב"ה.

אן ארטיקל לכבוד די ימי בין המצרים וואס איז פארשוועמט געווארן אינעם טרויעריג-בארימטן קראך.

איך לייג עס ארויף ביז עטליכע מינוט... שרייבט נאך נישט קיינע תגובות ביטע,
לעצט פארראכטן דורך שטארק זיך אום מאנטאג אוגוסט 08, 2011 1:05 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

דאס הייסט געטרויערט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

ווילאנג זיצט זי שוין, די ארעמע קריינטשא, אויף דעם זעלבן בענקל? שוין דריי טאג וואס זי טרעט נישט אפ פונעם קראנקנס בעט, עס איז שוין זיבן מיט א האלבן חדשים - אויב איז זי נאך פעהיג האלטן חשבון - וואס איר זנוויל איז צוגעשמידט צום בעט מיט יסורים, און גייט איין ווי א געלבליכער וואקסענער לעכטל.

עס מוז שוין זיין גוטע א פיר און דרייסיג יאר זייט זייער חתונה - אומזיסט שטרענגט זיך קריינטשא אן צוריק צו האלטן א חוצפה'דיגע טרער וואס באנעצט איר באק, איי ווי שנעל די צייט איז פארבייגעפלויגן, זכרונות מיט בילדער פון צייטן וואס זענען געווען שווימען אדורך איר מוח-אויג, בילדער טוישן זיך מיט א בליציגער שנעלקייט, טעג, וואכן חדשים און יארן, הוי ווי שטארק זי וואלט געוואלט דעם עבר צוריקברענגן.

דאס פייפן פון די מאשינעריע וואס האט זיינוויל'ן ארומגענומען פון קאפ ביז פיס, האט איר צוריק געברענגט צו דעם ביטערן רעאליטעט, ווילאנג נאך וועט דאס אזוי אנגיין, צום וויפילטן מאל אין די לעצטע דריי טאג איז דער פולס אראפגעגאנגען, אזש מען האט שוין געמיינט אז דאס איז עס... ענדליך האט מען צוזאמגעקראצט א מנין האט זיך דער פולס באלד צוריק געהויבן, וואס דא וועט זיך אויסלאזן, ווייסט איין באשעפער.

ערוועקענדיג זיך פון די פאנטאזיע בליקט זי ארום אינעם שטיקעדיקן שפיטאל צימער, אירע אויגן פאלן אויף שמעונ'ן, איר בכור, א אינגערמאן ערגעץ אין די דרייסיגער יארן, אליין א טאטע פון עטליכע קינדערלעך, קריינטשא טראכט צו זיך, "וואס וואלט איך געטוהן אן שמעון, א שטאפל אין געטריישאפט וואס מען זעהט זעלטן" וויפיל זי בעהט זיך צו אים ער זאל אהיימגיין זיך אויסרוען אביסל, פאלט דאס אויף טויבע אויערן, פארקערט, ער האט איר גאר באוואויגן זי זאל צוגיין צום דערנעבנדיגן חסד צימער זיך אנשפארן פאר א האלבע שעה דא און א פופצן מינוט דארט.

יא, וואס אבלאנגט שמעון איז גוט, גאר גוט, געלויבט דער פון אויבן, אבער מיט איר פישל איז א צווייט געשעפט אינגאנצען, איך האב געהערט זאגן געשעפט? אה, וואס געשעפט ווען געשעפט, ער איז בכלל קיין געשעפט נישט...

אינגאנצן דריי געשוויסטער זיינע זיי, שמעון איז דער עלצטער נאכדעם קומט ראכעלע די 'בת יחידה'לע און דערנאך פישל, דער בעבי פון די משפחה.

פישי, ווי מען רופט אים, איז טאקע דער בעבי פון די משפחה, אבער זיין בעיבישקייט איז אינגאנצן נישט באגרעניצט צו זיין געבורטליכער רייע, ער איז א פולקאמער בעבי פון וועלעכן שטאנדפונקט איר זאלט עס נאר נישט אנקוקן... אפשר נישט ממש אזוי, נאכן איבערטראכן איז יא פאראן איין הינזיכט אין וועלעכע ער נישט קיין בעבי, און דאס איז... אין יארן.

