חודש אלול: א'ני ל'דודי ו'דודי ל'י

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

חודש אלול: א'ני ל'דודי ו'דודי ל'י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

חודש אלול: א'ני ל'דודי ו'דודי ל'י

ובכתה את אביה ואת אמה ירח ימים, זאגן ספרים הקדושים איז מרומז אויף חודש אלול. ובכתה, מ'זאל וויינען; את אביה, דאס וואס מ'האט בוגד געווען ליידער אינעם טאטן אין הימל; ואת אמה, דאס וואס מ'האט פארטריבן די שכינה הקדושה מיט מעשים מגונים וואס איז מעכב השראת השכינה; ירח ימים, א גאנצער חודש, ליגט אויפ'ן מענטש, א מענטש מיינט א איד, צו וויינען און תשובה טוען אויף די אלע מעשים, די אלע מחשבות, און די אלע דיבורים, און פאר אונז קען מען אפשר זאגן די אלע געשרייבאכץ.

ס'איז באקאנט דער משל וואס צדיקים האבן געזאגט, דאכט זיך אז דער הייליגער בני יששכר ברענגט עס אויך. אז א פשוטער דארפס קינד האט די זכיה געהאט אז דער קעניג האט אין אים אויסגעקליבן חתונה צו האבן מיט זיין בת מלכה. זיין שמחה האט נישט געוויסט פון קיינע גרעניצן, מי ידמה לי אז כ'האב די זכיה אריינצוקומען אינעם הויז פון קעניג.

ווי נאר דער דארפסקינד איז אריינגעקומען אינעם קעניג'ס פאלאץ, האט ער צוגעזעהן וואס ס'הייסט אן התנהגות פון א מלך; וואס ס'הייסט גינוני מלכות, במקום גדולתו שם אתה מוצא ענוותנותו, איידעלקייט מיט א פראכט. ווילאנג ער איז געווען ביים קעניג אין פאלאץ און ער האט צוגעזעהן דעם התנהגות, האט ער זיך אויך אזוי געפירט מיט די בת מלכה, מיט כבוד און רעספעקט, און דער קעניג האט געשעפט הויפענס נחת.

לימים, דאס פארפאלק איז עלטער געווארן און ס'איז געקומען די צייט צו "גיין אליין" אנהייבן וואוינען אינדרויסן פון פאלאץ, אין א ווייטע מדינה אוועק פונעם עיר המלוכה, האט דער קעניג אנגעזאגט פאר זיינע קינדער ווי אזוי זיי זאלן זיך ווייטער פירן אויף די וועגן וואס זיי האבן געזעהן ביים קעניג, און אפ' מ'איז ווייט אוועק דארף מען וויסן און געדענקן אז מ'איז א קינד פון קעניג און מ'דארף אים כבוד אפגעבן!

יארן זענען פארלאפן, דאס פארפאלק האט שוין געוואוינט ווייט אוועק, און דער קעניג האט מחליט געווען אז ער וויל קומען באזוכן זיין טאכטער און ווי א געטרייע טאטע זיך אומקוקן ווי אזוי דער איידעם, דער דארפסקינד באנעמט זיך מיט די מלכה.

ליידער ליידער, זינט זיי האבן פארלאזט דעם קעניג'ס שטוב האבן זיך זאכן געביטן, און דער פשוטער דארפסקינד, וואס האט מער נישט צוגעזעהן די גינוני מלכות און דער איידעלער באנעמונג, האט זיך אויפגעפירט מיט די מלכה זייער נישט בכבוד, ער האט איר געשלאגן; אפגעלאכט פון איר; איר באקליידעט מיט פארשמירטע קליידער; איר געשלעפט לעין כל בשווקים וברחובות, זי האט נעבעך זיך אנגעליטן פון דעם פראסטן אומוויסענדער דארפסקינד.

ווען די דערהער אז דער קעניג קומט אויף א באזוך איז אנגעקומען צו אירע אויערן, איז איר געוויסן געווארן פיל מיט גליק. "איינמאל פאר אלעמאל וועט דער טאטע זעהן מיינע ליידן און בזיונות און מיר אויסלייזן פון מיין פארפאלגער".

דער דארפסקינד האט אבער געכאפט וואס ער האט דא געטוען, דער מלך קומט און ער וועט זעהן אז כ'האב גענומען זיין טייערסטע און עס אזוי שלעכט פארשמירט, ער בארעכנט זיך "לאמיר גיין איבערבעטן די בת מלכה" ער קויפט איר נייע קליידער, ער הייבט איר אן מכבד זיין, און ווען דער טאג וואס דער מלך קומט אן, און ער זעהט ווי זיין טאכטער ווערט געהאלטן אזוי בכבוד ווערט ער מלא שמחה. ווי אימער די בת מלכה איז אויך פרייליך צו זעהן איר טאטע, און נאך מער פרייליך צו זאגן פארן טאטן אז איר מאן באציעט זיך צו איר גענוי ווי ער האט געזעהן אינדערהיים ביים טאטן.

די שמחה איז גרויסארטיג. און בעפאר דער מלך גייט אהיים לאזט ער איבער פון אלעם גוט'ן.

-

דער דארפסקינד איז כלל ישראל, וועם דער רבוש"ע האט אויסדערוועלט פאר זיין טאכטער די תוה"ק, בחרתנו להיות לך לעם סגולה, און כל זמן וואס מיר זענען געווען ביים טאטן אין שטוב און מיר האבן צוגעזעהן מיט וואספארא כבוד מ'האט געהאלטן די תוה"ק וואס איז געליגן אינעם ארון הקודש, וכו', כ'וועל נישט מאריך זיין מיטן נמשל, יעדער פארשטייט עס אליין.

אבער ווען ס'קומט חודש אלול, מ'זאגט יום כיפור קטן ערב ראש חודש, מ'הייבט אן דעם יום זה, ס'עפענט זיך אויף דאס הארץ פארן באשעפער, דער טאטע קומט און מ'וועט דארפן אפגעבן א דין וחשבון אויף אלע מעשים, איז נישטא קיין אנדערע ברירה נאר נעמען די תוה"ק און איר צוריק באקליידן מיט אירע ריכטיגע בגדים הראוים לה, און בזכות זה וועט זי זיין א מליצה ישרה פאר כלל ישראל.

אבער אז מ'וויל מתקן זיין, איז די ערשטע פראגע וואס מ'פרעגט: וואס טוט מען?

אבער אין אמת'ן אריין איז עס נישט קיין קשיא. יעדער מענטש ווייסט ביי זיך וויפיל ער האט בכבוד געהאלטן די תורה; וויפיל ער האט געלערנט תורה; וויפיל האט ער זיך גערעכנט בחורים ובסדקים מיט א דעת תורה; וויפיל האט ער געהארכט רבנים ותלמידי חכמים לומדי תורה; וויפיל האט ער געשטיצט תורה הקדושה, דעם עץ חיים הוא למחזיקים בה; וויפיל ער האט מוקיר געווען תורה, ארויפגעקוקט תורה מיט אן אמת; די אלע פראגעס קען זיך יעדער אליין פרעגן, און ווען מען זוכט עס צו פארענטפערן און פארגלעטן איז זייער ביטער, נאר לאמיר איר איבערבעטן איידער עס איז חלילה נישט צו שפעט, לאמיר איר אנהייבן מכבד זיין מיט די אלע פריער ערווענטע ענינים, און מיט דעם וועט זי זיין א מליצה ישרה פאר אידישע קינדער.

ובכתה את אביה ואת אמה ירח ימים, וויין צו די תוה"ק אז זיי זאל מיטוויינען מיט דיר ביים יום הדין הגדול והנורא, און זאל ח"ו נישט האבן אויף דיר קיינע טענות.

חודש אלול ווען עס איז מלך בשדה, דער רבוש"ע דער מלכו של עולם קומט ארויס און ס'איז גרינגער צו מפייס זיין, לאמיר אריינכאפן וויפיל ס'גייט; ווען מיר זאגן דעם שבתי בבית ה' כל ימי חי' זאל מען אינזינען האבן די ווערטער, און אפי' ס'איז ליידער נישט אזוי, אבער כאטש דעם רצון דערפאר זאלן מיר האבן.

מ'פרעגט א קשיא. וואס איז פשט אז ס'קומט חודש אלול, אידן האבן מורא פונעם יום הדין שטעלט מען אן אזא פרום פנים, מ'זאגט עפעס ווערטער און מ'האלט נישט דערביי, ווילסט דען זיין א שבתי בבית ה' כל ימי חי'? זוכסט דאך מער א שיינע קאר אדער הייזקע ווי צו פארשטיין א בלאט גמ', קענען מסכתות שלימות, טא וויאזוי זאגט מען אט די ווערטער, ס'הייסט אז מ'מאכט זיך רח"ל?