קריינטשא זיפעצט אפ, זינט מען האט דעם טאטן אריינגעאיילט אין שפיטאל יענעם ביטערן דאנערשטאג, האט פישי זיך נישט באוויזן אין שפיטאל מער ווי א דריי מאל, און דאס אויך, קוים אויף יוצא צו זיין, א טראגי-קאמיש בילד איז דאס געווען, א קינד קומט באזוכן זיין שטערבליך קראנקן טאטן, און ניטאמאל קוקט ער אויפ'ן טאטע'נס זייט; ער האט וויכטיגערס אויפ'ן קאפ יעצט, ער האלט טיף אינמיטן קארעספענדירן מיט עפעס איינעם זייער זייער חשוב, דארט אויף זיין בלעקבערי....
-----
פארזעצונג קומט,
קאמענטירט כאוות נפשכם...


פארזעצונג
---------
נישט אז די פאמיליע האט געכאפט אן איבעראשונג פון פישי'ס אויפפירונג, זיי האבן גוט געוואוסט אז די שפילצייג זיינע, די טאטישע טויס, דער איי פאד, בלעקבערי, לעפטאפ, און וואס דען נישט, פארנעמען ביי אים דעם חשוב'סטן ארט, אבער זיי האבן פארט געהאפט אז אזא ערענסטע פאסירונג ווי זיין טאטע'נס קראנקהייט וועט כאטש עטוואס אדורכדרינגען זיין גלייכגילטיגע מויער און ער וועט זיך כאטש אביסעלע צושטעלן.

אבערוואס, פישי פון נעכטן איז פישי פון היינט.

שמעון, זעעהנדיג ווי זיין ברודערס פירונג מארדעוועט זיין קראנקן טאטן און ציפיצלט זיין ציבראכענע מאמע, האט אפילו איינמאל פרובירט אפירצונעמען פישי'ן און א זייט, אים אביסל אויפמערקזאם מאכן וואספארא ווייטאג ער ברענגט זיינע עלטערן.

נו, גיי רעדט צום דופן, דער פישי ווייסט נישט וואס מען וויל פון אים, ער זעהט נישט דער די סתירה צווישן זיין פאטער'ס גסיסה מיט זיין די קאנצערט ביי וועלעכען ער גייט היינט נאכט זיך אינדזשויען...

מיינט נישט אז ער טוט דאס פאר שלעכטיגקייט, בכלל נישט, וואס באדערט זיין מאמע צו סיינען פאר אים ער זאל שוין קענען ליעסן זיין געפאנצערטע האממער, "ווייל טאטי איז קראנק דארף איך ליידן?" פרעגט ער מיט א תמימות...

שמעון שפרייזט אוועק מיואש.
*
יענעם זונטאג וועט די פאמיליע קיינמאל נישט פארגעסען.
-------
פארזעצונג קומט בעז"ה.
קאמענטירט כאוות נפשכם...

פארזעצונג
--------------

עס איז זונטאג, פינף פארטאגס אין שפיטאל צימער, קריינטשא דרימעלט אויפ'ן בענקל איר קאפ פארווארפן אויף צוריקוועגס, ביים אריינגאנג אויף א צאמלייג-בענקל זיצט ראכעלע מיט אן אדורך גענעצטע תהילמ'ל אין האנט און פרובירט זיך צו קאנצענטרירן אויף די אותיות וואס שוועבן פאר אירע אויגן ווי א מאסע פון מארמאר-קוכן, שמעון שפרייזט ארום אין קארידאר הין און צוריק אין קיין ספעציעלע ריכטונג, איגנארירנדיג די כסדר'דיגע פראגן פון די נוירסעס אויב ער דארף עפעס ספעציעל, א פראגע וואס דארף באמת צו באדייטן: וואס דרייסטו דיך אונטער די פיס... גייזשע פון דאנעט.

די וואס זייער גורל איז זיך צו געפינען אפט אין שפיטאל, ווערען מיט דער צייט געוואוינט צו דעם אנגייענדן ריטעם פון די פארשידענע מאשינען וואס זענען צוגעטשעפעט צום קראנקן, דעריבער איז קיין וואונדער אז ווען קריינטשא הערט נאר דאס מינדעסטע טויש אין די פייפערייען כאפט זי זיך באלד אויף פון שלאף אפגעזען ווי אויסגעמוטשעט זי איז אדער ווי טיף זי שלאפט, אט דאס האט איצט פאסירט.

קריינטשא כאפט זיך אויף אין א פאניק, זי הייבט אויף אירע, שווארץ בארינגלטע, אויגן, זי זעט איר מאנס אטעם ווערט שווערער אין געדעכטער, זי הייבט אויף איר הייזעריגע שטימע, "שמעון, ראכעלע... א דאקטאר, א דאקטאר...".