כ'דענק נישט ווי, אבער כ'מיין אז אין מהר"ל איז דא דערויף א ביאור, אבער אונז וועלמיר לערנען אנדערש פשט. אמת אז מיר זענען נישט אינגאנצן דערביי, אבער תוך תוכו פון יעדן איד איז דען נישטא א ווילן בלויז פאר גוט'ס? לעשות רצונך אלוקי חפצתי, יעדער וויל זיין בלויז גוט.

ווי כ'האב לעצטנס געהערט א טייער ווארט אויף וואס מיר זאגן "יהיו לרצון אמרי פי והגיון ליבי" ווילן מיר דען אז דער רבוש"ע זאל אריינקוקן אין אונזערע הערצער בעת התפילה, וואס ליגט דען דארט, וויאזוי קוקן דען אויס אונזערע מחשובות בעת שאנו עומדים להתפלל? אבער פשט איז ווייל ווען א איד שטעלט זיך דאווענען גלוסט ער אויף איין זאך: די זכיה האבן צו רעדן די ריכטיגע דיבורים מיט די ריכטיגע מחשבות פארן הייליגן באשעפער, אבער דורך מעשה שטן ווערט ער מבולבל און געשטערט און דאס דאווענען קוקט נעבעך אויס ווי מ'זעהט עס. פארדעם זאגט מען והגיון ליבי, קוק אריין אין מיין הארץ אריין און זעה ווי דארט טיעף ליגט פארפאקט מיינע ווייטאגן פארוואס איך קען נישט דאווענען ווי א מענש, און רבוש"ע זיי שוין דער צורי וגואלי, לייז מיך אויס פון מיין גלות, פון מיין סגור עליהם המדבר'דיגער מצב.

ובזאת אהוא אל המלך מלכי המלכים, ווילן מיר דען נישט זיין פון די יושבי אהל? ווילן מיר דען נישט זיין ענדערש א תושב אין דיין הייליג הויז, דיינע בתי מדרשים ובתי כנסיות, מיר זענען גארנישט אזוי צופרידן אז אונזער יעצטיגער צווייטע היים "אידישע וועלט" איז אונזער מקום מנוחה נישט אריינצופאלן חלילה לבאר שחת ביים אבי אבות הטומאה, דער טריפענער אינטערנעט, וואס בעוה"ר רבים חללים הפילו, מיר וואלט אסאך ענדערש געוואלט זיין אינגאנצן ביי דיר טאטע.

אבער ליידער ליידער, שאור שבעיסה מיט שעבוד מלכיות האט אונז אריינגעברענגט אין אזעלכע שווערע נסיונות און מיר מוזן מקיים זיין דעם בזיעת אפיך תאכל, מיר ארבייטן ביטער שווער פארן דאלער. אבער מורי ורבותי אחים לדעה: ווען איר האט ליידיגע צייט, וואס טוט איר דענמאלט? וויאזוי ניצן מיר אויס אונזערע נעכט און טעג?

אוודאי טענהן מיר אז "ס'נישטא קיין צייט" אבער וועם ווילן מיר פאפן? דער מלך מלכי המלכים דער הייליגער באשעפער איז א יודע מחשבות און ער ווייסט זייער גוט אז ווען מיר ווילן האבן מיר צייט צו סיי וואס. דא צו גיין פארברענגן מיט חברים; צומאל א משפחה צוזאמקום; סיי וועליכע גשמיותדיגער ענין טרעפן מיר זיך צייט; און ווי זענען מיר בעת וואס מ'דארף זין קובע עתים זיין לתורה ולתפלה? פארוואס ביין דאווענען יאגן מיר זיך עפעס געפערליך ווען א מינוט נאכן דאווענען איז מען שוין צוריק רואיג כאילו לא היה? וואס טרייבט אונז אוועק פון הייליגן באשעפער?

נאר אונז איז באשערט צו לעבן אין די מדינה, וואס מ'קען אפשר זאגן אז דער יאגענישט וואס מ'זעהט דא איז א מכת מדינה וואס אין לשער ווי מענטשן נעמען זיך נישט די צוויי דריי מינוט צו טראכטן, און אז מ'טוט אלעס אן טראכטן וויאזוי זאל עס דען אויסזעהן? קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס א אינגערמאן וואס "יאגט זיך נישט אין די ארבייט" ער האט נאך גענוג צייט צווישן דאווענען און ארבייט, אבער ער יאגט אז ס'איז געפערליך, פארוואס? נאר ס'איז סתם געיאגעניש וואס לאזט נישט דעם מענטש במנוחה, און ס'איז ממש מטריד איינעם פונעם נארמאלן געזעלשאפט, ער איז יאגעדיג און נערוועז פאר גארנישט און פארנישט.