אין וואס עס האט אויסגעקוקט ווי אן אייביגקייט, ווען ווירקליך איז עס געווען קוים א מינוט, קומט שמעון צו לויפן מיט א, קוים וואכעדיגן דאקטאר אין באגלייטונג פון צוויי טונקעלע. וועלעכע האבן זיך גענומען ארומארבעטן מיט ר' זיינוול'ן, וועלעכער האט נאך קוים געהאט א פולס, און, ב"ה, נאך עטליכע מינוט אינטענסיווע ארבעט האט מען אים צוריק געברענגט די פולס, און דער ריטעם ריטעמט ווייטער.

ראכעלע, וועלעכע איז ביז איצט געשטאנען אין דער זייט, ווענדט זיך צום דאקטאר: "דאקטאר, אויב איך מעג פרעגן, וואו האלט דער מצב, און וואס קענען מיר ערווארטן?".

אין צימער הערשט א פיינפולע שטילקייט, ווען אלע אויגן און אויערן זענען געוואנדן צום דאקטאר, רופט ער זיך אן, אויסמיידנדיג אלעמענס אויגן; "איך וואלט געזאגט אז ער קען נאך אנציהן, איך ווייס? א זעקס שעה, מערסטענס זיבן אכט," ער הייבט אויף זיינע הענט און פירט אויס, "ניסים אלץ קענען פאסירן, בעטס דעם באשעפער".

נאך עטליכע מינוט פון א הילכיגע שטילקייט, האט זיך שמעון, דער ערשטער אריענטירט.
-------
פארזעצונג קומט בעז"ה.
קאמענטירט כאוות נפשכם...


-----------------

פארזעצונג
-------
געווענליך ווען טראגעדיע און פארלוסט באטרעפט ל"ע א פאמיליע, הערשט נאטורליך א טאטאלע פארלוירענקייט, דער טרויער און צימישעניש נעמט איבער דעם גאנצן וועזן פון די נענטסטע צום פארלוסט, נישט לאזענדיג קיין פלאץ פאר אביסל קאלטע לאגיק, וואס זאל ערמעגליכן צו נעמען קאנטראל פון די סיטואציע.

אבער אז עס טרעפט זיך אמאל אז איינער פון די באטראפענע דערהויבט זיך פונעם אייגענעם ווייטאג, און נעמט דעם קוראזש און שטארקייט צו נעמען די לייצעס אין די האנט אריין, איז דאס ווי דער זילבער אינעם שווארצן וואלקן.

אין דעם פאל איז עס געווען שמעון.

אויף וועם דען אויב נישט אויפ'ן בכור ליגט דער אחריות מסדר צו זיין דאס קומענדע, מ'האפט טאקע אויף דאס בעסטע, ביים רבוש"ע איז אלעס מעגליך, אבער מען דארף פארט זיין רעאליסטיש און זיך גרייטן אויפ'ן ארגסטן ל"ע.

שמעון פראבירט זיך מסדר צו זיין אין מח, וואס עס דארף אלץ געטוהן ווערן, די קינדער דארפן זיך געזעגענען, מען דארף אנרופן די חברא קדישא, צוזאמשלעפן א מנין, און אויך דארף מען זיין גרייט אויף פארשידענע אומערוואטעטע פרטים וואס קענען אלץ אונטער קומען.

שמעון וויל דורכשמועסן די זאך מיט די מאמען, די לעצטע קען זיך אבער נישט צוזאמנעמען, זי זאגט אים מיט א קוים הערבארע, פון טרערן געשטיקטע, שטימע, "שימעלע, טוה וואס דו פארשטייסט, איך קען נישט יעצט...".

וואס, קלערט איר, טוט פישי אין די צייט וואס זיין טאטע אטעמט די לעצטע אטעמעס וואס זענען אים פארבליבן אויף דער ערדישער וועלט? ער דרייט זיך אויס אויף די אנדערע זייט און שלאפט ווייטער... נו וואס ערוואטסטו פון עימיצן וועלעכער האט א קארגע עטליכע שטונדען צוריק געקערט אהיים נאכ'ן מקיים זיין דעם מנהג פון עסן פיצא אום מוצאי שבת...

אין אמת'ן אריין האט שוין קריינטשא זיך פרובירט איינצו'טענה'ן מיט איר נחת'ל אז ער זאל זיך באמיען זיך צוריקצוהאלטן פון איבעריגע אקטיוויטעטן אין די טעג ווייל מען קען נישט וויסן ווען דער מינוט וועט אנקומען... פישי טענה'ט נישט איין מיט די מוטער, אבער אין הארצן האלט ער פונקט פארקערט, ווייל אויב דער טאטע געזעגנט זיך אפ היינט מארגן וועט ער דאך דעם אנדערן מוצאי שבת נישט קענען ארויסגיין פאר פיצא, אלזא מוז ער דאך יעצט אריינכאפן, נישט אזוי...?

*
שמעון האט שוין פרובירט רופן פישי'ן אויפ'ן היים טעלעפאן, אויף ביידע סעלס, איינמאל, נאכאמאל... אבער, אין קול ואין עונה, עמערס שווייס גיסט זיך פון אים, וואס טוט מען דא? די צייט לויפט אויס און אויף פישי'ן קען ער נישט לייגן א האנט.

ער האט באשלאסן נאך איינמאל צו פראבירן די היים נומער איידער ער רופט די פאליציי צו שטורמען די דירה - ווער ווייסט, אפשר האט עפעס פאסירט מיט אים.

ביים פיפטן קלינג הערט זיך ענדליך פישי'ס פארשלאפענע שטימע, "האלאו..."

"פישי" שרייט שמעון אויס, "דו ווייסט ווי מען זוכט דיך? ...דער דאקטאר גיבט טאטי'ן נאך אפאר שעה, קום שוין אריבער אין שפיטאל."

שמעון איז געבליבן ווי געלעמט ווען ער הערט פישי'ס ענטפער, "אקעי שאאר, הער מיך צו, איך בין ווייניג געשלאפן וועק מיך אויף אין א שעה, כ'וועל עס מאכן אין צייט, זארג נישט."
--------
פארזעצונג קומט בעז"ה.
קאמענטירט כאוות נפשכם..

ב"ה
פארזעצונג
---------

נישט גרינג איז אים אנגעקומען דאס צוזאמשלעפן א מנין, מענטשן זענען געווענליך פארנומען, און אזא מעשה קען. צומאל פארנעמען לאנגע שעות, בכלל איז נישט יעדער געאייגענט מיטצוהאלטן א יציאת נשמה, נאכדערצו ווען עס האנדלט זיך פון די טראגעדישע פטירה פון א אינגן מענטש.

דער מנין, אדער כמעט-מנין, באשטייט פון שמעון, זיינוויל'ס עלטערער ברודער שבתי ליפא, און נאך א זעקס פרעמדע וועלעכע האבן באוויליגט אוועקצוגעבן פון זייער צייט פאר א חסד של אמת.

"האמיר דאך נאר ניין אידן דא," זארגט זיך דער אלטער מיסטער פייגענבוים, שוין זיכער א בן שמונים, אבער ער בארואיגט זיך באלד, ווען איינער פון די אנוועזנדע וואלונטירט מיט דער הבטחה פון בעל שם הקדוש אז ווען עס איז דא ניין וועט זיכער אפירקומען א צענטער.

מיסטער פייגענבוים איז טאקע בארואיגט אבער אונזער שמעון איז גארנישט רואיג, בעצם האט ער נישט קיין סיבה צו זיין רואיג... דער טאטע גייט אים דא אויס פאר זיינע אויגן זאל ער נאך זיין רואיג גאר?

אבער וואס עס פארנעמט איצט זיין מחשבה איז, וואו אין די וועלט איז פישי, מיט וואס פארנעמט ער זיך איצט אזוי וויכטיג, אין לעצטע שעות פון טאטע'נס לעבן.

אויסער דעם האט דאך שמעון גערעכענט פישי'ן אלס דער צענטער צו מנין, אנדערש איז אים גארנישט איינגעפאלן. שמעון הייבט אויף, שוין צום וויפילטן מאל, דעם טעלעפאן צו רופן פישי'ן.

*

וואו איז טאקע פישי, מיט וואס איז ער אזוי פארנומען אין די אזוי קריטישע מאמענטען? ער איז דאך נישט קיין געמיינער יונג, בסך הכל איז ער דאך אביסל קינדיש, אבער דאס? אוודאי האט מען שוין געהערט אזעלעכס אז איינער זאל נישט. באנעמען די ערענסטקייט פון א סיטואציע, אבער אלעס האט דאך א שיעור.

כאטש עס איז באמת שווער זיך פארצושטעלן מיט וואס ער באפאסט זיך, קענט איר אבער זיכער זיין אז עס האנדעלט זיך פון זייער, זייער וויכטיגע ענינים, אנדערש קען גאר נישט זיין.

אבער וויבאלד מיר קענען גארנישט וויסן אויף זיכער, וועלן מיר אויסווארטן און זעהן... מיט די צייט וועלען מיר אפשר קלוגער ווערען

*

די ליכט ברענען שוין צוקאפנס פונעם חולה, די נוירס, וועלעכע האט שוין נישט איינמאל בייגעוואוינט די סארט זאכן, זאגט פאר שמעון'ען אז... דאס איז. עס שוין טאקע... און אויב וויל מען נאך עפעס אריינכאפן פון די געבעטענישן זאלן זיי זאפארט אנהייבן.