אז ס'קומט חודש אלול, מ'שטייט אפאר טעג פארן גרויסן משפט ווי מ'וועט אפשטעלן מערכת השמים און דן זיין אידישע קינדער, און ווי צדיקים האבן געזאגט אז דער רבוש"ע מאכט א חשבון פונקט ווי יעדער סוחר וואס קוקט איבער איין מאל א יאר צו דאס געשעפט לוינט אים, קוקט ער אריין אין די מעשים פון יעדע באשעפעניש און זעהט צו ער האט אים געברענגט נחת רוח צו חלילה פארקערט; איז דא א סיבה פארוואס אים צו געבן נאך א יאר אדער ס'לוינט שוין נישט צו אינוועסטירן?! אין אזא צייט דארף מען אראפלייגן די פיס אויפ'ן ברעיק און זאגן שטעל זיך אפ, ווי האלט איך אויף די וועלט? בין איך צופרידן מיט מיין התנהגות? וכו' וכו' וכו'?

און אויב מ'וועט זיך נעמן אין די האנט לטובה און ווייזן פארן רבוש"ע אז דער הגיון ליבי, טיעף אין הארץ זענען מיר יא גוט, דארט ליגט עפעס אן אמת'ר רצון וואס וויל בלויז איין זאך, שבתי בבית ה' כל ימי וכו', אויב ס'דא אזא רצון לוינט צו פרובירן נאך א יאר, ווייל סוכ"ס וועט דער רצון ארויפקומען אויפ'ן אויבערפלאך, ישראל קדושים וועלן דאך נאך איין טאג זוכה זיין צום היום אם בקולו תשמעו, ווי אליהו האט געזאגט אם בקולו תשמעון וועט מען זוכה זיין צו די גאולה שלימה בב"א.

-

כ'האב געקלערט א געדאנק. דער הייליגער יטב לב זאגט אז חודש אלול איז ר"ת א'נשים ל'פנינו ו'יחפרו ל'נו מרומז אויף די צדיקי הדור אז אין דעם חודש גייען זיי פארן כסא הכבוד און זענען מתפלל אויף אידישע קינדער אז זיי זאלן האבן פון אלעם גוטן.

אויף דעם האט רביה"ק זי"ע געזאגט איין יאר הושענא רבה, אז די גמ' זאגט אז בעיקבתא דמשיחא "אין לנו להשען אלא על אבינו שבשמים" האט דער רבי זי"ע געזאגט, אז אמאל זענען געווען צדיקים וואס האבן געשתדלט פאר אונז, זיי האבן מתפלל געווען פאר אונז און אויסגעפועלט אלעס גוט'ס, היינט, דאס האט דער רבי געזאגט בימיו, האבן מיר גארנישט, איז אין לנו להשען אלא על אבינו שבשמים, גייען מיר גראד צום טאטן אין הימל.

און אויף דעם האט מוסיף געווען נכד אחיו ותלמידו האדמו"ר מהר"א שליט"א אז דאס זענען די צוויי ר"ת פון אלול, א'נשים ל'פנינו ו'יחפרו ל'נו איז בזמן וואס ס'זענען געווען צדיקים, אבער היינט זאגט מען א'ני ל'דודי ו'לדודי ל'י, מ'האמיר שוין קיינעם נישט נאר דער הייליגער באשעפער.

קאן אבער זיין מיט א ווארט וואס מ'זאגט נאך ממרן קדוש ישראל מרוזין זי"ע אז ס'זענען דא דריי דרגות דיינים אין בי"ד של מעלה, וואס פאר זיי קומען אלע טענות אין דינים. איין דרגא דיינים באשטייען פון מלאכים ושרפים, קדושים וטהורים וואס האבן ניטאמאל קיין השגה וואס א מענטשליכער גוף גייט אדורך. ווער עס פאלט אריין ביי אזא בי"ד איז נעבעך אויף גרויסע צרות, ווייל זיי פארשטייען בכלל נישט אז א מענטש קען טוען אן עבירה.