דערווייל זענען זיי טאקע נאר ניין אידן בסך הכל, אבער ווארטן קען מען שוין ווייל באלט איז שוין נישטא אויף וואס... מען נעמט זיך זאגן די פסוקי יחוד, ווען דער פולס פונעם קראנקן נידערט צוביסלעכווייס, מען הערט קלאר ווי דער אטעם ווערט שווערער און נאך שווערער, ממש ער קעמפט פאר יעדן אטעם, אט האלט עס שוין ממש ביי יציאת נשמה...

און ווער מיינט איר יאגט אריין אין די לעצטע רגע - אינגאנצען פארסאפעט און פארשוויצט, אויב נישט אונזער פישי אליינס...

פישי אליינס? נישט ממש אזוי, מיט אים שלעפט זיך מיט אויף די פלייצע, א גארמענט זעקל, ווארשיינליך אן אנצוג מיט נאך עפעס אזא, זאל איך עס רופן, רענצל - קוקט אויס ווי עס אנטהאלט וועש - אויך באמערקן מיר אז ער איז אויפגעפרישט, א שיינעם העירקאט און גוט אויסגעטושט...

דער אומעט אין צימער ווערט, פאר א מילי-סעקונדע, ערזעצט מיט איבערראשונג, אדער אפשר איז גאר 'אנטוישונג' מער א פאסענדער אויסדרוק צו דער געלעגנהייט.

עס איז נישטא קיין צייט צו פארלירן, שמעון שטרעקט אויס א זאגערל פאר פישי'ן, וועלעכער האט נאך נ שט אויספיעט צו כאפן דעם אטעם, באגלייט מיט א שפיזיגע בליק וואס איז אומשטאנד אדורכצודרינגן די דיקע שטאלענע זיילן מיט וואס דער שפיטאל איז געבויט געווארן. ווען ענדלאזע עמערס פון ווייטאג, אויפרעגונג און אפשיי שטראמען פון אים.

*

די ערשטע צוויי טאג פון די שבעה איז געקומען אין געגאנגן אן דעם וואס די ברידער זאלן פארטוישן א ווארט.

לאזן מיר נישט גיין אזוי עקסטרעם... א שטיקל שמועס איז באמת יא פארגעקומען, איך זאג 'א שטיקל' ווייל אין פאקט איז עס נאר געווען דאס, וויבאלד פישי, פון זיין זייט, האט יא גערעדט צו שמעונ'ן, עס האט נאר נישט אנגעהאלטן פאר לאנג וויבאלד שמעון האט פשוט נישט געענטפערט.

נישט נאר וואס ער האט נישט געענטפערט, ער האט בכלל נישט רעאגירט, ער האט געלאזט פישי רעדן צום וואנט, פון א זייטיגן בליק זענען די מעגליכקייטן אז דער וואנט זאל אים אויסהערן שטארקער ווי אז שמעון, דאס איז, ווען מיר מעסטן דאס לויט די גרימאסן פון שמעון'ס פנים.

קיינע מנחמים זענען דערווייל נאך נישט געקומען, דער דין לויטעט דאך אזוי אז אין ערשטע צוויי טאג טרייסט מען, האט צוליב געהערשט א פיינפולע שטימעניש דורכאויס דעם גאנצען, מען קען רואיג אננעמען אז פישי האט נאר אריבערגעטראגן דאס פארשעמענדע איגנארירונג אדאנק די ענגע פאר קרובים וואס זענען געקומען ברענגן עסן און אנדערע באדערפענישן פאר די אבלים.

דאס דערמאנטע וואלט אמת געווען ווען פישי וואלט עס טאקע אריבערגעטראגן, עס איז אבער נישט פונקט אזוי,
ווייל אפילו אין די אומשטענדן האט עס פישי נישט אינגאנצן אויסגעהאלטן. קוים איז דער נאכט צוגעפאלן, די מנינים מעריב פארענדיגט און דער לעצטער מתפלל ארויס פון טיר, גייט פישי אריין אין זייטיגן צימער ווי ראכעלע מיט די מאמע'ן זענען געזעסן, בלייבט שטיין ביים אריינגאנג, ווען זיין גאנצער באנעמונג און צוגאב צו א פאר פארוואלקענטע אויגן - זאגן פאר אן עקספלאזיע אין דער גאר נאנטער צוקונפט...

די מאמע, דערזעענדיג דעם מצב, שיקט באלד ארויס ראכעלע'ן פון שטוב, "פישעלע מיינס, וואס איז, וואס גייט פאר?" פרעגט אים קריינטשא מיט מוטערליכע רחמנות, זי וואונדערט זיך וואס דא גייט פאר, די גאנצע תקופה פון זיין טאטע'ס לעצטע קראנקהייט האט נישט אויסגעקוקט ווי עס טרעט אים בכלל צו צום... הארץ?
זי האט שוין אפילו געקלערט פון די מעגליכקייט אז עס איז ביי אים בכלל נישטא אזוינס..., אפשר - קלערט זיך איצט קריינטשא - באהאלט זיך פארט עפעס אונטער דער פלייש-דעקע דארט ביים ברוסט קאסטן, אפשר דאך...?

אבער עס שטעלט זיך ארויס אז נישט פון דעם וויל פישי רעדן.
"מאמי," זאגט פישי פרובירענדיג מיט אלע כוחות איינצוהאלט דעם פלייץ פון טרערן, "שמעון וויל נישט רעדן צו מיר, פשוט ער איגנארירט מיך...". דא קען ער זיך שוין נישט באהערשן און ברעכט אויס אין א יאמערליכן געוויין.

וועלכע מאמע'ן שמעקט דען צו הערן אז אירע קינדער פארטראגן זיך נישט, ווער רעדט נאך ווען די מאמע איז גאר, א פרישע אלמנה, איז דאך דאס א שרעקליכע צער.

קריינטשא קען גוט איר שמעו'לע, ער איז קיינמאל נישט געווען פון קריגערישן סארט, אז ער ברוגז'ט זיך ליגט אוודאי עפעס טיפערס דערינען.

זי בארואיגט פישי'ן מיט א צוזאג אז זי וועט זען עס זאל מסודר ווערן, זי באשלוסט אפירצונעמען שמעון'ען - כאטש וואס פירן די תורות איז די לעצטע זאך וואס זי וואלט יעצט טוהן - זי דארף זיך דערגרונטעווען וואס דא גייט פאר

*

"וואס גייט פאר דא", האלט די מאמע פאר שמעון'ען, "וואס עפעס שפילסטו ברוגז מיט דיין ברודער, ווייסטו וואספארא צער דאס איז פאר טאטי דארט אויבן?"
--------
די לעצטע פארזעצונג קומט אי"ה מארגן.
קאמענטירט כאוות נפשכם...

פארזעצונג
----------------
שמעון זיצט זיך אויפ'ן נידריגן בענקל טיף פארזינקן אין זיינע מחשבות, ניטאמאל באמערקט ער אז עס האט זיך אנגעזאמלט א געזעמל מנחמים וואס ווארטן אומבאקוועם 'אז דער אבל זאל אנהויבן', עס גייט אים נישט ארויס פון געדאנק, ער קען זיך נישט בארואיגן, א שטורמישע ווערטער אויסטויש איז דאס געווען - טראכט ער נאכנאנד איבער דעם נעכטיגן שמועס מיט פישי..

ער זאגט דאך אזוי ריכטיג פישל - טראכט זיך שמעון מיט זעלבסט פארוואורף, - אינטרעסאנט ווי אויף יענעם האסטו טענות, ניטאמאל רעדן ווילסטו צו אים, און דו... דו מעגסט אלעס, און ביזט נאך א שיינער איד.

וואס האט דער פישי אזוינס געזאגט, וואס האט שמעונ'ען אזוי צענומען.

געווען איז דאס נאך נעכטן אווענט נאכדעם וואס די מאמע האט כמעט ווי געצווינגן שמעונ'ען זיך דורכצוקומען מיט פישי'ן. זעענדיג אז טאמער וועט ער נישט טוהן באלד צו דער זאך וועט די מאמע זעלבסט איבערנעמען דאס רעדל, א זאך וואס קען איר שאפן פיהל צער און עגמת נפש, האט ער זיך בלית ברירה געוואנדן צו פישי'ן און אים געלאדן צו א שמועס.

עס איז נישט געווען קיין לייכטע שמועס, און ווער האט דען ערווארטעט א לייכטע שמועס, אנגעהויבן האט זיך עס אויף הויכע טענער ווען ביידע פרובירן איבערצושרייען איינער דעם צווייטן און קיינער הערט אויס, ביי בערך פופציג מינוט אריין אין דעם שמועס האט שוין א געניט אויג געקענט באמערקן אז די הערצער דערווארעמן זיך איינס צום צווייטן, און דא האבן זיך ערשט אנגעהויבן די זאכליכע טענות.