די צווייטע דרגא באשטייט פון צדיקים קדושי עליונים וואס זענען שוין בעלמא דקשוט, גדולים צדיקים במיתתם מבחייהם, און זיי האבן שוין יא א מושג וואס הייסט א גוף, אבער מרוב קדושתם און ווייל זיי זענען שוין אין די עולמות העליונים איז זיי אויך זייער שווער צו פארשטיין אז א איד זאל זינדיגן פארן הייליגן באשפער, אבער ווען א איד קומט פאר אזא בי"ד איז שוין דינא רפיא, ווייל סוכ"ס זענען זייערע הויכע נשמות אויך אמאל געווען א א חומר'דיגער גוף.

און די דריטע סארט דיינים זענען צדיקים וואס זענען נאך אויפ'ן עולם השפל, וואס זענען בבחינת מוצב ארצה וראשם מגיע השמימה, און ווען א איד איז זוכה צו קומען פאר אזא בי"ד, און זיי פארשטייען נאך די נסיונות פון דעם דור, זיי פארשטייען אז ווען א איד טוט אן עבירה איז עס נישט בחפץ לב רח"ל, ווי דער רבי ר' זושע זי"ע האט געזאגט אז א גאנצע מלאך פון א איד'ס עבירה האט ער נאכנישט געזעהן, נאר ס'איז צוקלאפט און צובראכן, ביי אזעלכע דיינים גייט מען ארויס אינגאנצן זכאי.

אזוי ווי היינט האמיר דאך גארנישט, ס'איז ליידער א דור יתום, מוזן מיר גלייבן אז די צדיקי אמת וואס זענען געווען מיט אונז בדורינו אחרון, זיי זענען זיך פאר אונז משתדל אפי' זיי זענען מער נישט אויף דעם עולם, אבער זייענדיג קרובים אל החלל האבן זיי צו אונז א געפיל און בעטן אויס פאר אונז אלדאס גוט'ס.

דאס איז פשט, וויבאלד ס'איז שוין בבחינת "אני לדודי ודודי לי" אין לנו להשען אלא על אבינו שבשמים, ס'לעבן מער נישט מיט אונז די צדיקי אמת, בכן דארף מען אפיר נעמן דעם "אנשים לפנינו ויחפרו לנו" די אנשים חשובים צדיקי אמת וואס זענען געווען לפנינו, ממש פאר אונז, אין אונזער דור, ויחפרו לנו, זיי זאלן פאר אונז פועלן און משפיע זיין פון אלעם גוט'ן.

אבער ס'דאך ידוע דאס ווארט, עזרת אבותינו אתה הוא מעולם מגן ומושיע לבם "ולבניהם אחריהם" ווען איז מגן ומושיע בזכותם פון די אבות הקדושים, ווען ס'איז לבניהם אחריהם, די קינדערליך זייערע גייען אין זייערע וועגן, מילא דארפ'ן מיר זעהן צו זיין הולכי בדרכי אבות, תמיד אינזינען האבן און דענקן "וואס האט מיין טאטע געזאגט" וואס וואלט מיין זיידע געטוען" ביי אידן איז שטענדיג מסורה געווען א יסוד היסודות.

לאמיר זיך אליין פרעגן:
וויאזוי האבן אונזערע זיידעס געדאווענט? זיי האבן נאס געמאכט די פאדלאגעס מיט זייער זודיגע טרערן, און נישט דווקא ווייל דער פריץ האט געשמיסן, נאר פאר התרגשות און תשוקה צום הייליגן באשעפער!
וויאזוי האבן זיי געלערנט? מיט א קביעות נורא ואיום, מיט א רציחה ממש אונטער די שווערסטע אומשטענדן אן די אלע גוטע זאכן מיט וואס מיר זענען געבענטש!

זאל דער רבוש"ע העלפן אז מיר זאלן אלע זוכה זיין אויסניצן די געהויבענע טעג מיט תשובה ותיקון המעשים, אז מ'זאל נישט דארפן וויינען הו"ר ביי דעם אי מלכא אנא, איצטערט לאמיר ארויסגיין מקבל פנים זיין דעם מלך מלכי המלכים, און לאמיר זיך מכניע זיין פאר אים און בעטן א תפילה, וטהר לבנו לעבדיך באמת, צו זיין נאר דיינ'ס מיט אן אמת. און דער רבוש"ע וואס איז השומע תפילת כל פה וועט אונז בענטשן מיט אלעם גוט'ן, בני חי' מזוני רוויחי; מ'זאל מיר קענען מגדל זיין אונזערע קינדער אויפ'ן דרך פון אונזערע אבות; אונזערע קינדער זאלן האבן מיט וואס ארויפצוקוקון אויף אונז, זיי זאלן אויך קענען זאגן "אלוקי אבי"; און דער עיקר אז ס'זאל שוין זיין יתגדל ויתקדש שמיה רבה, ווען עס וועט שוין זיין דער והיה ביום ההוא יתקע בשופר גדול, שופר של רוח אפינו משיח ה' ברחמים גדולים, אמן!