אט איז וואס עס איז אונז געלונגן אויפצוכאפן אין די לעצטע פאזע פונעם שמועס. הערט נאר וואס זיי שמועסן,

שמעון:
לאמיר זיך ארויס נעמען פון בילד, ענטפער מיר נאר אויף וואס איך פרעג דיר, האסטו שוין אין דיין לעבן געהערט אזוינס אז א קינד זאל זיין אזוי קאלט צו זיין אייגענעם טאטן, ס'זאל אים נישט בכלל אנגיין אז זיין טאטע איז שטערבליך קראנק?

פישל:
ניין, וואס פאלט דיר איין אז איך בין קאלט געווען דערצו, דו האסט אן אהנונג ווי עס האט מיר וויי געטוהן?

שמעון:
זאג נאר, געדענקסט אז איך האב דיר אנגערופן זונטאג פארטאגס אז דער מצב איז שמאל און זאלסט שוין אריבערקומען, ווילאנג האט גענומען פון ווען איך האב דיר גערופן ביז ווען דו ביסט אנגעקומען?

פישל:
לאמיר זען, פון האלבער אכט צופרי ביז איינסע מיטאג, פינף מיט א האלב שעה, למאי נפקה מינה?

דער פישי איז טאקע אזא נאר אדער ער מאכט זיך...

שמעון:
וואספארא וויכטיגע געשעפטן האסטו. שוין געדארפט דורכפירען אז דו האסט נישט געטראפן קיין בעסער צייט דערפאר?

פישל:
וואס הייסט, דו ווייסט טאקע נישט?

שמעון:
ניין, פון וואו זאל איך וויסן.

- זאכן הייבן אן ווערען קאמפלעצירט...

און הערט אויס וואס פישי דערציילט.

פישל:
גוט, כ'וועל דיר אראפלייגן דעם גאנצן סדר,

באלד נאך דיין טעלעפאן רוף האב איך אויסגעוואשן מיינע וועש, דערנאך אריבער געגאנגן צו בארבער זיך אפצושערן, און באלד דערויף געלאפן צום 'דריי קלינערס' אפצונעמען מיין אנצוג - כדי דאס אנצוטוהן אויף א האלבע שעה.

קומענדיג אהיים האב איך זיך גענומען אנטוהן וועש, איינס העכערן צווייטן עטליכע מאל...

זעענדיג אז עס ווערט שפעט האב איך זיך ממש מוסר נפש געווען און זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צום שפיטאל מיט די איבעריגע וועש מיט'ן אנצוג - וועלעכע איך בין נישט אנגעקומען אנצוטוהן פריער, מיט'ן ממשיך צו זיין אויפ'ן וועג... און ווי דו זעהסט בין איך באצייטנס אנגעקומען...
- - -
וואס גייט דא פאר... שמעון גלייבט נישט זיינע אויערען, ווייסט נישט צי ער איז אויף צי ער שלאפט, ער שפירט אז נאך א ביסל פאלט ער אוועק.

ער נעמט זיך שרייען:

ביזט אינגאנצן פאר'נארט, וואו איז דיין שכל, איך וועל דיר זאגן דעם אמת, אויף אזא טפשות איז מיר ניטאמאל אין וואוסטן חלום איינגעפאלן צו טראכטן...

פישל:
איין מינוט שמעון, בארואיג זיך, נישט אזוי גרייט מען זיך אויף אבילות?

נישט אזוי טוסטו אלעמאל פאר די דריי וואכן???
--------
טייערע חברים, איך האב נישט קיין ענטפער אויף פישי'ס פראגע, און לאמיר עס איבער'חזר'ן:

נישט אזוי טוסטו אלעמאל פאר די דריי וואכן???

אפשר האט איר אן ענטפער?
--------
באזירט אויף א שמועס פון הגה"צ מו"ה דוד הירשלער שליט"א, משפיע רוחני בירושלים עיר הקודש.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

עניני דיומא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

עס גייט שוין ווידער בין המצרים... מיר זענען נאך ליידער אין גלות...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

קעראגירט דאס קעפל; אולי וועט דאס ציהן מער אטראקציע...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

פאראיארן איז אויך מיין דאנק פארשוועמט געווארן.

איבער געליינט, געוואלדיג!
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

נאכאלץ אין גלות...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

אוי איז דאס ציפעדיג!
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

שטארק זיך, קען זיין כאב דיר שוין באדאנקט און סיז פארקראכט געווארן, טאמער נישט האסטו מיין טיפע דאנק פאר דעם העכסט געלונגענעם ארטיקל.

מקום [הפורפל] הגרינע...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

עימיצער האט פאריארן ארויפגעשטעלט א pdf פונעם ארטיקל נאר עס איז געגאנגן קראכן,
איינער געדענקט?
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

נאדיר



ספעציעל געמאכט אין קליינע אותיות, אז בין גברא לגברא זאלסטו ליבערשט ליינען דאס ווי דעם שווארצען בערי.
אטעטשמענטס
123.pdf
דאס הייסט געטרויערט?
(57.89 KiB) געווארן דאונלאודעד 389 מאל
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

יישר כח מר..(ממעג זאגן פריילאך היינט..?) פארן נעמען די מיה...

יהי רצון סזאל שוין שטענדיג זיין פריילאך ביי כלל ישראל.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

ארויפגעברענגט נאכאמאל לאור ימי המצרים דהאי שתא,
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

שערקויעך
פרינטער האט שוין געפרינט,
מער דעטאלן וועלן נאכפאלגן ווי נאר די ארטיקל גייט אריין אין מח
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

ווינקל האט געשריבן:איבער געליינט, געוואלדיג!
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

אוי ס'ציפט
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

הימים נזכרים ונעשים... ליידער איז בין המצרים תשע"ד, ועדיין לא נשענו.

נב. ווי האט מען אמאל געהאט צייט פאר אזוינע לאנגע באשרייבונגן?
איינער ווייסט?
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

אוטש! דער ארטיקל ציפט שטארק. אזוי ארויסצוברענגן!
יישר כח.

(נ.ב. כ'האב געזען ערגעץ אז דו האסט לעצטענס אנגעהויבן שרייבן א פרישע פארזעצונג... זעט אויס עפעס צייט איז נאך דא..)
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

שוין פארענדיגט דארט...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
baalegroifim
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2014 12:26 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך baalegroifim »

גאר שטארק און צום פינטל א ציפעדיגס יא עס וואכט אויף
ווי א דיין האט אמאל געזאגט פאר א איד וואס האט נאר געוואלט היתרים אין די ניין טעג פאר יענץ און דאס האט ער אים געזאגט גיי ארויף אפאר בלאקס קוק וואס מען טוט דארט און אזוי מעגסטו זיך פירן, יענע הויז איז געווען א בית אבלים ל"ע...
תכלית הידיעה שנדע שאין אנו יודעים

דער תכלית פון אייוועלט איז מען זאל וויסן אז מען דארף ״נישט״ און מען טאר ״נישט״ וויסן א צווייטנס ניק (קרעדיט קענסט מיך?-אייוועלט)
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

שטארק זיך האט געשריבן:שוין פארענדיגט דארט...

לינק פליז

די ארטיקל איז שוין געליינט געווארן אינעם מי מנוחות פאריאר
קענסט שוין אנגרייטן איינס די יאריגע מי מנוחות אויב סוועט זיין..
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

מיום שנחרב אוי בית המקדש אוי יוי יוי בית המקדש....
טיפע רייד, ציפעדיגע נושא, געפילעש געשריבען,
מאנט ביים זעהל, פאדערט די נשמה, דערמאנט דאס געוויסען
א דאנק פארען נעמען די מי, עס אזוי קלאר ארויס צו ברענגען, און לאמיר טאקע היי יאר נישט ברויכען אנקומען דערצו,
וויייל שערי דמעות, דמעות, שערי דמעות לא ננעלו.....
אוועטאר
נישט אלעס איז אמת
שר חמש מאות
תגובות: 983
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:45 pm
לאקאציע: אין א וועלט פון שקר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט אלעס איז אמת »

שטארק זיך!!
ס'איז מורא'דיג
בד"וו וואס איז "פישל'ס" ניק דא אויף איי וועלט....??
געדענק!! צייט קומט נישט צוריק
אוועטאר
כראפעץ
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 23, 2014 4:33 pm
לאקאציע: אונטערן דאכענע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כראפעץ »

זייער גוט, 10 פוינטס
איינע פון די זאכן וועלכע קען אויפוועקן און נערווירן דיין שכן איז "כראפעצן"
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

ייש"כ פאר די חשוב'ע אחראים ומנהלים פאר'ן אריינלייגן דעם מאמר אין "היימישע דזשורנאל".

איך הער אז די פארגאנגענע וואך איז דיזער מאמר איינגעשטעלט געווארן אין די "עונג שבת" גיליונות אויסגאבע. כ'וואלט עס זייער געוואלט זעהן.

אויב עימיצער האט עס, ביטע אטאטשירן
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

ארויף
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”