ישר כוח לידידינו הנקוב בשמו "פונקטליך" על עזרתו המרובה.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

איך ליין עס איינמאל און נאכאמאל און.... ממש איך האב נישט קיין וועטער

א הארציגן ישר כח פאר די הערליכע ארטיקל
זאל טאקע השי"ת העלפן מיר זוכה זיין צו ריכטיגע התבוננות און חוזר זיין בתשובה שלימה, אמן


נא לאמיר ענדיגן מיט עפעס פרייליך..(?)
מיר זאגן "יהיו לרצון אמרי פי והגיון לבי" ווילן מיר דען אז דער רבוש"ע זאל אריינקוקן אין אונזערע הערצער בעת התפילה, וואס ליגט דען דארט, וויאזוי קוקן דען אויס אונזערע מחשובות בעת שאנו עומדים להתפלל?
נאר די תירץ איז אז בשעת'ן זאגן יהיו לרצון פליען אויך די מחשבות..
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדער »

יישר כח ר' שמעלקא פארן אונז אנווארימען, ניין, אנהייצן!
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

וואס שרייב איך? הערליך? מורא'דיג? זאפטיג? ציפעדיג? צום פינטל?
איך ווייס באמת נישט וואו אזוי דאס אנצירופן.

איין זאך זיכער אז דאס באלאנגט נישט און קרעטשמע. דאס איז א ריכטיגע דזשורנאל ארטיקל מיט אלע מפורשים!
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

ב"ה אריינגעפירט אין דשורנאל.

ארויסגעפרינט אנצוווארמען אנדערע אידן
יישר כוחך.
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

אמן!
אשרי יושבי ביתך, עעעעעוד יהללוך סלה......

----
הערליך!

יישר כחם וחילכם.
אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 26, 2010 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moshele11211 »

זייער ווארימע ווערטער
אוועטאר
ירושליימער ייד
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 28, 2011 8:48 pm
לאקאציע: ירושלים עיה"ק תובב"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירושליימער ייד »

ווער קען מיר מסביר זיין מיט א קלרקייט, ווי אזוי איז געווארן דער מוירעדיג'ע ירידת הדורות, אין דער עניין פון הכנה צו יום הדין, אבותינו ספרו לנו, אז בעפאר די מלחמה, אפילו גאנץ איינפאכע יידן, אז עס איז גיקומען די ימי הדין האט מען דערקענט אויף זי א גרויסער ענדערונג, און היינט ליידער די הארץ פארשטיינערט, גארנישט, נישט קיין פחד נישט קיין מורא, וואס איז מיט אונז געשעהן, מען קען דאך נישט זאגן אז די אמונה איז שוואכער גיווארן פון אמאהל, ווייל מען זעהט אז בשעת קומט אויף א ייד א פריוואטע צרה, לויפט ער צו דער תהילימ'ל און צו גוטע יידן, ס'טייטש אז ער וייסט פונקט פון וועמען איז גיקומען די פאטש, טו פאר וואס ווען מי האלט פארן באשלוס אין בי"ד של מעלה, און עס איז נאך אסאך גרינגער צו ענדערן, ריהרט זיך נישט די הארץ,פאר וואס?
רבון כל העולמים גלוי וידוע לפניך שרצוני לעשות רצונך אבל שאור שבעיסה מעכב.
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

ארויסצפרינטען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

פידיעף ארויסצופרינטען
אטעטשמענטס
חודש אלול.pdf
(233.07 KiB) געווארן דאונלאודעד 216 מאל
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

מען דארף נאר צולייגן די אַההההה פון רבי'ן ז"ל און עס איז א דבר השלם
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

שעהן אז מ'האט עס ארויפגעברענגט!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

איר מיינט אז נישט, ס'איז שוין חודש אלול נאכאמאל, אני לדודי ודודי לי. מ'האט שוין געזאגט יוכ"ק און מ'האפט אז מ'האט געפועלט אלעס גוטס.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

אבער איר בלייבט די זעלבע זיס אינגעלע.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

ארויף
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”